וואס קען שוין שאטן א חומרא? (וואס מיר לערנען פון קאראנא)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

וואס קען שוין שאטן א חומרא? (וואס מיר לערנען פון קאראנא)

שליחה דורך פארוואס? »

די יעצטיגע תקופה פון קאראנע האט ארויפגעברענגט אויפן אויבערפלאך זייער שטארקע קושיות אויף די התנהגות פון אסאך ארטאדאקסישע אידן שומרי תורה ומצוות. נישט נאר קלי קלים וואס זענען מיקל אין חמורות שבחמורות נאר אפילו אזעלכע חמורים וואס זענען מחמיר אין מצוות קלות.

צומאל איז די קשיא געווען מרפסין איגרא, עס קוקט אויס ווי אידן וואס זענען געווענליך מחמיר אויף א ספק-ספיקא פון א שבות דשבות האבן ניטאמאל געפיהלט פאר וויכטיג צו שוקל זיין אויב עס איז דא אן ענין צו טראגן א מאסקע. ווי ווייט איך ווייס, איז נישט פארהאן קיין שום חשש איסור צו טראגן אינמיטן די וואך א מאסקע וואס איז נקי מחשש כלאים, עבודה זרה אדער מאכלות אסורות.

אלא מאי, מיר מוזן אנערקענען אז אונזער לייטער פון פריאריטעיטן איז באגרעניצט, אונז קענען מיר נישט האלטן אלע ווירדן ביים שפיץ פונעם לייטער, אויב לייגן מיר א דגש אויף איין ענין, וועלן מיר בהכרח מוזן מוותר זיין אויף אן אנדערע עניינים.

א דוגמא דערצו, איז ווען געוויסע חרדי'שע רבנים האבן געהאט א פראבלעם מיט די מערכה קעגן דעם אינטערנעט צוליב דעם וואס עס שוואכט אפ די מערכה קעגן ציונות, און פארקערט, געוויסע לוחמים קעגן די אינטערנעט האבן קריטיקירט די אומרעלעוואנטע מערכה קעגן ציונות. און די סיבה דערצו איז ווי ערווענט, ווייל אין שני מלכים משתמשים בכתר אחד, מ'קען נישט פיהרן צוויי מערכות, און איין מערכה איז אויפן חשבון פון די אנדערע.

אונז האבן מיר תרי"ג מצוות, חז"ל האבן צוגעלייגט גדרים וסייגים. אויף די סייגים האבן געוויסע צוגעלייגט חומרות ע"ג חומרות. מ'קען אמאל הערן א טענה: "וואס קען שוין שאטן א חומרא"? יוצא זיין ידי חובה אפילו לויט א שיטה וואס איז נישט גע'פסק'נט. וואס קען שוין שאטן אויב נעמען מיר אויף זיך און אונזערע קינדער אייגענע גדרים וסייגים. להוסיף גדר על גדר? די תשובה דערויף זעהען מיר בעיני בשר די לעצטיגע טעג. די אלע חומרות קאסטן א פרייז. אויב שטרענגען אונז אן אונזער ווירדן-סיסטעם מיט אסאך מינערוויכטיגע חומרות איז עס אויפן חשבון פון אנדערע וויכטיגע זאכן.

א איד וואס דארף דאווענען דריי מאל א טאג מיט מנין, ער דארף גיין טעגליך אין מקוה. אויב בלייבט נאך אביסל פלאץ צו זיך אנשטרענגען קעגן די אייגענע באקוועמליכקייטן צוליב ווירדן, מוזן מיר עס רעזערווירן פאר זאכן וואס זענען וויכטיג, ווי למשל פאר שמירת הגוף והנפש, אויספאלגן געזעצן פון די מדינה וואס אונז וואוינען (אפגעזעהן צו מיר שטימען מיט די פאליטיק אדער נישט), באצאלן שטייערן, פאלגן טרעפיק געזעצן, האנדלען ביושר ע"פ חוקי המדינה וכו'.

יעדער איז מסכים אז די דאזיגע ווירדן זענען וויכטיג פארן יחיד און פארן ציבור, אבער אז עס איז נישטא קיין פלאץ פאר די ווירדן וועט עס קיינמאל נישט קומען לידי מעשה. מענטשן זענען זייער מוגבל, אונזער לעבן צווינגט אונז צומאל צו פארקיילאכן ווינקלען, פארקוקן ווירדן וואס מיר האלטן אויך אז עס איז ריכטיג. ווען דאס געשעהט נעמען מיר ארויס אונזער לייטער פון פריאריטעיטן, און מיר קלעבן צו איינס אדער צוויי וויכטיגע ווירדן, און פארקוקן די איבעריגע.

