אינטערסאנט. פון דעם פאדקעסטער legend דזשאו ראוגן האט נאך קיינער נישט גערעדט. ער איז מורא'דיג זיס און לייקעבעל. דזשאו איז אן איטאליענער/איירישער קאמידיען און געוועזענע host פון fear factor און יו. עף. סי. קאמענטעיטער. זיין עיקר קאריערע איז אין סטענד-אפ קאמעדי, און אויף די זייט טוט ער פאדקעסטן, אנגעהויבן האט זיך עס אויף א קליינע פארנעם, מיט "אפאר לצים" נישט חלומ'ענדיג פון די פאטענציאל, און איז זיך צוואקסן און צופרוכטבארט. לויט
וויקיפידיע האט די שאו אין 2019 געהיט 190 מיליאן דאנלאודס חודש'ליך.
The Joe Rogan Experience גייט שוין אן 13 יאר און די לעצטע 6 יאר האט עס ממש אויפגעריסן, און אין די קאראונע צייטן איז ער געווארן ממש ווי מ'זאגט ״סופער פעימעס״ ווען ראוגן האט געמאכט א יד אחת מיט ספאטיפיי - די נומער איינס סטרימינג סערוויס, מיט אריבער דריי הונדערט פינף און זעכציג מיליאן חודשליכע אקטיווע באנוצער (
יא, מער ווי עפל! דו לוזער... כ'האב געטשעקט) און נומער איינס פאדקעסט פלאטפארמע - פאר הונדערט מיליאן דאלער צו עירן עקסלוסיוו אויף די ספאטיפיי עפפ - אוועק פון יוטוב עמטליך, מיט א באנוס פון ווידיא סטרימינג אויף איטליכער עפיזאד, אנדערש ווי געווענליך וואס ס'איז בעיקר א פלאטפארמע צום הערן.
ראוגן איז נישט אבי פאפולער פאר גארנישט, ער ברענגט אן אינטערסאנטע כאראקטער צום טיש וואס קעיטערט צו אסאך סארטן צוהערער. סיי פון אן אינטערטעינמענט פוינט אויף וויא, און סיי פון אן אינטלעקטואלע פוינט אף וויא. ער איז א מאדנע געמיש פון א jolly personality און א טיפע ידען. קודם די קאמישע זייט, ער האט א נאטירליכע געשמאק אין זיך. ער איז נישט קיין גיק, יעדער אמעריקאנער און יוראפעישער קען רילעיטן צו אים. איז שוין בא'טעם'טער אים צו הערן ווי א צווייטן. ער שעצט זייער קאמעדיע, ער וועט למשל איינלאדענען זיינע קאלעגעס אין די קאמעדי ליין אפט, ביל בור, ארי שאפיר, אלייזע שלעזינגער, טאם סעגורע, ביל מאער ועוד. שפעטער האט ער די קאמבעט ספארטס זייט צו זיך ווי ער ריעקט צו פייטס און רעדט מיט טשאמפיאנען ווי מייק טייסאן און סתם דער און יענער. נאכדעם האט ער די הויעכע שישקע לעיער צו זיך ווי ער קען ארויפברענגן, אנגעזעהענע און אינטעליגענטע מענטשן וואס האבן א אליינס פלאטפארמעס ווי דאוקינס, סעם העריס, דזשארדען פיטערסאן, דזשעי לענא, מיילי סיירעס, ניעל דיגרעס טייסאן, אילאן מאסק (עטליכע מאל) און בערני סענדערס, און סתם פארברענגען און שמועסן בשעת ער וועט פארייכענען פארשידענע קטורת און געווירצן, אן אנדער מאל קען ער ארויפברענגען די קעניג פון קאנספיראציע טעאריעס הכנבד אלעקס דזשאונס און אים "לאזן האבן די מייק" ווי מ'זאגט..
