איי טראמפ, מיין ליבער משוגענער טראמפ

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

איי טראמפ, מיין ליבער משוגענער טראמפ

שליחה דורך ארי נוהם »

טראמפ איז א מענטש וואס איך האס אויף א פערזענליכן פארנעם, און טראמפ איז א מענטש וואס כ'האב נישט געוואלט אריינוואוטן אין די פריערדיגע עלעקשאנס.
טראמפ איז א מענטש וואס האט מיר דערציטערט אז עס וועט זיין פיר יאר פון קריגן מיט ווייסעכוויפיל לענדער, און טראמפ'ס פערזענליכקייט האט מיר פארעקלט.
טראמפ איז א מענטש וואס איך וויל נאכאלס נישט זיין זיינס א פריינד, אבער טראמפ איז א מענטש וואס האט געטוישט מיין שטעלע איבער זיין פרעזידענטשאפט.

טראמפ האט אויפגעטון געוויסע זאכן וואס איך האב דערצו א שטארקן געפיל, זייענדיג עטוואס קאנסערוואטיוו גענויגט, זייענדיג רעליגיעז, און זייענדיג א רעליגיעזער איד. די דאזיגע דריי זאכן, די "חוט המשולש", האט מיר באוואויגן צו טוישן מיין שטעלע [נישט מיינונג] איבער זיין פערזענליכקייט ווען עס קומט צו פרעזידענטשאפט.

אנשטאט ענדלאזע וויכוחים און לאנגע באשרייבונגען איבער זיינע טאהטן, וועל איך ענדערש אראפשרייבן עטליכע פונקטן וואס טראמפ האט געטון אין די לעצטע פאר יאר, פארוואס ער פארדינט מיין שטימע:

1. אנשטאט די העסליכע שטימונג קעגן מדינת ישראל (איינפרירן בוי פראיעקטן, נישט וואויטן פרא-איזראעל יעדעס מאל אין יו.ען., פרעזענליכע פליקעס אויף נתניהו), האט זיך עס געטוישט צו א פריינדליכע שטימונג.

2. ער האט גערוקט די אמבאסאדע קיין ירושלים, וואס טוישט די גאנצע צביון המדינה אין געוויסע הינזיכטן.

3. ער האט אנערקענט די גולן הויכן אלס שטח פון מדינת ישראל.

4. ער האט געגעבן די רעכטן פון אנעקסירונג מיטן "דיעל פונעם יארהונדערט".

5. ער האט באוויזן איינצופעדימען א שלום אפמאך צווישן מדינת ישראל מיט די רעגירונגען פון יונייטעד ערעב עמירעיטס, באכרעין, סודאן, און האלבוועגס אויך סאודיע אראביע און נאך.

6. ער האט צונישגעמאכט די נארישע אפמאך מיט איראן, און אנשטאט דעם געווארן גאר שטרענג מיט זיי, פירנדיג צו זייער כמעט טאטאלער עקאנאמישער צוזאמבראך. אלס איד, מוז דאס זיין באגריסנווערד. ווייניגער מאכט פאר איראן באדייט מער אטעמען מעגליכקייט פאר מדינת ישראל.

7. זיך אפגעשאקלט פון די טערקישע מחוצפים, וואס האבן געטריצט אמעריקע און מדינת ישראל ביינאנזאם.

8. אנגעקניפט די נענטסטע פארבינדונגען מיט מדינת ישראל זינט איר גרינדונג, אריינגערעכנט אויך הילף פון אלע סארטן.

9. ליקווידירט די צוויי גרעסטע מוסולמענער רוצחים: פון די שאיאטן - סולימאני, דער גענעראל פונעם איראנער רעוואלוציאנערישע גווארדיע, וואס האט טעראריזירט גאנץ מיטל מזרח מיט זיינע שטיקעס, און פון די סוניס - אל באגדאדי, דער אכזרי'שער פירער פון אייסיס. די מעסעדזש איז געוויס אנגעקומען וואו עס האט געדארפט.

10. בארואיגט טענער מיט צפון קארעא [און רוסלאנד], א זאך וואס קיין איין פרעזידענט ביז אים האט נישט באוויזן.

11. זיך ענדליך גענומען צו כינע'ס ביינער, אנשטאט די ביז יעצטיגע בת היענה טאקטיק פון לאזן יענעם ווילדעווען ווייל "איך זע נישט".

12. אנשטאט לעקן דעם אחור פון די אייראפעאישע ליבעראלן, האט ער איינגעשטעלט א נייע וויזיע. אמעריקע פוירסט. אפגעזען צי מ'איז מסכים מיט זיינע באשלוסן וואו עס קלאפט למעשה אויס, איז זיכער באגריסנווערד אז ער איז פטור געווארן פונעם פארשאלטענעם פ"ק סיסטעם (זע נעקסטע פונקט).

13. ענליך און א המשך צו דעם, איז דאס כלליות'דיגע אפשאקלען די שטויב וואס האט זיך געזעצט אויפן פאליטישן סיסטעם. די פארשאלטענע פאליטיקלי קארעקט אנשויאונגען פונעם ליבעראלן לאגער, א זאך וואס גייט שוין אן א הונדערט יאר אבער ווערט נאר ערגער מיט יעדן פארבייגייענדן יאר, האט געכאפט אן ערנסטן שאקל. זיין פ"ק האט געוויסע מעלות, אבער ווען דאס ווערט א שיטה וואס יעדער מוז נאכטאנצן קדוש קדוש דאן מוז מען עס אויפשאקלען פון פריש.

14. ער האט אראפגערוקט די פרייזן פון גאז מיט אומגלויבליכע ציפערן. אצינד ביים אדורכפארן די גאז סטאנציע האלט עס ביי קנאפע 2.11 פער גאלאן, און אין די זעלבע צען צענט האלט עס שוין פאר די לעצטע ווייסעכווילאנג. נישט נאר פונעם תוצאה בין איך צופרידן, נאר אויך פון די שלל סיבות וואס האבן גורם געווען דערצו.

