איי טראמפ, מיין ליבער משוגענער טראמפ

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בת קול האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:אפילו איך בין ווען מסכים צו דיינע סיבות (אפאר יא אפאר נישט) באקומט נישט טראמפ מיין שטימע.

ער האט געפערליך שלעכט געהאנדלט איבער קאראנע און טוהט נאך יעצט אזוי. דאס וועט האבן אייביגע קאנצנקווענצן, און עס וועט געדוירן יארן צוריק צוגיין צו נערמאל.

פונקט ווי דו האסט באשולדיגט רבנים וואס האבן געהאט אן אחריות, איז טראמפס אחריות געווען מיליאנען מאל גרעסער.

מיר קענען זיך נישט ערלויבן אים צו האבן פאר א צווייטן טערמין. ער האט נאך אלץ נישט קיין פלאן וויאזוי צו באהיטן זיינע בירגער.

טאקע פאר אזעלכע מענטשן ווי דיר האבן די ביידן פארערער געליארעמט איבער קאוויד, כדי אז עס זאל אויסקומען אז טראמפ האט שלעכט געהאנדלט.

איך האב פיינט געהאט טראמפ די לעצטע פיר יאר, און אפילו היינט עקל איך זיך פון אים און פון זיינע רעכטע נאציאנאליסטישע אנשאויאונגען, אבער פאקטיש זעט מען יעצט אז עס איז נישטאָ קיין ברירה.

אדער ער אדער נאך דריי יאר לאקדאונס און מאסקעס וואס זענען לויט מייסטנס וויסנשאַפטלער גארנישט ווערד.

ובחרת בחיים.



אויב טראמפ האט גוט געהאנדלט, וויאזוי האבן די רבנים שלעכט געהאנדלט?

קודם כל האבן רוב רבנים נישט שלעכט געהאנדלט חוץ די געוויסע ראדיקאלישע סיקריקים וואס האבן נישט פארזיכערט אויסצופאלגן די רעגולאציעס אין די צייט וואס די ווירוס האט ערנסט געברענט און קיינער האט נישט געוואוסט באמת וואס מען דארף צו טון.

היינט איז שוין פארהאן דאטא וויאזוי זיך צו פירן, דעריבער איז נישט אזוי וויכטיג צו אפשליסן און זיך צו דערווייטערן פון מענטשן.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

גבור חיל האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:
ער האט געפערליך שלעכט געהאנדלט איבער קאראנע און טוהט נאך יעצט אזוי. דאס וועט האבן אייביגע קאנצנקווענצן, און עס וועט געדוירן יארן צוריק צוגיין צו נערמאל.


אפשר זענט איר מסביר פארוואס? וואס וואלט ער געדארפט טון אנדערש? וואס איז ביידענ'ס פלאן? ביי די דעבאטע האב איך אים געהערט זאגן זאכן וואס מען טוט יעצט, גארנישט קיין חידושים.

אויב האט ער טאקע אזא מייסטער פלאן וואס גייט ראטעווען גאנץ אמעריקע, פארוואס ווארט ער ביז נאך די וואלן עס צו אויסזאגן? פארוואס האט ער עס נישט געזאגט ביז יעצט? אפשר וואלט מען געקענט ראטעווען אריבער צוויי הונדערט טויזענט מענטשן מיט זיין וואונדער פלאן?

אפשר גאר איז ער פאראנטפארטליך פאר אלע טויט פעלער אין די וועלט? ער האט דאך א מייסטער פלאן וואס קען ראטעווען! וואלט ער עס ווען געזאגט אנהייב וואלט מען אלעס געקענט פארמיידן! אפשר? ניין? כטראכט נאר...



טראמפס אדמינעסטראציע האט פארשלאסן די פאנדעמיק רעספאנס טיעם פון די אבאמא-ביידן אדמינעסטראציע.
טראמפ האט באהאלטן אינפערמאציע פון אמעריקאנע בירגער זיך צו קענען באהיטן דערפון.
טראמפ פירט נישט ביי עקזעמפל. ער מאכט נאך אלץ חוזק פון זיין אייגענע סייענטיסטן און דאקטוירים. אוודאי זענען נאך דא א געוואלד מיט מענטשן וואס נעמען עס נישט ערנסט.

ביידן האט געטוהן און טוהט פארקערט פון אלע.


