האסטו געטוישט דיין מיינונג וועגן טראמפ אין די לעצטע 4 יאר?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
דוראק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

שליחה דורך דוראק »

אין מײן יוגנט בין איך געוועזן אַ „רענדיסט”, געגלויבט אין אַײן רענד אויף תולה ארץ.

יעמאָלט האָב איך ניט פאַרשטאַנען ווי לעכערליך ס'איז, אַז אַ איד, אַ שומר תורה ומצוה, זאָל האַלטן באַ אַזוינע מיאוסע דיעות. און בפרט אַ איד וואָס באַמיט זיך צו לעבן זײן לעבן לויט די אָנווײזונגען פון דער הייליקער תניא קדישא.

וואָס איז געשען? כ'האָב זיך משמעות אַביסל אונטערגעוואָקסן – ניט געפערליך, איך בין אַמאָל אויך געוועזן אַ משיחיסט...

הײנט ב״ה, פאַרשטיי איך גאָרניט אין פּאָליטיק. קאָמוניזם איז טרייף און טראָמפּ איז טרייף (ביידע האָבן געהרגעט אַ פולע אידן), אַ חוץ דעם – ווייס איך ניט און איך וויל ניט וויסן.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

טראמפּ האט געהארגעט פילע אידן?
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

orthodox-jews-show-overwhelming-support-for-trump-in-new-poll
“EXCLUSIVE: In a new national poll commissioned by @Ami_Magazine, 83% of Orthodox Jews say they're voting for President Trump, while 13% are voting for VP Biden,” Ami’s senior White House correspondent Jake Turx tweeted. “This marks a 29% swing in favor of Trump since 2016.”

The poll also found that 76% of respondents believe the media treats Trump unfairly, with 14% saying he is treated evenhandedly.

#פאני_סייט_עלערט און איך זאג נישט מיין מיינאנג
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום הקטן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
דוראק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

שליחה דורך דוראק »

קורקלענד האט געשריבן:טראמפּ האט געהארגעט פילע אידן?

איר זײט גערכעט, ס'איז ניט טראָמפּ, נאָר טראָמפּיזם.

דעם גדר פון טראָרמפּיזם האָט דער ליטוואַק ערקלערט אין די קלערסטע אותיות וואָס קאָן זײן דאָ:

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז נישט קיין שיטה פון מעדיצין אדער פון רעכט קעגן לינקס. דא איז א שיטה פון אומוויסענד, אז מ'דארף נישט וויסען די פרטים כדי מחליט צו זיין. אמעריקאנער פרייהייט מיינט, אז יעדער מיינונג איז אייניג, צו יענער ווייסט וואס ער וויל צו נישט. טאמער דו טענה'סט אז מ'דארף קודם פארשטיין די פרטים און די יסודות, ביסטו א מאסן מערדער, א דיקטאטור. דעמאקראטיא איז די תשובה צו אלסדינג, וארור האיש אשר יברר הפרטים.

עס איז נאר ווייטאגליך ווי דער עם חכם ונבון איז פארוואלגערט געווארן אין אזעלכע רעליגיעזע גלויבערס, וואס נעמן אן יעדער תורת לאקשן פון דער גוי ווי תורת משה מסיני. גויישע חכמה מעג מען לערנען, אבער גויישע קולטור און גלויבונגן?!
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

קורקלענד האט געשריבן:טראמפּ האט געהארגעט פילע אידן?

דו האסט דען אן אנאנג וויפיל אימוויסענדע אידען האבן זיך אנגעטרינקען נעבעך מיט בליטש ?!?
אנדער זענען אויסגעשארטבן וואו פליגען ווען א דאקטער האט זיי געגעבן hydroxychloroquine א דאנק טראמפ!!!

ווייטאגליך ווייטאגליך
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

געטוישט מיין מיינונג לטובתו.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

הרב שיף האט געשריבן:געטוישט מיין מיינונג לטובתו.

ווען ? און פארוואס?
אויב איך מעג..

