עתידות! דאנאלד טראמפ געווינט די פרעזידענטסי!!!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
גרעפיקסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 09, 2020 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך גרעפיקסער »

הרב שיף האט געשריבן:דער אינטערוויוער אויף קול מבשר לאכט נישט אפי' ווען מען מאכט א להדיא'דיגע ווערטל.

טאקע אזוי. און ס׳מיר דעריבער שווער אויסצוהערן, כ׳וואלט מער הנאה געהאט ווען ער לעבט מיט מיט׳ן שמועס.
נומער5
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 11:23 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך נומער5 »

גרעפיקסער האט געשריבן:
הרב שיף האט געשריבן:דער אינטערוויוער אויף קול מבשר לאכט נישט אפי' ווען מען מאכט א להדיא'דיגע ווערטל.

טאקע אזוי. און ס׳מיר דעריבער שווער אויסצוהערן, כ׳וואלט מער הנאה געהאט ווען ער לעבט מיט מיט׳ן שמועס.

אין די אלגעמיינע וועלט אין די פראפעסיאנאלע איטערוויוען איז רוב מאל די סדר ער פרעגט א קשיא אין לאזט יענעם אויסרעדן אפילו יענער רעדט פאר לאנגע מינוטן אין מען האקט נישט אריין
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ריכטיג האט געשריבן:https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=44830&sid=153605605cc608a02ffae657f3a565cd


מען מוז האבן א באנוצער נאמען. וואס שטייט דארט?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זיי האבן פארמעקט דעם אשכול. ס'איז געווען עפעס א רמז אין דברי יואל געמישט מיט חלום אז ביידן וועט געוואונען.
נומער5
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 11:23 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך נומער5 »

ריכטיג האט געשריבן:זיי האבן פארמעקט דעם אשכול. ס'איז געווען עפעס א רמז אין דברי יואל געמישט מיט חלום אז ביידן וועט געוואונען.

פארוואס האט מען עס פארמעקט?
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

דאס איז וואס איך האב באקומען פון א חבר מיינער. ווי עס שיינט איז דאס געווען אויף אייוועלט

דיסקלעימער: די מעשה האט נישט פאסירט מיט מיר, איך האב נישט נאכגעקוקט אויב די
פסוק שטייט טאקע אין די ערשטע תורה פר' לך לך.

איך היינט באקומען א אישי פון איינעם וואס ער זאגט אז ער שרייבט קיינמאל נישט
אויפ'ן וועלטל און ער בעט אויב איך קען אים צוליב טון און ארויפלייגן וואס האט
פאסירט מיט אים צוויי טעג צוריק. איך לייג עס דא ארויף ככתבו וכלשונו וויאזוי
ער האט מיר עס אריינגעשיקט.


איך בין בעצם זייער א נייגעריגער מענטש, איך ליג נישט אין פאליטיק, אבער יעצט
פאר די פרעזידענט וואלן בין שטארק נייגעריג געווען ווער ס'גייט אריינקומען.

אזויווי די שטארקע ווינט אין די היימישע גאס בין איך שטארק צופרידן פונעם
יעצטיגן פרעזידענט יר"ה, נאכדערצו מיט די אלע טובות וואס ער האט געטוהן פאר
אידן, און איך פלאן בעז"ה ארויסצוגיין פאר אים אלס הכרת הטוב אליינס.

דאס האט מיך געמאכט נאכמער נייגעריג, און איך האב געזוכט רמזים פון הימל וואס
ס'גייט זיך אויסלאזן למעשה, דא דארט האט מען געהערט ווי מענטשן זאגן פאר אהין
און אהער, אבער מענטשן ביי אונז האבן מעורר געווען אז מ'רעדט נישט פון קיין
היימישע מענטשן וואס זענען אינגאנצן מיט די שיטה וואס מ'האט אונז געלערנט אין
סאטמאר, און אז זייער קאפ איז פארדרייט מיט אומריינע השקפות ווער ווייסט צו
מ'קען זיי געטרויען.

און וועגן דעם האב איך געטראכט אז הלואי באקום איך עפעס א הערה פון הימל פון א
"מקור מוסמך", א שטייגער ווי אז איך זאל טרעפן עפעס א רמז אינעם רבינ'ס ספרים,
אדער אז איך זאל חלומ'ן עפעס. איך בין בעצם נישט פון די מענטשן וואס חלומ'ן
אדער וואס גלייבן חלומות, אבער מיין נייגער איז באמת געווען שטארק.

דעם פרייטאג צונאכטס בין איך געגאנגען נאך די סעודה אין בית המדרש אריין, אין
איך האב מיך אראפגעזעצט מיט א דברי יואל וועלנדיג לערנען א שטיקל אויף די פרשה.