15. ביז קאוויד איז אנגעקומען, האט דער מענטש ארויפגעברענגט די עקאנאמיע פון אמעריקע צו אומגלויבליכע שטופעס. עס איז נישט נאר געווען זיינע פאליסיס, נאר דער עצם אנוועזנהייט זיינע האט שוין אריינגעלייגט ביזנעסער און סטאקס אינעם ריכטיגן שטימונג.

16. אפגערעדט, אז זיינע קאנסערוואטיווע פאליסיס איבער זאכן וואס האבן שייכות מיט דבר ה', וד"ל, מוזן זיין באגריסנווערד פאר א גלויביגער איד. און ניין, ס'גייט מיך נישט אן וויאזוי ער אליינס פירט זיך אויף. מיין ראול מאדעל איז נישט מיין פרעזידענט, אבער ער דארף אויסשטעלן אדער כאטש פארשטעלן די פאסיגע פאליסיס.

17. ער האט אריינגעשטעלט דריי קאנסערוואטיווע ריכטער, זיך נישט שרעקנדיג פון קיין קריטיק. עס איז אומבאשרייבליך וואספארא אפעקט דאס וועט בעז"ה האבן אינעם צוקונפט, פאר יארן לאנג. ווידעראמאל, אלס איד מוז איך זיין שטארק צופרידן דערפון.

18. די פריזאן רעפארם ביל וואס ער האט אדורכגעפירט, וואס איז א שאנדע אז אלע דעמאקראטישע אבאמא'ס למיניהם האבן עס נישט געטון, איז א געוואלדיגע ברכה.

19. אין א פערזענליכן נאטיץ האט ער ארויסגעלאזט רובאשקין פון תפיסה, ווידעראמאל נישט קעירנדיג פון קריטיקירער.

20. זיך ענדליך גענומען צו די מידיא. יא פעיק צי נישט פעיק, האט ער ארויפגעברענגט צום אויבערפלאך אסאך שמוץ וואס מ'האט אוועקגעקוקט/נישט געוואוסט ביז היינט.

21. פארענדיגן מיט א גלייכווערטל: כ'האב פשוט הנאה פון זיינע צודרייטע, פערדישע, צומאל רשעות'דיגע טוויטס. פארפאלן, ס'איז פארט fun...

כ'האב זיכער אויסגעלאזט נאך אסאך נקודות וואס האט מיר געשמעקט דורכאויס די לעצטע פיר יאר, ועל כן יהיו נא בעיניכם כאילו הייתי פורטם, און מ'קען עס צולייגן צום רשימה מיט פארזעצנדיגע תגובות (ביטע צולייגן נומערן).

ווי האב איך געזען א בילד אין יארע 16', פון אן איזרעאלישן הויז מיט א שילד דערויף?

אויפן שילד איז געשטאנען:
"טראמפ!
משוגענער, אבל משלנו!"

טראמפ משוגענער אבל משלנו.jpg
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: איי טראמפ, מיין ליבער משוגענער טראמפ

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

אויך האט ער היינט דורך געפירט א זאך מ'פרובירט שוין יארן לאנג דורך צו פירן, דאס לאזן שרייבן ירושלים-ארץ ישראל, אויף די פאספארט
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: איי טראמפ, מיין ליבער משוגענער טראמפ

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

אויך אפגעשאפן די אבאמא קעיר, וואס בשעת ס'איז אנגעגאנגען, אויב האט מען עס נישט געהאט האט מען געמוזט באצאלן קנס אפאר טויזענט דאלאר
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: איי טראמפ, מיין ליבער משוגענער טראמפ

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

@מפוזרי !! דיך האב איך שוין נישט געזעהן דא א שטאק מיט יארן וועלקאם בעק!
באניצער אוואטאר
מושב לצים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך מושב לצים »

ווען טראמפ וואלט געלאפן פאר מדינת ישראל פרעמיער וואלט די ארומגענטן געשטימט
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

איין דריטל, זיבן פון איין און צוואנציג ארגומענטן, האבן שייכות מיט מדינת ישראל. צוויי דריטל דערפון זענען אינטערעסן פונעם גלויביגער צי קאנסערוואטיווער צי אפילו סתם אמעריקאנער מענטש.

דאס איז אויסער די פשוט'ע אויבנדערמאנטע נקודה אז איך שטים אויך באזירט אויף מיין אידישער אנשויאונג, וואס איז געוויס אויך שטארק באזירט אויף מדינת ישראל'ס אינטערעסן.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

גוט ארויסגעברענגט פארוואס אידישע קינדער האבן ליב טראמפ אבער עטליכע נקודות זענען נישט אקוראט

ארי נוהם האט געשריבן:5. ער האט באוויזן איינצופעדימען א שלום אפמאך צווישן מדינת ישראל מיט די רעגירונגען פון יונייטעד ערעב עמירעיטס, באכרעין, סודאן, און האלבוועגס אויך סאודיע אראביע און נאך.

דאס איינפעדעמיכץ און אויסבעטונג צו די שלום אפמאכן מיט די לענדער ציט זיך שוין לכה״פ 10-15 יאר, סקומט זיך טראמפ עפעס קרעדיט דערפאר ווייל סאיז למעשה געענדיגט געווארן אין זיין קאדענץ אבער ער האט פערזענליך זייער ווייניג בייגעשטייערט דערצו

ארי נוהם האט געשריבן:7. זיך אפגעשאקלט פון די טערקישע מחוצפים, וואס האבן געטריצט אמעריקע און מדינת ישראל ביינאנזאם.

