'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
אויב מ'וואלט עס צענזערירט וואלט עס טאקע געווען א חוצפה, א זאך וואס מ'טוט ליידער אסאך, אבער למעשה איז עס אביסעל שווער, שמחת יו"ט א דארייתא וואלט בטול געווארן אויב ער ווייקט עס אין עפעס אנדערש ווי וואסער? לאמיר זאגען אין מי פירות אדער מילך? אזוי אויך למעשה האט מען אנגענומען געבראקטס נישט אלס סתם א חומרא אזוי ווי אנדערע חומרות, נאר דער העכסטע חומרא ביי חסידים. ער וואלט עס געקענט צוברעקלען.
אביסעל א הונקעדיגע מעשה לענ"ד, פעלט פרטים.
אביסעל א הונקעדיגע מעשה לענ"ד, פעלט פרטים.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: 'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים
אז מעו רעדט שוין וועגן דעם ענין פון בראקן, וויל איך פרעגן א שאלה, וואס עגבערט מיך שוין אפאר יאר לגבי די חומרות פון בראקן, צו קען מען מתיר נדר זיין דע חומרא אדער נישט.
כ'האב גראדע געזען נישט לאנג צוריק אין איינע פון די אחרונים וואס זענען דן אין דע שאלה, און ער פירט אויס אז אויב איז אזא מין חומרא וואס מ'האט זיך טועה געווען און מ'האט געמיינט אז ס'מער חומרא ווי ס'איז, צו מ'האט נישט ארויס געהאט וואס די חומרא איז אדער פארוואס מ'איז מחמיר, איז נישט קיין פראבלעם מתיר נדר צו זיין אדער מעגליך אז מ'דארף ניטאמאל מתיר נדר זיין.
יעצט די אורזאך פארוואס כ'וויל מיך מתיר נדר זיין איז נישט ווייל כ'גליסט שטארק נאך רינדיגע שווארצע קניידלעך אדער ווייל כ'וויל טובלען די הארטע מצה אין די רינעדיגע ווייסע מילך, איבערהויפט נישט, נאר ווייל ס'געווארן אזא מין טעראר ארום דע בראקן, מאנכע בייגן אריין דעם של ראש אינטערן פלעסטיק טישטעך כאילו ס'רעגענט אריין, אנדערע עסן דעם כזית און דענאך ציט מען אוועק דעם טיש כאילו ס'דא א פרישע "כאן הבן שואל" וכדומה.
כ'עס ב"ה געהעריג מצה אויפן טיש אבער ווען די הייסע זופ קומט צו גיין באקום איך אויך עפעס ווארענונג סיגנאלן ביי מיר אין בויך אז מ'דארף אבאכט געבן ווייל... כאטשיג אויסערליך זאג איך אן פאר מיין משפחה אויב עפעס האט זיך אויסגעגאסן און די מצה איז געווארן אריינגעמישט באונס, אז מ'זאל זיך בארואיגן ס'האט גארנישט פאסירט, ס'נישט קיין חמץ, אסאך עהרליכע אידן פירן זיך צו עסן געבראקטס לכתחילה.....
אבער למעשה זיך א וועג ארויס כ'זאל אפילו נישט דארפן מאכן קיין פאקסן מיט די האנט אין נישט דארפן האבן קיין נערוועזיקייט, נאר פילן ביי מיר ווי ס'מותר לכתחילה פונקט ווי ביים חתם סופר.
ס'קען זיין אז כ'קום אן יעצט ווי א שירעם נאכן רעגן מ'האלט שוין 2 חדשים נאך פסח, אבער געווענליך דערמאן איך מיך דערפון ווען די זופ קומט אריין און דעמאלטס קען מען נישט אנפרעגן דא אין שטיבל, און ביז ווי וואס ווען האלט מען שוין לאחר הפסח.
אלזא ווער ס'קען מיר אנווייזן אויף עפעס זאכליך נישט קיין בנש"ק מנהגים אדער מסורות וואס חסידים שאקלען ארויס פון זייערע ארבלען, נאר הלכה למעשה, הרי זה משובח

- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
Re: 'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים
ג'אדלער, ביזטאך ציקער זיס, איך האב געהאט גאר א גיטע געפיל, אז דו וועסט זיין כמים כרים דא אין שטיבל.
