פארוואס זאגט מען אז קארנבלו איז א מסור?
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1010
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
- האט שוין געלייקט: 641 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל
מיר ליגט אויך אין קאפ אז ער איז צוטיילט פון זיין ווייב, און די סברא זאגט אויך אזוי. איינער וואס איז פארנומען טאג און נאכט מיט העיט און נעגאטיוויטי, איז שווער זיך צו דרייען ארום אים.
אפי' אויב ער האט געמיינט גוטס און זיין כוונה איז געווען לטובה, וועט ער אפשר באקומען עולם הבא, אבער נישט קיין עולם הזה. קיינער קען נישט פארנעמען א שלעכטער פארשוין.
אויב ווילסטו אויפקלערן דעם ציבור, קענסטו עס טון פאזיטיוו, אויף אידיש, איידל און נארמאל. בעט מיט שיינעם, קלער אויף די סכנה, טו עס נארמאל. דארפסט נישט לויפן רעדן צו יעדן צייטונג און לויפן צום מעיאר און צו די פאליציי, אויב מיינסטו טאקע אונזער טובה.
איך פאללאו גענוג טוויטער אקאונטס, אסאך האבן נישט אויפגעהערט צו האמערן זיך צושטעלן צום געזעץ, אבער נארמאל און איידל. שעלטן און שימפן, סטראשענען און מסר'ן איז נישט קיין מהלך וואס ראטעוועט לעבנס.
איך בין נייגעריג אויב ווען א משפחה וועט זיך נויטיגן אין א דאך איבערן קאפ צי ער וועט זיין די ערשטע צו לויפן זיי שאפן א דירה, פלוצלינג איז ער וועלט'ס פארזארגער. טשיל, לאז אונז שטארבן און ווער מיר נישט אזא צדיק פלוצלינג.
חוץ מזה, איינער דא קען א איד וואס האט זיך איינגעשפארט אדאנק זיינע טוויטס אדער סטראשונקעס? אויב נישט, דאן זאל אים איינער מודיע זיין אז ער קען שוין אויפהערן, ווייל ער טוט גארנישט אויף. ער איז זיך דאך נאר מוסר נפש פאר אונזער טובה, זאג אים אז ס'איז א שאד די שווערע ארבעט. ער קען צוריקגיין ארבעטן, אויב ער האט אמאל.

- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: פארוואס זאגט מען אז קארנבלו איז א מסור?
היכי דמי האט געשריבן:זיצט זיך א בחור'ל אין בית הכסא חודש ניסן אין א שוהל בעיסמענט, וכו'
איך האב אויך אזוי געהאלטן, אבער איך מיין אז ערגעץ אינמיטן וועג האט ער זיך פארלוירן. יעצט איז עס שוין סתם נקמה און העיט.
פארוואס האט ער געדארפט גיין צום פראטעסט?
האסט כלומר'שט געכאפט מכות? פארוואס מאכן אזא טראסק אין די מידיע און אונז פארשעמען? וואס פרובירסט אויפטוען?
פרעסן טשארדזשעס? דו קענסט איין נארמאלע איד וואס וואלט עס געטוען (איך רעד אין דעם פאל ווען גארנישט איז געשען, און דו גייסט גארנישט אויפטוען מיט דעם)?
לסיכום: קען זיין ער האט מתחילה געמיינט גוט, יעצט אבער איז ער שוין אינגאנצן דרום.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פאליטיקאנט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
אויב ליינט ער דא, זאל ער וויסן אז ער טוט קיינעם נישט קיין טובה מיט זיין התנהגות, נישט פאר זיך נישט פאר זיינע קינדער און נישט פאר זיינע חברים, קיינער פארדינט נישט.
ער זאל זיך אפלאזן פין דעם, און ווערען א נארמאלע מענטש, און פארגעסן פין אלעם כאילו לא היה.
און טאמער איז דא איינער וואס זאגט אים אז ער זאל ווייטער אנגיין מיט זיינע מעשים, ניצט ער אים פאר עפעס.