דאס איז אינגאנצן נישט אמת, טערקייס חוצפה איז גרעסער ווי סיי ווען, טראמפ האט לכאורה שטארקע ביזנעס אינטערעסן אין טערקיי און טוט וואס ער קען צו פארמיידן אויפרעגן ארדואן, דא האסטו אפאר עקזעמפלס

1. ארדואןס באדי גארדס האקן אן די ביינער פון אמעריקאנער בירגער אויף די גאסן אין וואשינגטאן כאילו זיי זענען ביי זיך אין וויינגארטען

טראמפ לאזט עס לויפן און מאכט זיכער אז סאיז נישטא קיין קאנסעקווענצן:
Erdogan: Trump apologized to me over brawl between Turkish bodyguards and protesters
Charges dropped against Turkish president's bodyguards in D.C. brawl ahead of State Dept. meeting

2. טראמפ לאזט צו אז טערקיי זאל אינוואדירן סיריע און טון מיט די קורדן ככל העולה על רוחם:

Greenlighted by Trump, Turkey Invades Syria
President Endorses Turkish Military Operation in Syria, Shifting U.S. Policy
Trump dismisses Turkey's invasion of Syria: 'It's not our border'

3. אויפן פארלאנג פון ארדואן, האט טראמפ אינטערווינט און אפגעשטעלט סאנקציעס קעגן די טערקישע באנק Halkbank:

Trump ordered review of US sanctions on Turkish bank after lobbying from Erdogan
Turkish bank case showed Erdogan’s influence over Trump
TRUMP ADMINISTRATION EFFORTS ON BEHALF OF TURKISH BANK

סדא נאך דוגמאות, פאר מער באריכות וויאזוי ארדואן האט טראמפ אין קעשענע, זעה דא:
Behind Trump's Turkish 'bromance': Lev Parnas, oligarchs and a lucrative lobbying deal

ארי נוהם האט געשריבן:14. ער האט אראפגערוקט די פרייזן פון גאז מיט אומגלויבליכע ציפערן. אצינד ביים אדורכפארן די גאז סטאנציע האלט עס ביי קנאפע 2.11 פער גאלאן, און אין די זעלבע צען צענט האלט עס שוין פאר די לעצטע ווייסעכווילאנג. נישט נאר פונעם תוצאה בין איך צופרידן, נאר אויך פון די שלל סיבות וואס האבן גורם געווען דערצו.

טראמפ האט ליב צו נעמען קרעדיט פארדעם און אינדירעקטלי האט ער אפשר געהאט עפעס א שייכות דערמיט, אבער אין אמתן האט געז פרייזן גארנישט צוטון דירעקטלי מיט א פרעזידענט (דאס איז אויך אמת לגבי די סטאק מארקעט)

ארי נוהם האט געשריבן:20. זיך ענדליך גענומען צו די מידיא. יא פעיק צי נישט פעיק, האט ער ארויפגעברענגט צום אויבערפלאך אסאך שמוץ וואס מ'האט אוועקגעקוקט/נישט געוואוסט ביז היינט.

מקען זיך שטארק דינגען מיט די פוינט, וואס פונקטליך האט די פייט מיט די מידיא אויפגעטון?

שוין אפגעזען אז אלץ פאן טרעגער פון דעמאקראטיע דארף אן אמעריקאנער פרעזידענט רעספעקטירן און מחזק זיין פרייע פרעסע האט דאס גורם געווען אז יעדן צווייטן טאג ווערט פון די פייט אומוויכטיגע מיני נערישע סקאנדאלן און מאיז ביזי טאג און נאכט מיטן טפל אנשטאט דעם עיקר
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

אויך האט טראמפ אויפגעטון אז אלע קאמעדי שאויס זענען געווארן ביטערליך בארינג און קארני ווייל יעדער איז ביזי מיט טראמפ
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

שטארקע ביזנעס אינטערעסין אין טערקיי.... ס'קומט צו לאכן. אויב א דיעל וואס פארט שוין זייט 2008 איז 'שטארקע' אינטערעסן זייט מוחל באזיגט אביסל אין וואשינגטאן ציווישן אייערע א''ג 'וועטעראן פאליטישאנס'.

ווילסט זיין א לינקער, מה טוב ומה נאים, ווילסט האבן טראמפּ געזונטערהייט. אבער סתם נעמן א צד אויף א פונקט וואס איז פילפאכיג שוואכער ביי אייך ווייזט אז ס'באדערט אייך באמת נישט אז ער מאכט די פאר דאלער.

זאג נאר, וואס האלט איר וועגן כינע? זענען זיי א גרעסער פראבלעם פאר אמעריקע ווי טערקיי? וועם האט כינע מער אין טאש? טראמפּ אדער ביידע? די אלע קאנפליקטן וואס דרייען זיך איבער ביידן אין די רעכטע לאגער, זענען אמת? אויב יא זענט איר אקעי דערמיט?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

ברענגסט א לינק אז געז פרייזן האט 'גארנישט' מיט די פרעזידענט. און דארט שטייט אז ס'האט נישט מיטן פרעזידענט, בּאָט......
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: איי טראמפ, מיין ליבער משוגענער טראמפ

שליחה דורך פאליטיקאנט »

כלבאשבוע האט געשריבן:גוט ארויסגעברענגט פארוואס אידישע קינדער האבן ליב טראמפ אבער עטליכע נקודות זענען נישט אקוראט

ארי נוהם האט געשריבן:5. ער האט באוויזן איינצופעדימען א שלום אפמאך צווישן מדינת ישראל מיט די רעגירונגען פון יונייטעד ערעב עמירעיטס, באכרעין, סודאן, און האלבוועגס אויך סאודיע אראביע און נאך.

דאס איינפעדעמיכץ און אויסבעטונג צו די שלום אפמאכן מיט די לענדער ציט זיך שוין לכה״פ 10-15 יאר, סקומט זיך טראמפ עפעס קרעדיט דערפאר ווייל סאיז למעשה געענדיגט געווארן אין זיין קאדענץ אבער ער האט פערזענליך זייער ווייניג בייגעשטייערט דערצו

גערעכט און ספעציעל מיט סאודי אראביע איז שוין דא אן אומאפיציעלע שלום די לעצטע פאר יאר.
דאס האט נישט מיט טראמפ און עס איז גאר אבאמא'ס קרעדיט! ווייל ער האט זיך ג'חנפ'עט מיט איראן און זיך אוועקגערוקט פון די טראדיציאנאלע אמעריקאנע סוני פריינט (אויך מיר פריינט), און זיי געלאזט אויפן וואסער. ווי אויך האט ראדיקאלע איסלאם טעראר בכלל אנגעהויבן דראען אויף די אלע מדינות, זענען זיי געלאפן צו מדינות ישראל וועלכע האט שוין ליידער יארן עקספיריענס....

