הרב עדין אבן ישראל (שטיינזלץ) ז״ל
- אמת וצדק
- שריפטשטעלער
- הודעות: 180
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
- האט שוין געלייקט: 611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל
הרב עדין אבן ישראל (שטיינזלץ) ז״ל
י״ז אב תש״פ אינמיטען די מגיפת הקראנא וואס האט געמאנט דאס לעבן פון אזוי פיל טייערע אידן, האט כלל ישראל פארלוירען איינס פון איר גרעסטע פערזענליכקייטען - הרב עדין אבן ישראל- שטיינזלץ, באקאנט אלץ הרב שטיינזלץ, אין די היימישע וועלט איז ער נישט געווען אזוי באקאנט, און איך אויך האב ווייניג געוואוסט פון אים צו זאגן א חוץ פון זיין גע׳אסר׳טען פי׳ אויפן גמרא. נאך זיין פטירה האבעך אביסל אריינגעקוקט אין זיין לעבן און שאפן, און אפגעשריבען כפי אשר ידי מגעת.
דער מסבב כל הסיבות האט צוגעפירט אז די ארטיקל זאל אריינגיין אינעם וועקער אנטאלאגיע, וויל איך טאקע באדאנקען @אבטולמוס פארן העלפן צושטעלן בילדער און פארן עס איבערגיין און אויסשטעלן ווי עס פאסט, ועל פי בקשתו עפן איך דעם אשכול אויב איינער האט עפעס אן הערה וכו׳ ביך איך מער ווי פרייליך צו הערן.
נאר צוויי הערות איינס: וויל איך מעורר זיין אויף דעם וואס מענטשען וואונדערן זיך היתכן די פי׳ אויפן גמרא האט אים גענומען אזוי לאנג צו שרייבען, משא״כ אין די לעצטע פאר יאר האט מכון שטיינזלץ ארויסגעגעבן א פארטיגע ביאור אויף גאנץ תנ״ך, משנה תורה להרמב״ם, און עס איז שוין אויך גרייט צום דרוק א ביאור אויף ששה סדרה משנה? די תירוץ איז אז די אלע דריי חיבורים האט ער נישט געשריבען, נאר זיין מכון האט דאס געטוהן, די חיבור אויף משנה תורה און אויף תנ״ך איז מיוסד אויף שיעורים וואס ער האט געגעבען, אבער שרייבען האט ער נישט נאר ער האט דאס איבערגעגאנגען ווען מען האט דאס אריינגעשיקט צו אים, אפי׳ ביים שרייבען די ביאור אויפן גמרא האט ער געהאט הילף ווי דערמאנט אביסל אינעם ארטיקל, אבער דארט האט ער יא געטוהן רוב ארבעט אליין, עכ״פ רוב ש״ס.
נאך א נקודה וויל איך צוצייכענען: אינעם ארטיקל ווערט דערמאנט אז הרב מאיר בראנדסדארפער מיט אפאר אנדערע דיינים פונעם עדה האבן ארויסגעגעבן א קול קורא קעגן זיינע ספרים, שפעטער שטייט אז די עדה החרדית האט נישט ארויסגעגעבן א קול קורא, איז וואס גייט דא פאר? די תירוץ איז, ווי עס ווערט דא באשריבען איז די עדה געווען צוטיילט לשני מחנות פון אייי זייט איז געווען הרב בנימין ראבינאוויטש וואס האט זיך אנגעהערט ווער דער הרב שטיינזלץ איז און וואס פאר א דאווענען ער לייגט אראפ האט ער צוגערעדט די עדה נישט ארויסצוגיין קעגן אים נאר ענדערש אים אראפרופן און אים שיינערהייט אויפמערקזאם מאכן איבער די קאנטראווערסיאנאלע שטיקלעך, צו זיין זייט איז מיטגעשטאנען הגרי״מ דושונסקי, רבי ישראל יעקב פישער, הרב משה שטרנבך, מצד שני איז געווען רבי שמחה בונם וולדנברג (א זוהן פון בעל שו״ת ציץ אליעזר, אבער איז שפעטער געווארן א שטארקע קנאי) וואס האט געשטורעמט אז מען דארף יא ארויסקומען קלאר און צו זיין זייט האט זיך צוגעשטעלט רבי מאיר בראנדסדורפער, רבי משה זאב זורגר, און רבי נתן קופשיץ ועוד. די גאב״ד אליין האט נישט גע׳חתמ׳ט אויף די קול קורא, אבער ער איז אויך מיטגעשטאנען מיט דעם זייט. די חילוקי דעות אינעם עדה ווי אזוי צוצוגיין צו א ענין, צי בחרב וחנית אן קיין פשרות צי מער ״ליבעראל״ באגלייט איר ביז היינט צוטאגס ווי די גאב״ד מיטן ראב״ד בראש זענען צוטיילט מיט זייער דעות איבער פארשידענארטיגע ענינים.