עס איז דא א סיבה פארוואס אמעריקא האט די גרעסטע טויט ראטע.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איין זייער וויכטיגע מעלה וואס טראמפ האט איבער רוב אנדערע פאליטישנס, ווען ער רעדט שטותים ווייסט מען אז ער רעדט שטותים. ווען א פאליטישן רעדט קענסטו נישט וואוסן צו ער גלייבט טאקע אין וואס ער זאגט צו ס'איז א גלאטע ליגן צו סתם פארטייאישע פראפאגאנדע, כאטש מ'קען זיי געווענליך שטעלן אויף די חזקה אז ס'איז הוילע נארישקייטן. טראמפ אבער האט מער א קלארע ליניע צווישן פראפאגאנדע און פאקטן (עכ"פ לויט ווי ער פארשטייט די פאקטן), ווען ער רעדט פראפאגאנדע און שטותים מאכט ער זייער קלאר אז יעצט רעדט מען שטותים, ער פרובירט דיך נישט צו צומישן, צו דו ווילסט אננעמען זיינע פאקטן צו נישט איז שוין דיין פערזעליכע באשלוס.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:טראמפ אבער האט מער א קלארע ליניע צווישן פראפאגאנדע און פאקטן (עכ"פ לויט ווי ער פארשטייט די פאקטן)

lol

Trump is consistent: There's no issue he won't take both sides on

אה, און זיין ליגענט ראטע האלט ביי בערך 72%
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

יא, דאס מיין איך טאקע, אנדערע פאליטישנס פרובירן ווי ווייניגער צו טאנצן אהין און צוריק צו מאכן שווערער נאכצוגיין זייער [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל], טראמפ טאנצט אפיציעל אהין און צוריק ווייל ס'איז אפיציעל א דשאוק, וואס איז פאר א ניכטערן אויפ'ן לונג איז פאר א שיכור אויפ'ן צונג. און אויב מיינסטו אז טראמפ'ס ליגנט ראטע איז מער ווי אנדערע פאליטישנס מיינט עס אז דו ביזט געפאלן א קרבן צו זייער פראפאגאנדע, דאס איז נישט א פעלער אין טראמפ נאר אין דיר.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

כבין שטארק קאנפיוזד צו די מיינסט עס סארקאסטיש צי די זאגסט עס ערנסט אלץ מעלה
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

לויט ווי מ׳האט דא מסביר געווען, עפ״י דר. הערי פראנקפורט, די חילוק צווישן ״ליגענט״ און ״[שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]״, קען מען טענה׳ן אז טראמפ און זיין ״אלטערנאטיוו פאקטן״ מהלך איז א קעיס-אין-פּוֺינט פון א בולשיטער לעומת א פּלעינע ליגענער.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

כלבאשבוע האט געשריבן:כבין שטארק קאנפיוזד

די פוינט איז אז טראמפ האט אוועקגענומען די צעמישניש וואס האט געהערשט אין פאליטיק, אפשר האסטו נישט ליעב טראמפ ווייל דו האסט ליעב צו זיין צומישט...

אויב מעג איך מאכן א צושטעל, טראמפ טוט צו די פאליטיקאנטן וואס רבינו הקדוש השלישי טוט צו די רבנים. אמאל האט זיך געקענט איינעם דאכטן אז די רבנים זענען עפעס מורא'דיגע טיפע דענקער וואס קומען אויף מיט טיפע השקפה געדאנקען, דעקן אויף די סודות פון די בריאה, און זענען מכוון לאמיתה של תורה ממש ווי דער באשעפער האט עס איבערגעגעבן צו משה רבינו ביים בארג סיני, קומט רבינו הקדוש השלישי און דעקט אויף פאר יעדע וואס איז אינטערעסירט אז די גאנצע זאך הייבט זיך נישט אן, די רבנים זענען סתם א קליקע אויבערחכמים וואס ווייסן זייער גוט וויאזוי צו מאניפולירן מענטשן זיי נאכצוטאנצן. די זעלבע זאך איז מיט טראמפ, אמאל האט זיך איינעם געקענט דאכטן אז די אלע נעקטייס וואס דרייען זיך אויף קעפיטעל הילל האבן עפעס אויסגערווענליך אויסגעבויטע מהלכים וויאזוי צו פירן א לאנד, און נאר איינער וואס האט שטודירט אכט יאר אין הארווארד קען אפילו אנפאנגען פארשטיין א טויזענסטעל פון זייער טיפע פארשטאנד, קומט טראמפ און ווייזט פאר יעדער וואס וויל זעהן אז לא דובים ולא יער, פאליטישנס זענען נישט מער ווי פיפיגע ביזענסלייט וואס ווייסן וויאזוי אנצופילן זייערע קעשענעס דורכ'ן גארנישט טון נאר דרייען מיט'ן צונג. גארנישט קיין טיפע דענקער וואס מ'דארף זיך מוטשען צו פארשטיין און פארענטפערן זייערע ווערטער, פשוט א באנדע לצים וואס לעבן און מאכן א לעבן אויף די שטייערצאלער'ס חשבון.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די פוינט איז אז טראמפ האט אוועקגענומען די צעמישניש וואס האט געהערשט אין פאליטיק, אפשר האסטו נישט ליעב טראמפ ווייל דו האסט ליעב צו זיין צומישט...