כלבאשבוע האט געשריבן:
ארי נוהם האט געשריבן:14. ער האט אראפגערוקט די פרייזן פון גאז מיט אומגלויבליכע ציפערן. אצינד ביים אדורכפארן די גאז סטאנציע האלט עס ביי קנאפע 2.11 פער גאלאן, און אין די זעלבע צען צענט האלט עס שוין פאר די לעצטע ווייסעכווילאנג. נישט נאר פונעם תוצאה בין איך צופרידן, נאר אויך פון די שלל סיבות וואס האבן גורם געווען דערצו.

טראמפ האט ליב צו נעמען קרעדיט פארדעם און אינדירעקטלי האט ער אפשר געהאט עפעס א שייכות דערמיט, אבער אין אמתן האט געז פרייזן גארנישט צוטון דירעקטלי מיט א פרעזידענט (דאס איז אויך אמת לגבי די סטאק מארקעט)

די סטאק מארקעט און די עקאנאמיע האט יא דירעקט און אומדירעקט שייכות מיט'ן פאליסיס פונעם פרעזידענט, בפרט מיט טראמפ וועלכע איז א 'פראטעקשעניסט' וואס איז גאר גוט פאר אימפארט / עקספארט.

כלבאשבוע האט געשריבן:
ארי נוהם האט געשריבן:20. זיך ענדליך גענומען צו די מידיא. יא פעיק צי נישט פעיק, האט ער ארויפגעברענגט צום אויבערפלאך אסאך שמוץ וואס מ'האט אוועקגעקוקט/נישט געוואוסט ביז היינט.

מקען זיך שטארק דינגען מיט די פוינט, וואס פונקטליך האט די פייט מיט די מידיא אויפגעטון?

שוין אפגעזען אז אלץ פאן טרעגער פון דעמאקראטיע דארף אן אמעריקאנער פרעזידענט רעספעקטירן און מחזק זיין פרייע פרעסע האט דאס גורם געווען אז יעדן צווייטן טאג ווערט פון די פייט אומוויכטיגע מיני נערישע סקאנדאלן און מאיז ביזי טאג און נאכט מיטן טפל אנשטאט דעם עיקר

מחזק זיין די פרייע פרעסע????

דאס איז די גאנצע נקודה, אז זיי זענען שוין גארנישט פריי!
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

העניך האט געשריבן:
כלבאשבוע האט געשריבן:
ארי נוהם האט געשריבן:14. ער האט אראפגערוקט די פרייזן פון גאז מיט אומגלויבליכע ציפערן. אצינד ביים אדורכפארן די גאז סטאנציע האלט עס ביי קנאפע 2.11 פער גאלאן, און אין די זעלבע צען צענט האלט עס שוין פאר די לעצטע ווייסעכווילאנג. נישט נאר פונעם תוצאה בין איך צופרידן, נאר אויך פון די שלל סיבות וואס האבן גורם געווען דערצו.

טראמפ האט ליב צו נעמען קרעדיט פארדעם און אינדירעקטלי האט ער אפשר געהאט עפעס א שייכות דערמיט, אבער אין אמתן האט געז פרייזן גארנישט צוטון דירעקטלי מיט א פרעזידענט (דאס איז אויך אמת לגבי די סטאק מארקעט)

דוכט זיך אז ס'איז בכלל נישט אמת, און גאז פרייזן זענען היינט נישט צופיל ביליגער ווי אין 2015, 2016.

א חידוש אז פונקט דער בעל המספרים, העניך, וואס ווען ס'קומט דיר גוט אויס טרעפסטו אלערליי נומערן און חשבונות וואס שטימען מיט דיין פילאזאפיע, האט ניטאמאל אריינגעקלאפט די פשוט'ע ווערטער price for gas in 2015 אויף גוגל.
איך האב עס אקארשט געטון: https://www.google.com/search?q=price+f ... e&ie=UTF-8
די ערשטע תוצאה האט געוויזן 2.40

אויך א חידוש פארוואס דו האסט אנגעכאפט די יארן 15-16 אנשטאט די פריערדיגע יארן פון אבאמא, ווען פרייזן זענען געווען איבער דריי דאלער, און צומאל איבער 3.60, און האט נישט געהאט קיין רעקארד פון אפאר יאר אין א צי אזעלכע נידעריגע פרייזן.

---
בנוגע די פונקטן פון כלבאשבוע:

1. אלטע פארהאנדלונגען אונטערן טיש בנוגע ברענגען נענטער מדינת ישראל מיט אראבישע לענדער זענען נישט נוגע, ווייל דאס איז איינע פון די גרויליגקייטן פון זיין פ"ק, אז כאטש די שמחה איז מרוצה לשני הצדדים איז עס נישט פ"ק און קיין איין משוגענער טרייבט נישט די וואגאן. טראמפ האט געטון זאכן ווי א בולדאזער (פאר אייגענע צוועקן), און די תוצאה קען טוישן די מיטל מזרח אויף אייביג.

2. דו רעדסט פון קליינע אינצידענטן צווישן טערקיי און אמעריקע, ווען איך רעד איבערן כלליות'דיגן בילד, א שטייגער ווי נאט"א און פארקויפן געווער און ווי שטארק אפיליאירט מ'זאל זיין. טראמפ האט אנגעהויבן ווייזן די מיטלסטע פינגער פאר טערקיי (און איבער זיין נישט שטעלן די טאן בנוגע טערקיי'ס אגרעסיעס אין סיריע וכדו', האט ער ווייטער גוט געטון לדעתי. ער איז נישט קיין קאפ-אין-וואנט-דיק-טשעיני פערזאן, און האט געטון וואס פאסיג פאר אמעריקע)

3. כ'מעג זיך דינגען מיט דיין הנחה איז דער פרעזידענט האט גארנישט צוטון מיט די גאז פרייזן אדער די סטאקס? [און אין א זייטיגער נאטיץ: ווען אלעס האט געקראכט אונטער בוש האט עס אויך גארנישט געהאט צוטון מיט אים?]

