ווילדע ראיאטן אין בארא פארק

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

און וואס זאגן די דאקטוירים?
thousands-of-health-experts-sign-declaration-calling-for-end-to-lockdown-warn-of-irreparable-damage

נישט אמת, גענימען פין א פאני סייט
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

היכי דמי האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס מען האט צוגעלאזט א א צווייטע פראטעסט?

שטייט א לץ הערשי טישלער, מיט הונדערטער פארקויפטע חסידים, און דרייען איבער א שטאט, בלאקירן א הויפט גאס, און שלאגן רעפארטער צום צווייטן נאכט אין א רייע.

יעדער האט קלאר געוואוסט וואס האט נעכטן פאסירט, מען האט אנגעהאקט א אינגערמאן די ביינער פאר׳ן בלויזן חטא וואס קיינער ווייסט נישט... ווי אין די וועלט געפונען זיך אונזערע רבנים און עסקנים? און וועלכע לעכער? פארוואס האט מען נישט געהערט היינט שארפע דרשות פון רבנים? ווילט עטס טאקע אז הערשי טישלער זאל ענק איבערנעמען?

עטס האטס פארלוירן צום צווייטן מאל היינט נאכט! איך שעם זיך פון די קליפס וואס פארן ארום, און ווייזן אז טישלער איז אונזער פירער. און עס איז נארמאל ביי אונז צו שלאגן.

ווער איז דער וואס איז בכח יא אדער נישט צו לאזן? בלויזער חטא וואס קיינער ווייסט נישט? אויף וועלכע וועלט לעבסטו?
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

שליחה דורך היכי דמי »

אדרבה, זאג דו. דו האסט ביז נעכטן נאכט געוואוסט בכלל אז אזא אינגערמאן עקזעסטירט? די איינציגסטע סיבה וואס איך הער און עס זאל שטימען איז אז ער איז א ברודער מיט א געוויסע אינגערמאן וואס מענטשן טענה׳ן אז ער איז א מוסר. נו, פארדעם דארפן אלע ברודער ליידן?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

איך האב געוויסט אז דער אינגערמאן עקזיסטירט. איך האב איהם שוין געזען אין עקשאן מתמול שלשום. אויך נעכטן נאכט לאנג פאר ס'האט פאסירט וואס ס'האט פאסירט האב איך איהם באמערקט דארט.... איך וויל נישט אריינגיין אין קיין פרטים ווייל ס'קומט איהם פריוואטקייט לדעתי.
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

האמת אגיד, איך פלעג שטילערהייט שטיצן קארנבלוה. איך קען איהם מימים ימימה און איך האב געהאלטן אז ער האט אביסעלע אויפריכטיגקייט מיט זיין מערכה בעד די שטאטישע רעגולאציעס.

היינט נאכט האט ער מיר פארלוירן. ניין, ס'קומט זיך איהם נישט פעטש (הגם בזיונות לכאורה יא). ניין, איך בין ווייט פון שטאלץ פון דאס איבערדרייען דאס מקום.

אבער, דזשעיקאב שיינס, קענסט מיר אפשר מסביר זיין פארוואס דו ביזט אהין געגאנגען? דו ווייסט זייער גוט אז מייסטנס כלל ישראל ובפרט משתתפי מעמד קבלת פני רבו ברגל שע"י העשי טישלער האבן דיך פיינט. דו ווייסט אז יעדער דרייצן יעריגס קען דיין נאמען אלס "מסור בדורינו".

דו ביזט אהין געגאנגען פאר איין סיבה: פראוואקאציע און עטענשן. אין מיינע אויגן ווייזט דאס אויף דיין גאנצע מערכה וואס דיין מטרה איז.

You lost my vote.

(דאס איז אהן אריינגיין אינעם עצם המעשה צו דו ביזט טאקע געווארן "ברוטאל אטאקירט" און דיין אלע לשונות)
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

Re: ווילדע ראיאטן אין בארא פארק

שליחה דורך moneyminded »

היכי דמי האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס מען האט צוגעלאזט א א צווייטע פראטעסט?