איך האב געעפנט דעם דברי יואל, אבער אזויווי מיין חברותא איז נאכנישט דארט
געווען האב איך אראפגעלייגט מיין קאפ אויפ'ן ספר, איינדרימלנדיג זע איך מיך
אין א געפאקטע בית המדרש, ווי דער עולם שאקלט זיך ווי ביי א רבי'שע טיש, איך
גיי אריין טיפער אין בית המדרש זע איך ווי די רבי זי"ע זיצט אויפ'ן אויבן אן!

פליצלונג הער איך נישט מער און נישט ווייניגער די באקאנטע שטימע פון ר' עזריאל
גליק ז"ל ווי ער שרייט אויס "ס'זאל זיין שטיל די רבי גייט זאגן תורה!" איך
שטיי מיט מיינע אויערן אפן צו הערן וואס די רבי גייט זאגן און די רבי הייבט אן
מיט'ן פסוק אין פרשת מקץ (בראשית מ"ב ו') ויוסף הוא השליט הוא המשביר לכל עם
הארץ וגו'.

די רבי האט זיך געשטעלט אויפ'ן כפל הלשון, ס'וואלט דאך געקענט שטיין "ויוסף
השליט" וואס איז די איבריגע "הוא"? האט דער רבי געזאגט אז ס'איז דא אסאך
תירוצים בדרך פשט רמז דרוש און סוד, יעצט וויל ער זאגן איינע פון די פילע
פשטים בדרך סוד וואס איז נוגע אונזער מלכות של חסד!

און ער האט געזאגט אז ס'וועט קומען א צייט וואס אונזער מלכות של חסד וועט זיין
אין א שווערע מצב נאך א מגיפה און א הונגער, וועט דער אייבערשטער שיקן א
פשוט'ע גוי וואס איז שוין אין די רעגירונג נאך מימינו (אזוי האט דער רבי
געזאגט, איך פארשטיי עס נישט) וואס זיין נאמען איז יוסף בידן (דער רבי האט
געזאגט ביידן מיט א צירי אזויווי אונז, אבער בשעת דער רבי האט עס געזאגט האב
איך אין מיין קאפ געזען די ווארט ארויסגעשריבן מיט איין יוד), ער וועט
געווינען מיט א עקסטערע סיעתא דשמיא ממש חוץ לדרך הטבע וואס דער אייבערשטער
גרייט אן צו ראטעווען אונזער מלכות של חסד אין שווערע צייטן.

אויף דעם האט דער רבי געזאגט איז דא א רמז אין די פסוק, ווייל "הוא" במספר קטן
איז זיין משפחה נאמען "בידן". "ויוסף הוא השליט - יוסף בידן וועט זיין דער
שליט"

און דער רבי האט אויסגעפירט מיט א סימן צו זען אז אויב איינער קומט אריין מיט
א עקסטערע סיעתא דשמיא די ראטעווען דאס לאנד פון א באלדיגע סכנה, אז ביי
אזאלכע פעלער באקומט ער 26 פון די מדינות כנגד שם הוי"ה (צו ווייזן אויף אן
עקסטערע שמירה עליונה וואס מיר האבן, כמובן - דאס האט דער רבי נישט געזאגט),
און דאס איז נאר געשען צוויי מאל ביז היינט, איין מאל ווען אויף איין זייט איז
געשטאנען א שד, און איין מאל ווען ס'געווען א סכנה פון אן דריטע וועלט קריג
וואס דאס האט עס אפגעשטעלט, און יעצט גייט עס געשען נאכאמאל.


איך האב מיך אויפגעכאפט באגאסן מיט א קאלטע שווייס, און איך טראכט צו מיר "איז
דעס געווען עכט"? "האב איך יעצט געהאט אזא אפענע גילו"? כ'האב עס נישט געקענט
גלייבן, און נאכמער אינטרעסאנט איז געווען אז לויט די זייגער האט די גאנצע
דרימל געדויערט נאר דריי מינוט!

אבער הערט וואס איך יעצט באמערקט: נישט מער און נישט ווייניגער, די בלאט און
דברי יואל וואו איך בין איינגעשלאפן (דארט האט זיך עס אויפגעמישט פערצופאל -
שוין גארנישט קיין צופאל..) איז געווען ממש אנהייב פרשת לך לך, (דף רי דברי
יואל ח"א אויף בראשית), און נישט מער און נישט ווייניגער אויף יענעם זייט
ברענגט די רבי דעם פסוק ויוסף הוא השליט פון פרשת מקץ!

