ווי דערמאנט דא בקצירת האומר: געוועזענע חסידים ערשיינען אין קומענדע ריאליטי שאו
א באקאנטער ריאליטי שאוי פראדוצירער גרייט צו א ריאליטי שאוי וואס וועט פרעזענטירן די לעבנסשטייגער פון דריי געוועזענע חסידים (נאך איינס ווערט געזוכט) און ווי זיי קומען אריבער די שוועריגקייטן פארהאן אין די לעבנס אריבערגאנג פון די פרומע חסידישע געטא צו די סעקולארער אלגעמיינע וועלט. די פראדוצירער זוכן נאך אן אכסניא און פארשטייט זיך אליין אז די צייט פון די שאו איז נאך נישט קלאר.
דער פראדוצירער זוכט צו קאפיטאליזירן אויף די אלגעמיינער נייגער וואס הערשט אין די סעקולארער פרייע וועלט אויף וואס עס טוט זיך אפ אין די מער פארמאכטע געזעלשאפטן. ווי עס זעט מיר אויס האט דער פראדוצירער אויף געגעבן אויף צו טרעפן אמת'ער מיטגלידער אין די פארמאכטער חרדי'שער געזעלשאפט וואס זאלן גרייט זיין צו שטעלן זייער פריוואטע לעבן אויף טעלעוויזיע. דאס מערסטע וואס א חרדי'שער איד וואלט דערצו מסכים געווען איז א דוגמא ווי וואס הרב גינזבורג האט געטון מיט אפרא לעצטנס אבער דאס איז אויך נאר ווייל ער איז א חב"דניק און פון די שטאנדפונקט פון א חרד'ישן איד האט ער געטון אן עקסטרעמע זאך. לדוגמא, הרב גינזבורג אליין, וואס זוכט נאך אנצוהאלטן זיין לעגיטימקייט אין די חרד'ישע געזעלשאפט, האט זיך געדארפט באווארענען און מסביר זיין קלאר פאר דעם חרד'ישן עולם פארוואס ער און זיין ווייב האבן מסכים געווען צו דעם ברייטן אינטערוויו. אלס רעזולטאט פון די פארמאכטקייט איז דער פראדוצירער געצווינגען צו זעטיגן די נייגער איבער דעם חרדישן לעבנסשטייגער נאר מיט אזעלכע וואס האבן איר איבערגעלאזט.
די דריי געוועזענע חסידים וואס וועלן ערשיינען אין דעם פרעזענטאציע, אלעזר טווערסקי, פערל רייך, און שאול גראסמאן, זענען אלע אזעלכע וואס האבן נישט מורא פאר פובליסיטי און פאר קעמערעס אויך נישט און גלייכצייטיג איז זייער בליק אויף זייער אייגענעם חרד'ישן עבר נישט קיין פאזיטיווע.
אלעזר טווערסקי האט פאר א לאנגע צייט, פאר ער האט געטראפן זיין פענע, געזוכט צו מאכן פרנסה דורך עצה'נען האליוואוד קאמפאניס אויף צו קענען בעסער פרעזענטירן די חרד'ישע לעבענסשטייגער אן מאכן די געווענליכע עמאראצישע טעותים וואס מיר חרדים האבן דערפין ליב צו לאכן. אויף אן ענליכן ניווא איז ער יעצט ווייטער גרייט צו פרעזענטירן חרד'יזם פון זיין פערזענליכן קוק ווינקל, און אויב איז דער ארטיקל א רמז, וועט דאס נישט זיין צו גונסטליך פאר חרד'ישע אידנטום.
פערל רייך איז א שטרעבענדע מאדעלקע (נישט צניעות'דיגע בילדער) וואס איז אינדערמיט פון אן אנגייענדע משפחה מלחמה מיט אירע עלטערן און געוועזענעם מאן איבער א גט פאר זיך און קאסטאדי רעכטן איבער די קינדער, און רעליגיע איז די עיקר טעמע פון די מלחמה. ווי זי און איר יעצטיגן ליבע שאול גראסמאן האבן עפענטליך זיך מתווכח געווען מיט הרב שמואל בוטח אויף דעם דר. פיל שאוי, איז זייער דעה איבער דעם אידישן רעליגיע – בפרט אויף דעם אופן ווי דאס ווערט פראקטיצירט אין דעם חרד'ישן געזעלשאפט – שטארק נעגאטיוו.
שאול גראסמאן, חוץ פון דעם וואס ער איז דער איצטיגע ליבע פון פערל רייך, איז ער אויך אויף דעם שאוי בזכות עצמו. קודם איז ער געווען א וויכטיגער חלק פון דעם ויכוח וואס פערל רייך האט געפירט מיט הרב שמואל בוטח און דערצו איז ער שטארק באקאנט אין דעם חרד'ישן ציבור אלס די ניגונים וואס ער האט געהאלפן פארשידענע זינגערס אויסארבעטן. זיין אייגענעם ניגון, איך וויל זיין א רבי, איז געווען א סענזאציא אין די חרד'ישע גאס. אויב זענען די פובליצירטע בילדער פון שאולי מיט זיין ליבע פערי אן אינדיקאציע אויף וואס קומט וועט דאס זיין א גרויסע נסיון פאר די חרד'ישע ציבור זיך צירוקצוהאלטן פון קוקען דערויף.
לאה ווינצענט, א געוועזענע חרד'ישע פרוי וואס איז אויך א שרייבערקע, קלערט אז די ריאליטי פרעזענטאציע איז מעגליך א ווייטערדיגע שטאפל אין דעם רעוואלאציע וואס שאפט זיך יעצט פון די יוגנט וואס לאזט איבער דעם חרד'ישן חינוך און א באווייז אויף אנגייענדע מאמענטום פאר די מערכה. בשעה וואס אין ניו יארק מעגעזין קוקען זיי אויף דעם החלטה צו מאכן דעם איצטיגען פרעזענטאציע ווי א סימפטאם פון ליידיגיין עד כדי כך אז זיי האבן שוין נישט געטראפן וואס צו טון נאר מאכן א פרעזענטאציע אויף אזא אומאינטרעסאנטע טעמע ווי חרד'ישע אידן. נאך אינטרעסאנטער איז מיר געווען ווי איך האב געקלערט אז די בעסטע פיש וואס דער פראדיצירער האט געכאפט ביזדערווייל איז פערל רייך בשעה וואס די שרייבערקער אין ניו יארק מעגעזין האט זיך שוין אנגעקלערט אז אויב וועט דער שאוי זיין אינטרעסאנט איז דאס נאר א דאנק טווערסקי'ן! גיי פארשטיי... די שרייבערקערס אין ניו יארק מעגעזין זענען נישט מער און נישט ווייניגער נאר פאלטיטשאנער חסידים!
געוועזענע חסידים ערשיינען אין קומענדע ריאליטי שאו
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
Re: געוועזענע חסידים ערשיינען אין קומענדע ריאליטי שאו
גוגל הדור
זייער שיינע ארבעט.
העמער זעהן אויב זייער מינוט פון פעים וועט זיך אויסציען אין א לענגערע זמן אדער וועלן זיי איינגעשלינגען ווערן אין אינטערעסאנטערע שאויס.
פערלפערי קען זיין איז גוט צו מאדעלירן אבער נישט צו פארשענערן זשודעאיזם...

פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: געוועזענע חסידים ערשיינען אין קומענדע ריאליטי שאו
נא! דאס איז דאך ווייל טווערסקי איז שוין באקאנט צוליב זיין שוין ארויסגעגיבענע פילם, "רומיאו און דזשוליעט אידיש".(וואס איז אליין א מיאוס באקאקטע שטיקל) און איז חוץ פונדעם כסדר ביזי מיטן זיך ארויסשטעלן .
נאכדעם איז טאקע בעצם דאס גאנצע זאך א שרעקליכע חורבן. אבער וואס קענען מיר דען טוהן דערקעגן? די ערליכע זאלן מאכן א פאזיטיווע ריאלעטי שאו???
יעצט : וואס איז דאס גענוי ריאלעטי שאו? זיי גייען אראפשפיהלן למשל וויזוי א שבת טיש גייט צו? וואס איז אינטרעסאנט? אז דו זאגסט מיר זיי גייען באקן א מעשה בנוגע היימישע אידן. און עס שפיהלן אויף'ן אידישן שטייגער פארשטיי איך! אבער אזוי? נאר אלטע באביטשקעס. אדער די 'אנגעזעצטע' אין ישיבה וועלן דאס וואטשן. כ'מיין וועם גייט אן דעי סטאף?
און וואס גייט פער'לע טוהן ? אויסלערנען וויזוי מ'מאכט א טשאקלאד קעיק? דאס קען זי גוט הער איך!
אפיצעל הייסטעס אז זי גייט ציעהן די מאסן ? אוי א בראך איז מיר. זי רעדט דאך ווי א סקולפטור.

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 246
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 12, 2012 11:04 am
- האט שוין געלייקט: 245 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל
Re: געוועזענע חסידים ערשיינען אין קומענדע ריאליטי שאו
אינטרעסאנט אז דבורה כאפט זיך נישט צו דערצו
ערגצוואו האב איך באגעגנט אז ליבי פאללאק טראכט פון זיך מצרף זיין צו זיי
אויב דאס איז ריכטיג (וואס איך בין שטארק מסופק זינט זי איז לכאורה נישט קיין האספולער פערזאן ווי די אנדערע) וועט שוין איינמאל זיין וואס צו הערן און זעהן.....

דער מהר"ל איז זייער קעגן סיי וואסערע "צענזור" און איז שטארק פאר "פרייהייט פון ווארט"
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99

- רואיק
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 116
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 2:55 am
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל
Re: געוועזענע חסידים ערשיינען אין קומענדע ריאליטי שאו
גוגל-הדור האט געשריבן:ווי דערמאנט דא בקצירת האומר: געוועזענע חסידים ערשיינען אין קומענדע ריאליטי שאו
א באקאנטער ריאליטי שאוי פראדוצירער גרייט צו א ריאליטי שאוי וואס וועט פרעזענטירן די לעבנסשטייגער פון דריי געוועזענע חסידים (נאך איינס ווערט געזוכט) און ווי זיי קומען אריבער די שוועריגקייטן פארהאן אין די לעבנס אריבערגאנג פון די פרומע חסידישע געטא צו די סעקולארער אלגעמיינע וועלט. די פראדוצירער זוכן נאך אן אכסניא און פארשטייט זיך אליין אז די צייט פון די שאו איז נאך נישט קלאר.
דער פראדוצירער זוכט צו קאפיטאליזירן אויף די אלגעמיינער נייגער וואס הערשט אין די סעקולארער פרייע וועלט אויף וואס עס טוט זיך אפ אין די מער פארמאכטע געזעלשאפטן. ווי עס זעט מיר אויס האט דער פראדוצירער אויף געגעבן אויף צו טרעפן אמת'ער מיטגלידער אין די פארמאכטער חרדי'שער געזעלשאפט וואס זאלן גרייט זיין צו שטעלן זייער פריוואטע לעבן אויף טעלעוויזיע. דאס מערסטע וואס א חרדי'שער איד וואלט דערצו מסכים געווען איז א דוגמא ווי וואס הרב גינזבורג האט געטון מיט אפרא לעצטנס אבער דאס איז אויך נאר ווייל ער איז א חב"דניק און פון די שטאנדפונקט פון א חרד'ישן איד האט ער געטון אן עקסטרעמע זאך. לדוגמא, הרב גינזבורג אליין, וואס זוכט נאך אנצוהאלטן זיין לעגיטימקייט אין די חרד'ישע געזעלשאפט, האט זיך געדארפט באווארענען און מסביר זיין קלאר פאר דעם חרד'ישן עולם פארוואס ער און זיין ווייב האבן מסכים געווען צו דעם ברייטן אינטערוויו. אלס רעזולטאט פון די פארמאכטקייט איז דער פראדוצירער געצווינגען צו זעטיגן די נייגער איבער דעם חרדישן לעבנסשטייגער נאר מיט אזעלכע וואס האבן איר איבערגעלאזט.
די דריי געוועזענע חסידים וואס וועלן ערשיינען אין דעם פרעזענטאציע, אלעזר טווערסקי, פערל רייך, און שאול גראסמאן, זענען אלע אזעלכע וואס האבן נישט מורא פאר פובליסיטי און פאר קעמערעס אויך נישט און גלייכצייטיג איז זייער בליק אויף זייער אייגענעם חרד'ישן עבר נישט קיין פאזיטיווע.
אלעזר טווערסקי האט פאר א לאנגע צייט, פאר ער האט געטראפן זיין פענע, געזוכט צו מאכן פרנסה דורך עצה'נען האליוואוד קאמפאניס אויף צו קענען בעסער פרעזענטירן די חרד'ישע לעבענסשטייגער אן מאכן די געווענליכע עמאראצישע טעותים וואס מיר חרדים האבן דערפין ליב צו לאכן. אויף אן ענליכן ניווא איז ער יעצט ווייטער גרייט צו פרעזענטירן חרד'יזם פון זיין פערזענליכן קוק ווינקל, און אויב איז דער ארטיקל א רמז, וועט דאס נישט זיין צו גונסטליך פאר חרד'ישע אידנטום.
פערל רייך איז א שטרעבענדע מאדעלקע (נישט צניעות'דיגע בילדער) וואס איז אינדערמיט פון אן אנגייענדע משפחה מלחמה מיט אירע עלטערן און געוועזענעם מאן איבער א גט פאר זיך און קאסטאדי רעכטן איבער די קינדער, און רעליגיע איז די עיקר טעמע פון די מלחמה. ווי זי און איר יעצטיגן ליבע שאול גראסמאן האבן עפענטליך זיך מתווכח געווען מיט הרב שמואל בוטח אויף דעם דר. פיל שאוי, איז זייער דעה איבער דעם אידישן רעליגיע – בפרט אויף דעם אופן ווי דאס ווערט פראקטיצירט אין דעם חרד'ישן געזעלשאפט – שטארק נעגאטיוו.
