פראגעס פאר א פרױ?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: פראגעס פאר א פרױ?

שליחה דורך החוקר »

פיקח עצום האט געשריבן:פארוואס אין די וועלט איז דא כלומפיש קלוגע קאלעדש שטודירטע מענטשן וואס פארברענגן צייט צו לערנען אידיש א שפראך וואס איז לויט זיי א טויטע שפראך. וואספארא נוצן האט מען פון קענען אידיש vs. אנדערע שפראכן וואס מענטשן רעדן

מילא איינער שטודירט היסטאריע, ספוציעל אידשע קען מען נאך הערן, אבער צו קענען א שפראך איז עס א נארישע באשלוס
נאכדערצו די חלומות עס צוריק מאכן לעבידיג איז נעריש, וואס גייט מען פארדינען דערפון, אויסער צו קענען שרייען פאר די חרדים אז ענק קענען נישט "ענקערע" שפראך, וועט עס גארנישט ברענגען.

און די חלק פון קאלטור איז אויך נעריש ווייל ענק גלייבן נישט אין גארנישט, סאו די גלויבידיגע אלטע דור זענען געוועין נערישע און אלט מאדישע, סאו וואס איז דא זיך צו בענקען צו א אלטע sexiest קאלטור און שפראך.
Whoa whoa calm down! What's with all the negativity?
גרעפיקסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 09, 2020 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך גרעפיקסער »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יא יא, האומלעס אהער האומלעס אהין, זיין זוהן קען ער אבער נישט פארקויפן, זיין טאכטער יא.

איך האב כלל נישט געוואלט ארויסברענגען אז תורתינו הק׳ האלט יא אדער נישט פון אייניגע רעכטן, און בכלל ווייסטו שוין אז איך האלט אז די תורה מן השמים איז הייליג און העכער פון שכל אנושי און פון ׳היינטיגע׳ און נעכטיגע נארמען (ובנוגע מצוות שכליות אכמ״ל).

כ׳האב פשוט צוגעוויזן אז מ׳האט דער ענין ארויסגענומען פונעם קאנטעקסט.
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

[justify][center][/center][/justify][justify][/justify]מדין תורה קען אפילו א טאטע רייך ווי קרח פארקויפן זיין טאכטער, דער רמב''ם
כדרכו פרובירט עס אביסל צו פארוואסערן
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
vaybertaytsh
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 16, 2020 8:52 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך vaybertaytsh »

כלבאשבוע האט געשריבן:
vaybertaytsh האט געשריבן:יאָ, איך בין זיכער אַ פֿעמיניסטקע. מײַן בליק אױף חרדים/חסידים איז קאָמפּליצירט. אַפֿילו װאָס איך האָב דרך־ערץ פֿאַר זיי און זײערע טראַדיציִעס, װאָלט איך אַלײן נישט געקענט לעבן אין אַ װעלט אין װעלעכן פֿרױען האָבן נישט די זעלבע רעכטס װי מענער. װי אַ פֿרױ װאָס לײענט תּורה אין מײַן שול, למשל, װאָס איז װאָס מע רופֿט אַ טראַדיציאָנעלע־עגאַליטאַרישען מנין, איז עס מיר שװער אַפֿילו צו גײן אין אַ מאָדערנע־אָרטאָדאָקסישע שול, װײַל איך בין צוגעװױנט צו דעם װאָס איך קען אָנטיילנעמען אין שול גלײַך װי מענער. ס׳איז מיר פּשוט נישט באַקװעם. אָבער איך קען גוט פֿאַרשטײן פֿאַרװאָס מענטשען זײַנען צופֿרידן מיטן חרדישען לעבן־שטײַגער. דעם פֿאַקט װאָס די קהילה לייגט אין דעם צענטער פֿון לעבן געפֿעלט מיר. חסידישע ניגונים און אַנדערע טיילן פֿון דער קולטור געפֿעלן מיר זײער. אויף איין פוס, איז עס זייער קאמפליצירט!


אדאנק פאר אייער ענטפער בנוגע חרדים

דער אשכול האט זיך שוין פארקירעוועט אין פארשידענע ריכטונגען אבער לגבי פעמאניזם, ערלויבט מיר פשוט צו פרעגן, וואס פונקט מיינט פעמאניזם היינטיגע צייטן אין אייער מיינונג, ווי שלאגט דאס אויס און וויאזוי זעט איר אייער פערזענליכע ראלע דערין?