אזויווי איך פלעג אלס לאכן ווען מענטשן פארציילן אזאלכע זאכן שעם איך מיך עס
ארויסצוקומען מיט די מעשה ברבים, אבער זייט וויסן אז ס'איז עכט! כ'האב עס ממש
געזען קלאר, און ס'קלינגט מיר נאך אין די אויערן!

וועגן דעם שיק איך אייך די מעשה און איר קענט עס מפרסם זיין לזיכוי הרבים.

הצלחה רבה.
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

און דאס איז איינעמ'ס רעאקציע.... :D :D


איך גלייב עס נישט!!!

איך האב די נאכט גע'חלומ'ט ממש די זעלבע זאך, נאר פון רבינו הק' בעל ברך משה זי"ע.

כ'האב מיך געטראפן ביים טיש ליל שבת, און משה גבאי האט געוויזן די באקאנטע תנועה מיט די הענט אז ס'זאל זיין שטיל.

דער רבי זי"ע האט דאן אנגעהויבן במתק לשונו מיט די פסוק "הלעיטינו נא מן האדום האדום הזה", האט ער געפרעגט וואס איז די דאפלט לשון, האדום האדום צוויי מאל?

האט רביה"ק זי"ע געזאגט אז ס'וועט קומען א צייט ווען ס'גייט זיין צוויי מאל רויט, א רויטער פרעזידענט גייט צוויי מאל געווינען. און דורכדעם וועט יעקב אבינו וואס איז מרומז אויף כלל ישראל קענען געווינען די בכורה, און נהנה זיין פון די מלכות של חסד.

ווי נאר כ'האב מיר ערוועקט איז שוין געווען לעכטיג אינדרויסן, וואס איז מיר געווען א סימן אז משיח גייט קומען תיכף נאך טראמפ'ס ווידערוויילונג, און ס'וועט זיין אור חדש על ציון תאיר.
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

שליחה דורך היכי דמי »

ווי לאזט איי וועלט צו אזא ליצנות?
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

איך האלט נאך פאר'ן חלומ'ען איך דארף נאך דיסיידען עטליכע נקודות.

1) מיט וועמען זאל איך חלומען בעל דברי יואל אדער ברך משה. [דעם רבה"ק זי"ע קען חלומ'ען אליינ'ס און עס שריייבען אליינ'ס].

2)אויף וועמען זאל זיין די רמז, אויף טראמפ אדער ביידען.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: עתידות! דאנאלד טראמפ געווינט די פרעזידענטסי!!!

שליחה דורך פאליטיקאנט »

ממש יעצט בשעת'ן ליינען דעם אשכול איינגעדרימלט און איך האב געחלומ'ט ווי רב יהונתן אייבשיץ מיט ר' יעקב מעמדין זאגן מיר אז עס איז צייט די וועלט זאל זיך פאראייניגן און מאכן שלום (לדעתי האט דאס געמיינט אז זייער שלום איז משפיע פארן וועלט), און דערפאר גייט די ליבערטעריען קאנדידאט געווינען.

איך האב זיי געפרעגט פארוואס זיי זענען עס מגלה דווקא פאר מיך?, אבער זיי האבן בלויז צוריקגעשמייכלט ליבליך און פארשווינדן געווארן.


דיסקלעימער: איך בין בכלל נישט אזא מין מענטש און איך גלייב נישט בדרך כלל אזוינע זאכן, אבער דא איז עס אמת! ביטע פארשפרייטן פאר 10 מענטשן....
גרעפיקסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 09, 2020 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך גרעפיקסער »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
דאס איז אלץ מיין ריאקציע צו די לעצט פאר תגובות...
למעשה; פ״וו נעמען א שטעלונג, בקרוב העמיר געוואור ווערן יא אמת צו נישט אמת.
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

שטותים פון שאולזאן:
משמשו של הרב חיים קנייבסקי מספר כי הבוקר קם בזעזוע באמרו שאליהו התגלה לו בחלום ואמר כי הקורונה באה כדי לכפר על עוון הזלזול ביתומים ואלמנות, וכי עד שלא יפסק הדבר- לא ימצא חיסון
אמיתי לחלוטין, הרב הוסיף שכל המפיץ טקסט זה לא יחלה בקורונה, ואם כבר חלה- יקירו לא יחלו.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: עתידות! דאנאלד טראמפ געווינט די פרעזידענטסי!!!

שליחה דורך פאליטיקאנט »

סתירה.