4. אויב דו זעסט נישט אליינס וואס טראמפ האט אויפגעטון מיט זיין מערכה קעגן די פרעסע, גיי איך געוויס נישט קענען ערקלערן על רגל אחת. כ'מיין אז ווער ס'האט נאר מיטגעהאלטן די נייעס די לעצטע פיר יאר פארשטייט די נקודה און וויאזוי ער האט געטוישט די צוגאנג צו פרעסע.

בנוגע דיין אויספיר אז א פרעזידענט וואלט געדארפט רעספעקטירן און מחזק זיין די פרייע פרעסע אנשטאט דאס וואס ער טוט, איז דאס איין טיפישער ביישפיל פון פארשאלטענע פ"ק סיסטעם. די פרעסע איז דא צו שינדן זיין הויט, אבער זיי האבן די מאנטל פון "פרייע פרעסע". ער זינגט נישט מה יפית און טאנצט נישט קדוש, נאר פייט ווי א חיה צו חיות, און וויבאלד ער שפילט נישט מיט צום פ"ק טאקט - איז עס גאר זיין עוולה. די צביעות עקלט.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: איי טראמפ, מיין ליבער משוגענער טראמפ

שליחה דורך פאליטיקאנט »

ארי נוהם האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:
כלבאשבוע האט געשריבן:
ארי נוהם האט געשריבן:14. ער האט אראפגערוקט די פרייזן פון גאז מיט אומגלויבליכע ציפערן. אצינד ביים אדורכפארן די גאז סטאנציע האלט עס ביי קנאפע 2.11 פער גאלאן, און אין די זעלבע צען צענט האלט עס שוין פאר די לעצטע ווייסעכווילאנג. נישט נאר פונעם תוצאה בין איך צופרידן, נאר אויך פון די שלל סיבות וואס האבן גורם געווען דערצו.

טראמפ האט ליב צו נעמען קרעדיט פארדעם און אינדירעקטלי האט ער אפשר געהאט עפעס א שייכות דערמיט, אבער אין אמתן האט געז פרייזן גארנישט צוטון דירעקטלי מיט א פרעזידענט (דאס איז אויך אמת לגבי די סטאק מארקעט)

דוכט זיך אז ס'איז בכלל נישט אמת, און גאז פרייזן זענען היינט נישט צופיל ביליגער ווי אין 2015, 2016.

א חידוש אז פונקט דער בעל המספרים, העניך, וואס ווען ס'קומט דיר גוט אויס טרעפסטו אלערליי נומערן און חשבונות וואס שטימען מיט דיין פילאזאפיע, האט ניטאמאל אריינגעקלאפט די פשוט'ע ווערטער price for gas in 2015 אויף גוגל.
איך האב עס אקארשט געטון: https://www.google.com/search?q=price+f ... e&ie=UTF-8
די ערשטע תוצאה האט געוויזן 2.40

אויך א חידוש פארוואס דו האסט אנגעכאפט די יארן 15-16 אנשטאט די פריערדיגע יארן פון אבאמא, ווען פרייזן זענען געווען איבער דריי דאלער, און צומאל איבער 3.60, און האט נישט געהאט קיין רעקארד פון אפאר יאר אין א צי אזעלכע נידעריגע פרייזן.

ער האט געמיינט ארויסצוברענגען אז גאז איז נישט אייביג געווען טייער אונטער אבאמא, ווייל זעסט דאך אז אין 2016 איז עס געווען 2.4, אם כן קען דאס ווייזן אז דאס אז די פריערדיגע יארן איז עס געווען טייערער האט גארנישט מיט אבאמא נאר מיט וועלטליכע געשעענישן (א שטייגער ווי די אראבישע פרילינג).

וכן נראה נכון לענ"ד.

(אזויווי איך האב שוין עטליכע מאל ערווענט דא אין שטיבל, קאנטראלירט נישט די פרעזידענט אלעס און הצלחה איז בעיקר תלוי אין מזל.
(קלינטאן האט פונקט געהאט 8 רואיגע יאר)

פונקט ווי קיינער גייט נישט באשולדיגן טראמפ אויפן וויירוס אליין, צו אויף א האריקעין, די זעלבע קען מען נישט האבן טענות ווען וועלטליכע גורמים ברענגען צו אומגעווינטשענע תוצאות, אוואדי קען מען האבן טענות אויף וויאזוי ער האט זיך געפירט, אבער מ'דארף נאך אלס אינאכט נעמען אז אויב עס איז געגאנגען שלעכט, איז עס לאזט דוקא זיין שילד, און עס מיינט נישט אז א צווייטער וואלט געווען בעסער)
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

ארי נוהם האט געשריבן:1. אלטע פארהאנדלונגען אונטערן טיש בנוגע ברענגען נענטער מדינת ישראל מיט אראבישע לענדער זענען נישט נוגע, ווייל דאס איז איינע פון די גרויליגקייטן פון זיין פ"ק, אז כאטש די שמחה איז מרוצה לשני הצדדים איז עס נישט פ"ק און קיין איין משוגענער טרייבט נישט די וואגאן. טראמפ האט געטון זאכן ווי א בולדאזער (פאר אייגענע צוועקן), און די תוצאה קען טוישן די מיטל מזרח אויף אייביג.