אויב דו ווייסט נאך נישט האבן מיר דא לאקאל א אייגענע בי''ד, ווי מיר זענען זיך מתיר נדר ווען אימער, למשל ערב ר''ה, על כן הייב איך אן מיט הכל מחילה'לך, הכל כפרה'לך, והכל קנייד'לך מעתה ועד עולם.
אויב דו ווייסט נאך נישט האבן מיר דא לאקאל א אייגענע בי''ד, ווי מיר זענען זיך מתיר נדר ווען אימער, למשל ערב ר''ה, על כן הייב איך אן מיט הכל מחילה'לך, הכל כפרה'לך, והכל קנייד'לך מעתה ועד עולם.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: 'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים
פליקער האט געשריבן:ג'אדלער, ביזטאך ציקער זיס, איך האב געהאט גאר א גיטע געפיל, אז דו וועסט זיין כמים כרים דא אין שטיבל.
אויב דו ווייסט נאך נישט האבן מיר דא לאקאל א אייגענע בי''ד, ווי מיר זענען זיך מתיר נדר ווען אימער, למשל ערב ר''ה, על כן הייב איך אן מיט הכל מחילה'לך, הכל כפרה'לך, והכל קנייד'לך מעתה ועד עולם.
פליקער טייערע, אויב איך בין ציקער זיס דאן ביזטו זיסער פון ציקער און קלעיבעדיקער פון האניג.
דיין התרת נדרים גייט שוין ארויף אויף אלע חסידישע/בריסקע א סי די פראבלעמען?? אריינגערעכנט דעם למעען תזזזזזכרו מיט אחחחדדד און אויך דרייען א פערטע מאל דעם האן איבערן קאפ ווייל מ'געדענקט נישט וועלעכע זייט מ'האט אנגעהויבן??
עולם הפוך ראיתי...
ווען דער רעכטער איז לינקס און דער לינקער איז רעכטס....
ציווישן יוצאי אונגארן איז עפעס היינט פארהאן מאנכע וואס זענען איבערצייגט אז די טיילונג אין אונגארן איז געווען א "לכתחילה שבלכתחילה", זיי רעדן זאגאר פון עפעס א גאנצע תורה וואס זיי רופן "תורת ההתבדלות" און יעדע סארט פראגע וואס קומט אונטער וואס איז נוגע א צוזאמארבעט מיט אן אנדערע קרייז, ווערט ביי זיי אלעמאל געמאסטן צו עס שטימט מיט די "תורה", (לא אכחד אז אין ספר דברי יואל ווערט שוין דאכצעך געברענגט דער לשון "תורת ההתבדלות", אבער לדידי פשיטא אז מעולם לא עלתה על דעתו וואס מען וועט אלץ תולה זיין דערויף, שומו שמים, לויט זיי איז די טיילונג פון "נעאלאגן פורקים ועוקרי הדת" א לימוד אז מען ברויך זיך "טיילן" פון אידן לומדי תורה ומדקדקים בקלה כבחמורה בלויז ווייל... כ'ווייס נישט, פיל אין דע בלענקס) עד כדי כך אז איך האב שוין אפילו געזעהן אזאנע וואס לייקענען דעם אטענטישקייט פונעם בריוו פונעם דברי חיים וואו ער שרייבט שארף אז דער הכרח אז מען זאל זיך דארפן טיילן אין אונגארן איז געקומען אלץ אן "עונש" מן השמים ווייל זיי האבן געהאט צופיהל מחלוקת ברענגענדיג דעם מימרא פונעם בעל שם טוב אז כל זמן דער אבר איז נאך מחובר צום גוף איז נאך פארהאן האפענונג משא"כ ווען די אבר איז אפגעהאקט, ביי זיי איז ברור אז דער בריוו איז געפעלשט, ווייל ס'קען דאך נישט זיין, טיילונג איז א הייסע לכתחילה.