פין היינט אין ווייטער, פאר איעדער זאך, מאכט א שנעלע חשבון צו די וועסט פין דעם פארדינען אפאר דאלאר, אדער כבוד.
קיינער איז דיר נישט מכבד פאר זיך אויפפירן אזוי, און טאמער איז דא איינער וואס גיבט דיר אביסל אטענשאן, איז עס פין מענטשן האבן רחמנות אויף דיר.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 278
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל
היכי דמי האט געשריבן: פון די אנדערע זייט האבן עס אסאך אנדערע געשטיצט אריינגערעכענט רבנים, עסקנים, און אקטיוויסטן פון אינערהאלב די אידישע קאמיוניטי. ... עס איז קלאר און איך ווייס ממקור ראשון רבנים פון בארא פארק וועלכע האבן מתיר געווען פאר עסקנים צו באריכטן שוהלן וואס זענען געווען אפען.
איז דא איין רב וואס האט געהאלטן אז ער טוט א גוטע זאך און ער מעג עס טון?
אויב יא, א נאמען ביטע...
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
איך בין נייגעריג אויב צווישן די וואס שרייען דא אנטקעגן אים זענען דא אזעלכע וואס ביי די מאסטער פרשה האבן זיי געשריגן אז אויב זאל עס נאר קומען פון א אונזעריגער וואלטן זיי גערן אנגענומען די קריטיק? וכעין זה זאגט קארנבלי אליינס אין די ארטיקל געברענגט פונעם פארווערדס.
סיידן אויב האבן זיי געמיינט 'א אונזעריגער וואס שרייעט נאר צו אונזעריגערס' בבחינת פריטשינג טו די קאנווערטערד...
סיידן אויב האבן זיי געמיינט 'א אונזעריגער וואס שרייעט נאר צו אונזעריגערס' בבחינת פריטשינג טו די קאנווערטערד...
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:היכי דמי האט געשריבן: פון די אנדערע זייט האבן עס אסאך אנדערע געשטיצט אריינגערעכענט רבנים, עסקנים, און אקטיוויסטן פון אינערהאלב די אידישע קאמיוניטי. ... עס איז קלאר און איך ווייס ממקור ראשון רבנים פון בארא פארק וועלכע האבן מתיר געווען פאר עסקנים צו באריכטן שוהלן וואס זענען געווען אפען.
איז דא איין רב וואס האט געהאלטן אז ער טוט א גוטע זאך און ער מעג עס טון?
אויב יא, א נאמען ביטע...
דער רב האט פונקט אזוי מורא ווי קארנבלוה וואלט געדארפט מורא האבן.
אונז זענען היינט שופטים את שופטיהם.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
אישתישבי האט געשריבן:לכבוד שבת קודש האט געשריבן:היכי דמי האט געשריבן: פון די אנדערע זייט האבן עס אסאך אנדערע געשטיצט אריינגערעכענט רבנים, עסקנים, און אקטיוויסטן פון אינערהאלב די אידישע קאמיוניטי. ... עס איז קלאר און איך ווייס ממקור ראשון רבנים פון בארא פארק וועלכע האבן מתיר געווען פאר עסקנים צו באריכטן שוהלן וואס זענען געווען אפען.
איז דא איין רב וואס האט געהאלטן אז ער טוט א גוטע זאך און ער מעג עס טון?
אויב יא, א נאמען ביטע...
דער רב האט פונקט אזוי מורא ווי קארנבלוה וואלט געדארפט מורא האבן.
