וואס ליגט אויפן וואגשאל?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 214
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
- האט שוין געלייקט: 304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל
וואס ליגט אויפן וואגשאל?
[justify]מיט א זעץ קלאפ איך צו דעם טיר פון מיין אויטא, זיך צוריק אריין זעצ'נדיג נאכ'ן אפשטאטן א באזיך אין געז סטאנציע פאר אביסעלע ברען שטאף צו קענען ווייטער ציהען אויפן ראוד, אבער די נומערן אויפן סקרין האבן מיר גאר שטארק אנטוישט! די פרייזן זענען צוריק צו פיר טאלער ווי אין 2012, די בערזל איז גאנץ בדוחק איצטערט, די לעצטערע טעקס העכערונג זעהט זיך שטארק אן... מיין בעל בית מאכט פראבלעמען יעדע פאר וואכן, מען איז שוין אינטער לאוקדאון פאר א גוטע צוויי יאר, יעדע שטיק צייט וויינט ער ווידער אז ער האט נישט פון וואו צו צאלן, און מען זאל ווארטן נאך א חודש צוויי ביז מען גייט אפשר שענקן נאך א הלוואה פאר קליינע ביזנעסער, ביזדערווייל דארף מען אבער צאלן געפערפערטע פראצענטן צו פאנדן די גרין ניו דיעל.
איך פארקיר אריין מיין אויטא אין א זייט, די זייגער ווייזט דעצעמבער יאר 21, און מיינע געדאנקן פירן מיך אויף א רייזע וואו מען האלט דא.
די פרעזידענטקע העריס יר"ה, וואס איז באשטעטיגט געווארן אלס פרעזידענט נאך וואס די קאמיטע וואס די הויז ספיקערן פעלאסי האט באשטימט איבער די פינעף און צוואנציגסטע אמענדמענט האט באשטעטיגט אז ביידען איז נישט אומשטאנד צו פירן דאס לאנד, האט מיט א קארגע פאר טאג צוריק פארארדענט אראפ צו נעמען די שטאטאען פון די הויכע בערג פון מאונט ראשמאר, א פייערדיגע מלחמה איז אין קראפט אין מיטל מזרח נאך וואס אלע שלום אפמאכן זענען צונישט געווארן דורך די יעצטיגע אדמיניסטראציע, און איראן האט באקומען פרישע זעק מיט קעש, זיי זענען שוין כמעט א פולקאמע נוקלעארע מאכט, און ישראל ציטערט אין די הויזן אז ס'איז צרות.
די פרישע אויף גייענדע אייסיל כאליפאט האלט אקוראשט צוויי און דרייסיג אמעריקאנע בירגער פאר משכונות אין אויסטויש פאר אמעריקאנע וואפן, געלט, און פולקאמע באפרייאונג פון פיר הונדערט טעראריסטן, פארהאנדלונגען קומען פאר, נאך וואס זיי האבן פובליצירט זעקס ווידיאוס וויאזוי קעפ פליען.
צפון קאריע סטראשעט אז זיי גייען אינוואדירן גוואם נאך וואס זיי האבן שוין באוויזן צו אהער שטעלן פולע אינטערקאנטינענטל באליסטישע מיסל'ס, אמעריקע סטראשעט, אבער דער קליינער ראקעט מאן לאכט אין די פויסטן.
ביי אונז אין אמעריקע איז אויך בכלל נישט רואיג, די FBI האט שוין טאקע עלימינירט רוב פון די פארבליבענע טראמפיסטן וואס האבן פרובירט אנצוזייען כאאס אין די גאסן נאך די מאסיווע ביידען לענדסלייד געווינס, אבער די פאליציי איז אויף געלעזט, און עס נעמט פינעף ארבייטס טאג ביז א סאשעל ארבייטער קומט צו א רויבעריי, א פנים טראגט עס ווי די UN...
די בעיל רעפארם געזעצן פון ניו יארק איז שוין אינעם גאנצן לאנד, קרימינאלן יאווענען זיך אין די גאסן, ניו יארק קוקט אויס ווי יהודה נאכן חורבן, די מיליאנערן האבן אלע אפגעפיצט, די גאסן פון די שטאט וואס שלאפט קיינמאל נישט האט זיך נאך אלץ נישט אויפגעוועקט פון איר טיפע שינת עולם, גאנצעטע אמאליגע רייכע געגנטער וואו עס איז א שרעק אריין צו שפאצירן בטעות.