ווידער פון סאטמאר רב געפונען מיר ווי ער האט גענוצט דעם אויסדרוק "ערב רב" אויף די ציונים, און דעם בירור וואס וועט זיין בעפאר ביאת המשיח, כידוע לכל מי שיש לו יד ושם בספריו.
איז מיר געווען אינטערעסאנט לייענעדיג א בוך איבער די פראנקיסטן, ברענגט ער דעם מימרא פון בעל שם טוב פון שבחי הבעל שם טוב וואו ער האט דאס געזאגט אויף די שמד ההמוני פון די פראנקיסטן. און ווער דינגט זיך אויף איהם און טענה'ט אז די פראנקיסטן זענען געווען "ערב רב"?... ש"י עגנון!!! לייענט און שטוינט:

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: 'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים
מ׳דארף עפענען אן אשכול ׳רעכטע שטיקלעך אין לינקע ספרים׳
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ׳דארף עפענען אן אשכול ׳רעכטע שטיקלעך אין לינקע ספרים׳
viewtopic.php?p=329860#p329860
בנוגע תגובתי איז דאך נישט ברור ווער ס'איז רעכטס און ווער לינקס, זאל יעדער דאס אפלערנען לויט ווי זיי פארשטייען...
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 158
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 19, 2017 4:03 pm
- האט שוין געלייקט: 3965 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל
ריכטיג האט געשריבן:עולם הפוך ראיתי...
ווען דער רעכטער איז לינקס און דער לינקער איז רעכטס....
ציווישן יוצאי אונגארן איז עפעס היינט פארהאן מאנכע וואס זענען איבערצייגט אז די טיילונג אין אונגארן איז געווען א "לכתחילה שבלכתחילה", זיי רעדן זאגאר פון עפעס א גאנצע תורה וואס זיי רופן "תורת ההתבדלות" און יעדע סארט פראגע וואס קומט אונטער וואס איז נוגע א צוזאמארבעט מיט אן אנדערע קרייז, ווערט ביי זיי אלעמאל געמאסטן צו עס שטימט מיט די "תורה", (לא אכחד אז אין ספר דברי יואל ווערט שוין דאכצעך געברענגט דער לשון "תורת ההתבדלות", אבער לדידי פשיטא אז מעולם לא עלתה על דעתו וואס מען וועט אלץ תולה זיין דערויף, שומו שמים, לויט זיי איז די טיילונג פון "נעאלאגן פורקים ועוקרי הדת" א לימוד אז מען ברויך זיך "טיילן" פון אידן לומדי תורה ומדקדקים בקלה כבחמורה בלויז ווייל... כ'ווייס נישט, פיל אין דע בלענקס) עד כדי כך אז איך האב שוין אפילו געזעהן אזאנע וואס לייקענען דעם אטענטישקייט פונעם בריוו פונעם דברי חיים וואו ער שרייבט שארף אז דער הכרח אז מען זאל זיך דארפן טיילן אין אונגארן איז געקומען אלץ אן "עונש" מן השמים ווייל זיי האבן געהאט צופיהל מחלוקת ברענגענדיג דעם מימרא פונעם בעל שם טוב אז כל זמן דער אבר איז נאך מחובר צום גוף איז נאך פארהאן האפענונג משא"כ ווען די אבר איז אפגעהאקט, ביי זיי איז ברור אז דער בריוו איז געפעלשט, ווייל ס'קען דאך נישט זיין, טיילונג איז א הייסע לכתחילה.
ווידער פון סאטמאר רב געפונען מיר ווי ער האט גענוצט דעם אויסדרוק "ערב רב" אויף די ציונים, און דעם בירור וואס וועט זיין בעפאר ביאת המשיח, כידוע לכל מי שיש לו יד ושם בספריו.
איז מיר געווען אינטערעסאנט לייענעדיג א בוך איבער די פראנקיסטן, ברענגט ער דעם מימרא פון בעל שם טוב פון שבחי הבעל שם טוב וואו ער האט דאס געזאגט אויף די שמד ההמוני פון די פראנקיסטן. און ווער דינגט זיך אויף איהם און טענה'ט אז די פראנקיסטן זענען געווען "ערב רב"?... ש"י עגנון!!! לייענט און שטוינט:
וועליכע ספר איז דעס?