ער זאגט ווי לאנג מ'גייט נישט פאררעכטן די זלזול ביתומים גייט נישט זיין קיין חיסון, אבער ווער עס שיקט ארום דעם טעקסט גייט זיין אימיונד?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הייסט ער רעקאמענדירט צו נוצן טעקסט?
וירח ה' את ריח הניחוח
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

שמעקעדיג האט געשריבן:הייסט ער רעקאמענדירט צו נוצן טעקסט?

נאר "לצורך" אדער לצורך ארומשיקען די מעסידזש, [וההיתר מוגבל לעשרה אנשים דייקא]. אדער לצורך קופת העיר, פיקוח נפש דוחה אלעס] אדער לצורך מסירה [שמשום הוראת שעה לאור המצב בלע"ז הותרה].
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

מנחם ציון האט געשריבן:און דאס איז איינעמ'ס רעאקציע.... :D :D


איך גלייב עס נישט!!!

איך האב די נאכט גע'חלומ'ט ממש די זעלבע זאך, נאר פון רבינו הק' בעל ברך משה זי"ע.

כ'האב מיך געטראפן ביים טיש ליל שבת, און משה גבאי האט געוויזן די באקאנטע תנועה מיט די הענט אז ס'זאל זיין שטיל.

דער רבי זי"ע האט דאן אנגעהויבן במתק לשונו מיט די פסוק "הלעיטינו נא מן האדום האדום הזה", האט ער געפרעגט וואס איז די דאפלט לשון, האדום האדום צוויי מאל?

האט רביה"ק זי"ע געזאגט אז ס'וועט קומען א צייט ווען ס'גייט זיין צוויי מאל רויט, א רויטער פרעזידענט גייט צוויי מאל געווינען. און דורכדעם וועט יעקב אבינו וואס איז מרומז אויף כלל ישראל קענען געווינען די בכורה, און נהנה זיין פון די מלכות של חסד.

ווי נאר כ'האב מיר ערוועקט איז שוין געווען לעכטיג אינדרויסן, וואס איז מיר געווען א סימן אז משיח גייט קומען תיכף נאך טראמפ'ס ווידערוויילונג, און ס'וועט זיין אור חדש על ציון תאיר.


עד שבא זשאו ביידן און פארענטפערט אז האדום האדום די טאפעלט לשון איז בלויז גערעדט ווי איינער וואס שטאלפערט.

כ'האב געוואלט שרייען נאאאא, מ'רעדט נישט אזוי, אבער כ'האב זיך פון חלום אויפגעכאפט.

לעצם הענין, דאס מגלה זיין נביאות'ער פאראויס קאן חלילה ברענגן חורבנות ביי די אינגווארג אויב מעשה שטן וועט זיך ארויסשטעלן אנדערש. מיר ברויכן וויסן אז ראה ראיתי, שתי ראיות, ולא ראי זה כראי זה, וואס ס'שפילט זיך אפ פאר אונזער פליישיגע אויגן קאן זיין אן אחיזת עינים און א נסיון פאר כלל ישראל. סיי וויאזוי די אויסגאנג שטעלט זיך אויס אויף די מגושם'דיגע עלעקשאנס ברויך מען וויסן אז אליבא דאמת איז דא בלויז איין מציאות און דארט איז דאנאלד טראפ דער משיח השם. אויב מיר וועלן זוכה זיין דאס צו זעהן עין בעין אדער נישט איז געוואנדן אין אונזער עבודה. ויהי רצון מיר זאלן זיין פון די וועלכע טראמפ וועט ווייזן מיט די פינגער.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

עצה טובה קא משמע לן:

Mental health reminder: Many of us are emotionally and mentally invested in a certain result. Only one candidate can win. Have a plan to take care of yourself in the days after if it’s not your candidate.

https://twitter.com/bcuban/status/13210 ... 62690?s=21
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: עתידות! דאנאלד טראמפ געווינט די פרעזידענטסי!!!

שליחה דורך פאליטיקאנט »

עס איז דא קלארע באווייזן אז עס איז אונטערגעשטעלט געווארן א פאלשע חומש פאר הרב טורנהיים..... [emoji1]
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ס'איז אויך דא קלארע באווייזן אז אונז אלע האבן פאלשע חומשים.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: עתידות! דאנאלד טראמפ געווינט די פרעזידענטסי!!!

שליחה דורך פאליטיקאנט »

דער הערט נישט אויף.......
קנדה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:54 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

שליחה דורך קנדה »

איינער זאגט מיך שבת אז טורנהיים גייט זיך טוישן זיין נאמען
איך זאג איך קען אים צוגעבן א נאמען.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

איך הער אז ביידן פארלאנגט א ריקאונט אויף טורנהיים'ס חשבונות.

טראמפ פלאנט צו רופן טורנהיים אלס עדות אין סופרים קארט.
פארשפארט