מען דארף היינט ארויס נעמען א ספעציעלע פערמיט צו חתונה האבן מיט אן אנדערע מין, אויב זענט איר נישט פון די לגב"ט זענט איר צווייטע קלאס בירגער, די העכסטע געריכט וואס באשטייט שוין היינט פון 13 ריכטער האט שוין לאנג רעפארמירט די קאנסטוטוציע, אויב זאגט איר עפעס אויף סאציאלע מידיא וואס שמעקט נישט פאר די ליבעראלן ערווארט אייך שווערע קאנסיקווענצן, אלע שולעס אריין גערעכנט די היימישע מוסדות התורה האבן היינט א קוריקלום וואס ענהאלט אין זיך די 1619 פראדזשעקט, און אלע לגב"ט+ לערנונגען און שטודיעס.
כינע איז היינט די וועלטס מאכט, זייער וואלוטע האט שוין לאנג איבער גענומען די אמעריקאנע, זיי שטייגן מיליטעריש און טעכנעלאגיש, אמעריקע איז היינט ווי די יונייטעד קינגדאם נאכן פארלירן זייער גרויסמאכט.
דער אטורני דזשענעראל קאומאו יר"ה טיילט מוצא'ס לרחצה, וואו טראמפ (איינער געדענקט אים נאך?) איז אפירגעקומען ווייסט קיינער נישט, מען זאגט אז קושנער איז באגאנגען זעלבסטמארד, אבער קיינער קען עס נישט באשטעטיגן...
שווארצע בירגער זענען די עליטע, זיי קענען גרייכן שטודיעס און טראופיס אן קיינע פראגעס.
די אויל אינדאסטרי איז גענדיגט, אמעריקע איז ווידעראמאל אנגעוויזן אויף די גאלף לענדער צו קענען פונקצונירן, רוסלאנד האט אינוואדירט א טייל פון אירע שכנים, און פוטין טוט אין מזרח כיד השם הטובה עליו.
די וועכנטליכע שווארצע לעבנס מעטטער דעמאנעסטראציעס ווערן ערגער און ערגער, שבת איז א שרעק צו גיין אויפן גאס, עס איז א סכנה נישט צו ווערן באראבעוועט פון אן אנטיפא'איסט.
און איך האב מיך געגעבן א דערוועק, איך שטיי טאקע אין זייט פון שאסיי, אבער עס איז נישט דעצעמבער 21, מען האלט נאך אקטאובער 20, ב"ה.
[center]***[/center]
איך האב טאקע שטארק איבערגעטריבן, אבער איך האב א שטארקע פחד פון א ליבעראלע אמעריקע, עס איז אוממעגליך צו פאראויס זאגן וואו עס וועט פירן, אבער די האריזאנט איז זייער שווארץ געפארבט!
יא, טראמפ איז א נארסאסיסט און א עגא'איסט מיט שרעקליכע מדות משחתות, אבער פאר אמעריקע איז ער גוט, ער האט נישט מורא צו טון זאכן וואס וועט מאכן וואשינגטאן קרייען, און האלט איין וואס ער האט געזאגט, און ווי לאנג ער טוט דאס, איז ער מיר גוט.
א ביידען געווינס גייט מיר נישט באדערן ווייל טראמפ האט פארלוירן, איך זעה עס אלץ א פארלוסט פאר אמעריקע וואס איז שווער צו פאר אויס שאצן צו וואס עס וועט ברענגען, עס קען זיין צו אבסולאט גארנישט, אלעס וועט זיין פונקט ווי פריער, אבער עס קען אויך קומען מאסיווע ענדערונגען, אזאנע וואס איך גלייך נישט.
איך וואלט סאך מער געגליכן ווען א נארמאלע רעפאבליקאנער וואלט ווען געוועזן אויפן טיקעט, אבער איך גלייב שווער אז א ציווילעזירטער פארשוין, און נאך דער צו א פאליטיקאנט זאל האבן די כוחות צו טון וואס טראמפ האט באוויזן.