- זעקעל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 165
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 4:44 am
- האט שוין געלייקט: 199 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל
'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים
נהורא נפישא האט געשריבן:איך ווייס נישט קען זיין אז איך בין זיך טועה, אבער איך ווייס נישט וואס איז די גרויסע חידוש דערביי. דאס זיין באוויסטזיניג איבער א פראבלעם פון לשונות האומות איז א רעאקציע צו די השכלה באוועגונג, וואס האט געלייגט גרויס דגוש אויף רעדן א פערפעקט דעם לאנדס-שפראך און נישט אין זשארגאן, אין אסאך חסידישע צענטערן האט מען אבער נישט געטראגן די דאגות, יא אסאך גאליציאנע רעביס זענען געווען נאנט פארבונדן מיטן אונגארישן יודענטום, וואס האט זיי געמאכט פאר לוחמים אויף די סארט ענינים, אבער די מאור ושמש איז מסתבר אז ער האט נישט געהאט די מילהאוויצער דאגות, אדרבה, געפינט מען אין נועם אלימלך און נאך אזעלעכע סארט ספרים א דגוש אנטקעגן לשונות העמים?
ולעצם הענין פון א היסטארישן שטאנדפונקט איז קיינמאל נישט געווען אזא קפידא ( איך ווייס ס'דא א ירושלמי, און איך ווייס פונעם פשטל פון חתם סופר) אידן אין אלכסנדריא של מצרים האבן גערעדט יווניש, אידן אין בבל האבן גערעדט אראמיש, אידן אין אראביע האבן גערעדט אראביש, אידן אין אשכנז האבן גערעדט אידיש, אידן אין שפאניע האבן גערעדט לאדינו. אידן האבן זיך קיינמאל נישט צוריקגעהאלטן צו רעדן די לאנדס-שפראך, נאר דאס אז זיי זענען פאקטיש געווען אפגעטיילט פון זייערע גואישע שכנים סאציעלי, צוגאב צו דעם וואס אסאך הייליגע מושגים איז געווען באקוועמער צו רעדן אויף לשון הקודש, און למעשה איז דאך נישט געווען קיין קפידא צו רעדן פערפעקט דעם לאנדס-שפראך, איז עס געווארן אן פאראידישטן זשארגאן.
דאס זעלבע איז מיט לבוש, איז קיינמאל קיין קפידא געווען, הגם מיט דעם איז די מאור ושמש שוין אוודאי יא באוויסטזיניג. נאר די קפידא איז נישט צו גיין בחוקות הגוי, ווי אויך קליינע שינויים פון צניעות ווי ערקתא דמסאנא.
דאס זעלבע מיט שם. איר האט יוונישע נעמען, ווי אבטולמס, אנטיגנוס, סומכוס. אראמישע נעמען ווי פפא חייא חסדא, ספאנישע נעמען ווי ווידאל, דייטשע נעמען ווי אייזיק זלמן.
ס'דא א תשובה אין אגרות משה, וואס זאגט אז די שם לשון מלבוש איז געווען א ספעציעלע זכות דעמאלטס פאר קבלת התורה, ווייל דאס איז געווען די איינציגע חילוק בין ישראל לעמים, אבער נאך קבלת התורה פעלט דאס מער
נישט אויס.
אידן אין אשכנז האבן גערעדט אידיש, אידן אין שפאניע האבן גערעדט לאדינו- איז דעס א קשיא אדער תירץ
בד״וו ביי מיין געוועזענע טריפ קיין דייטשלאנד האט די פלייט אטענדענט פון לופט האנזע גערעהדט צו מיר בלויז אין אידיש און צו מיין ספרדישען שכן אין לאדינו
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום זעקעל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- זעקעל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 165
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 4:44 am
- האט שוין געלייקט: 199 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל
Re: 'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים
וואס איז דער דו"ק ? יענעם איינצורעדן אז דיין פשעטיל איז מורה׳דיג ? איך בעט אייך איבער , אבער מיין זוג זוג בר מצוה פשעטיל איז געוועזען עטוואס טיפער סאריבן אדם האט געשריבן:אדנירם האט געשריבן:מראה מקום אני לך [ד"ה עבדים היינו].
