קודם האב איך הנאה אז מיר וועלן האבן א ידיד וואס רעדט די שפראך, און אז איינער וועט בעדאָרפן פארהאנדלען מיט די חברה וועט זיין צו וועם זיך צו ווענדן...
און אויף די עצם א ב ניגון, די תנועה איז ענליך צו א גערע תנועה אויף כי איך אעלה אל אבי והנער איננו אתי... א חלק פון א יענקל תלמוד ניגון.
כ'האב געהאט א מחשבה אז די הרגש ביים לערנען א' ב' און ווער רעדט נאָך א הייליגער א' ב' ניגון, איז ווייל מיר לערנען דאך נישט קיין א' ב' צו קאָנען א שפראַך חלילה וחס.
מיר לערנען א' ב' אויף צו קאָנען לערנען תורה, צו קאָנען דאווענען, צו רעדן דברים שבקדושה און הייליגער זאכן...
מיר לערנען א' ב': די העיליגע אותיות פון די תורה מיט זעי מען רעדט, מיט זעי מען בעט, מיט זעי דינען מיר אונזער בורא [ווער געדענקט נאך יו"ט עהרליך...]
וויפל אין די אותיות ליגן טרערן און וויפל געוועין... זאלט איר פון די אותיות כח שעפן און זיי אריין...[אויפן פריפעטשיק....]
אפשר דאס איז אויך די הרגש פון א קינד וואס רעדט ענגליש און לערנט זיך צו אראביש כדי צו זיין אחלק פון איסלם און ער וויל רעדן צו אללא און זיין שפראך
פילט ער אויך די קדושה און די אותיות און פארגייט אין א מרוגש'דיגע ניגון...
משא"כ סתם ABC