אלזא, חומרות שאטן, זיי זענען אויפן חשבון פון אנדערע ווירדן בהכרח. און ווי חז"ל זאגן שוין "דייך מה שאסרה תורה". אדער ווי רש"י שרייבט (בראשית ג, ג): הוֹסִיפָה עַל הַצִּוּוּי, לְפִיכָךְ בָּאָה לִידֵי גֵרָעוֹן.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: וואס קען שוין שאטן א חומרא? (וואס מיר לערנען פון קאראנא)

שליחה דורך קל וחומר »

געוואלדיגע רייד.
למה? יאמרו הגויים איה נא אלוהיהם.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: וואס קען שוין שאטן א חומרא? (וואס מיר לערנען פון קאראנא)

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

@פארוואס; א שיינעם געדאנק, אויב כ'מעג צולייגן, נאך א ריזיגע פראבלעם וואס חומרות ברענגט מיט זיך מיט איז אבסעסיע און צומאל גאר שווערע אבסעסיע, ווענדט זיך אין די חומרות, מער חומרות מיינט מער אבסעסיע, שטערקערע חומרות מיינט שטערקערע אבסעסיע.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ס'איז ממש גאונות ווי דו נעמסט צוויי פון די סאמע יסודות פון חרדיזם און דו קערסט עס אזוי איבער אויפ'ן פנים אזש איך שטיי און וואונדער מיך וואס איך האב ביז היינט געטראכט, כ'האב שוין אמאל געשריבן עפעס ענליכס דא, דאס איז אבער on a whole other level.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
נומער5
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 11:23 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך נומער5 »

איך זעה נישט וואס מאסקעס האט מיט חומרות אין אידישקייט. עס איז פשוט די נאטור פון אינז אידן נישט צי פאלגען נאכדערצו עס איז געווארן פאליטיזירט און נישט מוכיח אז עס העלפט טאקע
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טאמער וואלט געווען א טשארזש אויף דאס נישט טראגן א מאסקע אזוי ביים נישט טראגן א סיעטבעלט וואלט יעדער איינער געפאלגט.

נאר אזוי ווי דער פותח האשכול האט ערווענט ווערט עס נישט געפאלגט צוליב דעם וואס דער אויבנאן אין די (קליינע) מוחות פון די חרדים איז שוין פארנומען און עס קען נישט טראגן מער חוץ אויב עס וועט האבן קאנסיקווענצן וואס דאן וועט אים די מאסקע בלויז ליגן אויפן געזיכט און נישט אין מח וואו ער האט נישט קיין ארט.
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

נומער5 האט געשריבן:איך זעה נישט וואס מאסקעס האט מיט חומרות אין אידישקייט. עס איז פשוט די נאטור פון אינז אידן נישט צי פאלגען נאכדערצו עס איז געווארן פאליטיזירט און נישט מוכיח אז עס העלפט טאקע


מאסקעס איז נאר א משל. עס איז נישט קיין ויכוח אז אויב וואלטן מיר חושש געווען אויף א חשש סכנת-נפשות אזוי ווי הוצז"ל (וואס ביסודו איז אויך צוליב סכ"נ, ואיכמ"ל), וואלטן מיר זיכער געדארפט לפחות "שוקל" זיין און טרעפן א היתר צו מיקל זיין, די היתר וואלט געדארפט זיין אויסגעארבעט נישט ווייניגער שטארק ווי א היתר עגונה אויף א ספק אשת איש.

אלא מאי, מיר זענען מזלזל אין דעם ערך בכלל, נישט צוליב די פרטים און די טענות. איך שלאג פאר אז די סיבה דערצו איז ווייל עס איז פשוט נישטא גענוג פלאץ אין אונזער לייטער פון פריאריטעיטן פאר אזעלכע ווירדן. אונז האבן שוין צופיהל אנדערע התחייבות'ן.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

א שטארקע קשיא, און עס איז א קשיא אויף מיר אליינ'ס, איך מוטשע זיך א גאנצען טאג צו פארשטיין, אבער איך ווייס נאך אלט'ס נישט וואס איז מיין שנאה צו די מאסקע'ס, עס קוקט מיר אויס אז עס איז מער א סימבאל, איך א'סא'סי'עד מאסקע'ס מיט געוויסע מענטשען "פרא מאסקע'ס מענטשען" און די מאסקע וועט באדייטען אז איך באלאנג צו יענעם חדר, און איך וויל דייקא טוען די היפך פון זיי. וצע"ג.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

הרב שיף האט געשריבן:א שטארקע קשיא, און עס איז א קשיא אויף מיר אליינ'ס, איך מוטשע זיך א גאנצען טאג צו פארשטיין, אבער איך ווייס נאך אלט'ס נישט וואס איז מיין שנאה צו די מאסקע'ס, עס קוקט מיר אויס אז עס איז מער א סימבאל, איך א'סא'סי'עד מאסקע'ס מיט געוויסע מענטשען "פרא מאסקע'ס מענטשען" און די מאסקע וועט באדייטען אז איך באלאנג צו יענעם חדר, און איך וויל דייקא טוען די היפך פון זיי. וצע"ג.

כל התורה כולה על רגל אחת.

מעשה בנכרי אחד שבא לפני הלל א"ל גיירני ע"מ שתלמדני כל התורה כולה כשאני עומד על רגל אחת, אמר לו דבחברך סני לא תעביד זו היא כל התורה כולה ואידך תירוצי הוא זיל גמור.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארשפארט