קריינא דאיגרתא האט געשריבן:ווי באקאנט איז אין די חרדישע וועלט און בפרט אין די חסידישע וועלט דא אינגאנצען א אנדערע צוגאנג צו די מגיפה פון די גאנצע דרויסנדיגע וועלט. אין די צייט וואס אין די גאנצע וועלט איז דא חילוקי דעות ווי ווייט מ'דארף זיך היטן און וואס מ'דארף טוהן (צב"ש לאקדאונ'ס, פארשפארן געשעפטן, מאסקעס, וכו' וכו') איז אבער כו"ע מודי אז עפעס דארף מען טוהן. זיכער נישט מאכן גרויסע אסיפות אינדארס, זיכער אז מ'דארף זיך זייפן די האנט, זיכער אז ס'איז נישט גוט צו געבן די האנט כסדר, און זיכער נישט זיך צאמקומען געשטיפט נאכאמאל און נאכאמאל כאילו ס'עקזיסטירט נישט קיין מגיפה.
דאס איז איבעראל אזוי, מהודו ועד כוש, פון נוא זילאנד ביז טעקסאס, חוץ אין די חסידישע וועלט ווי ס'איז כאילו ס'איז בכלל נישט דא קיין מגיפה און עולם כמנהגו נוהג. מ'דארף גארנישט טוהן.
עה, נישט ממש, כ'בין לעצטנס געווען אין א געגנד אין די סטעיטס, די נייטלייף גייט אן מיט'ן פולן טעמפאו, כמעט וואס מ'זעהט נישט קיין מאסקעס..