אזויפיל איז אריין געלייגט אין אזא קורצע ארטיקל. און אזוי צו די זאך. ס’איז מלא תוכן און טעם! כ’האב עס כאטש 5 מאל איבער געליינט. איך האב נישט אויפגעהערט וויינען. מען דארף דאס אויף הענגען אין בתי מדרשים אין די גאסן. פאסטן ביי יעדע יודישע שטוב. און אז עס וועט העלפן אפילו פאר געציילטע איז א געוואלד אופגעטוען!
איך בין פשוט נתפעל און ווינדער זיך אויב נאך זעען ווי סאך נישט ארויס געשריבענע שורות איז קאנצעטרעט און ליגט אין יעדע פערל ווארט].
דאס הארץ רייסט צו זעהן אומגליקליכע משפחות באוויינען זייערע קינדער. מיר זענען אויפגעשוידערט פונ'ם זינלאזער סטעמפיד וואס האט ליידער באגראבן אזויפיל קרבנות. צופיל זענען אומגעקומען דעם ל"ג בעומר, און אסך מער זענען ביטער געשעדיגט געווארן, פיל פון זיי יונגע מענטשן אין זייער בליענדיגסטע יארן.
שרגי געשטעטנער, איינער פון די אומגעקומענע, האט מיטגעטיילט אין אן אינטערוויו ניין יאר צוריק, וועגן זיין גליק איבער'ן נייעם מוזיק אלבום וואס ער האט מצליח געווען ארויסצוגעבן. עס פייניגט דאס געוויסן ווען מ׳'עהט אזא איידעלע נפש, וואס איז צוקוועטשט געווארן ה"י.
דער זוהר הק' ברענגט אויף מגילת איכה, אז דער חורבן בית המקדש האט נאר געקענט פארקומען אין פיזישן זין, נאכדעם וואס זי איז אין גייסטישן זין שוין לאנג געווען צובראכן. וויבאלד דאס אינערליכע גלאנץ פון כלל ישראל איז ליידער פארברענט געווארן מיט שנאת חנם, פירוד לבבות און הלבנת פנים, איז שוין זייער גרינג געווען פאר'ן שונא אדורכצודרינגען און פארברענען אויך דאס אויסערליכע גלאנץ…
אזוי קען געזאגט ווערן איבער די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון. דאס גייסט פון די יונגע קינדער איז שוין צוקוועטשט געווארן אסך פריער בעפאר זייער לעבן איז פארשניטן געווארן.
וויאזוי קענען מיר פאראייביגן דעם אנדענק פון די יונגע קרבנות? לאמיר לעילוי נשמתם מחשיב זיין מער די יונגע קינדער וועלכע לעבן נאך.
קינדער זיצן טעגליך אין חדר און עס ווערט פארלאנגט פון זיי זיך אהערצושטעלן ווי זיי וואלטן געווען ראבאטן. זיי ברעכן זיך דעם קאפ צו לערנען ענינים וואס זענען נישט רעלעוואנט אין זייער לעבן און דאס רוב קינדער זענען נישט געאייגנט אויף דעם.
אין "בעסטן" פאל איז דאס קינד שטיל מיט א יאוש געפיל און געבט זיך אונטער צום דרוק, פרובירנדיג מיט אלע כוחות כאטש צו באקומען קרעדיט פאר'ן זיין א וואויל יונגל. אבער אויב האט דאס קינד נאך עטוואס א פונק פון לעבן אין זיך, איז קיין וואונדער נישט וואס ער קומט אהיים מיט א ביטערניש און קריגט זיך ארום מיט די געשוויסטער. און אוודאי ווער באצאלט די פרייז? אויף וועמענ'ס קאפ גייט עס ארויף? אויף די אנגעהארעוועטע עלטערן.
עטליכע וואכן צוריק האב איך צום ערשטן מאל זיך אנגעטראפן אינ'ם ליד פון מאטי שטיינמעץ ווי ער דערציילט די מעשה פון יענקעלע הכונס. איך האב זיך ביטער צו-וויינט ווייל עס האט זיך אזוי קלאר ארויסגעוויזן דער תהום וואס איז צווישן די אמאליגע דורות אידן און דעם היינטיגן אונטערדריקטן סיסטעם פון פרומקייט.
די ליבשאפט צווישן א קינד מיט די עלטערן איז אזוי וויכטיק אז איך האב אנגעשריבן א ליד וועגן דעם וואס איר קענט הערן דא.
אמאליגע עלטערן האבן געהאט א געלעגנהייט צו בויען אן אמת׳ן קשר מיט זייערע קינדער, און כאטש זיי האבן גארנישט געוואוסט וועגן פסיכאלאגיע, איז אבער זייער טיפע ליבשאפט געווען דאס גרעסטע געווער פאר זייער קינד, און אים געהאלפן איבערלעבן די ביטערסטע צייטן, און בפרט א חורבן וואס די מענטשהייט האט נאך אזוינס נישט בייגעוואוינט.
היינטיגע עלטערן, לאזט מען נישט לעבן. די משפחות זענען היינט צו טאג פיל גרעסער און די תקנות פון די רבנים ווערן וואס א טאג אלס שטרענגער. ווי עס איז דער שטייגער פון מענטשן אונטער דרוק, לעבט מען אין survival mode און עס איז שווער צו בויען די קשר וואס נאטירליך עלטערן האבן מיט קינדער.
די מידיא רעדט אפט וועגן די עוולה וואס די חסידי'שע חדרים לאזן נישט זייערע תלמידים באקומען א „בעיסיק עדיוקעישאן“ , אבער מ'פארפעהלט צו דערמאנען וואס די קינדער באקומען אנשטאט דעם!
