פראגעס פאר א פרױ?
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 14
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 16, 2020 8:52 am
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל
פראגעס פאר א פרױ?
איך בין נײַע אױף קאַװע־שטיבל, האָף איך אַז אַזאַ טעמע פּאַסט! איך האָב באַמערקט אַז װייניק פֿרױען נעמען אָנטייל אין קאַװע־שטיבל, אדער אפשר זאָגן זיי נישט אַז זיי זײַנען פֿרױען...כ׳האָב געמײנט אַז אַפֿשר װעל איך פּשוט זאָגן אַ שלום־אַליכם צו אַלעמען, און אָנבאָטאָן אַז די װאָס האָבן פֿראַגעס פֿאַר אַ נישט־חסידישע פֿרױ קענען עס דאָ שטעלן, אדער קענסט מיר שיקן אן אנזאג! (לאמיר בלייבן דרך–ערצדיק, אוודאי).
איך האָב עטלעכע מאָל זיך באַקענט מיט חסידישע מענער, טייל װאָס זײַנען אױפֿן װעג אַרױס פֿון דער קהילה, טייל נישט. האָבן זיי געװענטלעך אַ סך פֿראַגעס װעגן די נאָרמען און קולטור פֿון פֿרױען אזוי ווי איך. איז, פֿאַרװאָס נישט זײַן אַ מקור פֿאַר אַזאַלעכע ענטפֿערס אױף קאַװע־שטיבל...!
אַ ביסל װעגן זיך אַלייִן: איך בין אַ 32 יאָר־אַלטיקע, חתונה־געהאַטע פֿרױ, אַ פּראָפֿעסיאָנאַלע היסטאָריקערן און פּראָפֿעסאָרקע פֿון ייִדישע־געשיכטע. איך שטאַם פֿון ניו יאָרק. איך האָב זיך געלערנט ייִדיש אָנהייבנדיק אין 2013. איך האָב ליב דער שרפּאַך און איך האָב אַ סך כּבוד פֿאַר די װאָס היטן עס אָפּ (דאָס הײסט מענטשן װי אײַך!). איך האָב אַ פּאָדקאַסט אױף ייִדיש װאָס הײסט װײַבערטײַטש, װאָס מע קען געפֿונען דאָ.
אָנשולדיק פֿאַר די נקודות - בין איך זײער פֿױל מיטן טיפּירן אויף ייִדיש, נוץ איך אַ קראָם־עקסטענשאָן װאָס הײסט yidtyper, און צוליב דעם װאָס ס׳איז געמאַכט געװאָרן פֿון אַ ייִדישיסט, האָט עס אױטאַמאַטיש די נקודות...
זייער איינגענעם!

- כלבאשבוע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1028
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
- קאנטאקט:
שלום עליכם צום פארום, אייער ביישטייערונג שיינט צו זיין אינטערעסאנט
מיין פראגע איז דאס, איר זיינט אפנים נישט קיין פרומע ארטאדאקסישע פרוי, איז וואס איז אייער מיינונג אויף חרדים פון א דרויסנדן בליק און צי באטראכט איר זיך זעלבסט ווי א פעמאניסטקע?
מיין פראגע איז דאס, איר זיינט אפנים נישט קיין פרומע ארטאדאקסישע פרוי, איז וואס איז אייער מיינונג אויף חרדים פון א דרויסנדן בליק און צי באטראכט איר זיך זעלבסט ווי א פעמאניסטקע?
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 14
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 16, 2020 8:52 am
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל
יאָ, איך בין זיכער אַ פֿעמיניסטקע. מײַן בליק אױף חרדים/חסידים איז קאָמפּליצירט. אַפֿילו װאָס איך האָב דרך־ערץ פֿאַר זיי און זײערע טראַדיציִעס, װאָלט איך אַלײן נישט געקענט לעבן אין אַ װעלט אין װעלעכן פֿרױען האָבן נישט די זעלבע רעכטס װי מענער. װי אַ פֿרױ װאָס לײענט תּורה אין מײַן שול, למשל, װאָס איז װאָס מע רופֿט אַ טראַדיציאָנעלע־עגאַליטאַרישען מנין, איז עס מיר שװער אַפֿילו צו גײן אין אַ מאָדערנע־אָרטאָדאָקסישע שול, װײַל איך בין צוגעװױנט צו דעם װאָס איך קען אָנטיילנעמען אין שול גלײַך װי מענער. ס׳איז מיר פּשוט נישט באַקװעם. אָבער איך קען גוט פֿאַרשטײן פֿאַרװאָס מענטשען זײַנען צופֿרידן מיטן חרדישען לעבן־שטײַגער. דעם פֿאַקט װאָס די קהילה לייגט אין דעם צענטער פֿון לעבן געפֿעלט מיר. חסידישע ניגונים און אַנדערע טיילן פֿון דער קולטור געפֿעלן מיר זײער. אויף איין פוס, איז עס זייער קאמפליצירט!