געווענליך זענען תורות געבויט אויף דעם אויפן אז כדי צו מסביר די חידוש דארף מען קודם פרעגן א קשיא. ד.ה. אז נישט די קשיא האט עם געשטערט, נאר ער האט שוין געהאט די חידוש, און נאכדעם לייגט מען צו א קושיא. און אזוי איז אויך בכלל, למשל ביי חידושים על הש"ס. דו"ק
- זעקעל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 165
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 4:44 am
- האט שוין געלייקט: 199 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל
Re: 'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים
אדנירם האט געשריבן:איר קענט די 'שיקצעס' וואס לייגן טלית ותפילין ביים כותל? זיי רופן זיך 'נשות הכותל', און ס'רוב פון זיי זוכן דייקא יא א קאנפראנטאציע מיט די חרדים, און איך קום זיי אוודאי נישט מצדיק זיין.
אבער וואס וואלט פאסירט אויב איר קומט מארגן אהיים, און איר טרעפט אייער ווייב מעוטר בטלית ותפילין? קודם וואלט איר גענומען איר פיבער, דערנאך וואלט איר געזוכט אנדערע צייכענעס פון א נערוון בראך, און צום סוף - וואלט איר פשוט געהאלטן אז זי האט זיך אנגעליינט מיט לינקע ליטעראטור איבער 'גלייכע רעכטן' פאר די פרויען א.א.וו.
פאקטיש, טענה'ט דער גאון ומקובל וראשון לציון, דער מהרי"ט אלגאזי, אז זי באקומט שכר פאר דעם, און זי איז קלוג פארן נישט קומען שואל עצה זיין ביי רבנים וואס צו טון, נאר מחליט זיין מעצמה צו לייגן טו"ת.
מראה מקום אני לך: קדושת יום טוב דף פ"ז ע"ב.
"והוא הנרצה באומרו 'עוז והדר לבושה', שהיתה לובשת תפילין וטלית שנקרא עז והדר, ומעיד עליה הכתוב לאמר 'ותשחק ליום אחרון' דשכרה איתה ליום אחרון בעה"ב, דאע"ג דאינה מצווה ועושה מ"מ יש לה שכר, ד'גדול המצווה' אמרו - מכלל דמי שאינו מצווה ועושה נמי נוטל שכר. אבל אף חכמתה עמדה לה שלא באתה לשאול לחכמים אם תהי' מנחת או לא, אלא היא מעצמה 'פיה פתחה בחכמה ותורת חסד על לשונה', שהיתה עושה מ"ע שה"ג שלא נצטו' בהם מעצמה".
סאיז באוויסט אויך אז איינס פון דער אור החיים׳ס ווייבער האט געלייגט טלית ותפילין אזוי אויך איז באוויסט אז די גרויסע צדיקת די באוויסטע באבבע יטל האט זיך אזוי געפירט
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 766 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: 'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים
פיין, ער האט געזען כאב הבנות, און פארשטאנען אז מ'דארף עפעס טון דערצו.אדנירם האט געשריבן:שטעלט אייך פאר, אז איינער קומט אריין אין ביהמ"ד און נעמט זיך זאגן אז די גאנצע טעם פארוואס רבי גרשום מאור הגולה האט מתקן געווען נישט אפצו'גט'ן א פרוי בעל כורחה, איז צוליב דעם וואס ער האט געהאט א טאכטער אין אזא מצב. מיר וואלטן אים פארשטיינערט פאר זיין חוצפה.
השכלה במיטבה! חשבונות גשמיות אין דעת תורה? ח"ו!
אבער צו אונזער וואונדער שרייבט ענליך צו דעם, נישט מער און נישט ווייניגער ווי דער גדול בדורו, דער הייליגער רלב"ח, און טאקע אויף רש"י זעלבסט!
מראה מקום אני לך: שו"ת הרלב"ח סי' ל"ו.