די פאקט אז מ'פלאנצט איין א פחד אין די קינדער איז א פארברעכן.
ווען א קינד ווערט באשולדיגט פאר'ן האבן מענטשליכע געפילן, לאזט דאס איבער א טיפע רושם, און ס'איז גורם שעדליכע תוצאות פאר'ן לעבן.
ס'איז אן עוולה אז א מלמד זאל אריינלייגן א בושה אין א קינד כאילו ער איז א פראבלעם ווייל ער קען נישט זיך צופאסן צו אוממענטשליכע באדינגונגען.
מיר דארפן זאגן „גענוג!“ צו די אומדערטרעגליכע באגרעניצונגען וואס יונגע פרומע קינדער דארפן אויסשטיין, און נישט מער צולאזן אז דאס חסידישע חינוך סיסטעם זאל צוקוועטשן דעם נפש פון אונזערע יונגע קינדער.
קול דמי אחיך צועקים, דאס בלוט פון אונזערע פארלוירענע ברידער רופט צו אונז:
לאמיר זיך אויפוועקן. מיר ווייסן גוט אז די רבנים האבן נישט קיין פלאן צו ראטעווען אונזערע קינדער. עס ליגט א פליכט אויף יעדן פון אונז צו טאן דאס בעסטע וואס מ'קען צו העלפן פארעכטן דעם שרעקליכן מצב.
אונזערע קינדער זענען די צוקונפט פון כלל ישראל. וואס פארא צוקונפט ווילן מיר האבן?
דורש אמת האט געשריבן:קינדער זיצן טעגליך אין חדר און עס ווערט פארלאנגט פון זיי זיך אהערצושטעלן ווי זיי וואלטן געווען ראבאטן. זיי ברעכן זיך דעם קאפ צו לערנען ענינים וואס זענען נישט רעלעוואנט אין זייער לעבן און דאס רוב קינדער זענען נישט געאייגנט אויף דעם.
וועלכע לימודים צום ביישפיל זענען יא רעלעוואנט אין לעבן? סייענס, היסטאריע, ארט, דראמא? פאר איינער וואס האט אין פלאן צו היטן די תורה, איז זייער רעלעוואנט איר צו לערנען.
דורש אמת האט געשריבן:אמאליגע עלטערן האבן געהאט א געלעגנהייט צו בויען אן אמת׳ן קשר מיט זייערע קינדער, און כאטש זיי האבן גארנישט געוואוסט וועגן פסיכאלאגיע, איז אבער זייער טיפע ליבשאפט געווען דאס גרעסטע געווער פאר זייער קינד, און אים געהאלפן איבערלעבן די ביטערסטע צייטן, און בפרט א חורבן וואס די מענטשהייט האט נאך אזוינס נישט בייגעוואוינט.
היינטיגע עלטערן, לאזט מען נישט לעבן. די משפחות זענען היינט צו טאג פיל גרעסער און די תקנות פון די רבנים ווערן וואס א טאג אלס שטרענגער. ווי עס איז דער שטייגער פון מענטשן אונטער דרוק, לעבט מען אין survival mode און עס איז שווער צו בויען די קשר וואס נאטירליך עלטערן האבן מיט קינדער.
פינטעלע איד און די אנדערע מגיבים: ס'איז נישט וואס מ'לערנט מיט די קינדער (און ערוואקסענע) נאר וויאזוי מ'לערנט עס. וויאזוי דער מלמד אדער מגיד שיעור איז עס מסביר...!
נעם למשל די סוגיא פון תשע חנויות (נישט חניות. ווייל חניות מיינט פארקינג פלעצער.). איך געדענק וויאזוי מיין רבי אין כיתה האט עס מסביר געווען. (ר'האט עס בכלל נישט מסביר געווען.) ר'איז סתם אראפגעפאללן פון הימל מיט די תשע חנויות. (אין מס' פסחים. ביי די משנה פון תשע ציבורין)...!
משא"כ ווען די רבי אדער מגיד שיעור איז עס מסביר מיט אן הקדמה און ער איז ממחיש די סוגיא מיט די מציאות. די רעאליטי. קענען די תלמידים א סאך בעסער און גרינגער פארשטיין.
ווען ער איז מסביר די כללים פון רוב . ווען איך זאג יא רוב. און ווען נישט. (כל קבוע כמחצה על מחצה דמי). דאס געט א הסבר פארוואס ביי תשע חנויות זאג איך נישט רוב. (נאר מחצה על מחצה. 50%). און ביי תשע ציבורין זאג איך יא רוב. (כל דפריש מ'רובא פריש.).
אויב די רבי קען עס נישט מסביר זיין. מיינט אז ער אליינס פארשטייט עס נישט גרונטליך...!
די ליטוואקעס האבן א גוט ווערטל..."אז ס'פעלט אין הסברה, פעלט אין הבנה"...!
תרמב: ייש"כ פאר די קאמפלימענט. אבער ס'איז לאוו דווקא. איך בין ב"ה זייער שטארק צופרידן מיט די פאך אין וואס איך ארבעט. פיהרן אידישע קינדער אין חדר און צוריק אהיים איז אן עבודת הקודש. ווער שמועסט נאך אז מ'צאלט ב"ה זייער פיין. אויך אלע ימים טובים ווערן באצאלט...!
דער הייליגער תנא ר' יוחנן הסנדלר זכותו יגן עלינו האט געמאכט און פארראכטן שיך פאר די מענטשן. לויט'ן סדר הדורות איז ער גאר געווען א דיימאנד שלייפער...!