אקעי כהער, לפי״ז האט מען ליב ביידן ווייל ער קומט אריין מיט א קלארקייט....
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: איי טראמפ, מיין ליבער משוגענער טראמפ

שליחה דורך החוקר »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב מעג איך מאכן א צושטעל, טראמפ טוט צו די פאליטיקאנטן וואס רבינו הקדוש השלישי טוט צו די רבנים.

יו זאגסטו גוט. די צושטעל איז געוואלדיג!
די ביסטו נאר שטעקן געבליבן צו פרי ביים אויספיר.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אמאל האט זיך געקענט איינעם דאכטן אז די רבנים זענען עפעס מורא'דיגע טיפע דענקער..., ...קומט רבינו הקדוש השלישי און דעקט אויף ..., די רבנים זענען סתם א קליקע אויבערחכמים וואס ווייסן זייער גוט וויאזוי צו מאניפולירן מענטשן זיי נאכצוטאנצן.

אבער ווי וועט זיין אויב די מוסר השכל וואס מענטשן נעמען ארויס איז, אז רבינו הקדוש השלישי פליט אין הימל און שמועסט מיט מלאכים? וועט עס אויך ווערט זיין די לעקציע?
יא, רבינו הק' השלישי העט זיכער האבן פארדינט. וואס איז אבער מיט דעם המון עם?
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

כלבא שבוע ראקט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

החוקר האט געשריבן:אבער ווי וועט זיין אויב די מוסר השכל וואס מענטשן נעמען ארויס איז, אז רבינו הקדוש השלישי פליט אין הימל און שמועסט מיט מלאכים? וועט עס אויך ווערט זיין די לעקציע?

וועט מען רופן כלבאשבוע זאל אויפקלערן דעם עולם.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

דעם רביןס פאנאטישע חסידים קען מען נישט אויפקלערן....
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

פאנאטישע וועלן אלץ זיין פון ביידע זייטן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

לעצטנס ווען איך טרעף אן מיינע אנטי טראמפּ קאלעגעס, האט זיך זייער גאנצע קעגנערשאפט צו טראמפּ געשטעלט בעיקר אויף זיין אנגעבענדע שוואכע באהאנדלונג פון קאוויד. מיין שאלה איז וואס איז מיט אלע אנדערע פראבלעמען זיינע? זענען זיי געווארן אויס? אדער זענען זיי מינדערוויכטיג קעגן דעס? אדער?

בכלל זוך איך נאך איינער וואס איז געווען לטובת טראמפּ ביז קאוויד און נאר אדאנק זיין שוואכע קאוויד רעאקציע האט ער איהם געדראַפּעד...
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

החוקר האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב מעג איך מאכן א צושטעל, טראמפ טוט צו די פאליטיקאנטן וואס רבינו הקדוש השלישי טוט צו די רבנים.

יו זאגסטו גוט. די צושטעל איז געוואלדיג!
די ביסטו נאר שטעקן געבליבן צו פרי ביים אויספיר.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אמאל האט זיך געקענט איינעם דאכטן אז די רבנים זענען עפעס מורא'דיגע טיפע דענקער..., ...קומט רבינו הקדוש השלישי און דעקט אויף ..., די רבנים זענען סתם א קליקע אויבערחכמים וואס ווייסן זייער גוט וויאזוי צו מאניפולירן מענטשן זיי נאכצוטאנצן.

אבער ווי וועט זיין אויב די מוסר השכל וואס מענטשן נעמען ארויס איז, אז רבינו הקדוש השלישי פליט אין הימל און שמועסט מיט מלאכים? וועט עס אויך ווערט זיין די לעקציע?
יא, רבינו הק' השלישי העט זיכער האבן פארדינט. וואס איז אבער מיט דעם המון עם?

סאיז לעצטענס געווארן אויפגעדעקט א געהיימע אונטער-ערדישען- "טונעל" וואס ציהט זיך פונעם שטוב פון רביה"ק השלישי ביז צום ווייסען הויז ווי ער לערנט תורה באהאלטערהייט- מיט מלך טראמפ יר"ה
פארשפארט