ווער איז הערשי טישלער?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

ווער איז הערשי טישלער?

שליחה דורך כלבאשבוע »

הערשי טישלער האט אויפגערודערט די אידישע און די גויאישע גאס מיטן אנפירן די חוה״מ פראטעסטן און אנרייצן די געמיטער

ער שטעלט זיך פאר אלץ א קאמיוניטי אקטיוויסט און פארזארגער אבער בארא פארקער איינוואוינער קענען אים שוין לאנג אלץ א צוהיצטער צורודערטער פערשוין וואס איז דורכגעפאלן עטליכע מאל ווען ער האט פרובירט לויפן פאר פאליטישע אמטן, ער איז א לוזער וואס האט ליב צו רעדן צו זיך אליין אויף זיין אייגענעם ראדיא שאו און איז אויך עוסק אלץ עקספעטיידער ווי מענטשן צאלן אים געלט ער זאל פארשאפן פערמיטס וכדומה

ער האט נישט קיין שום פראבלעם זיך ארויסצושטעלן ברבים קעגן א יחיד אויב איינער שטייט אים אין וועג אדער אין וועג פון זיינס א קליענט, ער איז אומשטאנד זיך צו שטעלן אין פארנט פון יענעמס הויז אדער ביזנעס און יענעם דערגיין די יארן

יעצט ביי קאראנע איז ער אריינגעשפרינגען צו עפענען על דעת עצמו די פארקס נאכדעם וואס כלל ישראל איז שוין נמאס געווארן פון זיצן איינגעשפארט אינדערהיים, דער עולם האט הנאה געהאט פון זיין חוצפה און דאס האט אים געגעבן חיזוק ווייטער אנצוגיין

ער האט צושטערט א פרעס קאנפערענץ אויף די גאס אין בארא פארק פון א אידישן דאקטאר וואס איז געקומען אויפקלערן אז סאיז דא א second wave און מען דארף זיך באווארענען און אכט געבן, נאכדעם האט ער זיך גענומען מאכן ווידיאוס ביי מיימאנידיס יעדן טאג שרייענדיג אז סאיז נישטא מער קיין קאראנע און סאיז אלעס פעיק ניוז

עפ״י רוב זענען זיינע ווערטער אליין פעיק ניוז, ער איז נישט מדייק און טוט לכאורה במזיד פארשפרייטן מיסאינפארמעישאן וויאזוי נאר סשמעקט אים

ער דירעקט זיינע רדיפות לויט די גיסטע פונעם עולם, ווען דער עולם איז אויפגערעגט אויף קאומא שימפט ער קעגן קאומא, ווען דער עולם איז אנגעצויגן אויף דיבלאזיא האקט ער אויף אים פעך און שוועבל און מיט זיין אייגנארטיגע חוצפה לייגט ער צו סטראשונגען און רייצט זיך מיט אים מיט קינדערישע לאזונגען, אויב ספעלט אויס, טאנצט ער אויך ארויף אויפן טראמפ וואגן און מאכט דאס אלץ א חלק פון זיינע פערל ווערטער דרשות

זיין היסטארי איז אבער אויך פיל מיט צווייפלהאפטיגע און קרימינאלע אקטיוויטעטן, אן ארטיקל היינט אין ברוקלינער, דעקט אויף אביסל פון זיין עבר:

The Leader Of The Violent Protests In Boro Park Has A Criminal Past

פארשטענדליכע אידן פרעגן עד מתי יהיה זה לנו למוקש און קלערן הויעך וויאזוי מען קען פטור ווערן פון דעם אנשיקעניש
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: ווער איז הערשי טישלער?

שליחה דורך גראף »

דער תירוץ איז במקום שאין איש איז טישלער אויך א פיש.
איך טראכט צו מיר ווער איז דער מענטש אין ב.פ. וואס קען לייגן זאכן אין פראספעקטיוו?
קען זיך אויסגלייכען מיט גאוו. קאומאו?

קען בארואהיגן מעיאר דיבלאזיא אז אונז האלטן נישט אז ער איז א אנטיסעמיט און געדענקן אז ער איז כסדר שוין יארן לאנג געווען פאניע בראט מיט די דזשוס און געהאלפן? (אפילו אויב נאר יחידים האבן בענעפירט).
מי האיש וואס פארשטייט אז ווען די אנדערע טיר ביי דער זייט פון דער פארק איז האלב אפן און די באהערדע געט קוים א בליק אויף יוצא זיין, ""טאר"" מען נישט מאכן א שטונק פאר גאנץ אמעריקע?