כבין מסכים מיט דיר אז טראמפס פאליסי בנוגע איראן האט געהאלפן צו די שלום אפמאכן און כגיב אים קרעדיט דערפאר, מיין פוינט איז אז די מעסיגע אראבישע וועלט האט שוין לאנג אפגעמאכט אז זיי קענען מער פארדינען פון באציאונגען מיט ארץ ישראל און אז סאיז שוין העכסט צייט צו ענדיגן די מכלומפרשטע סאלידיריטעט מיט די פאלעסטינער וואס ברענגט קיינעם אמתדיג נישט קיין שום ניצן נאר סאיז עבר זמנו ובטל קרבנו

אין פאקט דיעלן זיי שוין מיט ארץ ישראל פאר צענדליגע יארן (זעה דא למשל)

ארי נוהם האט געשריבן:2. דו רעדסט פון קליינע אינצידענטן צווישן טערקיי און אמעריקע, ווען איך רעד איבערן כלליות'דיגן בילד, א שטייגער ווי נאט"א און פארקויפן געווער און ווי שטארק אפיליאירט מ'זאל זיין. טראמפ האט אנגעהויבן ווייזן די מיטלסטע פינגער פאר טערקיי (און איבער זיין נישט שטעלן די טאן בנוגע טערקיי'ס אגרעסיעס אין סיריע וכדו', האט ער ווייטער גוט געטון לדעתי. ער איז נישט קיין קאפ-אין-וואנט-דיק-טשעיני פערזאן, און האט געטון וואס פאסיג פאר אמעריקע)

כזעה באמת נישט וויאזוי דיין נייע הסבר ערקלערט דיין פריערדיגע סטעיטמענט אז דורך טראמפ האט זיך אמעריקא ״אפגעשאקלט פון די טערקישע מחוצפים״, כזעה דא קארופשאן עד לב השמים און אז טראמפ לאזט ארדואן פראנק און פריי צו טון וואס ער וויל און אז זיין חוצפה וואקסט דעריבער גרעסער און גרעסער פון טאג צו טאג

ארי נוהם האט געשריבן:3. כ'מעג זיך דינגען מיט דיין הנחה איז דער פרעזידענט האט גארנישט צוטון מיט די גאז פרייזן אדער די סטאקס? [און אין א זייטיגער נאטיץ: ווען אלעס האט געקראכט אונטער בוש האט עס אויך גארנישט געהאט צוטון מיט אים?]

אוודאי קענסט דיך דינגען, סאיז שווער אפצוטאן דעם נעפל וואס הערשט צווישן מיינונגען און פאקטן אבער מיין מיינונג איז אז די גאנצע notion אז פרעזידענטס קאנטראלירן די עקאנאמיע איז נישט אזוי פשוט, כגעדענק ווען קלינטאן האט געמאכט דערפון א לענגס און א ברייטס און די רעפובליקאנער האבן דעמאלס געטענהט אז ער שניידט די פירות פון רעיגן און בוש דער ערשטערס פאליסיס, ווען סאיז געגאנגען שלעכט ביי בוש דעם צווייטען האבן די רעפובליקאנער געשריגן אז ער עסט נעבעך די פארפוילקייט פון די קלינטאן יארן וחוזר חלילה ביי אבאמא

עקענאמישע מהלכים נעמען ע״פ דרך הטבע צייט ביז מזעט פראקטישע סוקסעס, מזעט דאס בחוש ביי קאמפאניס אז מקען נישט ארומדרייען א מצב טשיק טשאק און סנעמט צייט ביז שינוים לטובה ברענגן בפירושע רעזולטאטן, עאכמו״כ ווען מרעדט פון א לאנד ווי אמעריקא

ארי נוהם האט געשריבן:בנוגע דיין אויספיר אז א פרעזידענט וואלט געדארפט רעספעקטירן און מחזק זיין די פרייע פרעסע אנשטאט דאס וואס ער טוט, איז דאס איין טיפישער ביישפיל פון פארשאלטענע פ"ק סיסטעם. די פרעסע איז דא צו שינדן זיין הויט, אבער זיי האבן די מאנטל פון "פרייע פרעסע". ער זינגט נישט מה יפית און טאנצט נישט קדוש, נאר פייט ווי א חיה צו חיות, און וויבאלד ער שפילט נישט מיט צום פ"ק טאקט - איז עס גאר זיין עוולה. די צביעות עקלט.

דא בין כקלאר נישט מסכים מיט דיר, די ראלע פון די פרעסע איז נאכצוגיין יעדע שמעק פון קארופשאן און צו האלטן עלעקטעד אפישעלס ריספאנסיבעל, דאס איז זייער דזשאב און סאיז געפערליך נישט עטיש (ווער רעדט נאך אז סאיז נישט פרעזידענטיש) פאר א פרעזידענט ״זיי צו לייגן אין פלאץ״

דער פרעזידענט זאל זיין א חיה צו די פרעסע? אבסעלוטלי נישט, לא זו הדרך! ער דארף זיין קלוג און וויסן וויאזוי צו האנדלן אפילו מפרעגט אים הארבע אדער אומבאקוועמע שאלות, הכל מודים אז ער האט א געפערליכע ego פראבלעם און ער איז ממש א בעבי ווען סקומט צו זיין כבוד, ער קען נישט אראפשלינגען אז מהאלט אים פאר אדער מגיבט אים נישט קיין קרעדיט, be an adult and just get over it!

מיין פוינט איז אבער געווען מער פון דעם

1. אז ער איז דער גורם פונעם מידיא צירקעס, ער רייצט זיי אן און מאכט מיט זיי פייערס יעדן טאג ווייל ער ענדזשויט דאס געפערליך ליידער

2. והוא העיקר, דאס אלעס פאררויכערט סתם דעם פאליטישען קלימאט און קומט אויפן חשבון פון אונז בירגער וואס ווילן אז דער פרעזידענט אלץ אונזער עלעקטעד אפישעל זאל ארבעטן און אויפטון פאר די אמעריקאנער בירגער און פשוט פירן די מדינה! נישט זיין ביזי מיט די קינדערישע שטותים טאג און נאכט
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: איי טראמפ, מיין ליבער משוגענער טראמפ

שליחה דורך פאליטיקאנט »

כלבאשבוע האט געשריבן:
ארי נוהם האט געשריבן:3. כ'מעג זיך דינגען מיט דיין הנחה איז דער פרעזידענט האט גארנישט צוטון מיט די גאז פרייזן אדער די סטאקס? [און אין א זייטיגער נאטיץ: ווען אלעס האט געקראכט אונטער בוש האט עס אויך גארנישט געהאט צוטון מיט אים?]