מעגליך - אדער יא אדער ניין, קענסט זאגן פארדעם האט קיין איין רב דאס נישט מתיר געווען
און אז איינער שרייבט ער ווייטט פין (אסך) רבנים וואס האבן מתיר געווען פאר מער וואו איינעם עסקנים מיינט דאס די רבנים האבן נישט מורא געהאט - איז נישט מער וואו רעכט צי בעטען כאטש פאר איין איינציג נאמען
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
טאמבל סאס האט געשריבן:סיידן אויב האבן זיי געמיינט 'א אונזעריגער וואס שרייעט נאר צו אונזעריגערס'
זיכער האבן זיי דאס געמיינט, קום זיי מסביר פארוואס ס'איז זייער זייער וויכטיג צי לערנען ארטס און היסטערי
דו האלסט איינער האלט וען מאנסטער איז אן אינזעריגע האלט איינער ער מעג מאסערן ?!?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 253
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
- האט שוין געלייקט: 574 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל
הקטן האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:לכבוד שבת קודש האט געשריבן:היכי דמי האט געשריבן: פון די אנדערע זייט האבן עס אסאך אנדערע געשטיצט אריינגערעכענט רבנים, עסקנים, און אקטיוויסטן פון אינערהאלב די אידישע קאמיוניטי. ... עס איז קלאר און איך ווייס ממקור ראשון רבנים פון בארא פארק וועלכע האבן מתיר געווען פאר עסקנים צו באריכטן שוהלן וואס זענען געווען אפען.
איז דא איין רב וואס האט געהאלטן אז ער טוט א גוטע זאך און ער מעג עס טון?
אויב יא, א נאמען ביטע...
דער רב האט פונקט אזוי מורא ווי קארנבלוה וואלט געדארפט מורא האבן.
מעגליך - אדער יא אדער ניין, קענסט זאגן פארדעם האט קיין איין רב דאס נישט מתיר געווען
און אז איינער שרייבט ער ווייסט פין (אסך) רבנים וואס האבן מתיר געווען פאר מער ווי איינעם עסקנים מיינט דאס די רבנים האבן נישט מורא געהאט - איז נישט מער ווי רעכט צו בעטן כאטש פאר איין איינציג נאמען
הרה"ג ר' חיים קאניעווסקי שליט"א האט קלאר געזאגט אין א פסק אז איינער וואס פאלגט נישט די רעגולאציעס האט א דין רודף און מען מעג איהם מסר'ן.
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 253
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
- האט שוין געלייקט: 574 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 253
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
- האט שוין געלייקט: 574 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 216
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
- האט שוין געלייקט: 95 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל
מפיל קינד האט געשריבן:די דאטום מאכט אסאך אויס. ר' חיים האט אזוי געזאגט אנהייב חודש ניסן, יעדער האט שוין געטוישט מיינונגען זייט דעמאלטס, אריינגערעכנט רבנים, פראפעסארן, סיענטיסטן, דאקטוירים, עמך אידן און רעגירונגען.
נאר קארענבלו און דזשאו ביידן זענען געבליבן ביים אלטן, ביידע פאר פאליטישע מאטיוון.
פאַרשטיי איך שוין אַז ניסן צײט ביסטו יע געגאַנגען מיט אַ מאַסקע און ערליך אָפּגעהיט אַלע אָנווײזונגען...
קיינער האָט ניט געביטן זײן מיינונג, די זעלביקע וואָס שרײען איצטער אַז מ'דאַרף ניט פאָלגן האָבן שוין ניט געפאָלגט ניסן צײט.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 714
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
- האט שוין געלייקט: 58 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

און וועם האט קארענבלו איצט געמוסר'ט אויסער טישלער? און פארוואס שרייט מען אויף אים מוסר שוין פון חודש ניסן וואס אפילו דו ביזט מודה אז חודש ניסן איז אנדערש.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 714
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
- האט שוין געלייקט: 58 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל
moneyminded האט געשריבן:היכי דמי האט געשריבן:זיצט זיך א בחור'ל אין בית הכסא חודש ניסן אין א שוהל בעיסמענט, שרייבט א פאשקעוויל אויף דריי מענטשן וואס ער האט קוים איצט געהערט פון זיי אין א מקוה וואס איז אפען באהאלטערנערהייט. ער האט נישט קיין אנונג ווער די מענטשן זענען, צו זיי זענען ליטווישע אדער ספרדים גאר, און אוודאי ווייסט ער נישט פונקטליך וואס זיי האבן געטוהן, און ער האט זיך נישט געחלומ'ט אז אין א האלבע יאר ארום ווען כלל ישראל גייט פארגעסן פון אלע פחדים וואס אונז האבן דורכגעשוויצט, מען גייט שוין גלייבן אז קאוויד איז א האוקס, גייט מען די מענטשן אויסשפייען פון כלל ישראל. יענער פאשקעוויל שרייבער איז אין אלעס שולדיג.