שטייט א לץ הערשי טישלער, מיט הונדערטער פארקויפטע חסידים, און דרייען איבער א שטאט, בלאקירן א הויפט גאס, און שלאגן רעפארטער צום צווייטן נאכט אין א רייע.

יעדער האט קלאר געוואוסט וואס האט נעכטן פאסירט, מען האט אנגעהאקט א אינגערמאן די ביינער פאר׳ן בלויזן חטא וואס קיינער ווייסט נישט... ווי אין די וועלט געפונען זיך אונזערע רבנים און עסקנים? און וועלכע לעכער? פארוואס האט מען נישט געהערט היינט שארפע דרשות פון רבנים? ווילט עטס טאקע אז הערשי טישלער זאל ענק איבערנעמען?

עטס האטס פארלוירן צום צווייטן מאל היינט נאכט! איך שעם זיך פון די קליפס וואס פארן ארום, און ווייזן אז טישלער איז אונזער פירער. און עס איז נארמאל ביי אונז צו שלאגן.
Lol
1(800)who-cares

לאך און געגאנגען ווייטער , וועם אינטערסירט עס און פארוואס זאל דיר עס אינטערסירן, עס גוטע בשר , שלונג פיינע וויין און מאך א קומזיטץ מיט חבירים און עינזשוי לייף, לאדיך אפ פון די שטותים

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

קורקלענד האט געשריבן:איך האב געוויסט אז דער אינגערמאן עקזיסטירט. איך האב איהם שוין געזען אין עקשאן מתמול שלשום. אויך נעכטן נאכט לאנג פאר ס'האט פאסירט וואס ס'האט פאסירט האב איך איהם באמערקט דארט.... איך וויל נישט אריינגיין אין קיין פרטים ווייל ס'קומט איהם פריוואטקייט לדעתי.

א מענטש וואס (עכ''פ בעיניו) האלט זיך פאר א מן דאמר אין פאבליק קען נישט עקספעקטן קיין פרייוועסי. געב ארויס פאר אונז נעבס וואס האבען ביז די וואך קיינמאל נישט געהערט פון 'בעריש געטץ' מה טיבו? און וואס גייט דא פאר?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

הקטן האט געשריבן:און וואס זאגן די דאקטוירים?
thousands-of-health-experts-sign-declaration-calling-for-end-to-lockdown-warn-of-irreparable-damage

נישט אמת, גענימען פין א פאני סייט


והנה, דער פלאקן שיסער איז דא. אינמיטן א רעלעוואנטע שמועס אויב פראטעסטירן און אנברעכן מוסרים איז יא אדער נישט בארעכטיגט, וויל דער טראל בלויז פרעגן א שאלת תם "וואס זאגן די דאקטוירים"?

אלזא אויב איר ווייסט נאכאלס נישט, רופט אן אייער דאקטאר און פרעגט אים. אדער אויב ווילט איר,נוצט אייער ערשטע אמענדמענט רעכטן צו זיין א בהמה און פייפט אים אן און וועלט אויס צו גלייבן אז קאוויד איז א האוקס און מ'ברויך נישט אכטונג געבן, צו ווייל מער מענטשן שטארבן א יאר פון פלו, אדער ווייל יעדער האט עס שוין געהאט, אדער אז מ'קען יא שטארבן מ'דארף נאר נעמען פון זאלענקא די הידראקסיקלאראקווין, אדער ווייל איינס פון יעדע פינעוו און צוואנציג טויזענט מעדיקל פראפעשינעלס האבן געסיינט א פעטישאן. דער עיקר איז איינמאל איר ווייסט שוין וואס איר האלט און וואס איר ווילט, קומט צוריק אהער און לאזט עס וויסן, מיר ווארטן שוין בכליון ענים צו הערן אייער מיינונג.

אזוי צו אזוי זייט א מענטש און רעספעקטירט א צווייטן וואס קלויבט יא צו גלייבן די דעת רוב רובו הרופאים פון די גאנצע וועלט (שוועדן בתוכם) אז מען ברויך זיך יא אפהיטן, און מען אז עס מוז זיין געוויסע געזעצן צו פארמיידן דאס זיך צוזאמקומען פון צופיל מענטשן, און בלייבט זיצן אינדערהיים טאקע אן א מאסק עד יעבור זעם.