האט א רבי אדער ראש ישיבה אן געסטראשעט זיינע בחורים נישט צו מאכן הפגנות?


Sent from my SM-G950U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

די פראטעסטן זענען נישט געווען ווייאלענט, עכ''פ 'מערסטנס פּיספול' איז עס זיכער געווען. הערשי איז נישט געווען די אנפירער אדער ארגאניזירער. עכ''פ ער האט יא געשפילט א ראלע און זיך געלייגט אין געוויסע אומשטענדן אלס פירער... קלמן יעגער איז אויך דארט געווען אבער אזויווי ער איז א טריקענע כאראקטער איז עס איהם נישט געגאנגען און ער איז אהיים געגאנגען.

אלע אנדערע א''ג באזעסענע עסקנים, וואס האבן זיי אויפגעטון? חוץ פון ברענגען פראגראמען פאר מוסדות?
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: ווער איז הערשי טישלער?

שליחה דורך פאליטיקאנט »

-קודם כל ער הייסט 'העשי' (העשיל) טישלער.
-צווייטנס לאמיר עס אריינרוקן אין אנשי שם.... (אפי' אויב עס איז נעגאטיוו).

יעצט צו זיינע מעשים? איך בין נישט איינשטימיג בכלל, אבער ווי אנדערע האבן שוין ערווענט, ער 'טוט' פינטל. (עגעין איך האלט אז ער דארף עס נישט טוען, און מ'זאל עם נישט צולאזן), אפשר פארדינט ער טאקע א תגובה אינעם פאזיטיווע טוישונגען אין אונזער געזעלשאפט - דאס אז ער איז א יחיד אן קיין שום אפיציעלע כח, וועלכע האט זיך ערווארבן שטיצע פון א חלק ניכר בארא פארק.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

העשי טישלער איז יעצט מוצאי סוכות ארעסטירט געווארן פאר די חוה״מ פראטעסטן
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פאליטיקאנט האט געשריבן:-קודם כל ער הייסט 'העשי'

אין די סקרינשאטס פון זיינע טwיטס וואס פארן ארום שטייט ביידע. אויך הערשי.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: ווער איז הערשי טישלער?

שליחה דורך פאליטיקאנט »

דאס זאגט אבער גארנישט, טוט עס?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'זאג נאר וואס ער רופט זיך אליין.
תנא קמא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

שליחה דורך תנא קמא »

ער רופט זיך נישט אזוי, דער וואס שיקט ארום העשי'ס סטעטיס האט אים אריינגעלייגט אלץ הערשי.
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

קורקלענד האט געשריבן:
אלע אנדערע א''ג באזעסענע עסקנים, וואס האבן זיי אויפגעטון? חוץ פון ברענגען פראגראמען פאר מוסדות?


דאס איז די עיקר סיבה פארוואס ער איז מצליח צו באקומען סימפאטיע. יעדער איינער איז שוין זאט פון די אזוי גערופענע עסקנים וואס - צו עס איז יא אמת צו נישט - האט מען א פילינג אז זיי זענען נישט דא צו העלפן דעם ציבור בעת צר, נאר זייער איינציגסטע "עסקנות" איז צו ברענגען פראגרעמס און אנצופילן די טאשן פון די ראשי המוסדות.

האבן זיי אויפגעמאכט שפיטעלער? ניין, האבן זיי אויפגעמאכט בתי מדרשים, סקולס? ניין, און די ליסט גייט ווייטער, מען פילט ווי די עסקנים זענען נישט דא פאר אונז, און העשי טישלער טוט יא.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דאס איז אבער אויך א וויסטער איינרעדעניש ווייל מען מיינט אז ווען איינער 'טוט' איז עס שוין גוט, און פילייכט טוט ער נישט גוט?

דאנעלד טראמפ איז אויך א 'טוער' און מען האט אים פיינט, נישט יעדער וואס 'טוט' איז א הילף.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: ווער איז הערשי טישלער?

שליחה דורך פאליטיקאנט »

דו מיינסט אוואדי ארויסצוברענגען אז 'יעדער' וואס טוט, וועט אלס האבן פיינט, - די וואס האלטן אנדערש פון עם.
טאקע פונקט ווי טראמפ.....