הקטן האט געשריבן:
הרב שיף האט געשריבן:געטוישט מיין מיינונג לטובתו.

ווען ? און פארוואס?
אויב איך מעג..

ווען? במשך זיין טערמין.

פארוואס? זייער פשוט, ווען דער איז געלאפן, האט ער נישט גענפערט קיין שום זאכן זאכליך, מיר וועלן מאכן א גוטע עקנאמיע, וויאזוי? פרעג נישט איך האב עפעס א מעגע פלאן!! ס'וועט זיין ס'עט זיך טוען, עפעס געוואלדיג.

איך וועל צוימען איםליגאלע עמיגראציע, וויאזוי? זארג נישט פארלאז זיך אויף מיר, ווייסטו וואס מען וועט בויען א וואנט, נעה נישט אונז מעקסיקא וועט בויען.

איך וועל מאכען גרויסע טוישינגעןאין מיטיל מזרח! ווואס פרעגסטו, אה קען נישט זאגן, עפעס וואס נאר איך קען, קיינער האט נישט איך וועל יא, מעגסט מיר גלייבען אפי' איך וועל שיסען אויף פיפט עוועניו וועט מען נאך אלס גלייבען.

עס האט זייער שטארק אויסגעקוט ווי א מענטש וואס פארשטייט צו רעדן און די מידיע, אבער נישט אויף הלכה למעשה.

אע"פ ער האט געבויט א ביזנעס [לשיטתו פון גארנישט, ער האט דאך געירשנט נאר ממש אפאר אפגעריסענע איינצלנע מליאנען דאלער] איז ממילא טויג ער, אויב איך האב נישט געגלייבט און דעם, נאך וואס ער איז געווען א מומחה און נישט געיבן ענטפערס הלכה למעשה.

ארוס געשטעלט האט זיך אז ער פארשטייט נישט צום רעדען, נישט צו פירען א "פי אר" מלחמה, אבער ער פארשטייט גאר גוט למעשה, און האט געטוען און געטוען זאכליכע זאכן וואס האט געהאלפן דער אמעריקאנער בירגער. טראץ רדיפות און שמוצערייען פון מענטשן וואס האבען שטארקע ערפארונג און ציברעכען א מענטש זיין מוהט אויפצישטיין אינדערפרי, האט ער געטוהן ווייטער און צו דער זאך, ווי עס קוקט מיר אויס, אויב וועט ער קענען בלייבען פרעזידענט אויף גענוג יארן, האט נאך אמעריקע א טשאנס, ארויס צוקריכען פונעם דרך צום קומוניסטישע גן עדן.

אויב איך מעג.... וואספארא פראגע? אודאי מעגט איר.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

הרב שיף האט געשריבן:ארוס געשטעלט האט זיך אז ער פארשטייט נישט צום רעדען, נישט צו פירען א "פי אר" מלחמה, אבער ער פארשטייט גאר גוט למעשה

פארשטייט נישט צו פירען א "פי אר" מלחמה, ווייס איך נישט
איין זאך איז זיכער, זיין סטייל איז איז זיכער נישט קאנווענשענעל...
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

הקטן האט געשריבן:
הרב שיף האט געשריבן:ארוס געשטעלט האט זיך אז ער פארשטייט נישט צום רעדען, נישט צו פירען א "פי אר" מלחמה, אבער ער פארשטייט גאר גוט למעשה

פארשטייט נישט צו פירען א "פי אר" מלחמה, ווייס איך נישט
איין זאך איז זיכער, זיין סטייל איז איז זיכער נישט קאנווענשענעל...

ער טויג נישט ווי די דעמאקראטען.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: האסטו געטוישט דיין מיינונג וועגן טראמפ אין די לעצטע 4 יא

שליחה דורך פאליטיקאנט »

דאס קען מען ליינען ביידע וועגן.

ער טויגט, נישט ווי די דעמאקראטן!
ער טויגט נישט, (אזוי גוט) ווי די דעמאקראטן!
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

פאליטיקאנט האט געשריבן:דאס קען מען ליינען ביידע וועגן.