און דאס וואס עס שטייט דא:
אז די חברי העדה ציען צוריק פון א בריוו איז לכאורה א טעות, ווייל זיי ציען נישט צוריק נאר זאגן אז מען זאל צוריק געבן די ספרים אזוי הרב שטיינזלץ אליין האט געפאדערט על פי בקשת הבד״ץ.
דער וואס וויל נאך הערן וואס הרב שטיינזלץ האט צו זאגן אויף פארשידענארטיגע נושאים פון חובת אדם בעולמו ביז ווי אזוי זיך צו ספראווען אין די היינטיגע מאדערנע עפאכע, קען זיך פארשאפן דעם ספר ״שיחות בארבע עיניים עם הרב עדין אבן ישראל שטיינזלץ״.
סאיז שוין באמת פארהאן א אשכול איבער אים, אפשר קען @סדרן דאס צאמשטעלן.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום אמת וצדק, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איך רעד נישט וועגן די אנדערע ספרים פון הרב שטיינזאלץ, וואס איז גענומען געווארן פון רעקארדינגס פון דרשות וואס ער האט געהאלטן פאר אוידיענצן פון נישט היימישע רעליגיעזע גרופס.
נאר איבער זיין פירוש אויף ש"ס. וואס צוערשט האבן עס די נארישע, אומגעלערנטע היימישע אידעלעך פון וויליאמסבורג געכאפט. ס'איז געווען א מין סטאטוס ביי זיי. ס'נישט אז זיי האבן פארשטאנען 2 ווערטער. (אויסער ווער ס'האט געקענט רעדן עברית). און נאכדעם האבן זיי עס געווארפן אין גארביטש. די טובים שבהם האבן עס געלייגט אין שמות.
מיין קשיא איז נאר אז הרב שטיינזאלץ אליין שרייבט אין די הקדמה אז ער האט נישט געמאכט זיין פירוש פאר די אונגערישע אפשטאמיגע אידעלעך פון וויליאמסבורג (ווייל אויב יא וואלט ער געשריבן זיין פירוש אויף אונגאריש...לאל). נאר פאר איזראעלי סטודענטן וועמענס שפראך איז עברית. און זיי זענען אין קיין ישיבה נישט געגאנגען (אפילו א מזרחי ישיבה). און די שפראך און סגנון הלשון פון די גמרא איז פרעמד פאר זיי. און זיי וויללן אנהייבן לערנען גמרא.אט פאר זיי האט ער געמאכט זיין פירוש...!
און דרך אגב: הרב ר' מאיר בראנדסדארפער ז"ל אלס פוסק איז געווען זייער א גרויסער מחמיר. און פאליטיש איז ער געווען אן עקסטרעמיסט...! וכבודו במקומו מונח...!

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 73
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
- האט שוין געלייקט: 125 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל
כ'האב געוואלדיג הנאה געהאט פון דעם הערליכן ארטיקל און ווי אנדערע האבן שוין אנגעוויזן האט דער שרייבער געמאכט אן ערשטקלאסיגע ארבעט צו אילוסטרירן די אמת'ע דילעמע ארום די ספרים פון הרב שטיינזאלץ און פארוואס גדולי ישראל זענען געווען צעריסן וויאזוי צו רעאגירן. פון איין זייט איז ער געווען אן ערנסטער מענטש און תלמיד חכם און פון דער אנדערער זייט האט ער אריינגעברענגט א מאדערנער שפראך און פארוואנדלט כתבי קודש אין מאדערנער ליטעראטור וואו אירע העלדן און פערזענליכקייטן קענען דינען ווי קאריקאטורן.
