איז דא א וועג צו וויסן וואו אין היסטאריע מיר שטייען יעצט?

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
טראמפ'ס עדווייזער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2019 7:54 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

איז דא א וועג צו וויסן וואו אין היסטאריע מיר שטייען יעצט?

שליחה דורך טראמפ'ס עדווייזער »

מיר האלטן שוין איבער אכציג יאר פונעם סוף פון די פריערדיגע קאפיטל אין אונזער שטורעמ'דיגע היסטאריע, זאכן האלטן זיך אין איין טוישן. זאכן וואס זענען אמאל געווען די משוגע איז היינט די נארמאל און זאכן וואס זענען אמאל געווען די נארמאל איז יעצט די משוגע. פאר א פאָר יאר צוריק האבן זיך זאכן געטוישט אין א משך פון חדשים, אבער היינט טוישן זיך זאכן ממש אין מינוטן. סאושעל מידיע איז פול מיט פראדיקשאנס און סטראשונגען אויף וואס איז אויפ'ן וועג צו קומען, און פארשטייט זיך אז יעדע מענטש בפרטיות מיט א שטיקל שיקול הדעת הייבט אן צו טראכטן אליין ווי אזוי קען מען טאקע וויסן וואס קומט? מען פראבירט צוצוגלייכן די היינט מיט די אמאל און זעהן אויב קען מען צוזאמקלאפן עפעס א צד השווה.

די ציל פונעם שואל איז נישט זיך צו מתווכח זיין וואס עס קומט, נאר אויף צו דורכטוהן: "איז דא א וועג אמת'דיג צו וויסן ווי אין היסטאריע מיר שטייען יעצט???"
איז דען דא צוויי קאפיטלען אין היסטאריע וואס מען קען בכלל מאכן א צד השווה פון זיי???
איז ווערד די מיה פון טרעפן אן ענליכע קאפיטל ווי יעצט???
איז דען אונזער פריערדיגע קאפיטל מיט עפעס ענליך אויף צו טרעפן עפעס וואס אונז קענען פאררעכטן און טוהן אנדערש???
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איז געווען סיי ווען א וועג אמתדיג צו וויסן ווי מ'איז געשטאנען? נישט אלטס חכם וואס קוקט צוריק נאר אין ריעל טיים.
איז די פארגאנגענהייט עטוואס אן אינדיקעישאן אויף די עתיד?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

Hindsight is 20/20
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
אינטערסאנט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 12:15 am
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך אינטערסאנט »

עמינדב האט געשריבן:איז געווען סיי ווען א וועג אמתדיג צו וויסן ווי מ'איז געשטאנען?


לכאורה נישט, רוב מאל בשעת'ן מאכן היסטאריע כאפ מען ערשט נאכדעם...

עמינדב האט געשריבן:איז די פארגאנגענהייט עטוואס אן אינדיקעישאן אויף די עתיד?


היסטאריע שפילט זיך איבער נאכאמאל אין נאכאמאל אויף אנדערע לעוועלס, ווען מ'קוקט צוריק קען מען 'קאמפערן'. בשעת מעשה צו קענען אפלערנען היסטאריע וויאזוי ס'גייט זיך אויסקאכן נישט פאר מיר פשוטע מענטש...
פארשפארט