קארענבלו האט דעמעלטס געטוהן א זאך וואס טאקע אסאך מענטשן האבן זיך גערעגט און עס האט געבאדערט, אבער פון די אנדערע זייט האבן עס אסאך אנדערע געשטיצט אריינגערעכענט רבנים, עסקנים, און אקטיוויסטן פון אינערהאלב די אידישע קאמיוניטי. אבער וואס ער האט נישט דעמעלטס געוואוסט איז אז די חלק כלל ישראל וואס עס באדערט זענען גאר קנאים און מיט זיי הייבט מען זיך נישט אן... ער איז קיינמאל נישט ארויס קעגן כלל ישראל, ער האט קיינמאל נישט אונטערגעריסן אין די מידיע אויף אונזער הייליג פאלק, ער האט באריכטעט יחידים וועלכע האבן לויט אסאך רבנים געהייסן א רודף, און עס איז קלאר און איך ווייס ממקור ראשון רבנים פון בארא פארק וועלכע האבן מתיר געווען פאר עסקנים צו באריכטן שוהלן וואס זענען געווען אפען.
דערמאנט אייך צוריק יענע תקופה בעפאר די חורבן: מען האט געציטערט אויפצושטיין צופרי און הערן די שוידערליכע בשורות יעדע שעה, מען האט געשוימט אויף יעדער מענטש וואס לאכט זיך אויס פון דעם, מען האט געבלעימט רבנים און עסקנים פאר'ן לאזן אפען שוהלן און מקוואות, יעדער עסקן איז געווען ביזי לייגן אויף סטאטוס און רודערן א וועלט דערוועגן, און אסאך אידן האבן זיך געפריידט אז עס איז דא א קליינע צאל עסקנים וועלכע טוהן צו די זאך.
קוק נאך קארענבלו'ס היסטאריע, קען זיין ער איז נישט געשטימט מיט אלעס וואס דו האלסט און זאגסט, אבער דאס איז דאך די סדר העולם. אונז האבן גענומען אונזער אייגענע ברודער, אונזער פריינטליכע בלוט און עס איבערגעדרייט צו פיינט.
ומענין לענין באותו ענין וועל איך ענדיגן: איך נעם זיך אונטער בל"נ נישט צו קויפן ביי געשעפטן וואס זייער אייגענטומער האבן געפאוסט אויף זייער סטאטוס די עד צו אויפהערן קויפן ביי אייכלערס. בעלי בתים וואס דארפן צוקומען צו אונזער ביזנעס זאלן נישט זיין אזעלכע אוממענטשן און ארויסקומען קעגן א צווייטענס געשעפט.
פרעגסט מיר אפ אז קארענבלו איז נישט קיין פריינט ווייל ער פלעגט נאכלויפן פאליטיקאנטן און ער איז געווען א 'וואנעבי'?
פליז, קאם אן, "קאווע שטיבל" איז א קלוגערע פלאץ ווי דעם. וואס האט הודו מיט קיש.
דוראק האט געשריבן:מפיל קינד האט געשריבן:די דאטום מאכט אסאך אויס. ר' חיים האט אזוי געזאגט אנהייב חודש ניסן, יעדער האט שוין געטוישט מיינונגען זייט דעמאלטס, אריינגערעכנט רבנים, פראפעסארן, סיענטיסטן, דאקטוירים, עמך אידן און רעגירונגען.
