פארוקטע סגולות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

פארוקטע סגולות

שליחה דורך מנחם ציון »

די וואך אין דער בלאט
Capture.PNG
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: פארוקטע סגולות

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

מנחם ציון האט געשריבן:די וואך אין דער בלאט
Capture.PNG
פלעינע אדווערטייזמענט, דא אין אלע צייטונגען

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

באקומען א אימעיל אמאל.

א ליקוט פון סגולות....

● איך דארף מיר מקבל זיין...

○ נישט צו רעדן ביים דאווענען
○ אוועק ווארפן די סמארט פאון
○ שלום מאכן מיט מיינע שונאים
○ בענטשען אינעווענדיג
○ זיך וואשן פאר פת שחרית
○ שעות פון טאג לשון הרע פריי
○ לערנען טעגליך חפץ חיים
○ לערנען די טעגליכע חק שיעור.
לערנען הלכות שמיטה.

● 40 טעג...
○ צינדן לעכט לע"נ הרה"ק ר' מענדל מ'רימוניב זי"ע
○ זאגן פרק שירה
○ לערנען אור החיים
○ זאגן פרשת המן
○ זאגן שיר השירים
○ זאגן תיקון הכללי
○ זאגן נשמת
○ 40 פרויען זאלן חלה נעמען
און פאר איך פארגעס ... זיך מקבל זיין עס צו מפרסם זיין...

● איך דארף...
○ געבענטשטע מטבעות פון יעדע אדמו"ר בעולם
○ עסן אתרוג קאמפאט
○ טרינקען אייר וואסער
○ זאפט פון מילגרוימן וואס האבן געהאנגן אין 7 סוכות
○ מתפלל זיין אין די 9טע חודש 9טע טאג 9טע שעה 9טע מינוט פאר 9 מינוט
○ טראגן א ה' קייטלעך
○ דרייען (כישוף..?) קייטלעך
○ זרוע אין די בוזעם טאש
○ שטיינער פון די חושן
○ עסן די אויג פון א פיש
○ טרינקען פון די מעיין הבעש"ט
○ שמירען הבדלה וויין
○ עפענען די טיהר ביי שפוך חמתך
○ קויפן די וואנדערליכע סגולה רינגל
○ מאכן שליח הקן ביי כהנא
○ באקן ציגעל מיט מיין נאמען
○ קויפן די עליות זאת חנוכה
○ און קלעבן פיקטשער'ס פון ר' ישעי'לע א"לל אווע"ר


● איך דארף זיין...
○ יעד'ן ערב ראש חודש אין ריבניץ
○ כ"א אדר אין ליזענסק
○ ג' אייר אין קערעסטיר
○ ל"ג בעומר אין מירון / באבוב (תרתי דסתרי..?)
○ שבועות אין מעזשביש
○ אין עמוקה
○ אין יבניאל
○ און אין צאנז מיט ללכת.

● איך דארף געבן געלט פאר...
○ ר' אלימלך'ס אייניקלעך
○ בת עין'ס ת"ת אין צפת
○ סגולות הרשב"י (ח"י ראטל)
○ מעיין הישועות (פריעדלענדער)
○ ר' ישעי'לס הויז (רובין)
○ רב להושיע
○ קופת העיר
○ אתרא קדישא (כופר נפש)
○ כולל שומרי החומות
○ כולל חבת ירושלים
○ אהבת ציון זינבינבערגען
○ דריקן זרע שמשון
○ 19 פרוטות פאר ראדעשיץ
○ ר' טובי' מאיר'ס חסדי טובים מאורות.

און אחרון אחרון חביב
● איך דארף אריינגעבן מיין קרעדיט קארד פאר
○ תהילים כולל
○ כולל חצות
○ קומי רוני - נאכט וועכטער
○ עיני הישועה
○ סגולת ירושלים
○ תהילים ריבניץ
○ רעב. אדל מילער
○ הרב יונה לייב לעבל
○ כולל מהרח"ו
○ מוסדות קבר רחל.


איר זענט צומישט? איך אויך! אבער דאס איז די מציאות! פאר א סיבה זענען מיר באטיטל'ט געווארן אלס די עם "סגולה"..!

קאמענטאר'ן זענען (נישט) איבריג, און אדרבה אויב ווייסט איר נאך 'ריכטיגע' 'אמת'ע' 'אויסגעפריווטע' 'געלונגענע' 'פארזיכערטע' 'בדוק ומנוסה'דיגע' 'מקובל'דיגע' 'מסורת'דיגע' 'קראנטע' 'וואונדערליכע' 'ספרים אראפ געברענגטע', עצות, סגולות, קבלות, געדאנקען, שטותים, איינרעדענישן, בויך ווי, קאפ פארדרייענישן, באבסקע סגולות, וואס האט שוין געברענגט צו 'טויזנטע' געהאלפענע, אויפגעראכטענע, גליקליכע, צופרידענע, דאנקבארע, פרייליכע, געזונטע, מענטשן.... ביטע אל תמנע טוב מבעליו, און זיין מודיע אז נאך הונדערטע יודן זאלן קענען הנאה האבן דערפון.