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
צום קעפל:
לויט ווי א אידישיסט האט מיר אמאל געזאגט לעבט יעצט דער פארווערטס נאר פון אויפעסן די געלטער וואס זיי האבן פארדינט פון פארקויפן אלע זייערע נכסים. מיין פראגע איז צווייפאכיג: 1) בערך וויפיל יאר וועלן זיי נאך קענען לעבן פון דיזע געלטער? 2) ווען דער פארווערטס וועט זיך עווענטועל פארמאכן וועט מען קענען זאגן קדיש אויף "יידישע" דשורנאליזם, אדער אזעלכע פלאטפארמעס ווי ווייבערטייטש וועלן קענען אנפילן די לאך?

Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 14
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 16, 2020 8:52 am
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:צום קעפל:

ס׳איז אמת אַז פֿינאַנסיִעל גײט זאַכן נישט אַזױ גוט פֿאַרן פֿאָרװערץ, כאָטש איך בין נישט אַזױ אַרײַנגעטאָן אין דעם און איך װײס נישט אַלע פּראָטים. איך. מײן אַז אַ סך צײַטונגן װעלן זיך פֿאַרמאַכן אין די קאָמענדיקע עטלעכע יאָר צוליב די אַלע איבערגענג מיט טעקנאָלאָגיִע אאַ׳װ. אָבער מיטן פֿאָרװערץ װײס איך נישט. עס װענט זיך אױך אין װיפֿיל דעם ענגלישן פֿאָרװערץ װעט דעם יידישן נוסח העלפֿן.
איך זאָרג זיך נישט װעגן דער צוקומפֿט פֿון ייִדיש־שרפּאַכיק זשורנאַליסם. איך האָב שױן געהערט אַז אַ גרופּע יונגערע מענטשען האלט אין באטראַכט אָנצוהײבן אַ נײַעם זשורנאַל, װײַל זײ זײַנען נישט אזיו צופֿרידן מיטן פֿאָרװערץ. מע װעט זען. איך מײן אַז װײַבערטײַטש איז נישט אין דער זעלבער קאַטעגאָריִע פֿון פֿאָרװערץ װײַל ס׳איז נישט זשוראַנליסם... אָבער ס׳איז יאָ א מין מעדיאַ. אין אַלגעמײן בין איך אַן אָפּטימיסט: איך מײן אַז מער יונגערע ייִדישיסטן זײַנען איצט אױף דער װעלט װי אַ מאָל אין די לעצטע 40 יאָר, און אַז מיר װעלן פֿאַרזיכערן אַז אָדער דעם פֿאָרװערץ אָדער עפּעס װי דעם פֿאָרװערץ עקסעסטירט. וואָס מייענט איר וועגן דעם פאָרווערץ?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: פראגעס פאר א פרױ?