נאר קארענבלו און דזשאו ביידן זענען געבליבן ביים אלטן, ביידע פאר פאליטישע מאטיוון.
פאַרשטיי איך שוין אַז ניסן צײט ביסטו יע געגאַנגען מיט אַ מאַסקע און ערליך אָפּגעהיט אַלע אָנווײזונגען...
קיינער האָט ניט געביטן זײן מיינונג, די זעלביקע וואָס שרײען איצטער אַז מ'דאַרף ניט פאָלגן האָבן שוין ניט געפאָלגט ניסן צײט.
וואס רעדט איר?
איך און אזוי אויך נאך טויזענטער מענטשן פון איבער די וועלט זענען געגאנגען אין אפריל און אין מאי שרעקליך באפאנצערט מיט מאסקעס, מיר האבן זיך קוואראנטירט און נישט געגאנגען באזוכן ביי עלטערע מענטשן ביז ווען מיר האבן געזען א דערלייכטערונג אין די סיטואציע. יעצט איז דאס נישט קיין וויכטיגע זאך און אזוי האלטן פילע וויסנשאפטלער איבער די וועלט.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 714
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
- האט שוין געלייקט: 58 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:היכי דמי האט געשריבן: פון די אנדערע זייט האבן עס אסאך אנדערע געשטיצט אריינגערעכענט רבנים, עסקנים, און אקטיוויסטן פון אינערהאלב די אידישע קאמיוניטי. ... עס איז קלאר און איך ווייס ממקור ראשון רבנים פון בארא פארק וועלכע האבן מתיר געווען פאר עסקנים צו באריכטן שוהלן וואס זענען געווען אפען.
איז דא איין רב וואס האט געהאלטן אז ער טוט א גוטע זאך און ער מעג עס טון?
אויב יא, א נאמען ביטע...
מיין מקור ראשון וואס איך האב איז פון א חשובע עסקן פון בארא פארק, איינער וואס איז גראדע נישט פארנומען מיט סאשעל מידיע א גאנצע טאג, אן ערליכער און א פיינער, און ער אליינס האט באקומען א היתר פון רבני העיר צו באריכטן שוהלן. (צו ער האט עס געטוהן ווייס איך נישט, ווייל אזויווי געשריבן ער איז נישט קיין סאשעל מידיע פערזאן. אבער איך שטעל זיך פאר אז יא.) און איך האף אז דו פארשטייסט אליינס אז נעמען קענען נישט גיין אין פאבליק, קוק נאר וואס געשעהט מיט מענטשן וואס שטומען נישט מיט די קנאישע שטראם
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 714
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
- האט שוין געלייקט: 58 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל
פאליטיקאנט האט געשריבן:היכי דמי האט געשריבן:זיצט זיך א בחור'ל אין בית הכסא חודש ניסן אין א שוהל בעיסמענט, וכו'
איך האב אויך אזוי געהאלטן, אבער איך מיין אז ערגעץ אינמיטן וועג האט ער זיך פארלוירן. יעצט איז עס שוין סתם נקמה און העיט.
פארוואס האט ער געדארפט גיין צום פראטעסט?
האסט כלומר'שט געכאפט מכות? פארוואס מאכן אזא טראסק אין די מידיע און פאונזארשעמען? וואס פרובירסט אויפטוען?
פרעסן טשארדזשעס? דו קענסט איין נארמאלע איד וואס וואלט עס געטוען (איך רעד אין דעם פאל ווען גארנישט איז געשען, און דו גייסט גארנישט אויפטוען מיט דעם)?
לסיכום: קען זיין ער האט מתחילה געמיינט גוט, יעצט אבער איז ער שוין אינגאנצן דרום.