און בדרך אגב אפי' עסקנים וועלכע האבן טאקע געטון אומריכטיג (לדעת רוב) זענען אויך בארעכטיגט צו טעותים, כמאמר החכם ווער עס וואשט נישט צוברעכט נישט קיין טעלערס....
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

c/p Heshy Tishler released without bail
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

די וואס געדענקען אים ווען ער פלעגט דאווענען אין ספרדישע שוהל, וועלען זאגען אז ער פלעגט זיך רעגן גאר אפט ספאנטאניש, און צומאל אויך מיט פיזיקאלע צולאזטע כעס, עד כדי כך אז ער איז געאסר'ט אריין צוקומען אין דער שוהל.

עס איז א שאד אז דער צודרייטע האט זיך גענומען א זאך וואס מאכט אים באקאנט אלץ א עסקן לטובת הקהל, און מיר האפן אז דער משוגענער געווינט נישט קיין פאבליק אפיס צוליב דעם.

אויך האב איך רחמנות אויף דער נעקסטער אנגעגריפינער איד פין זיין כעס.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

לגבי העשיס ארעסט און די קאנוויקשן ביים עולם אז ער איז ארעסטירט געווארן אדאנק די מסירה פון קארנבלי, איז דא דא א נקודה וואס דער עולם כאפט אפשר נישט אזוי

כלל ישראל איז היינט געבענטשט מיט א קלאב פון צענדליגער שוויצערס און מאכערס וואס טינקען זיך אין פאליטיק און זענען איבערצייגט אז דער ציבור נויטיגט זיך שטארק אין זייער איבערוועגנדע חכמה

א חלק האבן זיך שוין טאקע ערווארבן עפעס פאליטישע קאנעקשענס און די אנדערע זענען סך הכל ראצערס וואס זענען עקטיוו אויף סאושעל מידיא און צילן צו ווערן פאליטיקעלי קאנעקטעד, היינט צוטאגס איז דאך זייער גרינג פאר יעדן שמויגר זיך צו ערקלערן אלץ זשורנאליסט, ווארטזאגער, און וואס נישט

דאס אליין וואלט נאך אפשר געווען א האלבע צרה, אבער צי אונזער גרויס מזל הערשט ב״ה א גרויסע קאמפעטישן צווישן די אלע אטענשען סיקערס און זיי זענען נישט שוה בשוה איינער מיטן צווייטן, זיי האבען צווישן זיך חבורות און פראקציעס און איין פראקציע האסט און פארגינט נישט דעם אנדערן

סהאט אמאל געזאגט א קלוגער איד, א מבין, אז רוב פון די אזויגערופענע עסקנים זענען געפערליך מסוכן ווייל אינעם געיעג נאך אביסל מאכט און אנערקענונג זענען זיי אומשטאנד אויפן ערגסטען חלילה. סאיז טאקע א דבר ידוע, אז סזענען דא פון זיי וואס זענען מלומד ומפורסם במסירה און זענען עלול אפילו אויף רציחה

די בייז בלוט וואס הערשט צווישן זיי קומט די מערסטע ארויס אין דער עפנטליכקייט ווען איינער פון די בני החבורה ווערן געדינגן דורך א לויפנדער פאליטישאן אלץ אנדרייער, לאביאיסט אדער אקטיוויסט, און זיין בר פלוגתא ווערט געדינגען דורכן פאליטישאןס קעגנער

די בנין נערים חברה ווערן דעמאלץ פארוויקלט אין בלוטיגע מלחמות ווי סשפילט א ראלע העפטיגע אטאקעס פונעם ערגסטן סארט, די הענטשקעך קומען אראפ און די געווער קומט ארויס, גארנישט ווערט נישט פארשוינט, עפענטליך און פערזענליך פליען הייסע קוילן אויף אלע ריכטונגען, און פארשטייט זיך אז דער ציבור טרעפט זיך אינדערמיט און ווערט מיטגעשלעפט אין זייער בלאטע

קאמפיינס זענען סיזענעל פרנסות אבער די נערישע שלאכטן ציען זיך לאנג נאכדעם וואס די קאמפיינס ענדיגן זיך, די חברה נערנים רייסן זיך ווייטער ארום ביי די קעפ און די נאכווייען שפירן זיך אן רעכטס און לינקס

די שנאה צווישן טישלער און קארנבלי איז שוין א אלטע מעשה נאר מיט נייע פארזעצונגען, די פייט האט זיך פשוט יעצט צופלאקערט און כלל ישראל איז דער קרבן וואס שטייט פונקט אינדערמיט