פארוואס קוקט איר עס אן אז פרויען האבן ווייניגער רעכטן?vaybertaytsh האט געשריבן:יאָ, איך בין זיכער אַ פֿעמיניסטקע. מײַן בליק אױף חרדים/חסידים איז קאָמפּליצירט. אַפֿילו װאָס איך האָב דרך־ערץ פֿאַר זיי און זײערע טראַדיציִעס, װאָלט איך אַלײן נישט געקענט לעבן אין אַ װעלט אין װעלעכן פֿרױען האָבן נישט די זעלבע רעכטס װי מענער. װי אַ פֿרױ װאָס לײענט תּורה אין מײַן שול, למשל, װאָס איז װאָס מע רופֿט אַ טראַדיציאָנעלע־עגאַליטאַרישען מנין, איז עס מיר שװער אַפֿילו צו גײן אין אַ מאָדערנע־אָרטאָדאָקסישע שול, װײַל איך בין צוגעװױנט צו דעם װאָס איך קען אָנטיילנעמען אין שול גלײַך װי מענער. ס׳איז מיר פּשוט נישט באַקװעם. אָבער איך קען גוט פֿאַרשטײן פֿאַרװאָס מענטשען זײַנען צופֿרידן מיטן חרדישען לעבן־שטײַגער. דעם פֿאַקט װאָס די קהילה לייגט אין דעם צענטער פֿון לעבן געפֿעלט מיר. חסידישע ניגונים און אַנדערע טיילן פֿון דער קולטור געפֿעלן מיר זײער. אויף איין פוס, איז עס זייער קאמפליצירט!
פרויען האבן פשוט אנדערע אויפגאבעס ווי מענער.
מענער און פרויען זענען אנדערש ביאלאגיש, און אין מערסטנס טייל אנדערש מענטעל.
פארוואס פארשטייט איר אז מענער טארן נישט אריינגיין אין א ווייבערישן בית הכסא?
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
יא, ס'נאר אינטערעסאנט אז נשים עבדים וקטנים האבן פונקט די זעלבע אויפגאבעס, כ'מיין אז איינער וויל זיך עקש'נען אז ס'איז א צופאל און אז די תורה איז נישט סעקסיסט און זיך פארהוילן פון סעקסיסט מאמרי חז"ל זאל איהם וואויל באקומען, אבער קומען מיט טענות פאר איינער וואס טראכט יא גראד הלמאי ער זאגט אז די תורה איז סעקסיסט איז נאריש.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
אויב דאס איז אמת (און ס'קומט נישט פון אן איבערפלוס פון אפטימיזם...) דאן דארף מען טאקע נישט זאגן קיין קדיש...vaybertaytsh האט געשריבן:אין אַלגעמײן בין איך אַן אָפּטימיסט: איך מײן אַז מער יונגערע ייִדישיסטן זײַנען איצט אױף דער װעלט װי אַ מאָל אין די לעצטע 40 יאָר
איך ווייס נישט, דערפאר האב איך געפרעגט..vaybertaytsh האט געשריבן:וואָס מייענט איר וועגן דעם פאָרווערץ?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
שלום עליכם ווייבערטייטש
די הנהלה פלעגט נישט באשטעטיגן קיין ניקים מיט ווייבעריש נעמען ווי גיטי אדער רבקי צוליב דעם חשש אז ליידער וועלן זיין מענער וואס וועלן זיך פארשטעלן ווי פרויען און טראלן.
אויך האט מען נישט געוואלט אז מ'זאל פלירטן אין אישי -- אדער בכלל אז דער זשענדער פון א מיטגליד זאל שפילן א ראלע -- ווייל דאס איז נישט דער ציל דא.
למעשה איז דא א פאליסי פון דאונט עסק דאונט טעלל און ס'איז דא פארשידענע ניקים וואס מ'ווייסט אז זיי זענען פרויען, א שטייגער ווי [tag]בת קול[/tag] (הגם מאנכע וועלן אלעמאל בלייבן מיט שפעקלואציעס אז ווער זאגט? און אפשר איז עס דאך א מאן... און דאס איז טאקע טייל פון דעם פראבלעם, אז ס'שלעפט אריין אין ענדלאזע שפעקולאציעס) און ווילאנג דער ניק איז נאר subtle פעמיניסטיש און נישט קיין קלארע נאמען פון א פרוי ווי אסתי אדער שרי וועט עס די הנהלה באשטעטיגן.
דאס איז בערך מיין ערפארונג וויאזוי די סיסטעם ארבעט דא.