איבער דעם געפלאנטן ש"ס פון רבי ישראל סאלאנטער האב איך אמאל געליינט אז עס האט געזאלט זיין א פירוש אין רוסיש.
איבער דעם אפטייטש פון דעם ווארט "עמל" איז אינטערעסאנט צוצוצייכענען דער רבינו יונה אין ברכות פ' אנהויב פ' אין עומדין אויפ'ן פסוק בכל עצב יהי' מותר וז"ל: "ופשטיה דקרא 'עצב' הוא מלשון 'עמל', כמו: 'בעצבון תאכלנה' (בראשית ג, יז), ורצונו לומר: כל עמל שהאדם עמל במלאכתו יש בו תועלת, ואפילו שאינו מרויח בה כלום - תועלת יש לו בה, כיון שאינו יושב בטל, שהבטלה מביאה לידי שעמום."

א גרויסן ישר כח פאר אייער ארטיקעל. איך האב כמעט גארנישט געוויסט וועגן הרב שטיינזאלץ און איר האט מיר באלאכטען די אויגן.
אין דיין זכות האב איך אריינגעקוקט אביסל אין א שטיינזאלץ גמרא, ס'איז אינטערסאנט, אבער איך וועל בלייבן מיט מיין ארטסקרול. אבער איך וועל געדענקען אז ארטסקרול איז צו פארדאנקען הרב שטיינזאלץ!!
אין דיין זכות האב איך אריינגעקוקט אביסל אין א שטיינזאלץ גמרא, ס'איז אינטערסאנט, אבער איך וועל בלייבן מיט מיין ארטסקרול. אבער איך וועל געדענקען אז ארטסקרול איז צו פארדאנקען הרב שטיינזאלץ!!
- אמת וצדק
- שריפטשטעלער
- הודעות: 180
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
- האט שוין געלייקט: 611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל
הרב עדין אבן ישראל (שטיינזלץ) ז״ל
א גרויסען דאנק פאר אלע וואס לאזן הערן ווי זיי האבן הנאה געהאט פונעם ארטיקל, דאס געט כוח און חשק ווייטער צו נישטערן און שרייבען אונטערסאנטע נושאים.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]כ'האב דעם שבת אדורכגעליינט די העכסט ציענדע ארטיקל אויף דער קאלירפולע גאון און וויזשיאנערי. ווי אנדערע האבן שוין אנגעמערקט, די פאלעמיק איבער זיין ש"ס איז מייסטערהאפטיג אראפגעלייגט געווארן אז מען קען גוט פארשטיין און רעספעקטירן ביידע צדדים.
דאס וואס איר שרייבט אז די ליובאביטשער רבי האט פארגעשלאגן אז ער זאל זיך רופן 'אבן-מלך, וואס איז די הסבר דערויף? בפשטות איז די ליטעראלע איבערטייטש פון זיין נאמען 'אבן-מלח'.
זיין פירוש אויף גמרא האב איך נאך קיינמאל געלערנט, אבער זיין פירוש אויף תנ"ך איז די בעסטע וואס איך האב געזעהן דערווייל.
אויך קען מען טרעפן גאר אינטערעסאנטע אויסצוגן פון חסידישע פארברענגנס מיט הרב שטיינזאלץ ז"ל אין דעם ספר.
אגב, כ'האב אמאל געהערט ביי א פארברענג מיט (דאכציך) הרב דוב בער פינסאן א סיפור וואס ער האט געהערט פון הרב שטיינזאלץ וואס צייגט ווי הרב שטיינזאלץ האט זיך אינגאנצן מבטל געווען פאר די ליובאביטשער רבי אפילו ווען ער האט געהאלטן אנדערש בדעתו.