ער טויגט, נישט ווי די דעמאקראטן!
ער טויגט נישט, (אזוי גוט) ווי די דעמאקראטן!

א פאליטקאנט דארף אלעמאל זיכער מאכען אז מען זאל קענען פארשטיין זיינע ווערטער אויף ביידע'[נס] וועגען.
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

2020-10-19.jpg

דברי חכמה מחכם הרזים חיים רייכבערג בעל מחבר "מקום מנוחת מוהר"ן האמיתי"
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: האסטו געטוישט דיין מיינונג וועגן טראמפ אין די לעצטע 4 יא

שליחה דורך פאליטיקאנט »

פששששי, לויט דעם וואלט דאך די "ליווינג תורה מוזעאום" געדארפט האבן א שטארקע הצלחה, הלמאי זיי עדווערטייזן אויף קול מבשר ?

חקירה: די קשיא איז אויף חיים רייכבערג, טראמפס לאיער / מגיד שיעור, אדער רבינו בחיי?
באניצער אוואטאר
טראמפ'ס עדווייזער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2019 7:54 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

Re: האסטו געטוישט דיין מיינונג וועגן טראמפ אין די לעצטע 4 יא

שליחה דורך טראמפ'ס עדווייזער »

צו מאכן א סך הכל פון אלע טענות און מענות לאמיר עס אביסל צינעמען אין קליין געלט
סדא דא(פארשטייט זיך) צוויי שיטות מיט צוויי ארגומענטן
חד אמר: זינט דער טראמפ האט זיך אריבערגעצויגן דירה איז אמעריקע געשאנקן געווארן מיט א כוואל פון כאאס און פאניק
וחד אמר: אז טראמפ האט אויפגעטון מער ווי סיי וועלכע פרעזידענט בעפאר

איז לאמיר עס פראבירן אויסצילייכן מיט א משל (הגם איך ווייס נישט ווי גוט די משל איז אבער דעיס איז מיר יעצט ארויפגעקומען אויפן געדאנק)
זיצט די טאטע ביים שבת טיש מען האט שוין געענדיגט נוקעצן, מען צושניידט דעם קוילידש אין צווייען כאפט אן איין מויצע און מיטן שפיץ זיינעם שטעכט ער אריין אינעם רואיגען בערגל זאלץ און פארעמט דערמיט א שארפן גריבל, פארשטייט זיך די בני בית וויל אויך נישט בלייבן נוקעצן איר גאנץ לעבן שטעכט ער אויכעט אריין איר לחם עוני פארמינדיג דערמיט א צווייטן גריבל אין זאלץ-לאנד און אזוי ווייטער די זעלבע מיט אלע זיבן צאן קדושיםלעך, ביי די טיים מען האט געהאלטן ביי די דיפס איז שוין שכונת זאלץ געווען אינגאנצן צישטאכן פון אלע זייטן, נאכן טועם זיין פון די יין שרף באמערקט די טאטע דעם גרויסן בראך ער דערזעהט זיך מיט א צישטאכענעם זאלץ פאלק א גוטן קאפ האט ער טראכט ווי א חסיד און נעמט זיך שאקלען דעם זאלץ מעסטל דערמיט אויסצופלאכענען די בערג און טאלן. און אזוי האט זיך געפארעמט א שמועס צווישן די זאלץ געמיינדע, רופט זיך אן זאלצי איינע פון די אידן אין דארף: האסט געזעהן דעי משוגענעם ער קומט מיר דא און הייבט אן צו באבערן און שאקלען ער דרייט אן א געפערליכע "כאאס" אלעס איז געווען דא אזוי רואיג שלום ושלווה - אמת סגעווען אפאר אומוויכטיגע גריבער אבער בדרך כלל איז אלעס געווען מסודר - יעצט קומט ער מיר דא אן און דרייט מיר אלעס איבער. רופט זיך אן זיין זאלציגע שכן: נע דו כאפסט, נישט קוק וויפיל ער האט דא אויפגעטון זינט ער איז דא אנגעקומען האט ער שוין אוועקגענומען עטליכע גריבער, גיב אים צייט וועסטע זעהן אז אלע גריבער וועלן אי"ה אוועקגיין

משל למה הדבר דומה ???