ד. א. דעילי ווייער איז א איינזייטיגע שטארק בייעסד סייט, מיט א היבש נידעריגע קרעדיביליטי רעטינג.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]
קורקלענד האט געשריבן:איך האב געוויסט אז דער אינגערמאן עקזיסטירט. איך האב איהם שוין געזען אין עקשאן מתמול שלשום. אויך נעכטן נאכט לאנג פאר ס'האט פאסירט וואס ס'האט פאסירט האב איך איהם באמערקט דארט.... איך וויל נישט אריינגיין אין קיין פרטים ווייל ס'קומט איהם פריוואטקייט לדעתי.


שרייב ארויס פונקטליך וואס דו האלטסט. דאס ווייסן מיר שוין אז טראץ דעם וואס דו condone'סט די מערדערליכע קלעפ, האלטסטו אבער אז ארויס געבען פרטים איז שוין א סטעפ צו ווייט, דאס שוין נישט. פארוואס נישט?

לאמיר אויפהערן צו שפילן ווערטער געימס און לאמיר זעהן וואס דו האלטסט טאקע? איז עס אקעי אויב דיין בחור'ל איז דער וואס גיבט אים די מכות, אדער נאר יענעמ'ס בחור'ל מעג? ווי שטארק מעג מען אים שלאגן?

עס איז זייער פארשטענדליך די ווייטאג ווען די מידיע וויליפייד די געמיינדע באזירט אויף קליפס וואס זיי באקומען מבפנים און עס איז אויך פארשטענדליך צו פילן פארווייטאגט אויף די שיקערס.

יא, מיר ווייסן פארוואס מען האט אים צושלאגן, אבער איז עס דזשאסטיפייד? ר' עמרם כהן האט אויך געטיילט פעטש יענע סוכות פאר א סיבה, און די גערעגטע מנהל וואס האט אנגעבראכן מיינע ביינער אין כתה ז' האט אויך געהאט א תירוץ.

איז פון היינט און ווייטער איז אקעי צו געבן פעטש ווען מען האט א סיבה? און קום מיר נישט זאגן אז ער איז געווען א "מסור". מיר ביידע ווייסן אז די לעגענדארע מסור פון אמאל איז בכלל נישט געווען דאס. מיט דעם וואס דו שפילסט ווי כאילו דו ביסט אקעי מיט אזא התנהגות גיבסטו א יד אין די lawlessness וואס גייט קומען אין אונזערע געמיינדע. קום נישט דא וויינען ווען ס'איז דיין רבי/פריינט/ברודער וואס כאפט די קלעפ.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

אין קורצן.

ניין איך האלט נישט אז ס'איז ריכטיק צו שלאגן. ס'איז קיינמאל נישט בארעכטיגט. אבער דאס אז שלאגן איז נישט בארעכטיגט מאכט נישט דעם אינגערמאן אדער קארנבלי אומשולדיג. ביידע צדדים זענען נישט גערעכט.

דער אינגערמאן איז דארט געשטאנען אין פראוואקאטירט דערפאר און ס'האט נישט געשפעטיגט צו קומען. איך האב נישט פאר איהם קיין שום סימפאטיע! ער האט עס אליינס אנגעמאכט פאר זיך.

אזויווי איך וואלט נישט אריינגעוואקט אין ניואַרק ניט דזשערסי אין מיטן נאכט אין א פרייע ווינקל אויף א געסל וואו גענגסטערס פארברענגען אזוי האט דער אינגערמאן נישט געזאלט טוהן וואס ער האט געטאן.

און ראשית כל. ספעציפיש קארנבלי רודפ'ט שוין אונזער קאמיוניטי פאר חדשים, און האט פאראורזאכט שווערע רעפרעקאציעס פאר יעדן פון אונז פערזענליך! און קיינער פון די עסקנים אדער רבנים אדער פאליטיקער האבן איהם נישט פארדאמט ברבים און אויך נישט זיינע אקטיוויטעטן. און פלוצים זענען זיי אלע דא מיט פארדאמינגען??