קאנטראווערסיע שפילט נישט קיין קליינע ראלע, געוויסע פרינדזש לינקע זענען ממש פאר אים אונטערצוברענגען נאך פארשידענע קלאגעס אמת'ע האלבע און גאנצע ליגנטס וואס ער האט געזאגט אדער געטוהן וועגן וואקסינס און איווערמעקטין. בעת וואס אנדערע סענטריסטס, פראגרעסיוו'ס, און רעכטע זענען שטארקע נאכפאלגער זיינע. די מעינסטריעם מידיא בעיקר סי. ען. ען. גלייכט אים נישט שטארק און האט אים שטארק אראפגעריסן דעמאלטס - מיין אפיניען ווייל ביי יעצט שטייגט ער זיי שוין היבש איבער מיט די ציפער פון קוקערס, למשל די בערני סענדערס עפיזאד אליינס איז שוין געשפילט געווארן איבער 15 מיליאן מאל אויף יוטוב. אבער למאי נפקא מינא די פאליטיק? די מידיא פונדיטן קען זאגן און זינגען, זיי ווייסן ממילא אז מ'טראסט זיי שוין נישט - אנשטאטס וואס זיי זאלן טוהן זייערס זענען זיי פארנומען ווער נאך ס'איז פעיק ניוז...
איך בין נישט דוקא מסכים מיט יעדע מיינונג זיינע, איך קוק אים שוין גענוג לאנג און כ'האב שוין געהערט געניג נארישקייטן ארויסקומען פון זיין פיסקל. כ'בין אבער נתפעל פון די לעיערס וואס דער מענטש האט אין זיך. איך האלט יעדע זאך וואס מ'טוט גענוג לאנג האט אן אפעקט, און ס'איז קלאר אז דאס איז די מוסטער פון א מענטש וואס איז געווארן שארפער, טיפער, נייגעריגער נאר פון יארן זיצן און שמועסן מיט אזויפיל סארטן מענטשן, אריינגערעכנט גענוג און נאך געסטס וואס זענען קלוגער פון אים, פון אלע מינע בעקראונדס, עידזשעס, פאליטישע לינינגס, און פראפעשנס. ער רעדט מיט דעמי לאוואטאו, קעווין הארט, עדווארד סנאודן, פון סייענטיסטן און דזשורנאליסטן, צו מענטשן וואס זענען שוין געווען אין ספעיס. און דאס איז זיין מעלה און לכאורה פארוואס ער איז אזוי אויפגעפיקט. ער שטופט נישט קיין אגענדעס, ער רעדט מיט וועם ס'געפעלט אים, ער רעדט ווי לאנג און ווי קורץ ער וויל, ער ליינט נישט פון קיין טעלעפראמטערס, ער קען סאונדן נאריש און קינדיש, אדער זייער אינטעלקטועל. פאדקעסטינג בכלליות ווערט מער און מער הייס, טאקע ווייל ס'איז די מערסטע ארגינעלסטע פארמאט וואס ס'איז דא צו קאמיניקירן אינפארמאציע, די מידיא איז פאלש און פארמאל, זיי ליינען פון צעטל ארויס, אז ס'איז שוין יא עפעס אינטערסאנט האקט מען אריין מיט זעקס עדס און פאר מ'דרייט זיך אויס איז עס דערנאך, טוויטער איז לימיטד, פעיסבוק? וואס איז דאס אפילו, זאקערבערג איז נישט עקסטער באליבט. טיקטאק? נישט געמאכט פאר דעם. אויסער אז דו קענסי מאכן דיין פוינט אין א מינוט אדער ווייניגער, בלייבט איבער יוטוב, און פאדקעסטס.
פונקט האב איך געקוקט
דעם עפיזאד, מיט א אידישע רעפארטער פון די ניו יארק טיימס. א שעה אריין ברענגט זי ארויף אנטיסעמיטסם און דערמאנט חסידים פון קראונהייטס. און זיי טענה'ן זיך ארום וועגן ארץ ישראל.
ער האט שוין ארויפגעברענגט מענטשן וואס זענען אויפגעוואקסן אין עקסטרעמע קאמינוטיס ווי עקטרעסס Leah Remini וואס איז אויפגעוואקסן אין די שרעקעדיגע קולט Scientology און Yeonmi Park א יונגע פרוי וואס איז אנטלאפן פון צפון קארעא. איך פערזענליך לייג די צוויי אלס וויכטיגע must listens
ס'איז דא אסאך אינטערסאנטע חומר. הייב אן הערן! און ווער נישט אנטוישט אויב איין שמועס הערט זיך ווי א קינדער שמועס. כ'האב דיר געזאגט. ס'איז דא פארשידענע לעיערס...