הײַנט איז פֿעמינזם נישט אַזױ װײַט אַװעק פֿון װאָס ס׳איז געװען מיט 50 יאָר צוריק. די װעלט איז נאָך אַלץ נישט יושרדיק פֿאַר פֿרױען. מע באַקומט װײניקער געלט פֿאַר דער זעלבער אַרבעט; מע װערט harassed, נישט נאָר אױף דער גאַס פֿון פֿרעמדע, נאָר אױך בײַ דער אַרבעט און אַפֿילו צװישן מענטשען װאָס מע האָט געמײנט זײַנען אונדזערע פֿרײַנד. די באַװעגונג פֿון פֿעמינזם פּרװוּט צו מאַכן אַלצדינג מער גלײַך און צוטריטלעך, אַז פֿרױען זאָלן האָב די זעלבע רעכטן און געלעגנהײַטן װי מענער.
בײַ מיר איז צו זײַן אַ פֿעמיניסט נישט נאָר צו שטוצן יענע צילן. ס׳איז אױך אַ לעבנשטייגער אין דעם זינענן װאָס איך מוז אױך שטוצן אַנדערע פֿרױען װי פֿרײַנד, מיטאַרבעטערס, אַאַװ.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שליחה דורך גבור חיל »

vaybertaytsh האט געשריבן:מע באַקומט װײניקער געלט פֿאַר דער זעלבער אַרבעט;


לויט וויפיל איך ווייס איז דאס נישט לעגאל.
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

...Legal Shmegal

You and I know how many people looking for jobs sue the employer if they aren't getting the same pay as a man

...You and I know how many loopholes this law has
How hard it is to prove that the lower pay is only because she is a female.
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

vaybertaytsh האט געשריבן:הײַנט איז פֿעמינזם נישט אַזױ װײַט אַװעק פֿון װאָס ס׳איז געװען מיט 50 יאָר צוריק. די װעלט איז נאָך אַלץ נישט יושרדיק פֿאַר פֿרױען. מע באַקומט װײניקער געלט פֿאַר דער זעלבער אַרבעט; מע װערט harassed, נישט נאָר אױף דער גאַס פֿון פֿרעמדע, נאָר אױך בײַ דער אַרבעט און אַפֿילו צװישן מענטשען װאָס מע האָט געמײנט זײַנען אונדזערע פֿרײַנד. די באַװעגונג פֿון פֿעמינזם פּרװוּט צו מאַכן אַלצדינג מער גלײַך און צוטריטלעך, אַז פֿרױען זאָלן האָב די זעלבע רעכטן און געלעגנהײַטן װי מענער.
בײַ מיר איז צו זײַן אַ פֿעמיניסט נישט נאָר צו שטוצן יענע צילן. ס׳איז אױך אַ לעבנשטייגער אין דעם זינענן װאָס איך מוז אױך שטוצן אַנדערע פֿרױען װי פֿרײַנד, מיטאַרבעטערס, אַאַװ.


אין רעאליטעט וועט עס קומען צו דעם אז פרויען וועלן זיין גענצליך אייניג צו מענער אין יעדן הינזיכט?
איך אלס גלויביגער איד זאגט מיר די תורה והוא ימשול בך, פשט אז דער מאן איז אויף א דרגה העכער ווי א פרוי, און דאס וועט זיך נישט טוישן דאס איז יומען נעיטשור.

אבער פון א סעקולערער שטאנדפונקט, איז נישט 50 יאר היבש אסאך אויף צו טוישן זאכן, אז מען זאל נאך ברויכן טויש?
איך מיין אז די איצטיגע טוישונגען זענען מער אבסעסיוו געשטימט, א שטייגער ווי די ראסיזם טענות וואס שווימען כסדר ארויף פשוט צו האלטן די באוועגונג ביים לעבן
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך mevakesh »

מנחם ציון האט געשריבן:
vaybertaytsh האט געשריבן:הײַנט איז פֿעמינזם נישט אַזױ װײַט אַװעק פֿון װאָס ס׳איז געװען מיט 50 יאָר צוריק. די װעלט איז נאָך אַלץ נישט יושרדיק פֿאַר פֿרױען. מע באַקומט װײניקער געלט פֿאַר דער זעלבער אַרבעט; מע װערט harassed, נישט נאָר אױף דער גאַס פֿון פֿרעמדע, נאָר אױך בײַ דער אַרבעט און אַפֿילו צװישן מענטשען װאָס מע האָט געמײנט זײַנען אונדזערע פֿרײַנד. די באַװעגונג פֿון פֿעמינזם פּרװוּט צו מאַכן אַלצדינג מער גלײַך און צוטריטלעך, אַז פֿרױען זאָלן האָב די זעלבע רעכטן און געלעגנהײַטן װי מענער.
בײַ מיר איז צו זײַן אַ פֿעמיניסט נישט נאָר צו שטוצן יענע צילן. ס׳איז אױך אַ לעבנשטייגער אין דעם זינענן װאָס איך מוז אױך שטוצן אַנדערע פֿרױען װי פֿרײַנד, מיטאַרבעטערס, אַאַװ.