ער האט געפרעסט טשארדזשעס קעגן טישלער וואס האט אנגעדרייט א פראטעסט וואס האט זיך געטוישט שנעלערהייט אין א ראיאט ווי מען האט געשלאגן און אנגעצינדן פייערן, און ער איז געווארן באפאלן דארט דורך די מאסן. טישלער האט געטוויט א טאג בעפאר נאכדעם וואס מען האט אנגעהאקט אן אומשולדיגער אינגערמאן אז קארענבלו איז נעקסט. איך האלט טאקע אז ער וואלט נישט געדארפט גיין צו די פראטעסט, אבער ער איז לכאורה געגאנגען טאקע קעיר צו נעמען פון די נייע ראש המדריכים. (פארקערט, ווען מען איגנארירט אים דארט וואלט עס געווען א גראבע פראסק פאר אים, טישלער וואלט נישט אנגעקומען אין תפיסה, אומשלידיגע קינדער וואלטן נישט פארשעמט געווארן פון א מאסן פראטעסט אין פאראנט פון זייער היים קעגן זייער טאט'ן און שלום על ישראל.)
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
- האט שוין געלייקט: 546 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
Re: פארוואס זאגט מען אז קארנבלו איז א מסור?
היכי דמי האט געשריבן:פאליטיקאנט האט געשריבן:היכי דמי האט געשריבן:זיצט זיך א בחור'ל אין בית הכסא חודש ניסן אין א שוהל בעיסמענט, וכו'
איך האב אויך אזוי געהאלטן, אבער איך מיין אז ערגעץ אינמיטן וועג האט ער זיך פארלוירן. יעצט איז עס שוין סתם נקמה און העיט.
פארוואס האט ער געדארפט גיין צום פראטעסט?
האסט כלומר'שט געכאפט מכות? פארוואס מאכן אזא טראסק אין די מידיע און פאונזארשעמען? וואס פרובירסט אויפטוען?
פרעסן טשארדזשעס? דו קענסט איין נארמאלע איד וואס וואלט עס געטוען (איך רעד אין דעם פאל ווען גארנישט איז געשען, און דו גייסט גארנישט אויפטוען מיט דעם)?
לסיכום: קען זיין ער האט מתחילה געמיינט גוט, יעצט אבער איז ער שוין אינגאנצן דרום.
און ער איז געווארן באפאלן דארט דורך די מאסן.
שעפעלע טייערע קיינער האט אים נישט אנגערירט , דריי נישט קיין קאפ מיט דיינע אזשענדעס , בארוהיגט דיר , מאך נישט קיין היציגע ליפט
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 714
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
- האט שוין געלייקט: 58 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל
איך זאג נישט מען האט אים געשלאגן און געשטויסן. אבער מען האט אים געשטופט און בלאקירט פון אלע זייטן. קוק איבער די קליפס ווי ער וואקט אראפ 13 עוויניו, ווי הונדערטער בחורים פלעין אריין אין אים בשעת וואס מען שרייט לויזונגען. מען זעהט אויף די קליפ ווי עטליכע חברים זיינע פרויבירן אים צו באשיצן און אויך הערט מען אויף די קליפ ווי א בחור זאגט פאר זיין חבר אז ער האט אים געגעיבן א פיינע זעץ.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 65
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2020 6:14 am
- האט שוין געלייקט: 28 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל
אין די לעצטע קובץ אור ישראל, איז דא מערערע מאמרים וועלכע זענען דן צו מען מעג מסר'ן פארן נישט איינהאלטן די אנוייזונגען פון די רעגירונג אויף קאראנע. עד איז דא דארט מערערע מתירים און אפילו מחייבים.
בכלל, איז לויט רוב פוסקים נישט דא קיין מסירה בזמן הזה, אין מלכיות וואס דראט נישט קיין טויט שטראף און די מערכת המשפט איז געבויט אויף גערעכטיגקייט, און נישט ווי אמאל וואס יעדער פריץ און מלך האט געקענט טוהן כטוב בעיניו.