שאול גראסמאן, חוץ פון דעם וואס ער איז דער איצטיגע ליבע פון פערל רייך, איז ער אויך אויף דעם שאוי בזכות עצמו. קודם איז ער געווען א וויכטיגער חלק פון דעם ויכוח וואס פערל רייך האט געפירט מיט הרב שמואל בוטח און דערצו איז ער שטארק באקאנט אין דעם חרד'ישן ציבור אלס די ניגונים וואס ער האט געהאלפן פארשידענע זינגערס אויסארבעטן. זיין אייגענעם ניגון, איך וויל זיין א רבי, איז געווען א סענזאציא אין די חרד'ישע גאס. אויב זענען די פובליצירטע בילדער פון שאולי מיט זיין ליבע פערי אן אינדיקאציע אויף וואס קומט וועט דאס זיין א גרויסע נסיון פאר די חרד'ישע ציבור זיך צירוקצוהאלטן פון קוקען דערויף.
לאה ווינצענט, א געוועזענע חרד'ישע פרוי וואס איז אויך א שרייבערקע, קלערט אז די ריאליטי פרעזענטאציע איז מעגליך א ווייטערדיגע שטאפל אין דעם רעוואלאציע וואס שאפט זיך יעצט פון די יוגנט וואס לאזט איבער דעם חרד'ישן חינוך און א באווייז אויף אנגייענדע מאמענטום פאר די מערכה. בשעה וואס אין ניו יארק מעגעזין קוקען זיי אויף דעם החלטה צו מאכן דעם איצטיגען פרעזענטאציע ווי א סימפטאם פון ליידיגיין עד כדי כך אז זיי האבן שוין נישט געטראפן וואס צו טון נאר מאכן א פרעזענטאציע אויף אזא אומאינטרעסאנטע טעמע ווי חרד'ישע אידן. נאך אינטרעסאנטער איז מיר געווען ווי איך האב געקלערט אז די בעסטע פיש וואס דער פראדיצירער האט געכאפט ביזדערווייל איז פערל רייך בשעה וואס די שרייבערקער אין ניו יארק מעגעזין האט זיך שוין אנגעקלערט אז אויב וועט דער שאוי זיין אינטרעסאנט איז דאס נאר א דאנק טווערסקי'ן! גיי פארשטיי... די שרייבערקערס אין ניו יארק מעגעזין זענען נישט מער און נישט ווייניגער נאר פאלטיטשאנער חסידים!
גאר א געשמאקער אנאליז, ר' גוגל.
לענ"ד ווענד זיך אלעס וויאזוי די חברה וועלן אויסמאכן אויפן שאו. לויט ווי עס זעהט אויס וועט פערלע זיך נאר צו נער(ה) מאכן, שאולי וועט מסתם יא מאכן א פיינעם רושם, און טווערסקי וועט געבן צו לאכן אלץ שטאט'ס נער.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
Re: געוועזענע חסידים ערשיינען אין קומענדע ריאליטי שאו
קרעמער1 האט געשריבן:אינטרעסאנט אז דבורה כאפט זיך נישט צו דערצו
ערגצוואו האב איך באגעגנט אז ליבי פאללאק טראכט פון זיך מצרף זיין צו זיי
אויב דאס איז ריכטיג (וואס איך בין שטארק מסופק זינט זי איז לכאורה נישט קיין האספולער פערזאן ווי די אנדערע) וועט שוין איינמאל זיין וואס צו הערן און זעהן.....
דבורה איז עפעס צוריבן מיט די אראפ-פון-דרך חברה. ליבא פאללאק גלייב איך שווער אז זי וועט זיך צושטעלן. איינס ווייל די theme פונעם פילם גייט זיין איבער דיווארס. צוויי, טאקע ווייל פאללאק איז נישט האספול.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 89
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 3:30 pm
- האט שוין געלייקט: 79 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל
Re: געוועזענע חסידים ערשיינען אין קומענדע ריאליטי שאו
איך זע נישט פאר וועם דאס זאל זיין אינטערעסאנט. ווען די זעלבע שוי זאל זיין פון געוועזענע אראבער וואלט עס אייך געווען אינטערעסאנט?
- גדעון
- היימישער באניצער
- הודעות: 513
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:55 am
- האט שוין געלייקט: 284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
Re: געוועזענע חסידים ערשיינען אין קומענדע ריאליטי שאו
סאיז גראדע שוין דא אזאנס אויך. סאיז היינט דא ריעלעטי שאוס פון כל מיני מענטשן, מערסטענס נערוון קראנקע, קיינער נעמט עס נישט צו ערענסט,
בראווא האט שוין אפילו געהאט א רעדע צו פרודעצירן א "די עכטע הויז-ווייבער פון וויליאמסבורג" שאו