ביי די פרשה פון 'מי יהודי' האט בן גוריון געשוקט צו די גרעסטע אידישע דענקער איבער די וועלט אז זיי זאלן אים שרייבן וואס ביי זיי די ענטפער צו די מי יהודי שאלה איז. איינער פון די וואס ער האט געפרעגט איז געווען הרב שטיינזאלץ. ביי א געוויסע געלעגנהייט ווען הרב שטיינזאלץ איז געווען אין נו יארק האט דער רבי אים געפרעגט וואס ער האט געענטפערט פאר בן גוריון. האט ער געזאגט, "איך האב געענטפערט אז איך בין א חסיד פונעם רבי און די רבי האלט כך וכך". האט אים דער רבי ווייטער געפרעגט, "און וואס האלט איר זעלבסט?" האט ער געענטפערט אז עס איז נישט נוגע וואס ער האלט ווייל ער האט א רבי און ער איז מבטל זיין דעת פארן רבי. אבער דער רבי האט אים ווייטער געדרוקט אז ער זאל אים זאגן וואס ער וואלט געענטפערט ווען ער האט ווען נישט א רבי. האט ער מסביר געווען פארן רבי זיין אייגענע שיטה וואס איז געווען אנדערש פונעם רבינ'ס אבער ער האט באלד צוגעענדיגט אז יעצט אז ער ווייסט אז די רבי האלט אנדערש מוז זיין אז ער איז נישט גערעכט. האט אים דער רבי געזאגט מיט א שמייכל, "אן עכטע חסיד פארמאגט ניטאמאל אן אייגענע דעה".
.[/justify]

אמת וצדק האט געשריבן:דער וואס וויל נאך הערן וואס הרב שטיינזלץ האט צו זאגן אויף פארשידענארטיגע נושאים פון חובת אדם בעולמו ביז ווי אזוי זיך צו ספראווען אין די היינטיגע מאדערנע עפאכע, קען זיך פארשאפן דעם ספר ״שיחות בארבע עיניים עם הרב עדין אבן ישראל שטיינזלץ״.
אויך קען מען טרעפן גאר אינטערעסאנטע אויסצוגן פון חסידישע פארברענגנס מיט הרב שטיינזאלץ ז"ל אין דעם ספר.
אגב, כ'האב אמאל געהערט ביי א פארברענג מיט (דאכציך) הרב דוב בער פינסאן א סיפור וואס ער האט געהערט פון הרב שטיינזאלץ וואס צייגט ווי הרב שטיינזאלץ האט זיך אינגאנצן מבטל געווען פאר די ליובאביטשער רבי אפילו ווען ער האט געהאלטן אנדערש בדעתו.
ביי די פרשה פון 'מי יהודי' האט בן גוריון געשוקט צו די גרעסטע אידישע דענקער איבער די וועלט אז זיי זאלן אים שרייבן וואס ביי זיי די ענטפער צו די מי יהודי שאלה איז. איינער פון די וואס ער האט געפרעגט איז געווען הרב שטיינזאלץ. ביי א געוויסע געלעגנהייט ווען הרב שטיינזאלץ איז געווען אין נו יארק האט דער רבי אים געפרעגט וואס ער האט געענטפערט פאר בן גוריון. האט ער געזאגט, "איך האב געענטפערט אז איך בין א חסיד פונעם רבי און די רבי האלט כך וכך". האט אים דער רבי ווייטער געפרעגט, "און וואס האלט איר זעלבסט?" האט ער געענטפערט אז עס איז נישט נוגע וואס ער האלט ווייל ער האט א רבי און ער איז מבטל זיין דעת פארן רבי. אבער דער רבי האט אים ווייטער געדרוקט אז ער זאל אים זאגן וואס ער וואלט געענטפערט ווען ער האט ווען נישט א רבי. האט ער מסביר געווען פארן רבי זיין אייגענע שיטה וואס איז געווען אנדערש פונעם רבינ'ס אבער ער האט באלד צוגעענדיגט אז יעצט אז ער ווייסט אז די רבי האלט אנדערש מוז זיין אז ער איז נישט גערעכט. האט אים דער רבי געזאגט מיט א שמייכל, "אן עכטע חסיד פארמאגט ניטאמאל אן אייגענע דעה".
.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- אמת וצדק
- שריפטשטעלער
- הודעות: 180
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
- האט שוין געלייקט: 611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל
הרב עדין אבן ישראל (שטיינזלץ) ז״ל
א גרויסען יישר כוח @הוגה פאר דיין הערות.