אוודאי קענסט דיך דינגען, סאיז שווער אפצוטאן דעם נעפל וואס הערשט צווישן מיינונגען און פאקטן אבער מיין מיינונג איז אז די גאנצע notion אז פרעזידענטס קאנטראלירן די עקאנאמיע איז נישט אזוי פשוט, כגעדענק ווען קלינטאן האט געמאכט דערפון א לענגס און א ברייטס און די רעפובליקאנער האבן דעמאלס געטענהט אז ער שניידט די פירות פון רעיגן און בוש דער ערשטערס פאליסיס, ווען סאיז געגאנגען שלעכט ביי בוש דעם צווייטען האבן די רעפובליקאנער געשריגן אז ער עסט נעבעך די פארפוילקייט פון די קלינטאן יארן וחוזר חלילה ביי אבאמא

עקענאמישע מהלכים נעמען ע״פ דרך הטבע צייט ביז מזעט פראקטישע סוקסעס, מזעט דאס בחוש ביי קאמפאניס אז מקען נישט ארומדרייען א מצב טשיק טשאק און סנעמט צייט ביז שינוים לטובה ברענגן בפירושע רעזולטאטן, עאכמו״כ ווען מרעדט פון א לאנד ווי אמעריקא

אוואדי נעמט צייט ביז תוצאות זעען זיך אן, אבער א פרעזידענטס פאליסיס קען און האט א באלדיגע גייסטיגע אפעקט אויפן עקאנאמיע בכלל און אויפ'ן סטאק מארקעט בפרט.

למשל א פרעזידענט מיט א פאליסי פון הייבן טעקסעס, אפי' עס איז נישט קלאר ער גייט דאס קענען באווייזן, איז שוין שלעכט פאר ביזנעסער און אינוועסטירונגען. די זעלבע איז מיט 'צינזן [אינטערעסט] ראטע', א נידערונג אינעם ראטע האט א באלדיגע גייסטיגע אפעקט פאר רוב ביזנעסער און פריוואטע מענטשן.

כלבאשבוע האט געשריבן:
ארי נוהם האט געשריבן:בנוגע דיין אויספיר אז א פרעזידענט וואלט געדארפט רעספעקטירן און מחזק זיין די פרייע פרעסע אנשטאט דאס וואס ער טוט, איז דאס איין טיפישער ביישפיל פון פארשאלטענע פ"ק סיסטעם. די פרעסע איז דא צו שינדן זיין הויט, אבער זיי האבן די מאנטל פון "פרייע פרעסע". ער זינגט נישט מה יפית און טאנצט נישט קדוש, נאר פייט ווי א חיה צו חיות, און וויבאלד ער שפילט נישט מיט צום פ"ק טאקט - איז עס גאר זיין עוולה. די צביעות עקלט.

דא בין כקלאר נישט מסכים מיט דיר, די ראלע פון די פרעסע איז נאכצוגיין יעדע שמעק פון קארופשאן און צו האלטן עלעקטעד אפישעלס ריספאנסיבעל, דאס איז זייער דזשאב און סאיז געפערליך נישט עטיש (ווער רעדט נאך אז סאיז נישט פרעזידענטיש) פאר א פרעזידענט ״זיי צו לייגן אין פלאץ״

דער פרעזידענט זאל זיין א חיה צו די פרעסע? אבסעלוטלי נישט, לא זו הדרך! ער דארף זיין קלוג און וויסן וויאזוי צו האנדלן אפילו מפרעגט אים הארבע אדער אומבאקוועמע שאלות, הכל מודים אז ער האט א געפערליכע ego פראבלעם און ער איז ממש א בעבי ווען סקומט צו זיין כבוד, ער קען נישט אראפשלינגען אז מהאלט אים פאר אדער מגיבט אים נישט קיין קרעדיט, be an adult and just get over it!

מיין פוינט איז אבער געווען מער פון דעם

1. אז ער איז דער גורם פונעם מידיא צירקעס, ער רייצט זיי אן און מאכט מיט זיי פייערס יעדן טאג ווייל ער ענדזשויט דאס געפערליך ליידער

2. והוא העיקר, דאס אלעס פאררויכערט סתם דעם פאליטישען קלימאט און קומט אויפן חשבון פון אונז בירגער וואס ווילן אז דער פרעזידענט אלץ אונזער עלעקטעד אפישעל זאל ארבעטן און אויפטון פאר די אמעריקאנער בירגער און פשוט פירן די מדינה! נישט זיין ביזי מיט די קינדערישע שטותים טאג און נאכט

דו זאגסט גוט, און דאס וואלט טאקע געדארפט זיין די ראלע, למעשה אבער האט זיך די 'פרייע' פרעסע געשטעלט די לעצטיגע יארן אינגאנצן צו איין זייט, און באריכטעט אלעס מיט אן אגענדע, דאס וואס די פרעסע טוט איז אומעטיש!

א מענטש האט אלע רעכטן צוריקצושלאגן, נישט קיין חילוק וועלכע פאזיציע ער האלט.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

פרעסע וואס איז לגמרי איינזייטיג איז שוין היינט דא פון ביידע זייטן, די פרעזידענטס ראלע איז נישט צו פיקסן די פרעסע אדער צוריקצושלאגן, דאס איז קעגן די פרינציפ פון freedom of speech און ס'שוואכט אפ דעמאקראטיע.

דו וואלסט נישט געוואלט לעבן אין א מדינה ווי די פרעסע האט נישט קיין איינפלוס.
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

פאליטיקאנט האט געשריבן:
א מענטש האט אלע רעכטן צוריקצושלאגן, נישט קיין חילוק וועלכע פאזיציע ער האלט.