טאקע צוליב די אנקעטעס און פאולס זעה איך א ריזיגע שאנס פאר א ביידען געווינס, סאך א גרעסערע ווי איך וויל זעהן, און דאס אז עס האט מיאוס געפוטשט אין 16 איז נישט אזא שטארקע נחמה, ווייל טראמפ האט עס געמאכט אין 16 קוים מיט צרות, געוועזן פלעצער וואו ער האט געווינען מיט א האר, און יעצט קען זיך אסאך זאכן טוישן, נאך דערצו אז מען נעמט אין חשבון די מעיל-אין בעלאטן.
איך האף פאר א טראמפ געווינס, אויב עס גייט אבער זיין א ביידען געווינס, וועט נעמען א שטיק צייט צו זעהן די תוצאות דערפון, און די אפעקט וואס דאס וועט האבן אויף מיר.[/justify]

“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
גיבור חיל: איך נעם אן דיין ..."חלום" אלס מער ווי א ..."ששים בנבואה"...דיין חלום גייט ליידער ווערן די מציאות. נאר נישט איבערנאכט.
די איינציגע האפענונג איז נאר, אז אין 4 יאר ארום. נאכדעים וואס ביידען-הערריס וועללן מאכן א טיילווייזן חורבן אין אמעריקע וועט אויפשטיין א נארמאלער דעמאקראטישער אדער רעפובליקאנער קאנדידאט. און ער/זי וועט פרובירן צוריק צו דרייען דאס רעדל. און שטעללן אמעריקע אויף די פוס. חדש ימנו כקדם...! ווייל די אמעריקאנער באפעלקערונג וועט אויכעט נמאס ווערן פון דעם חורבן וואס די ליבעראלן האבן אהערגעשטעלט...!

- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: וואס ליגט אויפן וואגשאל?
די חלום איז טאקע א חלום.
פונקט אזוי האבן די שווארצע נבואות זאגער פארגעזאגט אויף קלינטאן און אבאמא, נא דו לעבסט נאך? דו האסט זיך געפילט צווייטע קלאס בירגער אין 2016 נאך אכט יאר אבאמא? האט אבאמא דיר דירעקט געטשעפעט?
גאז פרייזן איז נישט געווען אזוי טייער אין 2016. עס זענען געווען אנדערע פאקטארן וואס האבן עס טייער געמאכט אין די פריערדיגע יארן.
איך וויל ארויסברענגען אז אלע יארן האבן פארטייען פרובירט אנצושרעקן מיט שרעקליכע נבואות, און דאס יאר איז נישט אנדערש (ווען רוזוועלט איז געלאפן קעגן הואווער, האבן די רעפאבליקאנער געשריגן געוואלד ער גייט לעגאליזירן אלקאהאל וואס דאס גייט העכערן פארברעכן און אונטערברענגן אמעריקא)
פונקט אזוי האבן די שווארצע נבואות זאגער פארגעזאגט אויף קלינטאן און אבאמא, נא דו לעבסט נאך? דו האסט זיך געפילט צווייטע קלאס בירגער אין 2016 נאך אכט יאר אבאמא? האט אבאמא דיר דירעקט געטשעפעט?
גאז פרייזן איז נישט געווען אזוי טייער אין 2016. עס זענען געווען אנדערע פאקטארן וואס האבן עס טייער געמאכט אין די פריערדיגע יארן.
איך וויל ארויסברענגען אז אלע יארן האבן פארטייען פרובירט אנצושרעקן מיט שרעקליכע נבואות, און דאס יאר איז נישט אנדערש (ווען רוזוועלט איז געלאפן קעגן הואווער, האבן די רעפאבליקאנער געשריגן געוואלד ער גייט לעגאליזירן אלקאהאל וואס דאס גייט העכערן פארברעכן און אונטערברענגן אמעריקא)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 214
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
- האט שוין געלייקט: 304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל
פאליטיקאנט האט געשריבן:די חלום איז טאקע א חלום.
פונקט אזוי האבן די שווארצע נבואות זאגער פארגעזאגט אויף קלינטאן און אבאמא, נא דו לעבסט נאך? דו האסט זיך געפילט צווייטע קלאס בירגער אין 2016 נאך אכט יאר אבאמא? האט אבאמא דיר דירעקט געטשעפעט?
ביסט גערעכט אז אייביג זאגט מען עס, און אויף אבאמא איז טאקע געוועזן שווארצע נבואות'ער, די פאקט איז אבער אז אסאך האבן פארלוירן צוליב אבאמאקער, נאפט"א האט צוגעברענגט צו הונדערטער טויזענטער דזשאבס פארלוסטן, און ער האט עס ווייטער געשטיצט, טאקע נישט מיין פערזענליכע פרנסה, און נאך זאכן וואס פריוואטע בירגער האבן געשפירט.
די חילוק איז אבער אז נישט אבאמא און נישט קלינטאן זענען געוועזן ליבעראלן, קאמאלע העריס איז געווארן גערעיטעט אלס די מערסט ליבעראלע סענעטאר פון 2019, און די ליבעראלן שטיפן גאר אסאך זאכן וואס גייט מאכן א חילוק אין קעשענע.
בלויז איבער טעקסעס האט ביידען צוגעזאגט אז ער גייט אנולירן טראמפ'ס טעקס קאטס ווי נאר ער קומט אריין אין אפיס, וואס טראמפ'ס טעקס קאטס האבן אויסגעמאכט פאר 82 פראצענט אמעריקאנע בירגער.
נעם א משל פון די סופרים קארט, וואכן האט מען געפרעגט סיי ביידען און סיי קאמאלע צו זיי גייען פעקן די סופרים קארט, און זיי האבן קיינמאל נישט גענטפערט געהעריג, לעצטענס האט שוין ביידען געזאגט אז ער גייט שטעלן א וועד אטבער דעם, און עס ווענדט זיך אויב בערעט גייט ווערן א ריכטער.
לסיכום, פון די זאכן וואס די ליבעראלן שטיפן יעצט, און ווילן שוין יעצט איינפירן, כאפט א פחד וואס עס גייט זיין ווען זיי גייען טאקע זיין ביי די מאכט דאס דורך צו פירן!
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: וואס ליגט אויפן וואגשאל?
גבור חיל האט געשריבן:פאליטיקאנט האט געשריבן:די חלום איז טאקע א חלום.
פונקט אזוי האבן די שווארצע נבואות זאגער פארגעזאגט אויף קלינטאן און אבאמא, נא דו לעבסט נאך? דו האסט זיך געפילט צווייטע קלאס בירגער אין 2016 נאך אכט יאר אבאמא? האט אבאמא דיר דירעקט געטשעפעט?
די חילוק איז אבער אז נישט אבאמא און נישט קלינטאן זענען געוועזן ליבעראלן, קאמאלע העריס איז געווארן גערעיטעט אלס די מערסט ליבעראלע סענעטאר פון 2019, און די ליבעראלן שטיפן גאר אסאך זאכן וואס גייט מאכן א חילוק אין קעשענע.
יא יא, אייביג האט מען מסביר געווען פארוואס "יעצט" איז באמת צרות.....
דאס אז הערריס איז די מערסט ליבעראל, נעמט נישט אוועק פונעם פראגרעסיוונעס פון קלינטאן און אבאמא, בשעתם זענען זיי אויך געווען סאך מער לינק ווי רוזעוועלט און דשאנסאן.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: וואס ליגט אויפן וואגשאל?
איך געדענק נישט קלינטאן, אבער אבאמא? ער איז שוין איינמאל געלאפן אלץ ליבעראל, ער האט זיך גערופן א "פראגרעסיוו", ביידען ווידעראום פרובירט זיך אפצושאקלען פון דעם נאמען.
שווארצע וואלקענעס באלאגערן די פאראייניגטע שטאטן גרייט צו באדעקן דאס לאנד אין פאל וואס דער שלעכטער קאנדידאט (שרייב אריין דיין שונא'ס נאמען) זיגט.
אלעס, אלעס, אלעס, וואס מ'האט שווער געארבעט דאס לעצטע 250 יאר צו אויפבויען, אלעס גייט קראכן אין א פאר טעג ארום.