בתודה למפרע
נומער5
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 11:23 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך נומער5 »

האבן אינדערהיים א אונטערהעמד דוריכגעווייקט מיט בואש וואסער פון די גיבורי חיל ביי די מחאות
נומער5
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 11:23 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך נומער5 »

סגולה לזש"ק איינער זאל אראפלייגען ביי ענקער טיר א שמוציגע דייפער (בדוק ומנסה)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך האב מיך אונטערגענומען נישט צו טוהן קיין סגולות פאר פערציג טעג און איך האב געזעהן א גרויסע ישועה.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

נומער5 האט געשריבן:סגולה לזש"ק איינער זאל אראפלייגען ביי ענקער טיר א שמוציגע דייפער (בדוק ומנסה)

דאס איז אן ערשטע קאזין מיט'ן אריינלייגען דעם זרוע אונעם בחור'ס טאש. און דער מקור מוסמך איז פון דאס גיסען די מכות ביים טיר פונעם שכן.

ווי אויך פעלט די סגולה פון גיין צו ר' שייעלענ'ס ברידער וואס ווערט נאך אראפגעברענגט און א פריערדיגער חלום [עטליכע יאר צוריק].

די באקאנטע סגולה פאר אלע צרות פון טבילת שבע ושש, שטייט אויך נישט דא.

דער מפורסמ'דיגע סגולה פון ברך משה פאר פרנסה - צו גיין ארבעטן. איז טאקע א שווערע סגולה אבער דאך לוינט זיך עס צו פראבירן ווען גארנישט אנדערש האט נישט געהאלפען.

לעצטענ'ס געזעהן פון הרב פינטו אז מען דארף טוישען פון זאגען תילים צו משנה תורה. [צייט פאר א משנה תורה כולל ביים קבר פון משה רבינו].

-------------------

באמת וואלט מען ווען געמעגט מאכען א אשכול דורך צוטוען אלע סגולות במקורותיהן וטעמיהן שרשיהן ופרטיהן ודקדוקיהן לפרטי פרטיהן, (און וועלכע סגולות זענען נאך אוועליבל צו מאכען אפאר טאלער).

עס זענען דא סגולות פון תורה און חז"ל, עס זענען דא סגולות וואס איז מקובל פון די באבע'ס [וואס לכאורה לויטען רשב"א טאר מען נישט אוועק מאכען] ווי אויך איז דא א קבלה פון די באבעס אופ צו מאכן סגולות אחת לשלוש שנים.

צדיקים הקודמים האבען שוין געזאגט אז פאר יעדע נייע מאדע רח"ל קומט ארויס א נייע סגולה ה"י.

יש עוד להאריך אבער סאיז נישט דא קין צייט יעצט כ'האב נאך עטליכע סגולות פאר היינו וואס מהאט נאך נישט אנגעיאגט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נומער5 האט געשריבן:האבן אינדערהיים א אונטערהעמד דוריכגעווייקט מיט בואש וואסער פון די גיבורי חיל ביי די מחאות

אדער פון די הקפות ביים רבי'ן (שליט"א) זי"ע...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מנחם ציון האט געשריבן:די וואך אין דער בלאט
Capture.PNG

מנחם ציון: ווי ס'זעהט אויס האט די כולל שומרי החומות (זז"ג) יא א סגולה פאר אריכות ימים. ווייל די זעלבע אידן וועלכע איך האב געזעהן אין לוח פון כולל שומרי החומות וועלכע ..."האבן געלערנט משניות"...ווען איך בין געווען א יונגל, לערנען נאכאלץ. אויף די זעלבע בענק , אין די זעלבע צימער...!
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

berlbalaguleh האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:די וואך אין דער בלאט
Capture.PNG

מנחם ציון: ווי ס'זעהט אויס האט די כולל שומרי החומות (זז"ג) יא א סגולה פאר אריכות ימים. ווייל די זעלבע אידן וועלכע איך האב געזעהן אין לוח פון כולל שומרי החומות וועלכע ..."האבן געלערנט משניות"...ווען איך בין געווען א יונגל, לערנען נאכאלץ. אויף די זעלבע בענק , אין די זעלבע צימער...!