פאר איינער וואס האט נישט אראפגעריסן דעם קארנבלי ביז אהער זאל ביטע נישט אראפרייסן די וואס האבן איהם געשלאגן!
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

קורקלענד האט געשריבן:א געסל וואו גענגסטערס פארברענגען


גענגסטערס איז די שליסל-ווארט.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ליב צו וויסן האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:איז לאמיר פארשטיין קלאר וואס די זאגסט.

קודם האסטו געשריבען
די וואס האלטן אנדערש זאלן -וויסנדיג די ריסק- טוהן וויאזוי זיי פארשטייען


נניח ביסט גערעכט, אבער וואס איז מיט דיין חיוב אלץ איד?


כ'האב פאר דיר א געדאנק, לאמיר פויעל'ן ביי די רעגירונג צו אסערן סמארט פאונס, ס'איז דאך מער אסור ווי מאבד עצמו (גוף ווס נפש..).

Btw פון ווי נעמסטו אז איך בין אין א ריסק קאטאגאריע?


ווילאנג די ענטפערסט אזוי, ווייסען ליינערס אז די רעדסט אין די וועלט אריין. (געדענק, מיט א תגובה רעדט מען נישט נאר צו דער וואס מען איז מגיב צו).
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

קורקלענד האט געשריבן:אין קורצן.

ניין איך האלט נישט אז ס'איז ריכטיק צו שלאגן. ס'איז קיינמאל נישט בארעכטיגט. אבער דאס אז שלאגן איז נישט בארעכטיגט מאכט נישט דעם אינגערמאן אדער קארנבלי אומשולדיג. ביידע צדדים זענען נישט גערעכט.

......

אזויווי איך וואלט נישט אריינגעוואקט אין ניואַרק ניט דזשערסי אין מיטן נאכט אין א פרייע ווינקל אויף א געסל וואו גענגסטערס פארברענגען אזוי האט דער אינגערמאן נישט געזאלט טוהן וואס ער האט געטאן.


..........


מען קען אייביג באשולדיגען ביידע זייטען, כמעט נישטא א סכסוך ווי איין זייט איז פולקאם גערעכט. אבער דאס קומט נישט אהער.


א. קארנבלי איז א יחיד, א אנגעריסענע אטענשען שמעקער און מן הסתם אביסל צודרייט, און ווער ווייסט וואס נאך, אבער ער איז א יחיד, זיינע מעשים האט נישט מיט דער הנהגה, איך בין נישט שולדיג אין זיין צודרייטע הנהגה. משא"כ די וואס האבען אים געשלאגען זענען געקומען מיט א כח הרבים, זיי פארטרעטען די חרדים, און עס געטוהן א אלץ א מאסיווע לינטשינג בשם כל קהל הקודש, און זיך פארופען אויף הלכות וואס מאכען בארעכטיגען אזא הנהגה.
איך בין זיכער אז די האלסט נישט פין דער סארט הנהגה, ווייל מארגען קענען די ווילדע חברה זיך פארנעמען אויף דיר, ווייל די האסט געשריבען אויף זייער רבי. סקווירא מיט רוטנברג יוכיח, גור מיט ברלינער, און יעדעס פלאץ האט אזעלכע מעשיות ווי מען דער רבים שלאגט אהן א יחיד, און דאס איז א עוולה.
און דאס איז נישט סתם א עוולה וואס געשעהט, דאס איז א מהלך החיים פין חרדים וואס זענען אקעי מיט שלעגעריי, יא יא, הערסט גוט, חרדים און שלעגעריי זענען איינס. אייביג געוועהן (מיום הווסדה של חרדים). און דאס דארף אויסגעריסען ווערען. די רעביס האבען נישט קיין פראבלעם דערמיט ווייל זיי האבען געוועהנליך שמירה. גיי שנייד נאר אפ די בארד פין דיין רעביס קאמפאטישען, און יענער רבי וועט פלוצלינג נישט האלטען פין שלעגעריי.


ב. אויף דיין צווייטע נקודה פין גיין אין א ווינקעל מיט גענגסטערס, פארשטיי איך דיר אינגאנצען נישט, דאס זענען מיר געווארען, גענגסטערס? דארף איך מיר זוכען א צווייטע אידישקייט? איך וויל באמת נישט זיין א חלק מיט א אידישקייט וואס גענגסטערס זענען די וואס פירען די זאך.