סיריעסלי, ווען אין היסטאריע האט א פרעזידענט געלייגט אין דער ערד אזוי פוהל אין 4 יאר? ווען ער ארבעט ווען טאג און נאכט נאר פאר דעם קען ער נישט אן יאגן.
אלעס, אלעס, אלעס, וואס מ'האט שווער געארבעט דאס לעצטע 250 יאר צו אויפבויען, אלעס גייט קראכן אין א פאר טעג ארום.
סיריעסלי, ווען אין היסטאריע האט א פרעזידענט געלייגט אין דער ערד אזוי פוהל אין 4 יאר? ווען ער ארבעט ווען טאג און נאכט נאר פאר דעם קען ער נישט אן יאגן.
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: וואס ליגט אויפן וואגשאל?
בכלל פארשטיי איך נישט וויאזוי מען קרעדיטירט / קריטיקירט א פרעזידענט אויף אלעס, רוב זאכן וואס געשען / ווערן געטוען האט גארנישט איינגעלייגט מיטן פרעזידענט, למשל א סוקסעספולע מיליטערישע אפעראציע ווי בין לאדען איז נישט אבאמא'ס קרעדיט, עס איז די קרעדיט פונעם שפיאנאזש צוזאמען מיט'ן מיליטער (די פענטאגאן). די זעלבע די פארקערטע, 9/11 איז נישט בוש'ס דורכפאל עס איז אויך די שפיאנאזש און מיליטער'ס איינגעלעגנהייט (א מלחמה ווי איראק אדער אפגאניסטאן דאס האט שוין יא).
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 214
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
- האט שוין געלייקט: 304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל
צו דער טייערער איד וואס האט ארום געשיקט דעם ארטיקל איבעראל אויף סאשעל מידיא;
קומענדיגע מאל איר טוט אזא זאך, ביטע געבט קרעדיט פאר:
[center]קאווע שטיבל!!![/center]
איר האט עס גענומען פון דא, זייט אזוי גוט און לאזט אנדערע אידן וויסן פון וואו דאס קומט! מיט דאנק.
קומענדיגע מאל איר טוט אזא זאך, ביטע געבט קרעדיט פאר:
[center]קאווע שטיבל!!![/center]
איר האט עס גענומען פון דא, זייט אזוי גוט און לאזט אנדערע אידן וויסן פון וואו דאס קומט! מיט דאנק.
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 214
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
- האט שוין געלייקט: 304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל
עמינדב האט געשריבן:שיין ווי דער וואס רופט זיך דארט "טענק יא" לייגט עס ארויף אן קיין אינדיקאציע אז ער'ט עס געגאנבעט פון א צווייטן. און זיי באגיסן אים מיט "טענק יא'ס" לרחצה. זאל אים זיין צו אפעטיט. ס'נאמען שטימט אים נישט אזוי.
ולא די בזה, האט מען נאך פארשניטען בשר החי פון דעם ארטיקל! ס'ברויך שארף פארדאמט ווערן!

“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 233
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל
גבור חיל האט געשריבן:עמינדב האט געשריבן:שיין ווי דער וואס רופט זיך דארט "טענק יא" לייגט עס ארויף אן קיין אינדיקאציע אז ער'ט עס געגאנבעט פון א צווייטן. און זיי באגיסן אים מיט "טענק יא'ס" לרחצה. זאל אים זיין צו אפעטיט. ס'נאמען שטימט אים נישט אזוי.
ולא די בזה, האט מען נאך פארשניטען בשר החי פון דעם ארטיקל! ס'ברויך שארף פארדאמט ווערן!
און דאס איז נאך ווען טראמפ איז פרעזידענט, אונטער ביידען וועט מען עס ארום שיקען און כינעזיש.
איז דארטען דא אזויפיל מער מעבמבער'ס, סאיז דא דארט מער ריספאנסע'ס ווי דא איז דא אפי' לייק'ס.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 755
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
- האט שוין געלייקט: 479 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל
פאליטיקאנט האט געשריבן:די חלום איז טאקע א חלום.
