[justify]רבי בערל, א לייטישער יונגערמאן אין די דרייסיגער יארן, האט מיטאמאל אנגעהויבן צו פארקירעווען דרום. ער האט זיך געפלעגט דאס גוף מיט אלערליי פארבאטענע פארגעניגנס, ער האט אפגעלאזט דעם אלטן אויסגעטרעטענעם וועג און זיך דעקלערט אלס א פרייער יאכ-לאזער פארשוין. רבי בערל, איז גלייכצייטיג געווען א שטארק אינטעלעקטואַלער מאן, ער האט פארמאגט טיפע און ברייטע וויסנשאפט אין אידישע פילאסאפיע און חקירה, און ער איז אויך געווען גאר שטארק באהאווענט אין די טיפענישן פונעם ים התלמוד און מדרש. ער האט ארגומענטירט אז ער האט פארלוירן זיין גלויבן אין ג-ט דערפאר פילט ער נישט קיין שום פליכט איינצוהאלטן זיינע געבאטן. נעמליך, דאס איז אין אלגעמיין די אנגעבליכע שטעלונג פון די אלע וואס פארן דרום, און עס איז זעלבסטפארשטענליך שטותים מיט דודקעס, נעמליך, מ'קען דאך נישט אויפהערן גלייבן איידער מ'גלייבט. די חברה לייט זענען קיינמאל נישט געווען אויסגעקאכט אין פילאסאפיע און חקירה, דערפאר זענען זיי בלויזע טיפושים און נישט קיין אטאאיסטן. זאגאר אין אונזער פאל איז דאס געווען ריכטיג. רבי בערל האט נעבאך נישט געגלייבט אין גארנישט.
פאר די אלע פּסיכיאטער וואס גוטע אידן האט אים אונטערגעשיקט וועלכע זאלן אים באיינפליסן זיך אומצוקערן צום באשעפער, האט ער אלעמאל גענטפערט די באוויסטע גמרא, כל הפורש ממינות מת. דאס לעבן איז מיר צו געשמאק אז כ'זאל עס אויפאמאל אויפגעבן האט ער ציניש גענטפערט. ווען מען האט אים פארגעהאלטן אז מען זעט דאך באשיינפערליך ווי אומצאליגע אטאאיסטן זיינס-גלייכן טוען תשובה און בלייבן לעבן? האט ער ציניש גענטעפערט אז דאס איז טאקע א דייטליכער באווייז אז זיי זענען קיינמאל נישט געווען קיין ווירקליכע אטאאיסטן, זיי שרייען נאך צו ג-ט ווען ס'גייט זיי מיט פיטום אראפ. וואלטן זיי ווען געמאלט געווען ווירקליכע אטאאיסטן אזוי ווי אים, וואלטן זיי ווען טאקע געשטארבן ביים תשובה טאן האט זיך רבי בערל געאייסערט. אזוי האט זיך אונזער רבי בערל אפגעלעבט די יארן ערגעץ וואו אין א ווייטע שטעטל אין מיטל-מערב אמעריקע.
דער רבי בערל איז געקומען פון א שטוב פון הייסע סאטמארע חסידים, זיינע עלטערן, ווי אויך ער זעלבסט אין די גוטע יארן, האבן זיך אויסטערליש געקאכט אין די הייליגע ספרים פון רבינו הקדוש זי''ע. און רבי בערל איז ווי זייער אסאך פון סאטמארע אפשטאמיגע דרום זיצער, געבליבן אויסטערליש ווארים צום רבין זי''ע. אויפן באשעפער אין וועם ער האט נישט געגלייבט האט ער צוזאם גערעדט א וועלט, אבער אויב האט ער געהערט ווי איינער רעדט חלילה אויפן רבין זי''ע איז דאס בייז בלוט אים ארויף אין קאפ. ווען רבי בערל האט באזיכט אין ישראל האט ער באזיכט יעדע טיאטער און שאנדע הויז פון דן ביז באר שבע, זאגאר צום כותל המערבי, שריד בית מקדשנו, איז ער חלילה נישט געגאנגן.
רבי בערל האט פארמאגט א יוגענט פריינד פאר וועם ס'האט שטארק געגבערט דאס צושטאנד אין וועלכע רבי בערל געפונט זיך. דער פריינד האט זיך אמאל באגעגענט מיט אן אינטערסאנטע שטיקל דברי יואל וואו דער רבי שרייבט ווי פאלגענד: עס איז פארהאן צוויי וועגן ווי א איד קען פארלירן זיין אמונה אין הייליגן באשעפער. איינס ווייל ער האט זיך אנגעלייענט מיט צווייפלהאפטיגע ווארע. צוויי ווייל ער באגייט גראבע זינד און דאס פארטושט אים דאס מוח. איז אזוי, דער וואס האט זיך אנגעלייענט, אים העלפט נישט קיין תשובה אן שטארבן, כל הפורש ממינות מת. דאקעגן דער וואס איז צוקומען צו מינות ווייל ער האט זיך צופול געפלעגט דאס גוף, אים העלפט יא תשיבה אן קיין שטארבן. דער רבי טייטש מיט דעם דער פסוק אין הושע: שובה ישראל עד השם אלקיך כי כשלת בעונך – שובה ישראל א איד קאן תשובה טאן, עד השם אלקיך אפילו אויף זינד וואס דערגרייכט ביז השם אלקיך ממש, ווי מינות. ווארים כי כשלת בעונך, ער איז בלויז צוגעקומען צו דעם דורך געשטרויכלט ווערן מיט זינד. דער חבר האט דאס געוויזן פאר רבי בערל. רבי בערל איז טיף געכאפט געווארן פון דאס הייליג ווארט, וואס האט אייגענטליך צונישט געמאכט זיין גאנצע באהויפטונג. ער האט גוט געוויסט ביי זיך אז אנגעהויבן האט זיך מיט גראבע זינד... ער האט געמאכט א דריי הונדרעט פינף און זעכציג צוריק דריי און האט זיך אומגעקערט קיין ניו יארק און געווארן א פולשטענדיגע בעלי תשובה.[/justify]
דאס ווארט וואס האט אים צוריק געברענגט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: דאס ווארט וואס האט אים צוריק געברענגט.
ס'טייטש אז דאס צוריקקומען קיין ניו יארק איז געווען א חלק פון זיין תשובה טוהן?? און וואסי געווארן מיט זיינע חרידישע קליידער, די שווארצע הוט, די לאנגע שווארצע רעקל, שווארצע ברילן, אלעס איז צוריק ווי אמאל? אױב נישט, איז נישט קיין פולקאמע תשובה!
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: דאס ווארט וואס האט אים צוריק געברענגט.
איינער וואס דרייעט זיך אויף קאווע שטיבל, הייבט דאס זיך געפלעגט, אדער זיך אנגעליינט?