איז לאמיר פארשטיין קלאר וואס די זאגסט.
קודם האסטו געשריבען
די וואס האלטן אנדערש זאלן -וויסנדיג די ריסק- טוהן וויאזוי זיי פארשטייען
איז משמע אז וויבאלט די ווילסט נעמען די ריסק מעגסטו, אויף די קשיא וואס איז מיט מאבד עצמו לדעת, ענטפערט איר נישט, נאר אז עס באלאנגט נישט צו די גאווערנמענט. נניח ביסט גערעכט, אבער וואס איז מיט דיין חיוב אלץ איד?
און דו סיבה פארוואס ביסטו נישט גערעכט, אמת, דיין גוף באלאנגט נישט פאר די גאווערנמענט, און די ווילסט נעמען די ריסק, מעגסטו טאקע, ביסטו אבער מסכים אז דער געזעץ זאל זיין, אז דער וואס האט נישט געהאלטען די געזעצען באקומט נישט קיין מעדיקעל טריטמענט?
וואס פאר א רעכט האסטו זיך ארויפלייגן אויף די מעדיקעל סיסטעם און עס דערשטיקן מיט דיינע געברויכן ווען די האסט עס אליין אנגעמאכט? (און דאס געשעהט אפילו אהן א געזעץ, אז די שפיטעלער בכלל און די נוירסעס און דאקטוירים ווערען שוואך צו אידישע פאציענטן ווייל זיי מאכן זיך אליין אהן, און שולדיג איז דער איד וואס האלט נישט די הרחקות ברבים).