איר זאגט אז ס'איז דא דא ווייניג פרויען: ס'איז אמת און די סיבות זענען פארשידנארטיגע. קודם כל ווייל דאס איז א מענער דאמינירטע פלאץ און אין דער חסידישער וועלט זענען דזשענדערס אפגעטיילט נישט נאר מיט א מחיצה נאר אין אינטערעסען און אין סאציאלע צירקלען אויך. כ'קען נישט זען וועלכע אינטערעסע מיין פרוי צום ביישפיל זאל טרעפן אין די שמועסן אין קאווע שטיבל. כ'גלייב אז רוב טעמעס אינטערעסירן איר נישט. אויב עפעס, איז דא באזונדערע פארומס פאר פרויען ווי אימא-מאטער. בכלל גלייב איך איז א פלאטפארמע אויף אידיש נישט געאייגנט פאר פרויען און ס'איז כמעט נישטא קיין ליין מאטעריאל אין אידיש געווידמעט פאר פרויען סיידן אין די גאר פרומע קרייזן.
נאך א פאקטאר איז אז אין דער חסידישער וועלט האבן פראצענטועל מער מענער צוטריט צו דער אינטערנעט ווי איידער פרויען און אפשר שפילט עס אויך א ראלע.
איך בין מודה אז קאווע שטיבל האט געזען זייער ווייניג פרויען מיטגלידער דורכאויס די יארן, אבער עס מיינט נישט אז עס איז נישט געווען. צווישן די פרויען וואס זענען שוין געווען דא אנגעשלאסן ציילט זיך א פראמינענטע שרייבערקע אין איינע פון די אידישע אויסגאבעס וואס איז געווען אקטיוו פארשטייט זיך אונטער א נייטראלע שלייער.
איך וויל הערן מער וועגן ווייבערטייטש. ווילאנג זענט איר שוין אקטיוו? און ווער איז אייער אוידיענץ? און וואס איז אייער ציל?

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כוכב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: פראגעס פאר א פרױ?
פארוואס ווען איינער רעיפט א צוועלף יעריג מיידל צאלט ער $50 פארן 'פאטער', און ווען איינער איז געבוירן מיט א תאווה פאר זכרים פארשטיינערט מען אים צום טויט איז אויך נישט אזוי פארשטאנדיק לויט די היינטיגע נארמען.רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יא, ס'נאר אינטערעסאנט אז נשים עבדים וקטנים האבן פונקט די זעלבע אויפגאבעס, כ'מיין אז איינער וויל זיך עקש'נען אז ס'איז א צופאל און אז די תורה איז נישט סעקסיסט און זיך פארהוילן פון סעקסיסט מאמרי חז"ל זאל איהם וואויל באקומען, אבער קומען מיט טענות פאר איינער וואס טראכט יא גראד הלמאי ער זאגט אז די תורה איז סעקסיסט איז נאריש.
ווי איך פארשטיי, רעדט זי איבער די היינטיגע חרדישע קולטור.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
שלום עליכם מרת. ווייבערטייטש
איך מיין די בעסטע וועג צי וויסן פארוואס עס קומען נישט דא קיין ווייבער איז צי זיי פרעגן
איר קענט פרעגן די חסידישע פרויען וואס איר קענט
מיין ווייב איז נישט דא ווייל עס איז איר נישט אינטערעסאנט רוב זאכן וואס מען שרייבט דא
נ.ב. איר זענט זייער וועלקאם דא און איך האף מען וועט אייך שיין אויפנעמען

מיין 500'סטע תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
ס'איז טאקע נישט פארשטאנדיג לויט די היינטיגע נארמען, ס'איז אבער יא פארשטאנדיג לויט די דעמאלטסדיג נארמען.קל וחומר האט געשריבן:פארוואס ווען איינער רעיפט א צוועלף יעריג מיידל צאלט ער $50 פארן 'פאטער', און ווען איינער איז געבוירן מיט א תאווה פאר זכרים פארשטיינערט מען אים צום טויט איז אויך נישט אזוי פארשטאנדיק לויט די היינטיגע נארמען.רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יא, ס'נאר אינטערעסאנט אז נשים עבדים וקטנים האבן פונקט די זעלבע אויפגאבעס, כ'מיין אז איינער וויל זיך עקש'נען אז ס'איז א צופאל און אז די תורה איז נישט סעקסיסט און זיך פארהוילן פון סעקסיסט מאמרי חז"ל זאל איהם וואויל באקומען, אבער קומען מיט טענות פאר איינער וואס טראכט יא גראד הלמאי ער זאגט אז די תורה איז סעקסיסט איז נאריש.