:lol: :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נומער5 האט געשריבן:סגולה לזש"ק איינער זאל אראפלייגען ביי ענקער טיר א שמוציגע דייפער (בדוק ומנסה)

אה, איך פארשטיי שוין. פארדעם ווארפן די מאמעס אין מאה שערים באמאכטע דייפערס אויף די פאליס. ווייל אויב איז דא צווישן זיי א בחור וויללן זיי איהם מזכה זיין מיט קינדער...!
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

די וואך איז געליפטערט געווארן אן עדד אויף קול מבשר א פרישע מכון\כולל\ארגענעזאציע וואס ספאנסארט מקוה געלט פאר בחורים וואס רעדן נישט אין מקוה
דער פרישע סגולה איז "בדוק ומנוסה" פאר גרויסע ישועות כידוע, זינט איר גרינדונג (פינף טאג צוריק) האבן אידן איבערגעגעבן אפענע ישועות וואס זיי האבן בייגעוואוינט
דער עדד קומט באגלייט מיט דער צויבער שלאגער פון "מקוה ישראל ה' מושיעו, מושיעו וודאי
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך נאך א מיינונג »

די גמרא (עירובין סה.) האט א סגולה פאר ישועות. נישט דאווענען בשעת מען איז שיכור. אז דו ליידסט פון צרות און ווילסט זען א ישועה טרינק זיך אן און פארפעל א מנחה מעריב
באניצער אוואטאר
עגלה ערופה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 14, 2018 1:53 am
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך עגלה ערופה »

סגולות ממש בדוק ומנוסה
צו מאכן לאכן איז עס זיכער א סגולה...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נאך א מיינונג האט געשריבן:די גמרא (עירובין סה.) האט א סגולה פאר ישועות. נישט דאווענען בשעת מען איז שיכור. אז דו ליידסט פון צרות און ווילסט זען א ישועה טרינק זיך אן און פארפעל א מנחה מעריב

נאך א מיינונג: ס'איז טאקע דא אזא סיפור איבער איינעם פון די רעבעס ווען ער איז נאך געווען א יונגערמאן א שטייגער ווי דער יונגער סאדיגערע רבי. איינמאל אום ר"ה ביי די סעודה האט ער זיך אנגעטרינקען ביז ער איז שיכור געווארן. האט ער נישט געדאוונט קיין מנחה. די חסידים האבן זיך געוואונדערט אז אום ר"ה דאוונט זייער רבי נישט קיין מנחה. אבער ווען ער איז געפארן צו זיין רבי. (כ'מיין דער חוזה פון לובלין) האט ער איהם שטארק משבח געווען פאר נישט דאווענען מנחה אום ר"ה...!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

פורים דאווענט יעדער אפילו מען איז שטארק שיכור.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

אישתישבי האט געשריבן:פורים דאווענט יעדער אפילו מען איז שטארק שיכור.

קען זיין אז דאס איז טאקע דער גורם פאר די פארשפרייטונג פון קאראנע באלד נאך פורים ;)
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

2020-11-02.jpeg

נעמט א חלק אין די גרויסע מצוה...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

א סגולה פאר שלום בית צו זינגען דעם ניגון דריי מאל א טאג, בדוק ומנוסה.

https://www.youtube.com/watch?v=0gC0LlIpWL0
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך קום נישט פון די מארמאראש. אבער איך האב געהאט שכנים פון מארמאראש. האביך געהערט פון זיי. אז אינדערהעים אין מארמאראש איז געווען אזא ברכה וואס מ'האט געגעבן פאר א יונגע קאפל. אז זיי זאללן בקרוב ווישן דר*ק...! (פון א בעיבי, פארשטייצעך. לאל). נאר ביי מיר אויב איך האב , געדארפט טשענדזשן די דייפער פון א בעיבי איז דאס געווען זייער א גרויסע אפערעישן. מיט א סאך הכנות און גרויסע כונות...!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

אויך א "סגולה" צו גיין מיט'ן רבינ'ס קליידער ספעציעל א חתן אונטער די חופה

א קרוב משפחה זאגט מיר אז ביי זיין חופה איז ער געגאנגען מיט דריי קאפלעך (איינס אויפ'ן צווייטען) די בעלזער רביס און די סאטמר דער ויואל משה און דער טאהשער רביס.

און מיט צוויי פאר הוזן דער אלטער מחנובק'ר רבי און דער פריערדיקר בעלזער ר אהרן

און מיט צוויי פאר זאקען דער בירך משה און דער טאהשער רבי
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

berlbalaguleh האט געשריבן:אויב איך האב געדארפט טשענדזשן די דייפער פון א בעיבי איז דאס געווען זייער א גרויסע אפערעישאן, מיט א סאך הכנות

מיט א סאך וואס...???
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג: איך האב געווארט אז איינער זאלל מדייק זיין אויף דעם ווארט...לאל
פארשפארט