זעה למשל שבט-הלוי ח"ב יו"ד סי' נח בנוגע איבערגעבן איינער וואס צאלט נישט קיין טעקס:
הנה בעצם דין מכס - לית דין ולית דיין, שזה נכנס בגדר דינא דמלכותא דינא, גם לדעת החולקים... ולענין למסור למלכות - הנה מש"ס ב"מ פג,ב בעובדא דר' אלעזר ברבי שמעון, דהוי מסר גנבא למלכות, מוכח דהוא מותר משום הורמנא דמלכא. ואף על גב דאמרו לי' עד מתי אתה מוסר עמו של אלקינו להריגה - היינו משום שנוגע לסכנת נפשות של ישראל... אבל מעיקר הדין משמע דגם בכזה איכא דין מלכות... וע"ש ברמ"א סעיף יא: מי שרוצה לברוח ולא לשלם לעכו"ם מה שחייב לו, ואחר גילה - אין בזה דין מוסר וכו'. ואעפ"י שמסיים רמ"א, דמ"מ רעה עשה, דהוי כמשיב אבדה לעכו"ם - היינו משום שמיירי מעכו"ם יחידי; אבל מה שנוגע למלכות, והוא ממונה על כך - אין בזה איסור, כנ"ל. אלא דלכתחלה כדאי שלא לקבל משרה כזאת, דצריך למסור אפילו בהיתר, דלאו משנת חסידים הוא, וכדאיתא גם כן בירושלמי סוף פ"ח דתרומות... ופשיטא דאינו דומה לנידון דידן, דהתם מיירי שיבוא לידי סכנה אם ימסרוהו לגוים, משא"כ כשמטילים עליו עונש בעלמא ואינו בא לכלל סכנה לעולם.
פאר א לענגערע דיון אויף מסירה בזמננו זעה דא
עכ"פ צו ריפן קארנבלי א מסור איז אן עם-הארצות, רשעות און משפט שדה, עס גייט צוזאמען מיט אפיקורוס, שיקסע וכו וועלכע זענען געווארן ביליג געניצטע ווערטער און האט נישט בפשטות קיין שום מקור בהלכה. מען קען דעבאטירן רוע אדער טוב מעשיו, אבער מיט מסירה האט דאס נישט.

מאך זיכער האט געשריבן:דוראק האט געשריבן:מפיל קינד האט געשריבן:די דאטום מאכט אסאך אויס. ר' חיים האט אזוי געזאגט אנהייב חודש ניסן, יעדער האט שוין געטוישט מיינונגען זייט דעמאלטס, אריינגערעכנט רבנים, פראפעסארן, סיענטיסטן, דאקטוירים, עמך אידן און רעגירונגען.
נאר קארענבלו און דזשאו ביידן זענען געבליבן ביים אלטן, ביידע פאר פאליטישע מאטיוון.
פאַרשטיי איך שוין אַז ניסן צײט ביסטו יע געגאַנגען מיט אַ מאַסקע און ערליך אָפּגעהיט אַלע אָנווײזונגען...
קיינער האָט ניט געביטן זײן מיינונג, די זעלביקע וואָס שרײען איצטער אַז מ'דאַרף ניט פאָלגן האָבן שוין ניט געפאָלגט ניסן צײט.
וואס רעדט איר?
איך און אזוי אויך נאך טויזענטער מענטשן פון איבער די וועלט זענען געגאנגען אין אפריל און אין מאי שרעקליך באפאנצערט מיט מאסקעס, מיר האבן זיך קוואראנטירט און נישט געגאנגען באזוכן ביי עלטערע מענטשן ביז ווען מיר האבן געזען א דערלייכטערונג אין די סיטואציע. יעצט איז דאס נישט קיין וויכטיגע זאך און אזוי האלטן פילע וויסנשאפטלער איבער די וועלט.
צי איר זײט געגאַנגען מיט מאַסקעס איז אַ זײטיקע נקודה, דער עיקר איז אַז מ'האָט ניט אויסגעפאָלגט די אָנווײזונגען.
איינער דאָ איז חולק אַז שולן האָבן זיך ניט פאַרמאַכט? אַז מ'האָט געמאַכט געפּאַקטע חתונות?