ווי איך פארשטיי, רעדט זי איבער די היינטיגע חרדישע קולטור.
למעשה גערעדט זאגסטו אז דאס אז פרויען טארן נישט עולה זיין לתורה איז פשוט א חרדישע נארמע און האט נישט גארנישט מיט די תורה צוטון, כ'הער וואס דו זאגסט, דארף מען וואוסן צו די חרדים האלטן טאקע אזוי. אזוי צו אזוי האט עס ווייבערטייטש נישט ליב.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
קל וחומר האט געשריבן:פארוואס ווען איינער רעיפט א צוועלף יעריג מיידל צאלט ער $50 פארן 'פאטער', און ווען איינער איז געבוירן מיט א תאווה פאר זכרים פארשטיינערט מען אים צום טויט איז אויך נישט אזוי פארשטאנדיק לויט די היינטיגע נארמען.רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יא, ס'נאר אינטערעסאנט אז נשים עבדים וקטנים האבן פונקט די זעלבע אויפגאבעס, כ'מיין אז איינער וויל זיך עקש'נען אז ס'איז א צופאל און אז די תורה איז נישט סעקסיסט און זיך פארהוילן פון סעקסיסט מאמרי חז"ל זאל איהם וואויל באקומען, אבער קומען מיט טענות פאר איינער וואס טראכט יא גראד הלמאי ער זאגט אז די תורה איז סעקסיסט איז נאריש.
ווי איך פארשטיי, רעדט זי איבער די היינטיגע חרדישע קולטור.
Makes my blood boil.
איינער מיט א בעסערע הסבר אויף דעם?
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
אמאל פלעגט א מיידל געהערן פאר איר טאטע, ער האט איר געקענט פארקויפן, ער האט געקענט צושטערן אירע נדרים אויב ס'איז איהם נישט געפעלן, אויב זי האט געטראפן אן אבידה האט עס באלאנגט פאר'ן טאטן, ממש ווי א דינסט ווי דער מאירי זאגט, ביז זי האט חתונה געהאט וואס דעמאלטס האט זי געהערט פאר'ן מאן. אויך האט ער איר געקענט חתונה מאכן פאר פרייז, אמאל פלעגט א בתולה "קאסטן" מער געלט, קומט אויס אז דער מאנס האט שאדן געמאכט דעם טאטן געלט, האט ער פארשטייט זיך געדארפט באצאלן פאר'ן טאטן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 14
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 16, 2020 8:52 am
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל
כוכב האט געשריבן:
איך וויל הערן מער וועגן ווייבערטייטש. ווילאנג זענט איר שוין אקטיוו? און ווער איז אייער אוידיענץ? און וואס איז אייער ציל?
אַ דאַנק @כוכב, דאָס איז זײער אינטערסאַנט.
װײַבערטײַטש האָט זיך אָנגעהױבן אין 2016. מע קען װעגן דעם לײענען דאָ און דאָ. דער עולם איז מער אָדער װײניקער יונגע מענטשען װאָס האָבן אדער געהערט ייִדיש אין דער הײם, אָדער זיך געלערנט ייִדיש (אַזױ װי איך) אין אָדער גלײַך נאָך קאָלעדש. עס דערגרײַכט אַרום 6,000 מענטשען אַ חודש, און איך װײס נישט װיפֿיל פֿון זײ זײַנען חסידים, כאָטש איך האָב אַ חוש אַז נישט קײן קלײנע צאָל זײַנען יאָ חסידים, װײַל איך זע אַ מאָל אין די אַנאַליסטיק פֿון װעבזײַטל אַז מע האָט צוהערערס אין מאָנסיִע, מאָנראָ, אאַװ׳. מיט בראָקלין קען מען קײן מאָל נישט װיסן, װײַל איך און מײַנע נישט־חסידישע פֿרײַנד װױנען אױך דאָך אין בראָקלין, אָבער אַ גרױסע צאָל צוהערערס זײַנען אין בראָקלין און איך שטעל זיך פֿאָר אַז טײל פֿון זײ זײַנען חסידים. אָבער זיכער זײַנען מערסטע פֿון די צוהערערס נישט חסידים װאָס האָבן ליב ייִדיש. דעם פֿאַקט װאָס עס איז בפֿירוש פֿעמיניסטיש איז קאָמפּליצירט... איך האָב נישט געװאָלט, צו ערשט, אַז עס זאָל זײַן אַ פּאָקדאַסט װעגן ייִדיש. איך האָב געװאָלט אַז עס זאָל האָבן אַ טעמע אַחוץ ייִדיש. און בײַ מיר איז דער פֿעמיניזם געװען נאַטירלעך, װײַל איך מײן אַז מע הערט אַפֿילו אין