אין רעאליטעט וועט עס קומען צו דעם אז פרויען וועלן זיין גענצליך אייניג צו מענער אין יעדן הינזיכט?
איך אלס גלויביגער איד זאגט מיר די תורה והוא ימשול בך, פשט אז דער מאן איז אויף א דרגה העכער ווי א פרוי, און דאס וועט זיך נישט טוישן דאס איז יומען נעיטשור.

אבער פון א סעקולערער שטאנדפונקט, איז נישט 50 יאר היבש אסאך אויף צו טוישן זאכן, אז מען זאל נאך ברויכן טויש?
איך מיין אז די איצטיגע טוישונגען זענען מער אבסעסיוו געשטימט, א שטייגער ווי די ראסיזם טענות וואס שווימען כסדר ארויף פשוט צו האלטן די באוועגונג ביים לעבן

פופציג יאר איז גאר ווייניג ווען מען רעדט פון אזעלכע שינוים. נעם לדוגמא אנטיסעמיטיזם עס איז קלאר אז די לעצטע 70 יאר האט די וועלט געמאכט אסאך פארשריט אבער יעדער פארשטייט אז עס איז נאך דא א ווייטע טועג צו גיין

אגב שלום עליכם מרת ווייבערטייטש עס איז דערפרישענד צו הערן דא פארשידענארטיגע פערספעקטיוון
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

mevakesh האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:
vaybertaytsh האט געשריבן:הײַנט איז פֿעמינזם נישט אַזױ װײַט אַװעק פֿון װאָס ס׳איז געװען מיט 50 יאָר צוריק. די װעלט איז נאָך אַלץ נישט יושרדיק פֿאַר פֿרױען. מע באַקומט װײניקער געלט פֿאַר דער זעלבער אַרבעט; מע װערט harassed, נישט נאָר אױף דער גאַס פֿון פֿרעמדע, נאָר אױך בײַ דער אַרבעט און אַפֿילו צװישן מענטשען װאָס מע האָט געמײנט זײַנען אונדזערע פֿרײַנד. די באַװעגונג פֿון פֿעמינזם פּרװוּט צו מאַכן אַלצדינג מער גלײַך און צוטריטלעך, אַז פֿרױען זאָלן האָב די זעלבע רעכטן און געלעגנהײַטן װי מענער.
בײַ מיר איז צו זײַן אַ פֿעמיניסט נישט נאָר צו שטוצן יענע צילן. ס׳איז אױך אַ לעבנשטייגער אין דעם זינענן װאָס איך מוז אױך שטוצן אַנדערע פֿרױען װי פֿרײַנד, מיטאַרבעטערס, אַאַװ.


אין רעאליטעט וועט עס קומען צו דעם אז פרויען וועלן זיין גענצליך אייניג צו מענער אין יעדן הינזיכט?
איך אלס גלויביגער איד זאגט מיר די תורה והוא ימשול בך, פשט אז דער מאן איז אויף א דרגה העכער ווי א פרוי, און דאס וועט זיך נישט טוישן דאס איז יומען נעיטשור.

אבער פון א סעקולערער שטאנדפונקט, איז נישט 50 יאר היבש אסאך אויף צו טוישן זאכן, אז מען זאל נאך ברויכן טויש?
איך מיין אז די איצטיגע טוישונגען זענען מער אבסעסיוו געשטימט, א שטייגער ווי די ראסיזם טענות וואס שווימען כסדר ארויף פשוט צו האלטן די באוועגונג ביים לעבן

פופציג יאר איז גאר ווייניג ווען מען רעדט פון אזעלכע שינוים. נעם לדוגמא אנטיסעמיטיזם עס איז קלאר אז די לעצטע 70 יאר האט די וועלט געמאכט אסאך פארשריט אבער יעדער פארשטייט אז עס איז נאך דא א ווייטע טועג צו גיין

אגב שלום עליכם מרת ווייבערטייטש עס איז דערפרישענד צו הערן דא פארשידענארטיגע פערספעקטיוון