פונקט אזוי האבן די שווארצע נבואות זאגער פארגעזאגט אויף קלינטאן און אבאמא, נא דו לעבסט נאך? דו האסט זיך געפילט צווייטע קלאס בירגער אין 2016 נאך אכט יאר אבאמא? האט אבאמא דיר דירעקט געטשעפעט?
גאז פרייזן איז נישט געווען אזוי טייער אין 2016. עס זענען געווען אנדערע פאקטארן וואס האבן עס טייער געמאכט אין די פריערדיגע יארן.
מרגלא בפומיה דאבי מורי
די איינציגסטע זאך ווי ער האט דירעקט געשפירט אז אבאמא איז פרעזידענט און נישט קיין צווייטער איז דער פאקט אז איך האב געהאט אן "אבאמא פאון"
**
יו גאט דע פוינט
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
געוויסע האבן גע'טענה'ט בשעתו אז אויב אבאמא געווינט וועלן זיי זיך אוועקציען פון אמעריקע, למעשה זענען זיי אלע געבליבן, וואס איז פשט? זיי האבן איינגעזעהן אז ס'פעלט נישט אויס צו אנטלויפן, ס'איז פיל גרינגער צו בלייבן אין שטוב און פשוט אויספלאגן די טעלעוויזיע פאר די נעקסטע אכט יאר און דמיונ'ען אז א צווייטער זיצט אויפ'ן שטול און פארטיג. איך זאג נאכמער, פארוואס דארף איך ווארטן אז מיין קאנדידאט זאל פארלירן איינצוזעהן אז ס'מאכט נישט גארנישט אויס פאר מיר למעשה, איך קען פאר די זעלבע געלט נישט אויסהערן די נייעס און דמיונ'ען אז משיח בן דוד זיצט אויפ'ן שטול.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 214
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
- האט שוין געלייקט: 304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל
פאליטיקאנט האט געשריבן:למשל א סוקסעספולע מיליטערישע אפעראציע ווי בין לאדען איז נישט אבאמא'ס קרעדיט, עס איז די קרעדיט פונעם שפיאנאזש צוזאמען מיט'ן מיליטער (די פענטאגאן).
בעצם זענט איר גערעכט, אבער טאקע ביי בין לאדין, האבן סיי אבאמא און סיי ביידען שוין געזאגט ברבים אז ביידען האט עס פרובירט אפ צו האלטן, איז מעגליך אז ווען ביידען איז ווען דעמאלטס ביים רידער וואלט עס טאקע נישט געשעהן... מקאן ניט וויסן...
ועוד, די מיליטער האט געהאט פונקטליכע אינפארמאציע וואו די אריזאונע מיידל קייעל מיאלער, וועלכער איז געוועזן געפאנגען ביי אייסיס, געפונט זיך אבער די ווייסע הויז האט אפגעשטיפט די אפעראציע איר צו באפרייען פאר א חודש צייט, און ווען זיי האבן געגעבן די אקעי, האט די מיליטער אויסגעפונען אז מען האט איר אוועקגעפירט פון דעם פלאץ וואו זיי זענען אנגעקומען, בלויז צוויי טאג בעפאר, און אייסיס האט איר טאקע געהארגעט.
זאגן אירע עלטערן, אז זיי האלטן אז ווען טראמפ איז ווען דעמאלטס פרעזידענט וואלט ער קיינמאל נישט אפגעשטיפט אזא אפעראציע און זי וואלט נאך היינט דא געוועזן...
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: וואס ליגט אויפן וואגשאל?
יאפ, דאס איז טאקע פון די איינציגע זאכן וועלכע זענען יא אין די הענט פונעם פירער / פרעזידענט.
לגבי מלחמה ווענדט זיך בעיקר אין דעת הקהל (פאבליק אפיניאן) אבער די פאקטישע (בלשוננו: די לעצטע) ווארט איז היים פרעזידענט און ער קען אפמאכן וואס צו טוען.
איך האב אבער געמיינט אין דעם אראפגעברענגט תגובה אן אנדערע נקודה, אז די "קרעדיט" און "דורכפאל" איז נישט אויפ'ן פרעזידענט ווי עס ווערט אראפגעלייגט, נאר אויפ'ן עושי המלאכה און אויכעט די פרעזידענט.