די נישט־חסידיש װעלט װײניקער פֿון פֿרױען אין פארגלײַך מיט מענער. מײַן ציל איז צו מאַכן דעם ייִדישע װאָרט לעבעדיק און אינטערעסאַנט צו יונגערע מענטשען, און צו רעדן װעגן כּלערלײַ טעמעס אױף דער שפּראַך. ס׳איז װיכטיק צו פֿאַרשטײן אַז פֿאַר ייִדיש־רעדערס װאָס זײַנען נישט חסידיש איז ייִדיש נישט געװענטלעך אַ טאָג־טעגלעכע שפּראַך. דאַרפֿן מיר באמת אַרבעטן כּדי צו קענען זיך אױסדרוקן װעגן מערסטע טעמעס... װײַבערטײַטש מאַכט זיכער אַז ס׳איז דאָ אַ װירטואַלען פּלאַץ אין װעלעכען ייִדיש־רעדערס פֿון אַרום דער װעלט קענען אַרומשמועסן אָדער כּאָטש הערן שמועסן אױף פֿאַרשײדענע טעמעס. איך שרײַב גיך אָבער איך האָף אַז דאָס לײגט זיך אױפֿן סכל
עס האט זיך געביטן א סך זינט 2016. אויב מען איז פאראינטערעסירט, קען מען זיך צוהערן צו די עפיזאדן פון אָנהייב אדער פארקערט. מיין יידיש איז א סך בעסער הײַנט ווי אין 2016, ווען איך בין באמת געווען אן אנהייבער סטודענט...http://www.vaybertaytsh.com/episodes
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
כוכב האט געשריבן:נאך א פאקטאר איז אז אין דער חסידישער וועלט האבן פראצענטועל מער מענער צוטריט צו דער אינטערנעט ווי איידער פרויען און אפשר שפילט עס אויך א ראלע.
א לעצטיגע אנקעטע אויף Imamother האט געוויזן אז כאטש האלב אויפן וועבזייטל זענען חסידיש, און 75% פארשטייען אידיש.
67 באניציר זענען אקטיוו אין די אשכול איבער מחנה רב טוב.
רוב פרויען ליינען טאקע אבער נישט אידיש אזוי גרינג, צוליב די קליינע אויסוואל פון מאטריאל וואס איז געווען צו באקומען.
.I got voices in my head.
- calculator
- היימישער באניצער
- הודעות: 368
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
calculator האט געשריבן:איר זענט א איד? און אויב יא, היט איר די געזעצן פון די אידישע תורה?
viewtopic.php?p=457279#p457279
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- calculator
- היימישער באניצער
- הודעות: 368
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:calculator האט געשריבן:איר זענט א איד? און אויב יא, היט איר די געזעצן פון די אידישע תורה?
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 79#p457279
וואס ווייז דו מיר דא?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 473
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
- האט שוין געלייקט: 244 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל
Re: פראגעס פאר א פרױ?
פארוואס פרעגסטו נישט אן די זעלבע שאלה ביי די הונדערטע מענער אויף דער פארום?calculator האט געשריבן:איר זענט א איד? און אויב יא, היט איר די געזעצן פון די אידישע תורה?
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
calculator האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:calculator האט געשריבן:איר זענט א איד? און אויב יא, היט איר די געזעצן פון די אידישע תורה?
viewtopic.php?p=457279#p457279
וואס ווייז דו מיר דא?
אז ס'איז א קאמפליצירטע ענטפער, און אז ווען מ'זאל דיך פרעגן אזא פראגע וואלט עס געווען נישט ווייניגער קאמפליצירט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- calculator
- היימישער באניצער
- הודעות: 368
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:calculator האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:calculator האט געשריבן:איר זענט א איד? און אויב יא, היט איר די געזעצן פון די אידישע תורה?