גארנישט אזא ווייטער וועג צו גיין, דאס מערהייט איז מען שוין דורכגעגאנגען,מען פאלט נאר כסדר צוריק יעדע שטיק צייט הייבן זיך אנטיסעמיטישע סענטימענטן צוליב פארשידענע אורזאכן.
ווי אויך, אין אסאך פעלער האבן פארשידענע אינצידענטן גארנישט מיט אנטיסעמיטיזם, ס'איז נאר דא אן אבסעסיע מיט יעדע זאך אנצולייגן אויף אנטיסעמיטיזם.
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

vaybertaytsh האט געשריבן:אַ ביסל װעגן זיך אַלייִן: איך בין אַ 32 יאָר־אַלטיקע, חתונה־געהאַטע פֿרױ, אַ פּראָפֿעסיאָנאַלע היסטאָריקערן און פּראָפֿעסאָרקע פֿון ייִדישע־געשיכטע. איך שטאַם פֿון ניו יאָרק. איך האָב זיך געלערנט ייִדיש אָנהייבנדיק אין 2013. איך האָב ליב דער שרפּאַך און איך האָב אַ סך כּבוד פֿאַר די װאָס היטן עס אָפּ (דאָס הײסט מענטשן װי אײַך!). איך האָב אַ פּאָדקאַסט אױף ייִדיש װאָס הײסט װײַבערטײַטש, װאָס מע קען געפֿונען דאָ.


א גוטן אייך,

כאפנדיג א בליק אויף אייער וועבזייטל האב איך באמערקט, אז א טייל פון די פרויען און פראפעסארקעס מיט וועמען איר פארברענגט לגבי דער אידישער שפראך, זענען היימישע געוועזענע חסידישע פרויען.

איז מיין פראגע, וואס זענען די כללים אדער רעגולאציעס וואס פרויען דארפן נאכקומען אז זיי זאלן האבן דעם געלעגנהייט צו זיין איינס פון די קאנדידאטקעס פאר אייערע פראיעקטן?

און נאך א פראגע, אז איר פארברענגט שוין יא אויף אייער וועבזייטל מיט רעכט אידישע און חסידישע פרויען, טא, פארוואס זאלן נישט זיין אינעם פראיעקט פרויען פונעם היימישן קאמיונוטי, א שטייגער ווי מאנסי, וויליאמסבוג און נאך, וועלכע גייען געקליידעט מיט'ן אלטרא-ארטאדאקס אידישן טראגע?


מיט שעצונג,
לבי
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ווייבערטייטש:ס'איז דא איין ברכה/פסוק ביי תפילת שחרית וואס אלע ערליכע פעמיניסטישע גדולי ה'רעבעצינס האבן פארזעהן. די ברכה פון ..."אשר הכין מצעדי גבר"...ס'הייסט. אונז פעמיניסטישע ערליכע רעבעצינס (און די נישט ערליכע ) גייען דען נישט אויפ'ן גאס...?!

נאר דער תירוץ איז אז די פעמיניסטס זענען נאך ביזי זיך דינגען אז מ'זאלל זאגן ..."שלא עשני איש"...!

ועוד יש לומר. אז אין די נייע ארטסקראלל פעמיניסטישע סידורים שטייט טאקע די ברכה (שוין פארראכטן)..."אשר הכין מצעדי אישה...!
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: פראגעס פאר א פרױ?

שליחה דורך אונטער חכם »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
דעת האט געשריבן:3. די שטראף פאר רעיפן א מיידל איז בערך א פיפציגער.
דו מאכסט איין טעות, די פופציג גילדן איז נישט א שטראף אויף די רעיפ, די תורה גיבט נישט קיין עונש פאר רעיפ בכלל (סיידן אז די פרוי איז אן אשת איש וואס דעמאלטס האט ער בארירט איר מאנ'ס קרוין פון קאפ [אשת חיל עטרת בעלה]). ער האט פשוט שאדן געמאכט דעם טאטן געלט דארף ער עס באצאלן.
איך בין נישט אזא תלמיד חכם ווי דיר אבער עפעס ליגט מיר אין קאפ א גמרא אז מען דארף אויך באצאלן צער און בושת און אפשר אפילו פאר די הנאת הביאה, (פארשטייט זיך אלץ פאר'ן טאטן).
קיין אנדערע עונשים זענען נישט געווען, לכאורה ווייל אמאל האט מען נישט פארשטאנען די צער וואס א פרוי האט דערפון .
פארשפארט