נייע ניגון - שיטה הקדושה - וויזניץ

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

פון סארקאזם האסטו שוין געהערט אמאל?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אין די "בליק" אויסגאבע פון סוכות איז דא אן אינטערוויו מיט ר' מענדעלע וויזניצער איבער זיין שוואנצונעס שיטה הקדושה.

איך בין נייגעריג אויב דער עולם האט עס געליינט און די קאמענטארן וואס מען טראכט דערויף.

איך האב געשפירט אז כאטש איך האב געהערט די ערשטע מאל די אנדערע זייט, פארט איז עס א בחי' פון מגלה טפח ומכסה טפחיים, זייער אסאך איז 'נישט' געזאגט געווארן.
וירח ה' את ריח הניחוח
שפל ברך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 12:38 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך שפל ברך »

איך האב דורכגעליינט דעם אינטערוויו אינעם בליק מיטן וויזניצער רבין און די גאנצע אפהאנדלונג איבער זיין חסידות און זיין הייליגע שיטה,
איך האב זייער הנאה געהאט צו באקומען אביסל מער א בליק פון אינעווייניג אין די חסידות וואס עס טוט זיך דארט און וויאזוי ער איז זיך מסביר וואס די סיבה ער האט געמוזט אננעמען זיין עקסטרעמע צוגאנג.

דער שרייבער פרובירט דאס מערסטע אראפצולייגן אין אגוטן ליכט, ווי שיין דאס חסידות איז, וויפיל חשובע הייליגע יונגעלייט און בחורים ציילן זיך אין די חסידות, די הערליכע טישן, די דביקות אין רבין וכו׳, אבער למעשה וויפיל דער רבי איז זיך מסביר פארוואס דער משוגעת האט אויסגעפעלט און וואס די תועלת וואס די שיטה הקדושה ברענגט איז נישט צופרידנשטעלנד פאר א פרעמדן ליינער, פארקערט גאר איך בין אוועק מיט א שרעקליכן איבל אויף דעם רבין און א רחמנות געפיהל אויף די חסידים וועלכע זענען פארכאפט דארט.

דעם רבינס מהלך איז עפעס אז די גאס איז געפערליך פארדארבן און ממש מקען זיך נישט האלטן נאר אויב מען בויעט אויף א פארמאכטקייט און דורך זיין אפגעלאכט און שטארק פאטריאטיש קען מען זיך האלטן, דערפאר האט ער קריעיטעד דעם הייליגן שיטה וואס איז באמת נאך זיין טאטנס שיטה (אויך נישט קלאר וועמענס שיטה דאס איז) און נאר אזוי קען מען זיך האלטן מיט די נסיונות פון דור.

למעשה, איז נישט באקאנט אז וויזניץ מרכז האט עפעס גרעסערע פראצענטן תלמידי חכמים, עובדים, וכו׳ מער ווי סיי וועלכע חסידות,
און קיין שום סיבה צו קלערן א זיי זענען עפעס אין א גרעסערע געפאר פון דעם שרעקעדיגן גאס ווי א צווייטע חסידות, און זיין גאנצע גערעדעכץ קלינגט פערענויע און סימנים פון א קולט פירער וועלכע וויל געוועלטיקן אינגאנצן אויף די מוחות פון זיינע מענטשן.

איין גוטע נקודה וואס ווערט דארט ארויסגעברענגט וואס עס קוקט אויס מער ווי א צווייטע חסידות איז זיין איבערגעגעבנקייט צו אג שוואכע בחורים און יונגעלייט וועמען דער רבי לייגט אריין כוחות און קלעימט אז אין די לעצטע יארן איז דארט נאך קיינער נישט ארויסגעפאלן פון אידישקייט דארט!
עס וואלט געווען אינטרעסאנט מברר צו זיין אם כנים הדברים אבער אפילו אז יא זעה איך נישט וואס די שיטה הקדושה געבט צו דערצו, זייער שיין אז ער געבט זיך אפ מיט זיינע מענטשן אבער די אביוז און קאנטראל וואס ער טוט מיט זיי אונטערן שלייער פון די שיטה הקדושה שיינט פון דעם ארטיקל אז עס איז שרעקליך.
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך אדונינו »

שמעקעדיג האט געשריבן:אין די "בליק" אויסגאבע פון סוכות איז דא אן אינטערוויו מיט ר' מענדעלע וויזניצער איבער זיין שוואנצונעס שיטה הקדושה.

איך בין נייגעריג אויב דער עולם האט עס געליינט און די קאמענטארן וואס מען טראכט דערויף.

איך האב געשפירט אז כאטש איך האב געהערט די ערשטע מאל די אנדערע זייט, פארט איז עס א בחי' פון מגלה טפח ומכסה טפחיים, זייער אסאך איז 'נישט' געזאגט געווארן.
להקדמה, זיין טאטע האט קיינמאל געזאגט די ווארט ״שוואנצאנעס״ אפילו ברמיזה, אין זיינע 96 יאר עלי אדמות, און ארויף צו שמירן אויף אים צען יאר נאך זיין פטירה אזא מיאוס׳קייט, פאדערט צו זיין משוגע און צודרייט ביינאזאם.

שנית, די רבי דארט אליין איז נישט אזוי קלאר מיטן שיטה, הערט אויס די דרשה וואו עס איז נולד געווארן, ער זאגט בטעות איין זאך, און פארענטפערט עס מיט א צווייטע, און ווען ער כאפט זיך וואו נאריש ער רעדט, פארענטפערט ער עס מיט א דריטע, און פון דעם טשולנט איז געבוירן געווארן א שיטה, ער זאגט דארט וואו נערוועז ער איז, ציגרעטל טיש, שרייט אן זיין זון, שרייט אן אלע גבאים, זאגט אן נישט צו רעקארדירן, וכו׳ אינמיטן גיבט ער א זאג אז אזוי וואו סאטמאר האט א שיטה (זינגט בטעות זייער ניגון פון ״די שיטה הקדושה, ויואל משה, אויף די טון פון יבנה המקדש) ער האט אויך א שיטה! און זינגט ווייטער אויף די זעלבע טון זיין שיטה, שפעטער איז הערשט צו געקומען קב חומטון, און א האלבע יאר שפעטער וכולם מקבלים, וכו׳

ממילא, אנשטאט רעדן פון די אפענע ג׳ חמורות וואס דארט גייט פאר בשאט נפש, רעדט מען אז קיינער איז נישט אוועק געפאלן, קודם כל, איך פערזענליך קען גענוג דארט וואס זענען אוועק געפאלן, אבער אן דעם יעדער וואס דרייט זיך דארט באיצטליתא דשוואנצאנעס, איז אוועק געפאלן אין מיינע אויגן, און גאר ווייט.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: נייע ניגון - שיטה הקדושה - וויזניץ

שליחה דורך פאליטיקאנט »

שפל ברך האט געשריבן:
איין גוטע נקודה וואס ווערט דארט ארויסגעברענגט וואס עס קוקט אויס מער ווי א צווייטע חסידות איז זיין איבערגעגעבנקייט צו אג שוואכע בחורים און יונגעלייט וועמען דער רבי לייגט אריין כוחות און קלעימט אז אין די לעצטע יארן איז דארט נאך קיינער נישט ארויסגעפאלן פון אידישקייט דארט!
עס וואלט געווען אינטרעסאנט מברר צו זיין אם כנים הדברים אבער אפילו אז יא זעה איך נישט וואס די שיטה הקדושה געבט צו דערצו, זייער שיין אז ער געבט זיך אפ מיט זיינע מענטשן אבער די אביוז און קאנטראל וואס ער טוט מיט זיי אונטערן שלייער פון די שיטה הקדושה שיינט פון דעם ארטיקל אז עס איז שרעקליך.
זייער פשוט. קיינער וואס איז דארט איז נאכנישט אוועקגעפאלן...
דהיינו כדי אוועקצופאלן דארף מען קודם ארויס פון דעם פלאץ, און דערנאך פארט מען אפ, אבער דאן ביסטו שוין נישט א חלק פונעם קהילה....
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

דעם רבינס מהלך איז עפעס אז די גאס איז געפערליך פארדארבן און ממש מקען זיך נישט האלטן נאר אויב מען בויעט אויף א פארמאכטקייט און דורך זיין אפגעלאכט און שטארק פאטריאטיש
דאס איז דער מהלך פין יעדער עקסטרעמיסט. פארוואס ער מעג זיין מער עקסטרעם. לב טהור זאגט דער זעלבער דזאק. ווי אויך די עמטליכע קולט'יסטען פין גוים.

ווען מען הערט די סארט הצטדקות איז עס א רויטע פאן.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

געווענליך ווען מען רעדט פון די "גאס" ביי אנדערע חצרות מיינט מען גוים,

וויזניץ מרכז האט איינגעפירט א נייע דערהער וואס גאס מיינט גאס מיינט אנדערע חסידות'ן דאס איז נאך א סימן פון א קולט פירער צו מאכן אלעס אינדערויסן פאר שרעקליך און נאר דא איז גיט

נעבעך!!

איך טראכט א מענדלע חסיד האט באמת א צופרידענע לעבן איך בין זיי אפשר אביסל מקנא
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קאצקע ציקער האט געשריבן:געווענליך ווען מען רעדט פון די "גאס" ביי אנדערע חצרות מיינט מען גוים,

וויזניץ מרכז האט איינגעפירט א נייע דערהער וואס גאס מיינט גאס מיינט אנדערע חסידות'ן
שטארקע דערהער! :like
וירח ה' את ריח הניחוח
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

שליחה דורך צפת »

ער שרייט אז די עיקר וואס ער וויל איז, צו זיין אפגעזינדערט פון די גאס און שטיין וואס ווייטער פון די גאס. אבער אין די זעלבע צייט שעמט ער זיך נישט אויפצונעמען א שרייבערל, זיצן מיט אים קרוב צו דריי שעה, אים מסביר זיין די שיטה הקדושה, אז ער זאל דאס קענען רעפרעזנטירן פאר די גאס. דאס קומט נאך וואס גאנץ שבת איז ער יענעם מכבד, רעדט צו אים אין בית-המדרש און איז אים מכבד מיט א ברעטל, בכוונה אז ער זאל משנה זיין מנהג ויז'ניץ און זינגען ממקומך...

דאס הייסט געשטאנען ווייט פון די גאס.
פארשפארט