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 79#p457279
וואס ווייז דו מיר דא?
אז ס'איז א קאמפליצירטע ענטפער.
פאר איינער וואס איז געבוירן אין אונזער קאמיונעטי איז עס קאמפליצירט, אבער פאר אן אינדרויסנדיגער איז פשוטו כמשמעו.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 14
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 16, 2020 8:52 am
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל
קל וחומר האט געשריבן:פארוואס קוקט איר עס אן אז פרויען האבן ווייניגער רעכטן?
פרויען האבן פשוט אנדערע אויפגאבעס ווי מענער.
מענער און פרויען זענען אנדערש ביאלאגיש, און אין מערסטנס טייל אנדערש מענטעל.
פארוואס פארשטייט איר אז מענער טארן נישט אריינגיין אין א ווייבערישן בית הכסא?
דאָס איז אַלץ זײער קאָמפּליצירט צו ענטעפֿערן אױף אײן פֿוס. עס קען זײַן אַז איך װעל רעדן װעגן דעם אין אַן עפּיזאָד װײַבערטײַטש אַז עס זאָל דאָס בעסער ענטפֿערן. אָבער דערװײַל װאָלט איך געזאָגט אַז בײַ מיר װי בײַ אַ סך מענטשען הײַנטיקע טעג איז מין אַ „קאָנסטרוקציִע“ פֿון דער געזעלשאַפֿט. ד׳ה אַז ס׳איז דאָ װאָס מע רופֿט
sex-what we think of as female and male
און ס׳איז דאָ
gender - what we think of as man and woman
זײ זײַנען נישט די זעלבע זאַכן. **** איז עפּעס ביאָלאָגיש, יאָ, כאָטש אַפֿילו מיט דעם מײן איך אַז מע קען גרינג טראַכטן אין זײער פּשוטע טערמס... למשל איך בין טאַקע שטאַרקער, פּיזיש, װי מײַן מאַן. איז ער װײניקער אַ מאַן? נײן. בין איך װײניקער אַ פֿרױ? אַװדאי נישט. אָבער יאָ, ס׳איז דאָ אַ ביאָלאָגישע עלעמענט. דאָס איז קלאָר
מין, אָדער דשענדער, איז נישט ביאָלאָגיש - ס׳איז עפּעס װאָס אַ קולטור שאפט איבער דער צײַט. פֿון דעם קוקװינקל פֿון מין, איז אַ מײדל אַנדערש פון אַ ייִנגל צוליב דעם װאָס זי האָט ליב צו שפּילן מיט ליאַלקעס, אָדער דאָלס, און ער האָט ליב צו שפּילן מיט אַ טראָק אָדער מיט אַ באַן. דאָס איז בלױז אַ משל. אָבער פֿאַרװאָס האָט זי ליב אַ ליאַלקע און ער נישט? דאָס װאָס זי האָט בעסער ליב אַ ליאַלקע איז נישט ביאָלאָגיש. דאָס איז צוליב דעם קולטור, צוליב װאָסערע נאָרמען אַ קולטור האָט געשאַפֿון, װאָס זי נעמט אָן װי אַ טײל פֿון איר אידענטיטעט.
יענע „אױפֿגאבעס“ זײַנען אױך קולטורעל, נישט נאַטירלעך אָדער ביאָלאָגיש. מײַן מאַן קען אַזױ גוט װי איך װאַשן כּלים, און איך קען נאָך בעסער װי ער האָדעװען אין אַ פֿעלד. איך האָב ליב צו זײַן װײַבעריש און פֿעמינין, אָבער דאָס מײנט נישט אַז איך מוז בלײַבן אין די גרענעצן פֿון אַ געזעלשאַפֿט װאָס האַלט אַז פֿרױען קענען נאָר טאָן געװיסע זאַכן אָדער אױפֿגאַבעס. מײַן מאַן און איך צעטײלן אױפֿגאַבעס אין דער הײם האַלב־אױף־האַלב, אָבער דאָס מאַכט אונדז נישט װײניקער מאַן אױן פֿרױ, מאַן און װײַב...
מען קען גוגלן gender as a social construct
אדער אויף עברית... מגדר כהבנייה חברתית