און ער שלאגט צוריק נאר מיט ווערטער, וואס דאס איז דאך די זעלבע פרידאם אף ספיעטש וואס די פרעסע האט. ער האט נישט ארעסטירט קיינעם אדער אפגערוימט פון וועג.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

אפילו איך בין ווען מסכים צו דיינע סיבות (אפאר יא אפאר נישט) באקומט נישט טראמפ מיין שטימע.

ער האט געפערליך שלעכט געהאנדלט איבער קאראנע און טוהט נאך יעצט אזוי. דאס וועט האבן אייביגע קאנצנקווענצן, און עס וועט געדוירן יארן צוריק צוגיין צו נערמאל.

פונקט ווי דו האסט באשולדיגט רבנים וואס האבן געהאט אן אחריות, איז טראמפס אחריות געווען מיליאנען מאל גרעסער.

מיר קענען זיך נישט ערלויבן אים צו האבן פאר א צווייטן טערמין. ער האט נאך אלץ נישט קיין פלאן וויאזוי צו באהיטן זיינע בירגער.
.I got voices in my head.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

בת קול האט געשריבן:אפילו איך בין ווען מסכים צו דיינע סיבות (אפאר יא אפאר נישט) באקומט נישט טראמפ מיין שטימע.

ער האט געפערליך שלעכט געהאנדלט איבער קאראנע און טוהט נאך יעצט אזוי. דאס וועט האבן אייביגע קאנצנקווענצן, און עס וועט געדוירן יארן צוריק צוגיין צו נערמאל.

פונקט ווי דו האסט באשולדיגט רבנים וואס האבן געהאט אן אחריות, איז טראמפס אחריות געווען מיליאנען מאל גרעסער.

מיר קענען זיך נישט ערלויבן אים צו האבן פאר א צווייטן טערמין. ער האט נאך אלץ נישט קיין פלאן וויאזוי צו באהיטן זיינע בירגער.

דו ליגנער!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טאקע פאר אזעלכע מענטשן ווי דיר האבן די ביידן פארערער געליארעמט איבער קאוויד, כדי אז עס זאל אויסקומען אז טראמפ האט שלעכט געהאנדלט.

איך האב פיינט געהאט טראמפ די לעצטע פיר יאר, און אפילו היינט עקל איך זיך פון אים און פון זיינע רעכטע נאציאנאליסטישע אנשאויאונגען, אבער פאקטיש זעט מען יעצט אז עס איז נישטאָ קיין ברירה.

אדער ער אדער נאך דריי יאר לאקדאונס און מאסקעס וואס זענען לויט מייסטנס וויסנשאַפטלער גארנישט ווערד.

ובחרת בחיים.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

דערווייל האט ביידן נישט פארגעלייגט קיין שום פלאן. טאָ פארוואס זאל איך בכלל גלויבן אז ער האט א פלאן? און אז ער האט א פלאן דאן וואס איז די סוד?
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

מאך זיכער האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:אפילו איך בין ווען מסכים צו דיינע סיבות (אפאר יא אפאר נישט) באקומט נישט טראמפ מיין שטימע.

ער האט געפערליך שלעכט געהאנדלט איבער קאראנע און טוהט נאך יעצט אזוי. דאס וועט האבן אייביגע קאנצנקווענצן, און עס וועט געדוירן יארן צוריק צוגיין צו נערמאל.

פונקט ווי דו האסט באשולדיגט רבנים וואס האבן געהאט אן אחריות, איז טראמפס אחריות געווען מיליאנען מאל גרעסער.

מיר קענען זיך נישט ערלויבן אים צו האבן פאר א צווייטן טערמין. ער האט נאך אלץ נישט קיין פלאן וויאזוי צו באהיטן זיינע בירגער.

טאקע פאר אזעלכע מענטשן ווי דיר האבן די ביידן פארערער געליארעמט איבער קאוויד, כדי אז עס זאל אויסקומען אז טראמפ האט שלעכט געהאנדלט.

איך האב פיינט געהאט טראמפ די לעצטע פיר יאר, און אפילו היינט עקל איך זיך פון אים און פון זיינע רעכטע נאציאנאליסטישע אנשאויאונגען, אבער פאקטיש זעט מען יעצט אז עס איז נישטאָ קיין ברירה.

אדער ער אדער נאך דריי יאר לאקדאונס און מאסקעס וואס זענען לויט מייסטנס וויסנשאַפטלער גארנישט ווערד.

ובחרת בחיים.

אויב טראמפ האט גוט געהאנדלט, וויאזוי האבן די רבנים שלעכט געהאנדלט?
.I got voices in my head.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שליחה דורך גבור חיל »

בת קול האט געשריבן:
ער האט געפערליך שלעכט געהאנדלט איבער קאראנע און טוהט נאך יעצט אזוי. דאס וועט האבן אייביגע קאנצנקווענצן, און עס וועט געדוירן יארן צוריק צוגיין צו נערמאל.

אפשר זענט איר מסביר פארוואס? וואס וואלט ער געדארפט טון אנדערש? וואס איז ביידענ'ס פלאן? ביי די דעבאטע האב איך אים געהערט זאגן זאכן וואס מען טוט יעצט, גארנישט קיין חידושים.

אויב האט ער טאקע אזא מייסטער פלאן וואס גייט ראטעווען גאנץ אמעריקע, פארוואס ווארט ער ביז נאך די וואלן עס צו אויסזאגן? פארוואס האט ער עס נישט געזאגט ביז יעצט? אפשר וואלט מען געקענט ראטעווען אריבער צוויי הונדערט טויזענט מענטשן מיט זיין וואונדער פלאן?

אפשר גאר איז ער פאראנטפארטליך פאר אלע טויט פעלער אין די וועלט? ער האט דאך א מייסטער פלאן וואס קען ראטעווען! וואלט ער עס ווען געזאגט אנהייב וואלט מען אלעס געקענט פארמיידן! אפשר? ניין? כטראכט נאר...
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
פארשפארט