יעדער פון אונז געדענקט נאך אמאל - בעפאר דעי אנשיקעניש איז ארויף אויפן כיסא מלוכה - ווען אימער מען האט גערעדט פון פאליטיק אין יענע צייטן איז די תמצית הדברים געוועזן ווען מען האט געענדיגט א העפטיגע וויכיח אז פאליטיקאנטן קען מען נישט טראסטן וואשיגטאן איז קאראפטירט און איך האלט פון יענעם קאנדידאט ווייל......וכו', דהיינו איך ווייס אז סזענען דא געוויסע גריבלעך אבער איך בין משלים מיטן מצב און איך נעם די גוטע חלקים איינע פון די שטיפערס דארט ביים קרעמל האט אבער נישט מסכים געווען מיטן מצב (אדער מער ווי איינער נאר רוב מענטשן האבן ארויס גענומען פון די ארכיוון דאס אלט ווארט "יו קענט טשענדש סיטי האאל") און דעסיידעט זיך צו נעמען שאקלען די מעסטל און יא א כוואליע פון כאאס איז אינטערגעקומען (און לאמיר זיך נישט פאפן,יעדעס מאל אין היסטאריע ווען עס איז נאר געווען א טויש לטובה איז עס געקומען נאך אסאך כאאס און צישטערונג אנגעהויבן מיט די פארמירונג פון אונזער מלכות של חסד, און אזוי ווייטער, די באפרייאונג פון די שווארצע...וכו')

די שאלה וואס דארף זיך יעדן פרעגן איז: באדערט מיר דעי גריבעלעך????
טאמער נישט אשרי חלקך, וואוט פאר ביידן. מה לי לצרה הזאת???
טאמער יא, און די ביסט גרייט צו ווערן אביסל אויפגעשאקלט, וואוט פאר טראמפ.

יעצט וועגן די שאלה פונעם שואל אויב 'איך' האב געטוישט מיין מיינונג במשך די לעצטע פיר?
די תירוץ איז: ניין און יא
סאיז מיר דעמאלטס נישט אנגעגאנגן די גריבלעך און יעצט אויך נישט, און אין 2016 האבעך טאקע געוואוט פאר קלינטען, אבער די יאר וואוט איך אי"ה פאר טראמפ ווייל איך גלייב נישט אז סגייט נאך אמאל צוריק גיין צום אלטן, און אז מען שאקלט שוין סייווי זאלן שוין די גריבלעך ווערן אויסגעגראדט און פערטיג

Sent from my SM-G965F using Tapatalk
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

טראמפ'ס עדווייזער האט געשריבן:אז מען שאקלט שוין סייווי זאלן שוין די גריבלעך ווערן אויסגעגראדט און פערטיג

אמת מען האט געשאקלט
זאג מיר וואו אזוי דו אדער סיי וועלעכע אנדערע יחיד געווארן צישאקעלט דארך טראמפ?!?

איך קען דיר זאגן ווא אזוי דער יחיד וועט ווערן געשאקעלט אויב די לינקע נעמען איבער
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

נאך א איד וואס וואט פאר טראמפ דאס מאל צים ערשט

watch-ben-shapiro-explains-why-he-will-vote-for-trump-in-2020-after-not-voting-in-2016
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
טראמפ'ס עדווייזער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2019 7:54 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

Re: האסטו געטוישט דיין מיינונג וועגן טראמפ אין די לעצטע 4 יא

שליחה דורך טראמפ'ס עדווייזער »

הקטן האט געשריבן:
טראמפ'ס עדווייזער האט געשריבן:אז מען שאקלט שוין סייווי זאלן שוין די גריבלעך ווערן אויסגעגראדט און פערטיג

אמת מען האט געשאקלט
זאג מיר וואו אזוי דו אדער סיי וועלעכע אנדערע יחיד געווארן צישאקעלט דארך טראמפ?!?

איך קען דיר זאגן ווא אזוי דער יחיד וועט ווערן געשאקעלט אויב די לינקע נעמען איבער
וואס מיינט ביי דיר "דרעינינג די סוואמפ???

Sent from my SM-G965F using Tapatalk
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: האסטו געטוישט דיין מיינונג וועגן טראמפ אין די לעצטע 4 יא

שליחה דורך החוקר »

טראמפ'ס עדווייזער האט געשריבן:וואס מיינט ביי דיר "דרעינינג די סוואמפ???

אריינלייגן בוזעם פריינט אין הויכע פאזיציעס מיט בלינדע גיטריישאפט מיר, אומאפהענגיג פון מאראל און יושר.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

טראמפ'ס עדווייזער האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
טראמפ'ס עדווייזער האט געשריבן:אז מען שאקלט שוין סייווי זאלן שוין די גריבלעך ווערן אויסגעגראדט און פערטיג

אמת מען האט געשאקלט
זאג מיר וואו אזוי דו אדער סיי וועלעכע אנדערע יחיד געווארן צישאקעלט דארך טראמפ?!?

איך קען דיר זאגן ווא אזוי דער יחיד וועט ווערן געשאקעלט אויב די לינקע נעמען איבער
וואס מיינט ביי דיר "דרעינינג די סוואמפ???

דו ביסט פארט פין די סוואמפ? ווען מען דרענט די סוואמפ ווערסטו געשאקאלט???
ב.ד.וו. די סוואמפ איז עלייף ענד קיקאינג
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

החוקר האט געשריבן:
טראמפ'ס עדווייזער האט געשריבן:וואס מיינט ביי דיר "דרעינינג די סוואמפ???

אריינלייגן בוזעם פריינט אין הויכע פאזיציעס מיט בלינדע גיטריישאפט מיר, אומאפהענגיג פון מאראל און יושר.

ווייז מיר איין פרעזידענט אין די אמעריקאנער היסטאריע וואס האט געהאט ווייניגער פריינט (מיט בלינדע געטריישאפט) אדער מער שונאים (נישט סתם שונאים נאר האסיגע) אין זיין אדמיניסטראציע קאמפּערד צו וואס טראמפּ האט געהאט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

הקטן האט געשריבן:נאך א איד וואס וואט פאר טראמפ דאס מאל צים ערשט

watch-ben-shapiro-explains-why-he-will-vote-for-trump-in-2020-after-not-voting-in-2016

דאס איז שוין איינער וואס האט געשוואוירן ברבים אז ער וועט קיינמאל נישט טוהן אזאנס....
באניצער אוואטאר
טראמפ'ס עדווייזער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2019 7:54 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

Re: האסטו געטוישט דיין מיינונג וועגן טראמפ אין די לעצטע 4 יא

שליחה דורך טראמפ'ס עדווייזער »

הקטן האט געשריבן:
טראמפ'ס עדווייזער האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
טראמפ'ס עדווייזער האט געשריבן:אז מען שאקלט שוין סייווי זאלן שוין די גריבלעך ווערן אויסגעגראדט און פערטיג

אמת מען האט געשאקלט
זאג מיר וואו אזוי דו אדער סיי וועלעכע אנדערע יחיד געווארן צישאקעלט דארך טראמפ?!?

איך קען דיר זאגן ווא אזוי דער יחיד וועט ווערן געשאקעלט אויב די לינקע נעמען איבער
וואס מיינט ביי דיר "דרעינינג די סוואמפ???

דו ביסט פארט פין די סוואמפ? ווען מען דרענט די סוואמפ ווערסטו געשאקאלט???
ב.ד.וו. די סוואמפ איז עלייף ענד קיקאינג
איך בין נישט פון פון די סוואמפ (גריבער) אבער איך בין א חלק פון די זאלץ (איך וואוין אין אמעריקע)

Sent from my SM-G965F using Tapatalk
פארשפארט