די קעץ און מויזן (ווי: אייזדארפער, גוטמאן, גיפטער, געשטעטנער, גרינפעלד, הייקינד, יעגער, לעפקאוויטש, פערלשטיין, פרידלענדער, פרידמאן, קליין, רינגל, שווארץ, שליסל, שלעזינגער, שפיצער, וכו׳ וכו׳) האלטן זיך אונטער ביי די זייטן און ניצן אויס די געלעגנהייט צו גיסן אויל אויפן פייער און שטעכן זייער קאמפעטישען אין רוקן

טישלער איז שוין ב״ה אינדרויסן און די יעצטיגע סאגא וועט זיך אפשר אביסל בארואיגן אין נאנטן צוקונפט, אבער די נקודה איז אז ביי די חברה ענדיגן זיך קיינמאל נישט די געשיכטעס, סך הכל נעמט מען א ברעיק ביזן נעקסן פייט
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

הה''ד 'אזוי ווי עס גויאישט זיך, אזוי אידישט זיך'.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
דרויסענדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 30, 2020 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך דרויסענדער »

כלבאשבוע האט געשריבן:די בייז בלוט וואס הערשט צווישן זיי קומט די מערסטע ארויס אין דער עפנטליכקייט ווען איינער פון די בני החבורה ווערן געדינגן דורך א לויפנדער פאליטישאן אלץ אנדרייער, לאביאיסט אדער אקטיוויסט, און זיין בר פלוגתא ווערט געדינגען דורכן פאליטישאןס קעגנער

די בנין נערים חברה ווערן דעמאלץ פארוויקלט אין בלוטיגע מלחמות ווי סשפילט א ראלע העפטיגע אטאקעס פונעם ערגסטן סארט, די הענטשקעך קומען אראפ און די געווער קומט ארויס, גארנישט ווערט נישט פארשוינט, עפענטליך און פערזענליך פליען הייסע קוילן אויף אלע ריכטונגען, און פארשטייט זיך אז דער ציבור טרעפט זיך אינדערמיט און ווערט מיטגעשלעפט אין זייער בלאטע

קאמפיינס זענען סיזענעל פרנסות אבער די נערישע שלאכטן ציען זיך לאנג נאכדעם וואס די קאמפיינס ענדיגן זיך, די חברה נערנים רייסן זיך ווייטער ארום ביי די קעפ און די נאכווייען שפירן זיך אן רעכטס און לינקס

באמת א קנאקעדיגע נקודה. יעדעס מאל ס'קומט אן עלעקשאן כאפן מיר ווידער דעם פראסק און דער ציבור שרייט אז ס'איז אפאר יחידים, אבער שפעטער פארגעסט טאקע דער עולם פון וואס און וועם ס'האנדלט זיך דא. גאר קלאר ארויסגעברענגט! כ'האב שטארק הנאה פון דיין קלארקייט שלא בשעת החירום...
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

POWERFUL Op-Ed By Shlomo Yehuda Rechnitz, Calls Out Tischler As RODEF, Slams Protests In Boro Park
https://www.theyeshivaworld.com/news/ge ... -park.html
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

די אגודה איז אויך ארויסגעקומען מיט א שארפע סטעימענט קעגן טישלער קרוינענדיג איהם מיטן לשון פון אידיאט!

פאני אז די אלע פירערס אונזערע זעהן איהם פאר די 'גאנצע' שולד כאילו אז ווען טישלער זאל ווען נישט עקזיסטירן וואלט מען נישט געהאט די פראבלעמען וואס מיר האבן.....
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: ווער איז הערשי טישלער?

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

כ'קען נישט דעם העשי טישלער, כ'וואוין נישט אין ב.פ. און נישט אין ברוקלין ב"ה, נאר וויאזוי כ'קוק אן די אלע פראטעסטן ווי א ריכטיגע זאך שטייטסעך ווילאנג ס'פרידלעך און גוט ארגאנאזירט, און די אלע "עסקנים" רבנים ודומיהן, ווי די יודנראט/עסקנים/רבנים אין יוראפ בימים ההם ווי זיי האבן אויכעט אויסגעשריגן פארן המון עם צו פאלגן ווי וואוילע שעפעלעך און נישט מאכן קיין חילול השם, און ס'איבעריגע איז היסטארי.
און דא אין אמעריקע האט יעדע אמעריקאנער נישט קיין חילוק צו וואספארא רעליגע, ראסע מ'באלאנגט, יא ס'טאקע דא אזא זאך ווי שתדלנות אבער דארט ווי שתדלנים שלאפן און האלטן נישט ביים צולייגן א האנט ליגט א חיוב אויפן המון עם צו שרייען, קען קומען יעדער עסקן/רב/רבי/אדער סתם אן עושר וואס האט די מאה האט די דעה און זאגן אנדערש, דאס נעמט נישט אוועק אונזערע געבענטשטע רעכטן
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

