קאך_לעפל האט געשריבן:[justify]דאס קאראנא-ווירוס איז א אונטערגאנג וואס ס'האט נישט באטראפן די וועלט פאר מייסטענס הונדערט און פופציג יאר. קיינער אויסער געציילטע כינעזער ווייסן נישט גענוי די באשטאנדטיילן פון די ווירוס, און ווי שעדליך זי איז ווירקליך. ביז דערווייל איז נאך נישט פארהאן קיין טעראַפּיוטיקס און וואַקסינאציעס צו היילן די ווירוס, מ'האפט זייער אז ס'וועט זיין אין גיכן. ס'איז א נאטורליכער קאטאסטראפע וואס אפילו די גרעסטע געזונטהייט עקספערטן ווייסן נישט ווי אזוי עס צו באקעמפן ביז די טעראַפּיוטיקס און וואַקסינאציעס וועלן ערשינען און זיין צו באקומען פארן ברייטן פובליקום. דער פרעזידענט האט געטאן דאס מערסטע וואס ער האט געקענט צו רעדוצירן דאס טויט-ראטע און זיכער צו מאכן אז יעדער וואס נויטיגט זיך אין א שפיטאל בעט אדער א ווינטעלאטור זאל דאס האבן. ווי אויך האט ער צוגעאיילט מיט אן אומגעהויערע שנעלקייט דאס פראדוקציע פון טעראַפּיוטיקס און וואַקסינאציעס.
אנשטאט שעצן דעם פרעזידענט ווי פּראָפעסיאָנאַל און געשיקט ער האט באהאנדלט די אנהייב פונעם אונטערגאנג, זענען געגאנגען די פארפוילטע דעמאקראטן און זיי האבן ארויסגעשלעפט אן אלט שמוציג בלעטל פון דער פאליטישער טאג-בוך פון הער ראם עמנואל, דער געוועזענער הויפט-שטאב פון פרעזידענט אבאמא, וואס לויטעט: לאזט נישט קיין שום אומגליק גיין צו שאדן. און דאס גענוי שפילן זיי אצינד אויף. זיי ווייסן זייער גוט אז ס'איז נישטא מער וואס צו טאן ווי דער פרעזידענט האט געטאן און טוהט. זיי ווייסן אויך זייער גוט אז דער אלטער, קארופטירטער, און שטאקיגער שוטה רבי יאשע ביידן האט נישט קיין שום פלאן. ער ווייסט קוים אויף וועלכער פלאנעט ער געפינט זיך, ווארים ס'איז ווירקליך נישט פארהאן קיין שום פלאן אפגעזען פון טעראַפּיוטיקס און וואַקסינאציעס, וואס דאס אייגענטליך טוהט שוין דער פרעזידענט. פארט האלט דאס זיי נישט אפ פון אטאקירן דעם פרעזידענט צוליב זייערע פאליטישע אינטערעסן.
די קאמוניסטן און מארקסיסטן זענען בלויז דא זיך צו דעראבערן מאכט אין וואשינגטאן. דערפאר איז זיי קריטיש נויטיג אז די קאראנא-ווירוס אונטערגאנג סומאטאכע זאל אנהאלטן כאטש ביז נאך די וואלן. ווען די רשעים האבן געהערט אז א וואַקסין זעט זיך שוין אט אויפן האריזאנט, זענען זיי ארומגענומען געווארן מיט א פיבער פון שרעק און אנגסט. זיי זענען נאכנישט גרייט פאר קיין וואַקסין, יאשע ביידן איז נאכנישט פרעזידענט! איי ס'וועט ראטעווען מענטשליכע לעבנס? ניין, מאכט און האס איז פיל מער וויכטיגער ווי מענטשליכע לעבנס.
דער יאשע ביידן האט זיך געלאזט ערצייגן דאס גרעסטער מאסקע אויפן פלאנעט, און ער וועט זיך דאס נישט אויסטאן (ברבים) אפילו ווען ער איז מקיים ישקני מנשיקות פיהו מיט זיין ווייב דאקטאר זשיל ביידן, ווי מ'האט געזען ביי די דעבאטע... פארוואס? ווייל דאס שרייט קאראנא-ווירוס אונטערגאנג... און דאס איז גוט פאר אים פאליטיש... ער וויל אונז אלע איזאלירן און פארשפארן אין די הייזער אזוי אז די עקאנאמיע זאל גיין פייפן, און ער זאל זיך קענען דערווארבן רייכטום און מאכט. דאס איז אויך דער אורזאך פארוואס די שלאנג פון סאַן פראַנסיסקאָ, נענסי פעלאוסי, וויל נישט באשטעטיגן קיין סטימיולעס פעקל פאר די נויטבאדערפיגע בירגער וועלכע ליידן שרעקליך און לעבן אונטער שווערע אומשטענדן אין רעזולטאט פונעם אונטערגאנג. ווייל זי וויל נישט ראטעווען די עקאנאמיע, ווייל זי ווייסט גוט אז א גוטע עקאנאמיע איז שעדליך פאר איר מאכט. די דאזיגע שלעכטע פרוי וועט אפילו אראפשלינגען אן אפענעם שירעם אויב ס'ברענגט איר מאכט...
עס איז צום האפן אז אמעריקע וועט דורכזען די גערודער און פראפאגאנדע פון די מארקסיסטישע מידיא און פון די פארפוילטע דעמאקראטן, און אויף קיין פאל נישט צולאזן אז דער קארופטירטער אקס יאשע ביידן זאל זיך אומקערן צום ווייסן הויז. אמעריקע האט שוין גענוג געהאט פון זיינע נאנט צו פופציג יאר אין פאליטיק. זאל זיך זיין בענאק האנטער זוכן אנדערע מיטלען צו שפייזן זיינע זונות און זיך איינהאנדלען חשיש...[/justify]
אנשטאט hardcore proof אז טראמפ האט עפעס געטוהן צו פארבעסערן דעם מצב, ברענגסטו א א הויעכע שפראך פון גיבעריש איבער דעם אומאחריות פון דעם מערדערער.
קוק זיך אום אויף אנדערע לענדער צו זעהן וויאזוי מען האנדלט אן עפידמעמיק קריזיס. א בלינדער קען זעהן אז טראמפ האט צוגעלאזט די גרעסטע שחיטה פונעם סענטורי.
די פרעזידענט האט נישט אנגעהויבן פרעדוסן ווענטילעיטערס ביז די גאווערנערס האבן זיך געבעטן ביי אים אז די מענטשן שטארבן.
ער הערט נישט אויף זאגן ליגנט איבער ווען די vaccine וועט זיין גרייט.
און טראמפ האט דאס ארויף געשפילט ווי א דעמאקראטישע/ רעפאבליקאנע issue, צו פארמישן אז דאס איז א ריכטיגע קריזיס.
(ווייל מען זאל שטארבן אנשטאט פאניקן)