איז לאמיר זיין קלאר, אונז זענען נישט גענגסטערס, און מיר וועלען קלאר מאכען פאר יעדער וואס מיר קענען אז נאר גענגסטערס גייען צו די פראטעסטען פין דעם שיכור טישלער, און מיר וועלען אויסרייסען דער צודרייטער הנהגה מתוכינו.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך אוהב ספרים »

ווייס איך שוין נישט וועם צו גלייבען

יא געשלאגען אדער נישט?
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך אוהב ספרים »

צפור בודד האט געשריבן:בילד

התגרות באומות למהדרין פון ר"א מסאטמאר. מיט אזוינע מנהיגים איז גארנישט א פלא.



הער אז דאס איז בכלל פעיק ניוז
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך אוהב ספרים »

צפור בודד האט געשריבן:לדברי הרבי: "הממשלה אומרת שצריך לסגור את בתי הכנסת, אבל בשמיני עצרת הממשלה היא שלנו, צריך לשמוח כרגיל עם התורה, אני לוקח אחריות על מי שיבוא בשביל לשמוח עם התורה לא יינזק ולא יחלה"


https://www.bhol.co.il/news/1144284


כדרך המידיה, פעיק ניוז, ער האט קיינמאל געזאגט אז ער נעמט אחריות וכו' [לפי הדברים שהתפרסמו בכתב]
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

אוהב ספרים האט געשריבן:ווייס איך שוין נישט וועם צו גלייבען

יא געשלאגען אדער נישט?

איך זע נישט קיין סיבה צו גלייבן קארענבלי, אפי' ווען קיינער זאגט נישט פארקערט.
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

שוין געווען באריכטעט נעכטן. אבער ווילאנג עס ווערט נישט באריכטעט דורך א נישט-איד שרייט מען "פעיק ניוז".
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

איך קען נישט פארשטיין, לא זו הדרך, מיר האבען זיך קיינמאל נישט אפגערעכענט מיט מוסרים און פאבליק. אז ס'קומט אים פעטש זיכט מען אים אפיר אויף א בהאלטענע פלאץ, און מגיבט אים וואס קומט אים. אבער אינמיטען גאס?.

צווייטע זאך וואס איך פארשטיי נישט פראטעסטען איז דאך מותר, און פעטש ביי פראטעסטען איז דאך די אפטייטש פון פרידליך איז וואס איז די פראבלעם אז מען גייט צו א פראטעסט?
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

הרב שיף האט געשריבן:איך קען נישט פארשטיין, לא זו הדרך, מיר האבען זיך קיינמאל נישט אפגערעכענט מיט מוסרים און פאבליק. אז ס'קומט אים פעטש זיכט מען אים אפיר אויף א בהאלטענע פלאץ, און מגיבט אים וואס קומט אים. אבער אינמיטען גאס?.

?


דאס איז אלץ ווען מיר זענען געוועהן אין גלות.
יעצט איז משיח טישלער שוין געקומען.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: ווילדע ראיאטן אין בארא פארק

שליחה דורך פאליטיקאנט »

הרב שיף האט געשריבן:איך קען נישט פארשטיין, לא זו הדרך, מיר האבען זיך קיינמאל נישט אפגערעכענט מיט מוסרים און פאבליק. אז ס'קומט אים פעטש זיכט מען אים אפיר אויף א בהאלטענע פלאץ, און מגיבט אים וואס קומט אים. אבער אינמיטען גאס?.


מ'קען מיינען דו אדרעסירט דא איינעם דירעקט, ראביי, מ'רעדט פון צולאזטע איגענטליכע אין א קהילה אן קיין מנהיגות.
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

אוהב ספרים האט געשריבן:ווייס איך שוין נישט וועם צו גלייבען

יא געשלאגען אדער נישט?
זעהט די טוויטער פיד פונעם רעפארטער מיט א קלארשטעלונג.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

קלארשטעלונג אז זי ווייסט נישט.....
פארשפארט