וז"ל בא"ד: "כנראה שהרב ז"ל [רש"י] כאב הבנות הפך בזכותן בכל, ואולי מזה הצד הוסיף כפייה לחליצה, שלא כדברי שאר הפוסקים".
אבער עס איז נישט געווען זיינע אייגענע טעכטער ווי די משל וואס דו פרובירסט מצייר זיין אויף רבינו גרשום.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
הרב רבי משה, רבו של רבינו יונה, ואחיו מר שמואל מאיוורה, כתבו באגרותיהם: מיום שגלו אבותינו וחרב בית מקדשנו ונשתבשו הארצות ונתמעטו התורות והלבבות, אין לנו עוד לומר 'מורא רבך כמורא שמים', וכל הדינין הראויין לעשות תלמיד לרב - נתבטלו, כי הגמרות והפירושים והחידושין והחיבורים - הם המורים האנשים, והכל לפי פקחות הלבבות. ולכך היו רגילים שבעירם יחזיק התלמיד מדרש, ולא אמרינן בהא: כל המורה הלכה בפני רבו חייב מיתה. וכן יסתור דבריו התלמיד לרב, אם יוכל לפי פלפולו.
נישטא קיין שום סיבה איינער זאל נישט קענען קריגן אויף זיין רבי דיין און מטרה הוראה און טוהן אנדערש.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 366
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
- האט שוין געלייקט: 809 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל
שטעל זיך פאר א ראש ישיבה פארהערט א בחור און דער בחור יכול׳ט נישט,זאגט אים דער בחור אבער איך הער געהעריג אויס און איך חזר געהעריג אבער עפעס קען איך נישט געדענקען קיין לערנען, זאגט אים דער ראש ישיבה מן הסתם געבסטו זיך נישט אכטונג דיין מויל צו רעדן איידל פארדעם האלט זיך נישט קיין תורה ביי דיר, פרעגט אים דער בחור וואס האט געדענקען לערנען מיט רעדן שיין, פאנגט דער ראש ישיבה אן צו שרייען דו ביזט א ליטוואק אן אפיקורס דו גלייבסט נישט אז די תורה האלט זיך נאר ביי איינער וואס היט זיין מויל? וכדומה.
דער גמרא עירובין דף נג סוע״א האט געהאט א הו״א אז די תורה האט זיך נישט געהאלטן ביי די בני גליל וועגן זיי האבן נישט מקפיד געווען אויף לשון נקיה (עיין רש״י) זאגט די גמרא מידי בקפידא תליא מילתא.
באמערקונג: אין מסכת פסחים דף ג עמוד ב איז יא אביסל אזוי משמע ואינו מוכרח

- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
נפה האט געשריבן:באמערקונג: אין מסכת פסחים דף ג עמוד ב איז יא אביסל אזוי משמע ואינו מוכרח
ואינו מוכרח??? פארוואס נישט
איך מיין ס'איז נישט קיין סתירה אין ערבין רעדט פין א לשון צח פסחים רעדט פין לשון נקיה
יעצט בלייבט איבער צי פארשטיין די דיפרענס -
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הקטן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ויש ליישב עפ"י פשוטו: די גמ' אין מס' עירובין רעדט אז א תלמיד וואס לערנט פו א רעבי'ן וואס רעדט און לערנט בלשון צח, דאס מיינט א קלאר און גלאנצנדיג לשון און דער תלמיד לערנט מיט א לשון צח, וועט זיך דאס לערנען האלטן ביי איהם. אין מס' פסחים ( וואס איך האב אויך געלערנט) וויל די גמ' אונז אויסלערנען צו רעדן איידל. ווייל די גמ' ברענגט א ראיה פון די תורה שבכתב. אז די תורה האט פארלענגערט די ווערטער פון פסוק מיט 8 אותיות. פארוואס?! כדי נישט ארויסצושרייבן א נישט איידל ווארט. זאגנדיג..."הבהמה אשר איננה טהורה"...ווען ס'וואלט געקענט שטיין אין פסוק..."הבהמה הטמאה"...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט: