דער אכזר אלץ פאסטוך - [אין פארזעצונג]

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
קוויטעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 2:08 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

דער אכזר אלץ פאסטוך - [אין פארזעצונג]

שליחה דורך קוויטעל »

[center]ב''ה[/center]

[center]- סיפור בהמשכים -[/center]
[center]דער אכזר אלץ פאסטוך[/center]

[center]מבוא[/center]
מיט בלוט און טרערן זענען אנגעזאפט די זכרונות קעמערלעך פון מענדל, אז ס'שפירט זיך נאנט קען ער נאך שפירן די ווילדע קאשמארן, וואס באגלייט יעדע פונק פון יענע יארן. דאס באנעם איז נישט געווען ווי היינט, נישט די לעבנס גאנג, אוודאי נישט די מנהגים.

דעמאלטס מענדעלע דער צען יעריגער, און היינט שוין א בן חמישים, און וויפיל טייכן האבן שוין איבערגעפלאסן דעם שטעטל פון זיין יוגענד, און כאטש היסטאריע און געשיכטע עס האט געטוישט דאס גאנצע וועזן, האט עס אבער נישט אפגעווישט יענע וואונדן, און נישט פארצייעט דעם שאנדע, וואס ליגט פאר די אויגן ווי א פארשלעפטע קרענק.

נישט אז מענדל האט נישט פארגעסן, און נישט אז ער האט יא פארגעסן... עס איז די פאקט וואס טרייבט אלץ צוריק דעם זיכרון צו יענע תקופה, ווען טויט אנגסט איז געהאנגן ווי א שווערע נעפל אין די לופט, אז מ'האט עפעס אנדערש נישט געקענט אטעמען, טאג און נאכט, מראשית השנה עד אחרית שנה.

ס'איז עפעס וואס דערמאנט עהם נאכאמאל און נאכאמאל, ווען ער האט נאטורליך שוןן פארגעסן און אפילו שוין געוואלט פארגעסן דערפון מיט יארן צוריק. אבער וויפיל מאל ער האט שוין פארגעסן, אט קומט עס עהם צוריק ווי א מעלה גרה'דיגער ביינדל אין האלדז.

די שעפעלעך און ציגעלעך, אויך די פיש אינעם אקוואריום – ביים טאטן אין הויף – איז אויך א טייל פונעם אמאליגער לעבן, אבער דאס האט ער שוין היבש פארגעסן, און ווען ער האט זיי געלאזט פאשען אויפ'ן זאפטיגער פעלד, וואו ס'געווען מער זומפ ווי גראז, און נישט איינמאל האט זיך מענדל געטראפן א פוס אין וואסער, און אויך דאס האט ער שוין היבש פארגעסן, אדער נישט אינטערעסירט צו געדענקן.

וואס איז דאס, און ווער איז דאס, וואס האלט מענדל ביים קארג, און טוט עהם אלץ נאכאמאל און נאכאמאל דערמאנען, עפעס וואס ער וויל שוין פארגעסן, אבער וויל דאך נישט... און אויך נאכן אפמאכן צענדליגע מאל – גענוג! קלערט ער זיך איבער אז ניין, ס'נאכנישט גענוג...

דאס ווערט אויספירלעך געשילדערט אין די קומענדיגע קאפיטלען, מיט אייגענע דעטאלען פונעם היים, דארט ווי ער האט געזויגן זיין ערשטע קרעפטן צו אויסוואקסן מענדל אליינס – נישט כאטש ווער א נשמה יתירה אינעם עולם התוהו, נאר א בר הכי און א בר דעה אין וועלטליכע – פונקט ווי אייגענע געשעפטן און שמועסן.

[center]*[/center]

[center]פרק א[/center]
[center]פרישע הויט[/center]
קוויטעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 2:08 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך קוויטעל »

אזויווי ס'וואלט אויפגעשטאנען א נייע פרימארגן, אזוי האט זיך הרב החסיד ר' הערשל אלמער באוויזן אין שטאטישער שול. ער האט געטון אזויפיל חסד און עסקנות פאר אנדערע, ממש שלא על מנת לקבל פרס, און ממש אנע פרסום און גלעקלעך.

פארקערט, ער האט דווקא אכטונג געגעבן מ'זאל נישט באמערקן אז ער טוט אלעס, און שטייט אונטער יעדע גוטע זאך אין קהילה. און מ'האט נישט געדארפט צוויי מאל בעטן, ווען ר' הערשל איז שוין געשטאנען מיט צוויי רעכטע הענט גרייט, צו איז עס פאר'רעכטן עפעס אין שול, צו איז עס גיין נאך געלט פאר א געווארנענעם נצרך.

א יתום און א אלמנה זענען געווען די ערשטע אויפ'ן ליסטע ביי עהם, און האט געדעקט די קאסע, ווען קיינער ווייסט נישט פון וואו נעמט ער דאס, ווייל קיין גרויסע עושר איז ער ר' הערשל בכלל נישט געווען.

ער האט בכלל נישט געטון אין סחורה, און געזעצן צווישן די ווענט פונעם שול, צו ארומגעלאפן צווישן די געשעפטן פונעם שטאט, און געזארגט און באזארגט אלץ און אלעמען. און ווי כאילו ס'איז ארויסגעוואקסן א נייע בלום אינעם שטאט'ס גארטן, ווי ווייט מ'האט נישט געקענט ר' הערשל יארן פארדעם אלץ דער יעניגער וואס איז עוסק אין די אלע גוטע מעשים, אזוי פלוצלינג איז ער געווארן א היבשע שם דבר און אדרעסע פאר די אלע צרכים.

ער איז שוין אליינס געווען א בן שבעים, און שוין חתונה געמאכט די אייניקלעך – א טייל די צווייטע מאל... און זיך געלעבט אין שאטן פון פארהעלטמעסיגער גאנג, ווען מ'הערט פון עהם קוים א ווארט, צו בכלל.

ר' מענדל וואס האט מיט די יארן געטוישט זיין פאמיליע נאמען פון שלייפער צו פערליץ, האט אבער אנדערש געזען דעם בילד. ר' מענדל האט אלץ געהאלטן א וואכזאם אויג אויף דעם ר' הערשל, און געזוכט וואס מער אונטערלייגן א פיסל – אז ס'זאל דורכפאלן זיינע 'גוטע מעשים' טאג טעגליך.

ווען אונזער מענדל פערליץ האט געהאלטן ביי זיך אויף זיכער, אז דווקא ער מיט'ן שטערן – אומאפציעל – ר' הערשל'ס פארצווייגטע מעשים טובים, טוט ער מענדל אליינס גאר א מצוה, ווען ר' הערשל ווער גע'רודפ'ט, און ס'איז בכלל א ספק צו ער כאפט אפילו ווער ס'מאכט דאס אלץ אן.

און ווי שטארק מענדל האט פראבירט אלץ צוזיין אנאנים, איז אבער ארויסגערינען פון צייט צו צייט, אז יענע וואך דינסטיג האט ער מענדל גע'לקח'נט דעם צדקה בייטל פון ר' הערשל – אין א שטילע מינוט, און דאס צוריקגעלייגט אדורכגעווייקט מיט פיש זאפט, וואס ר' הערשל האט אליינס געברענגט שיריים פון א נעכטיגע שמחה – פאר הונגעריגע יודען פאר פרישטיג – ביים קאווע טישל.

וואס האט ער געוואלט פון עהם, האבן זיך ארומיגע געוואונדערט; האט מענדל עפעס א שנאה קעגן ר' הערשל, אז ער האט דאס געטון, דווקא דעמאלטס? דווקא קעגן ר' הערשל? אדער איז עס פונקט געווען א שוואכע מינוט ביי מענדלען, ווען ער לייכטזיניג אויסגעפירט דעם מאדנעם קאפריזן אקט.

קיינער האט נישט געוואוסט, אז דאס האט זיך נישט יעצט אנגעהויבן, און וועט זיך מיט דעם נישט ענדיגן. און גענוג האבן אסאך געקלערט, אז ס'איז מעשים בכל יום, און ס'איז א פארזעעניש, און גארנישט עפעס באזונדער. נאר מענדל האט געוואוסט, און גוט געוואוסט, אז ער פירט א קאמף. אבער מיט וועמען? מיט א וואוילער יודל אין די עלטערע יארן?

ר' הערשל האט עפעס שונאים? ר' הערשל האט כאטשיג ווען חס ושלום מקפיד געווען? לכאורה נישט!

אזוי האט עס אויסגעקוקט כלפי חוץ...

[center]*[/center]

מענדל אליינס איז שוין נישט קיין יונגער צוציק, און וואס ער מאכט, האט א גענויער חשבון, און ווערט געטון מיט א הכנה און מחשבה תחילה.

אלא מאי? מאי האי??
קוויטעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 2:08 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך קוויטעל »

קיינער האט נישט באמת פארשטאנען פארוואס, ווייל דווקא איז מענדל נישט געווען קיין קליינע בעל טובה, און אויך ווייט פון א פעסעמיסט. פארקערט, ער איז געווען א גוטמוטיגער און פריינד פאר יעדן, און עפעס נאר נישט צו ר' הערשל, ווי ער וואלט געווען געבוירן עמפינדלעך צו דעם סארט מהות, א וואונדער.

שמשון מיט די לאטעס

א שטייגער ווען מ'זעט געוויסע סימנים, און מ'ווייסט נישט וואס דאס איז. אויב איז עס ווייטאגליך און אוודאי ווען ס'איז נערווירענד, לויפט מען צום דאקטאר וואס געבט א באלזאם – נאטורליך צו גאר א מעדעצינישער פראדוקט.

אנדערש איז געווען הונדערט יאר צוריק, ר' מענדל האט דאס קלאר געהערט פון זיין זיידע, ווען ס'איז געווען א סארט וועלט וואס היינט קען מען זיך אויסבילדען פאר די אויגן.

ר' מענדל האט געמיינט אז ער ברעכט אויס דאס עסן, דאס וואס זיין באלעבוסטע האט עהם איינגעפאקט פאר מיטאג. ער האט נאר געכאפט א שנעלע הפסקה, צו באזוכן זיידי אין זיין איינזאמער לעבן – אינעם נאנטער בית אבות פאר זקינים. ווען ער האט נאר וואס געהערט די מאדנע היבש גרויליקער ערציילונג פון זיין זיידע ר' שמשון, האט ער אנגעהויבן זען גרינע ווערים טאנצן הקפות אין שווארצע רונדעס...

שמשון פערליץ פון מיקא-פיערטש – א קליין שטעטעלע נישט ווייט פון וואמושפיערטש און טעגלאש – ווי זיי האבן געלעבט היבש גליקליך. אבער ווען שמשון האט איין טאג באמערקט אויף א אויסשלאג איבער זיין בויך, און די קומענדיגע טעג האט זיך עס פארשפרייט צו די פוס אויך, האט ער שוין געוואוסט אז דא דארף מען ערנסטע באהאנדלונג.

זיין שווער איז געווען היבש פארמעגליך, און האט זיך געקענט ערלויבן צו באצאלן פאר דעם קאסטבארער באהאנדלונג, אלעס פאר זיין געליבטער איידים שמשו'לע, וואס איז געשלאגן געווארן מיט דעם מאדנעם אויסשלאג איבער'ן קערפער.

דאס קאסט האט זיך געהאנדעלט פון דינגען דריי שטארקע מענטשן, א פראפעסאר וואס וועט מאכן דעם ארבעט, און דאס ספעציעלע זאלב וואס וועט פארגלעטן דעם קערפער – נאך וואס מ'וועט אפקראצן די ווילדע אויסשלאגן וואס איז וואס מער געלאפן ווייטער.

- יא, ס'נישט געווען דאן קיין איינשלעפונג שפריץ, נאר מ'האט איינפאך און ברוטאליש צוגעבינדן דעם פאציענט מיט שטריק – אויף א טיש. און עטליכע פעסטע יונגען האבן אנגעכאפט דעם קערפער מיט צוואנג, און דער פראפעסאר האט אפגעקראצט די וואונדען און ריזן אויסשלאג פאסן.

דער פאציענט האט געקענט שעלטן און שרייען, און נאך ווי מ'האט געשריגן, ווען דאס מעסער רייסט רויע פלייש, אבער ס'איז דאך געווען פון רחמנות אויס, ווייל ס'איז געווען עהם צודערהאלטן ביים לעבן.

מ'האט אפגעקראצט דאס ערשטע און טייל פונעם צווייטן שיכט הויט, און דערויף באלד איבערגעשמירט מיט'ן ספעציעלער גוטע זאלב, וואס האט טיילווייז אפגעשטילט די ווייען און ליידן. אבער ווידער ממשיך געווען מיט'ן רייסן גרויסע טיילן הויט פונעם קערפער, אויפ'ן רוקן, פונעם פוס, טייל פונעם געזיכט. חסדי השם ווי אומער ס'האט נאכנישט דערגרייכט די אויסשלאג, און האט אויסגעמיטן דעם ברוטאלן – אבער קריטישער באהאנדלונג.

אוודאי האט מענדל געמיינט ער חלישט... און אוודאי האט ער כמעט געבראכן אלעס וואס ער האט אינעם געדערים.

אבער ניין, נישט צוליב דעם וואס ער האט געהערט דעם אמאליגער באהאנדלונג. ניין, נישט ווייל ער האט געשפירט יעצט וואס מיינט יענע צייטן, אזא אויסשלאג וואס באדרויעט דאס לעבן.
קוויטעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 2:08 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך קוויטעל »

יא, יא, רויטע קנאבל... רשעות אכזריות! רויטע קנאבל! האט מענדל פלוצלינג צעשריגן, ווי פון א טראמא אינעם פארגאנגענהייט. און ער האט אזוי געשריגן... ביז ר' שמשון כאפט עהם ביים האנט.

מענדעלע וואס האט פאסירט?

ווער זאגט אז מ'האט זיך באנוצט מיט קנאבל – ביים אפשינדן דעם אויסשלאג? אפשר יא אפשר נישט, כ'ווייס אליינס נישט... רויטע צו ווייסע, גרינע ווערים האב איך געזען דאן געזען פאר די אויגן... אבער חסדי השם היינט איז א אנדערע מעדיצינישע וועלט.

אבער מענדעלע וואספארא אויסדרוק איז דאס רויטע קנאבל?

גארנישט גארנישט זיידי, כ'האב מיך פשוט עפעס דערמאנט...

- מענטשן מאכן מיט! יעדער האט זיך זייער פעקל...

און ר' מענדל האט זיך געיאגט צוריק אין אפיס, און וואונטשט דעם זיידן א גוט יאר א געזונטן עתיד. און לאזט דעם זיידן מיט'ן פראגע אין די לופט. וואס מיינט דאס רויטע קנאבל וואס מיין מענדעלע האט זיך אזוי היסטעריש צעשריגן....

[center]*[/center]

אוי! נאך א מזל כ'האב עהם נישט פארציילט קיינמאל וועגן די ריכטיגע צרות – ביים צווייטן וועלטס קריג.

אויב מיינט מיין מענדעלע אז דאס מיינט צרות, מעג איך עהם נישט מער דערשרעקן, און ס'בעסער אז כ'האב עהם נישט פארציילט נאך אסאך ערגערע גרוליקע איבערלעבונגען.
דארט ביים דייטש וואס כ'האב אלץ צוגעזען, געהערט און געשפירט, און געזען די מלאך המוות מיט'ן חבלה שטעקן – אין די ברוטאלסטע סצענעס וואס א בשר ודם קען נאר זען - און בלייבן נארמאל.
אפשר וואלט איך עהם דווקא יא געדארפט פארציילן. אדרבה, זאל ער יא וויסן וואס א גוטע לעבן ער האט היינט. זאל ער דווקא נישט מיינען אז שינדען הויט איז דאס איינציגע ווייטאג אין מיין פארגאנגענהייט.

רויטע קנאבל שטערט עהם? און מיינע חברים – מיט זיי האב איך פארברענגט יענע יונגע יארן – שמוליק, מנחם און גימפעלע... אוי זכרונות, איך האב שמוליק און מנחם מער נישט געזען מער. אוודאי ארויף אויפ'ן מזבח העולה דארט אין טויט לאגער.

אבער גימפי? דאס לעצטע מאל וואס כ'האב עהם געהערט – נישט געזען, דאס וועל איך טאקע פארציילן פאר מענדעלע – קומענדיגע מאל ווען ער קומט. זאל ער מיר פארדרייען דעם קאפ אז ער שפירט וואס מיינט ליידן. ווען גימפעלע האט געקוויטשעט און געגארגעלט זיינע לעצטע אטעם קוויטשען.

[center]*[/center]

צו נאכטס איז גראד געקומען חיים צום פאטער. און ער זעט זיין אלטן פאטער שמשון פארקלערט און פארוויינטע אויגן.
טאטע וואס מאכט מען?

אה חיימ'קע מיינס, זעץ דיך אוועק און לאמיר דיר פארציילן עפעס. אזאנס עפעס וואס כ'מוז דיר פארציילן אמאל, עפעס וואס כ'האב קיינמאל נישט פארציילט, און דאס איז נאר אביסל וואס כ'וויל פארציילן פון יענע שווערע טעג – ביים ביטערן קריג. עטץ קינדער וועטס נישט אויסהאלטן צו הערן צו סאך.

אט איז דא געווען היינט דיין מענדעלע, אוי איז דאס א ווייעך הארץ, און כ'האב גארנישט געוואוסט...

מיין מענדל איז א וואויל הארץ... יא כ'ווייס!

ניין, ער איז זייער עמפינדלעך... ס'איז עהם שלעכט געווארן היינט, ווען ער איז דא געווען מיטאג צייט.

טאטע פארוואס?... כ'האב דיר שוין געזאגט אז זאלסט זיי נישט בעטן דיר צו געבן דעם איינשפריץ. ס'נישט פאר זיי די מעדיצינישע זאכן, און ווען דו האסט דעם יונגער באהעלפער דא – דער ערל – ער איז פארדעם געמאכט, און ער ווערט דערפאר באצאלט. פארוואס זאלסטו דאס בעטן פון מענדל?

ניין חיים, וואס איינשפריץ? רויטע קנאבל האט ער געשריגן...

רויטע קנאבל?... וואס? מיין מענדל? אמת'דיג? ווען, פארוואס?...

איך האב עהם פארציילט וועגן אמאליגע צייטן, ווען מ'האט מיר אפגעשינדן די הויט, צוליב....

יא יא טאטע, דו האסט מיר דאס אויך פארציילט יארן צוריק. די אויסשלאג וואס האט באדעקט דיין קערפער אלץ יונגערמאן. יא?

איז וואס האט מיין מענדעלע רעאגירט?

ער איז געווארן פלוצלינג ווילד, און אויפגעטאנצן פון בענקל און געשריגן יא יא רויטע קנאבל!

דו ווייסט טאטע, ער פלעגט אלץ בחור דאס שרייען אינמיטן שלאף; איך האב עהם אויסגעלאכט, ווען ער איז אויפגעשטאנען, און פארציילט ווי ער האט געשריגן 'רויטע קנאבל גיי דיר אין גיהנום...' אוי האט ער זיך אויסגעלאכט און עס נישט געגלייבט.

אבער יעצט הער איך דא עפעס מאדנע.

[center]*[/center]
קוויטעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 2:08 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך קוויטעל »

מענדל האט גארנישט געהאט אזא ליבשאפט צו זיין פאטער, ווען דווקא צום זיידן האט ער יא שטארק געצויגן. און כאטש ער וואלט ווען יא געדארפט פארציילן פאר'ן זיידן, גענוי וואס קוועטשט עהם טיף אין נשמה, נישט צען יאר, נאר באלד פערציג יאר!

א טאטע בלייבט א טאטע, און כאטש זיין טאטע האט זיך מיט עהם נישט אפגעגעבן ווי ער וואלט ערווארטעט, דאך קומט נישט אריין די ווארט שנאה קעגן עהם, דאך אויך נישט אהבה, און זיכער נישט וויפיל ער האט צום זיידן זיינע, וואס איז שוין היבש אין די ניינציגערס.

ער וואלט עס שוין פארציילט פאר'ן זיידן, נאר ער וואלט עהם נישט מצער געווען, ווען ער וואלט עהם אוודאי געוואלט העלפן און מענדל איז זיכער ביי זיך אז ס'נישטא קיין הילף.

אויב ס'דא איינער וועמען מענדל האט פארטרויעט זיין וואונד, וואס איז פארדעקט פון די אויגן, און ליגט אבער ביים הארצן, דאס איז זיין געטרייע אשת חיל, מרים, וואס כאטש זי איז נישט געווען זיין בחירה לכתחילה חתונה צו האבן מיט איר, אבער ס'האט זיך אויסגעשטעלט אז געטריישאפט האט זי מער ווי סיי וואס מ'קען זיך פארשטעלן.

אבער העלפן קען זי נישט גארנישט, כאטש מיט-קרעכצן, און זיך האלטן דאס מויל, נישט פארציילן קיינעם וואס איר לעבנס שותף מענדל האט ער נישט איינמאל פארציילט, און אנגעוויזן אז דאס וואס ער טוט אמאל מאדנע זאכן, איז דאס אלעס א דאנק דעם.

[center]*[/center]

ווי שיין זענען די גראז און ביימער, און די וואלקענעס ארום. ווער רעדט נאך פון די פרישע לופט וואס געבט ממש א שטיק חיות פאר זיי ביידע.

מרים און מענדל זענען אויף וואקאציע, און די קינדער געלאזט ביי פריינד צו האלטן. אט יעצט קען מענדל פריי עפענען דאס מויל, און ווידער איבערקייען זיין ווייטאג. און מרים נעמט דאס אריין אין זיך, און פארדעקט דאס מיט פארשטענדעניש.

ווי שיין זענען געווען די ביימער, און די גאנצע בריאה, אויך פערציג יאר צוריק. אבער נאר יעצט איז מענדל זוכה צו שלונגען די הנאה פון זיי, ווייל דעמאלטס אלץ קינד האט ער נישט געהאט די קאפ פארדעם. זיין קאפ איז געווען פארנומען ווי א קנעכט, ווי א שקלאף, ווי א שמאטע... אלץ צופרידנשטעלן זיינע אויבערהארן.

און ער גלייבט זיך אליינס נישט, אז ממש ביי עהם איז געווען א מציאות פון עבדים היינו לפרעו... ער האט מיט אפאר צענדליגע יארן צוריק געליטן אזוי ביטערליך, און געווען 'נישט דער היינטיגער מענדל' ניין! נאר פארקויפט זיין גאנצע מהות פאר אנדערע.

ס'איז די זעלבע הימל, די זעלבע פויגלען וואס שוועבן און שווימען אין די וואלקענעס און אינעם ארום. אבער מענדל איז פארט די זעלבע גייסט. ער איז מענדל! היינט א יש, א גבר, א מענטש. עפעס וואס ער וואלט זיך נישט געגלייבט אין די יארן פון זיינע ערשטע לעבנס טריטן.

ס'דא אסאך וואס האבן נישט ליב קיין קנאבל, און ס'דא אסאך סיבות פארוואס מ'זאל עפעס נישט ליב האבן.

און מענדל מיט קנאבל שטימען דווקא יא, אבער רויטע קנאבל מאכט עהם קאפוויי... הגם ס'נישטא אזא פרוכט! אבער די ווערטער אליינס ווי פון א בייזע חלום, רייסט פון עהם אוועק די מנוחה מיט אזא שטורעם און אויגן בליק, שנעלער ווי דער טייוועל וואס דעקט מכת חושך.

זיי זענען איינגעשטאנען אויף וואקאציע ביי א וואוילע בעל הבית, אבער שוין צו שטארק וואויל... אזוי ווייעך און וואויל, אז די עקרת הבית קען אויף עהם טרעטן מיט נעגל פאנטאפל!

יא, מענדל הערט און זעט גוט צווישן די שעות פון זייער מנוחה, אז ווי וואויל דער מאן איז, האט ער זוכה געווען צו עסן זיין חלק מיט מרור גרעסער ווי א כזית. און וויפיל ער דארף דאנקן גאט, אז ער האט נישט באקומען אזא פארציע.

שיין איז זי די בעלת הבית דארט ווי א רויז, אבער שטעכעדיג און שעדליך ווי שפין. פאר די געסט אלעס מיט אזא געפארבטע שמייכל, און פאר איר מאן, מיט אזא ציפעדיגע כבוד, מיט'ן זעלבן שמייכל אבער געפעפערט אזאנס ביז'ן ברעכן...

און מענדל ווייסט שוין גוט אז ער איז דא געקומען בלויז צוצוזען, און אפדאנקן גאט אז ער וואוינט נישט אין דעם הויז, אז ער האט נישט מקדש געווען דעם טייוול, און אז ער איז היינט פטור במציאות פון דעם פאקטישער יאך אויפ'ן קאפ.

אבער דאס אמאליגע יאך איז נאכאלץ משפיע לרעה אויף עהם, און אזעלכע פעלער טרייבן עהם נאר צום זייגער, צו זען ווען די טאג ענדיגט זיך און ער וועט באלד שוין זיין אויפ'ן וועג אהיים. ווייל אין א שטוב ווי ס'דא רשעות, ווערט מענדל צושפרונגען. ער ווייסט גוט וואס הייסט א גוטע הארץ פאר יענעם, און א מענטשן פרעסער אין שטוב.

[center]*[/center]

נאך נאכטמאל אינעם פאדער שטוב אויף א ווייעכער באנק, ווען דער בעל הבית זיצט אין א אינטימליכער שמועס מיט זיין גאסט. און נישט מער און נישט ווייניגער, שטעקט זיך אריין א האנט – אזוי פלוצלינג – און כאפט אן דעם בעל הבית ביים ארבעל און שלעפט עהם ארויס...

מענדל הערט ווי זי שרייעט אויף איר מאן; וואש דיר אויס דיין טעלער, איך בין נישט דיין שלאק!

ס'האט געפעלט א האר, און מענדל זאל אויפהייבן דעם בעזים וואס איז געליגן רואיג אין ווינקל, און דערלאנגן דעם מכשפה אין קאפ! ווי שלעכט קען מען זיין... און נאך ווען געסט זענען דא אונטערן וואנט. אבער ער האט זיך איינגעהאלטן פון כאטש א ווארט צו א גערודער צו מאכן. און האט אנשטאט דעם פארביסן די האנט פאר אויפברויז.

עפעס צו טרונקן ביטע... שרייעט מענדל מיט א בלייעכע פנים, און זי – די מכשפה - קומט צו לויפן מיט אזא איבערמאס ''גוטסקייט''. און ליגט אנידער א גלעזל טיי מיט א קיכל איבערצובייסן – אויב ער דארף... ווייל געסט דארף מען מכבד זיין.

ס'שוין געשטאנען ביי די ליפן זיינע, גרייט ארויסצוזידן מיט כעס אויף איר... רויטע קנאבל!

אבער מענדל האט זיך צוריקגעכאפט דעם צונג, און אפגעשלונגען די מחשבות, א מאך מיט די האנט צו זיך אליינס. אמת, מרים איז א צדיקת!
קוויטעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 2:08 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך קוויטעל »

[center]פרק ב[/center]

[center]גאט לאכט[/center]

איבער צוואנציג, שוין אפילו כמעט דרייסיג יאר איז אריבער, און מ'זעט קלאר אז ס'שווער זיך אויסצורעכענען. אז דווקא ווען חיים האט געמיינט אז האט געטראפן דער בעסטע בחור אין ישיבה, און יענע חנוכה האט ער אויס פרייד זיך געשפילט מיט'ן דריידל, אלץ צייכן אז צו זיין פרייד איז נישטא קיין גרעניץ.

אזוי האט חיים זיין מענדעלע נישט געגעבן דאס פארגענוגן צו שפילן מיט עהם כאטש ווען, אבער היינט נאכט ווען מיר מאכן א שידוך מיט אונזער רבקה'לע, איז א שמחה וואס פארשפילט די געווענליכע וואכעדיגע קאפריזן, אויך פון חיים.

און יארן שפעטער האט ער שוין געלעקט חרוסת, געמישט אנטוישונג, ווען דער טשאטשקע זיינע – דער אמאליגער בעסטע בחור אין ישיבה – איז א אויסגערופענער אויסוואורף.

האט דאך זיין מענדעלע עהם דעמאלטס מער ווי מרמז געווען, אז אמת לייבל איז כאילו דער בעסטע בחור – אבער נאר אפציעל. און פאר א אמת איז ער אזאנס עגאואיסט אז נאר. אבער חיים האט נישט געגלייבט דערין, נאר אז מ'רעדט אויף לייבל פון קנאה וועגן, און גארנישט אנדערש.

האט חיים מקריב געווען זיין טאכטער, פאר אויסגעבלאזענע כבוד... לייבל וועט זיין מיין כבוד... און דערווייל היינט וויינט ער פון הארץ ארויס, וויאזוי האט ער געקענט זיין אזוי בלינד. אבער נישט חלילה אז זיין מענדל איז געווען גערעכט, ניין! נאר ס'איז שולדיג אין זיין פארזעעניש - לייבל'ס חברים, די היינטיגע דור, אבער ער חיים זיכער נישט.

אויך ווען ס'איז אריבער אזויפיל יאר, קען חיים נישט איינזען אינגאנצן, אז ס'דא אזא מציאות אז זיין מענדל – היינט שוין א באלעבוס אין די אנצוג – קען אמאל זיין מער גערעכטער ווי זיין טאטע חיים. און כאטש ער איז שוין נישט ביכולת צו מוסר זאגן פאר זיין מענדל, בייסט ער ציין אויף ליפן, ווען זיין זון מענדל טוהט זאכן וואס איז ביי עהם חיים א משוגעת.

יא, מענדל לאזט נישט אפ פון זיינע שטיקעס, און ווען ער האלט ס'קומט זיך איינעם א פארציע, געבט ער עס יענעם מיט א פולע האנט...

[center]*[/center]

ס'שוין אפילו אריבער א היבשע צייט, וואס ער האט געהאט אויפגעהערט רודפ'ן דעם ר' הערשל. און אין א שנייאיגער שבת קודש, האט הערשל ווידער באקומען פלוצלינג א דערמאנונג! ווען מענדל האט עהם פון אונטען א שטופ געגעבן אויף די שניי, און ר' הערשל פאלט שיעור אראפ...

אזוי קונצליך האט עס מענדל געמאכט, אז ווען נישט ר' הערשל זאל זיך נעמען שרייען, וואלט קיינער ניטאמאל באמערקט. אבער ר' הערשל'ס אויפברויז האט אויפמערקזאם געמאכט אלע ארום, אז מענדל האט עהם ווידער בא'עוול'ט, און עפעס בלא עוול בכפו.

דו ביסט אינגאנצן פאר'ריקט!! אינגאנצן צערודערט...

ווילסט מ'זאל קלאר וויסן מענדל אז דו ביסט דער משוגענער פון שטעטל?... דו בהמה חיה רעה איינער...

ס'האט געפעלט א סעקונדע, אז ר' הערשל זאל עהם אראפלאזן א פייערדיגן פאטש אין פנים. אבער ר' הערשל האט עס נישט געטון, לכאורה מער, ווייל ער האט מורא געהאט למעשה פון מענדל, און אויך ווייל... ער האט געכאפט אז ס'פאסט נישט.

אויב ס'פאסט פאר מענדל, פאסט עס אבער זיכער נישט פאר רבי ר' הערשל... ניין, ס'פאסט נישט.

[center]*[/center]

דאס קומענדיגע ערב שבת, שפירט מענדל א קלאפ אויפ'ן פלייצע. ס'איז זיין חבר אהרן, וואס פארציילט עהם גרויסע נייעס...

איך האלט מיט וואס דו האסט געטון פאר ר' הערשל, און כ'נעם נישט קיין שטעלונג, ווייל כאטש כ'פארשטיי דיר נישט וואס דו ווילסט פון זיין לעבן האבן. אבער דאך האלט איך דיר נישט פאר קיין שלעכטער, און עפעס האט דיר געשטופט דאס צוטון, און כ'שפיר נישט וויכטיג צו קריטיקירן.

נאר וואס יא, וועסט נישט גלייבן צו הערן... ר' הערשל האט מיט מיר גערעדט, ווייל ער ווייסט אז איך בין דיר א נאנטע ידיד, און האט מיר געבעטן צו פארהאנדלען מיט דיר – איינמאל פאר אלעמאל.

ווייל ער זאגט מיר אז ס'איז א לענגערע אקציע וואס דו רודפ'סט עהם, און ער ווייסט אפילו נישט גענוי וואס דיר דרוקט, קעגן עהם.

ער וויל דיר געבן אפאר הונדערט דאלער, אלץ איבערבעטונג, אז ער האט אויף דיר געשריגן...

אהרן מיין חבר! זאגט מענדל – דאס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס ער כאפט פון מיר... און נישט דאס ערשטע מאל וואס ער אפפערט מיר געלט, זיך איבערצובעטן! אבער ניין, איך דארף נישט זיין געלט, און זיינע חנופה רייד, און זיין פריינדשאפט.

ערלעדיגט – זאגט אהרן – לאמיר ארויס פונעם עסק... אונז בלייבן גוטע פריינד.

און ר' הערשל בלייבט מיין שונא – זאגט מענדל. ווען אהרן פארקרומט א פנים, ווי צו זאגן, כ'וויל נישט פארשטיין, און כ'וועל מיך נישט מטריח זיין צו מישן טעפ וואס זענען נישט מיינע...

און ווידער האט געשנייעט אין שטעטל... און ר' הערשל האט היבש אכטונג געגעבן צו שטיין גענוג ווייט, ווי נאר ער האט געזען מענדל'ס שאטן.

ס'איז א גרויסע פראגע צו ר' הערשל קען פותר זיין דעם קאנפליקט, ווייל ס'איז נאך א גרעסערע פראגע, צו ער ווייסט בכלל וואס מענדל האט קעגן עהם.

וועט דען מענדל אמאל איינגעבן, אויסצוגלייכן דעם קנייטש אין זיין קאפ?...
פארשפארט