בריוו פון רעכניץ:

I was originally hesitant to write this letter however I decided that I can’t watch what’s currently taking place in religious neighborhoods and remain silent. If for no other reason at all, I’ll be able to say ”Yadai loi shufach es hadam hazeh”.

The Coronavirus is child’s play when compared to the potential devastation that is silently growing and metastasizing by the day. This new catastrophe cannot be cured by Remdesivir or any other legend drug. Furthermore the antidote would not be social distancing as from what I understand from 70+ years ago, there was no social distancing or masks in the gas chambers! It is irrelevant that President Trump moved the American embassy to Jerusalem and helped Jews in other ways, we Yidden are putting ourselves in a bigger Makom Sakana every day. I doubt that there is even one [gentile] who saw or read about our current vile behavior and did not instantly forge an innate hatred for the Jews. They’re not evil, it’s called natural. Just remind yourself about some of your inner thoughts while watching the fatalities during the BLM “peaceful protests”. The non jews don’t necessarily have to care how many Jewish mortalities there will be in a specific shul, they are rightfully viewing this as a case where the Jews are being selfish, uncaring and above the law, which is causing an uptick in cases which will ultimately reach their own neighborhoods. “The Jews simply don’t care that we’re being killed”.

This is and will remain direct causation of unadulterated Anti-Semitism. To stir up anti-semitism takes a lot less than this. We’re breaking records now. This behavior has never occurred by Jews in America. We always knew our place. Pre World War 2, a lot of people could have escaped but never imagined in their wildest dreams what awaited them. Today, due to numerous reasons the world is on edge. People lost their jobs, people can’t pay for rent or food, people got or are scared of getting the coronavirus or perhaps they lost a loved one. People are extremely upset about inequalities across the spectrum. More people are taking phsychotropic drugs today than ever before. The world situation is fluid from day to day and one little spark can C’V cause the unimaginable. It also doesnt help that the Democratic Party as we knew it, no longer exists, as it’s been taken over by politicians who are trying to outdo each other in how “progressive” they can be. The root cause of our problem, the reason we feel so infallible is undoubtedly that we forgot WE ARE IN GOLUS! This is not our Country. We are merely guests in America, where after more than a thousand years, we finally have the zechus to live in a Country without tight Jewish ghettos.

Unfortunately, Ltza’arenu harav, we have living amongst us a Behaima she’anenu tehora who is creating anarchy and chaos, which is being streamlined by the national media outlets. It shows indisputable proof that this self appointed, power hungry, inciter and demagogue Heshy Tischler who falsely claims that he represents us, is organizing demonstrations where we are to scream personal obscenities at the governmental authorities. “Dirty animals, Nazi’s, and Kapo’s” are just a few examples of this clowns overall limited vernacular. If this seems like I’m taking this personally, it’s because I am. He’s putting my family and your families at risk, and he knows it. But that’s not reason enough for him to surrender his candidacy in a race where his support won’t even hit double digits. What changed our mindset so suddenly? How did we collectively all forget that we’re being closely watched? Who is prepared to give a Din V’cheshbon on this colossal CHILLUL HASHEM? Did we learn this new behavior from the BLM movement? Is that who guides us today? Who are we, to decide which form of congregating is safe and which is not. The Medrash says: If you’re told that there’s Torah by the non jews, don’t believe it. But if you’re told there is wisdom by the non jews, you can believe it. We are in the midst of a never before seen coronavirus and naturally everyone is going to look to point fingers and place blame at the people who caused this. Half the Country thought it was President Trump. The other half believed it was the fault of China. This was finally the first calamity in history where the Jews were not being blamed. But not to worry. Some of our own people fixed that real quick. I am not an alarmist, but dare I say the immediate and long term consequences that are floating in my mind.

But technically this is all somewhat irrelevant. Because if with some magical wand we could theoretically prove to ourselves that our children and communities would be safe in schools, then the reality differs from the perception, and the latter rules.