לגבי דיין פראגע וואס האט ״מלך״ מיט ״זאלץ״, ביסט גערעכט מיט דעם און דאס איז נישט מער ווי א טעות, עס וואלט געדארפט שטיין ״מלח״, והשם הטוב יכפר בהדי.
לגבי וואס די שרייבסט וועגן זיין התבטלות צום רבי׳ן, ווי איך פארשטיי איז ער סתם אזוי געווען א אייגענארטיגע טראכטער און דענקער, נאר פאליטישע נושאים האט אים נישט אינטערסירט (ווי געשריבען אינעם ארטיקל ווי ער האט זיך פורש געווען פון די סנהדרין החדשה צוליב זיך מישן אין פאליטיק) האט ער דאס איבערגעלאזט פארן רבי׳ן וועם ער האט באמת שטארק מחשיב געווען.
וועלכע נושא איז מער פאליטיש ווי די שאלה ״מיהו יהודי״- ווער בכלל ווערט גערעכנט אלץ א חלק פונעם עם הנבחר? און לויט דעם קובע זיין אויב ער האט א זכות צו קומען וואוינען אין מדינת ישראל, די רעפארמער וועט זאגן אז איינער וואס איז געבוירען צו א אידישע טאטע הייסט א איד! אין די ארטאדאקס וועט צוריק שרייען אז דער איז א פאלנער גוי! און האט נישט דעם זכות עולה צו זיין קיין א״י. אזא גרויסע שאלה האט הרב שטיינזלץ איבערגעלאזט פארן מנהיג הדור.
אזוי אויך ווען עס איז געקומען צום נושא פון צוריקגעבן שטחים האט ער קודם דוקא נישט געהאלטען פונעם רבי׳נס שיטה, אבער האט זיך שפעטער מכניע געווען ווייל די נושאים זענען נישט געווען משאת חייו, ער איז געווען פארנומען מיט חינוך, קירוב וכו׳, און סתם אזוי ווען ער האט גערעדט פון סיי וואספארא נושא, האט מען געהערט א דורכגעטראכע אייגענארטיגע מהלך המחשבה.
לגבי דיין פראגע וואס האט ״מלך״ מיט ״זאלץ״, ביסט גערעכט מיט דעם און דאס איז נישט מער ווי א טעות, עס וואלט געדארפט שטיין ״מלח״, והשם הטוב יכפר בהדי.
לגבי וואס די שרייבסט וועגן זיין התבטלות צום רבי׳ן, ווי איך פארשטיי איז ער סתם אזוי געווען א אייגענארטיגע טראכטער און דענקער, נאר פאליטישע נושאים האט אים נישט אינטערסירט (ווי געשריבען אינעם ארטיקל ווי ער האט זיך פורש געווען פון די סנהדרין החדשה צוליב זיך מישן אין פאליטיק) האט ער דאס איבערגעלאזט פארן רבי׳ן וועם ער האט באמת שטארק מחשיב געווען.
וועלכע נושא איז מער פאליטיש ווי די שאלה ״מיהו יהודי״- ווער בכלל ווערט גערעכנט אלץ א חלק פונעם עם הנבחר? און לויט דעם קובע זיין אויב ער האט א זכות צו קומען וואוינען אין מדינת ישראל, די רעפארמער וועט זאגן אז איינער וואס איז געבוירען צו א אידישע טאטע הייסט א איד! אין די ארטאדאקס וועט צוריק שרייען אז דער איז א פאלנער גוי! און האט נישט דעם זכות עולה צו זיין קיין א״י. אזא גרויסע שאלה האט הרב שטיינזלץ איבערגעלאזט פארן מנהיג הדור.
אזוי אויך ווען עס איז געקומען צום נושא פון צוריקגעבן שטחים האט ער קודם דוקא נישט געהאלטען פונעם רבי׳נס שיטה, אבער האט זיך שפעטער מכניע געווען ווייל די נושאים זענען נישט געווען משאת חייו, ער איז געווען פארנומען מיט חינוך, קירוב וכו׳, און סתם אזוי ווען ער האט גערעדט פון סיי וואספארא נושא, האט מען געהערט א דורכגעטראכע אייגענארטיגע מהלך המחשבה.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מנחם ציון: לפי ידיעתי המוגבלת, ניין. די איינציגע באשטימונגס פאקטאר וואס מאכט א איד ווערן פאררעכנט אלס איד איז אויב זיין/איהר מאמע איז געווען א איד...!