Even if we are 100% right and are acting with logical reasoning, or we believe we can manage to not be seen without a mask, or we are convinced we’re being persecuted and singled out, or we realize that our children are not getting the best chinuch possible, unfortunately right and wrong are not at play here. We still cannot make up our own laws, and we are obligated per all the Rabbonim that I’ve heard opine to date, to follow the guidance of the health specialists. I have great faith in our Rabbonim that they will figure out an eitzah regarding the chinuch issues, and we’ll know it’s being done with Daas Torah. We must never forget that we are a nation of D’racheha darkei noam.

Yes, we live in a Democracy. And yes, we have a right to free speech, but Tischler’s hateful rants are not considered “speech”. We can always agree to disagree and there are judicial and political mediums that we can exhaust. We all have an obligation to be mishtatef in finding a resolution, but calling the Mayors wife a despicable name is dead wrong, defamatory and probably dangerous. This is not who we are. This is the antithesis of who we are! “A shining light (and sirens) unto the nations”. I personally watched a video of Dr. Mitchell Katz (whom I’ve personally met several times) attempting to speak and help our communities in a much needed way only to be met with overdramatized false personal attacks on his charachter, to the point that he had to cancel the press briefing for fear of his physical safety. Forget the fact that he is revered and pursued throughout the Country and has established a reputation as being an apolitical figure who only takes into consideration what is best for the population’s health and well being, reasoning which should be beyond sufficient, but how are we so oblivious to the fact that these are the same people who make the regulations regarding Metzitzah, Shechita, foreign esrogim, the definition of death and when can they pull the plug, school curriculum, school funding, vaccinations and the list goes on and on?

But let me be clear. Heshy Tischler is not just a Zealot. HE IS A RODEF, yet it is us who will suffer the collateral damage! There is no Mesirah on a Rodef.

There is the view among many leaders that we should not bring up Heshy Tischler’s name because it will just give him the fame and publicity he seeks. This thought process is completely skewed. It would be useful in a scenario where someone is slowly building a following for the wrong reasons. You don’t give him the time of day, but here we are dealing with a completely different situation. Tischler is not under the radar. He and his vicious acts are known, recorded and in their face.

WHAT WE NEED TO DO NOW:

In my humble opinion,

Our representative organizations need to immediately relay to the City and State Government that we are completely unaffiliated with him. He in no way represents us. To the contrary, we make a point of not accepting him into our circles.
The only thing we have in common with him is that he wears a Yarmulke. Wearing a Yarmulke makes you religious just as standing in a garage makes you a car.
Every organization needs to put out a letter strongly recommending that they don’t vote for him in any election, seeking any position.
Representatives need to get interviewed by all mediums of media and be very clear that this prior felon is an impostor and may just have minimal support from other people who don’t have day jobs.
As most of his “followers” are children, we need to speak to their parents or Grand Rabbis to prohibit them from getting near him, or any of his events.
We need to announce and make clear that anyone who supports him is considered a co-conspirator (Co-Rodef) and will be shunned by all of our communities. Note: if you’re bored and want to check out his event, I recommend watching 20 minutes of a Holocaust documentary and then decide.
He should not be touched, hurt or threatened. He should just be ignored.
People make mistakes. All these restrictions can be lifted if he commits to put an end to any and all events, meetings, conversations, correspondences, that are in any way related to the coronavirus or any anti-government actions AND he sends a personal apology to any victims of his misplaced wrath.
While there might be a little extra work initially, in a relatively short period, we won’t have to act, react or defend ourselves to other people. They will then just view him as a very vocal vagrant with a few other friends who are just looking for attention.

Chasin kadosh b’rov tuv’cha nahel adasecha.

Shlomo Yehuda
.I got voices in my head.
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

שליחה דורך היכי דמי »

טישלער איז ארויסגעקומען מיט א שטארקע פארדאמונג קעגן רעכניץ. ער זאגט אז ווען ער גייט געוואונען דעם קאונסילמאן זוץ, גייט ער עפענען א שטרענגע אויספארשונג אויף אים און זיין נורסינג היימען וואס זענען שולדיג און אסאך טויטע איצט ביי קאראנע
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: ווער איז הערשי טישלער?

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

כלבאשבוע האט געשריבן:POWERFUL Op-Ed By Shlomo Yehuda Rechnitz, Calls Out Tischler As RODEF, Slams Protests In Boro Park
https://www.theyeshivaworld.com/news/ge ... -park.html
Powerful Op-Ed???
אדער זיין געלט איז Powerful!!
פארשפארט