בדוו.: דער אזוי-גערופענער אידישער אוליגארך חאדארקאווסקי. אויף וועם וולאדימיר פוטין האטציך פארלייגט איז שוין נישט קיין איד עפ"י הלכה. ווייל זיין מאמע איז א רוסישע גוי'טע. כאטש זיין טאטע איז א איד. און ער אליינס האט אויך חתונה געהאט מיט א גוי'טע.
אן ענליכער מצב עקזיסטירט ביי די בעלי בתים פונ'ם ניו יארק טיימס. וועלכע זענען שוין עטליכע דורות אויסגעמישט מיט גויים. אבער דאס איז נאכנישט געווען גענוג פאר'ן טאטן פונ'ם היינטיגן בעה"ב. איז ער געגאנגען און ער האטציך געשמד'ט.
נאר ס'העלפט זיי גארנישט. ווייל די אמת'ע אנטיסעמיטן,אראבער און אנדערע שונאי ישראל שרייען זיי נאכאלץ נאך אז זיי זענען..."דזשוס"...!

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 52
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 26, 2020 9:13 pm
- האט שוין געלייקט: 13 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל
הוגה האט געשריבן:דער
א ביסל א געמישטע מעשה.
בן גוריון האט געמאכט זיין פראגע אין תשי"ח, אסאך בעפאר שטיינזאלץ איז געווען א מאן דאמר. ער האט טאקע געפרעגט די ליובאוויטשער רבי דעמאלט. אין די מעשה איז געווען זייער אקטיוו זלמן שזר וואס איז געווען א מקורב פונעם רבי'ן.
אין יאר תש"מ ארום, האט מען געפרעגט שטיינזאלץ אויף די רדיו וואס ער האלט וועגן החזרת שטחים (סיני וכו') און ער האט געענטפערט אז ער האלט אז מ'מעג, נאר ער איז מבטל זיין דעה פארן רבי'ן. דערנאך, אז ער איז געקומען אויף יחידות צום רבי'ן, האט דער רבי געפרואפט אים איינריידן. ער האט געזאגט אז עס איז אים נישט גענוג אז ער איז מבטל די דעה. ער האט געוואלט אז ער זאל דאס פארשטיין און אננעמעןץ
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
חתם סופר האט געשריבן:א גרויסן ישר כח פאר אייער ארטיקעל. איך האב כמעט גארנישט געוויסט וועגן הרב שטיינזאלץ און איר האט מיר באלאכטען די אויגן.
אין דיין זכות האב איך אריינגעקוקט אביסל אין א שטיינזאלץ גמרא, ס'איז אינטערסאנט, אבער איך וועל בלייבן מיט מיין ארטסקרול. אבער איך וועל געדענקען אז ארטסקרול איז צו פארדאנקען הרב שטיינזאלץ!!
חת"ם סופר: ייש"כ. איך האב הנאה אז דו האסט געכאפט די נקודה פון הרב שטיינזאלץ ז"ל. און וואס ס'האט איהם מאטיווירט צו שרייבן זיין מאסיוון ווערק אויף ש"ס.
ווער ס'רעדט די שפראך עברית קען יא צומאל א הנאה האבן פון די שטיינזאלץ גמרות. אפילו ר'איז געגאנגען אין ישיבה. און דער סיגנון הלשון פון ש"ס (בבלי) איז איהם באקאנט.
פאר אן עוורידזש לערנער פון תלמוד זענען די ארטסקראלל גמרות מער צוגעפאסט. כאטש זיי (די עדיטארס און פאבלישער) זענען אויך נישט פערפעקט. ס'איז דא גענוג צו קריטיקירן אויף זיי...!
איך קען ברענגען גענוג ביישפילן. נאר פאר דעם דארף מען אויפמאכן א באזונדערן אשכול...!