דארף מען וואוטן פאר טראמפ אלס הכרת הטוב

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

דארף מען וואוטן פאר טראמפ אלס הכרת הטוב

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

נישט ארייגייענדיג אין די וויכוחים ווער עס איז א בעסערע קאנדידאט און ווער וועט האנדלען בעסער די פענדעמיק, וויל איך פרעגן א קשיא וואס דער עולם האלט

מיר יודן (און אוודאי ניו יארק) קענן נישט ערוועלן א פרעזידענט, אפילו אלע חרדישע יודן וועלן וואוטן פאר א קאנדידאט קענען זיי נישט אריינברענגען קיינעם.

דאס איז זיכער אז טראמפ איז געווען זייער א גוטער פרעזידענט פאר יודן און יודישע אינטערעסן (קען זיין אז ביידן וועט אויך זיין), זענען מיר אלס יודן מחוייב מצד הכרת הטוב צו שטימען פאר אים, נישט קיין חילוק וואס די אוטקאם וועט זיין?

ר׳ ליפא פר"מ ע"ה דער לעגענדארער סאטמארער רה"ק האט געזאגט פאר א קאנדידאט וואס איז געלאפן צוזאגענדיג צו טון טובות פאר יודן, און ער האט געפרעגט הלמאי מ'אינדארסירט אים נישט קעגן די אמטירענדער קאנדידאט, האט ער געזאגט אונז זעמיר אים שולדיג א הכרת הטוב, ווען דו וועסט געווינען וועלמיר דיר שולדיג זיין הכרת הטוב און מיר וועלן שטימען פאר דיר.

וואס איז אייער מיינונג?
דער דארפסמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 13, 2019 5:59 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך דער דארפסמאן »

מיין ארימע מיינונג איז אז טאקע אז מען דארף האבן הכרת הטוב פאר טראמפ פאר אלעס וואס ער האט געטון אבער מען טאר זיך נאך אלס נישט אנרעדן אז מיטן האבן טראמפ גייט ער קענען משלח זיין קאומא אין דיבלאזיא סא די אנדרייען ראליס כאולי די האסט קיינמאל געדארפט צוקומען צי זיי און די גייסט קיינמאל נישט דארפען ציקומען צי זיי איז א בת היענה אלערט!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

זאגט איר אז מ'טאר נישט ארויסווייזן הכרת הטוב אין שטיצע בפרהסיא אויס מורה אז אונזערע מיוטשעל שונאים וועלן נקמה נעמען. מן הסתם זענט איר אויך פון די וואס האלטן אז מ'דארף זיך לעקן צום בייסיגן שלאנג קאומא. אפשר איז כדאי איר זאלט טאקע אויסהערן א טראמפּ ראלי וואו טראמפּ ליינט אזוי שיין פאר דער שטיקל פאעזיע 'דער שלאנג'.

צודרייטע אידעאלאגיע. לעק די שלאנג, לאז דיך בייסן. און שטיי אוועק פונעם פריינט ווייל ער קען אפשר זיך שטעלן אינעם וועג פונעם שלאנג.

99 פראצענט אויף וואס אונז ליידן פון קאומא איז נאר ווייל מיר פיטערן אריין אין איהם.
אייגענארטיג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 359
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך אייגענארטיג »

דער דארפסמאן האט געשריבן:מיין ארימע מיינונג איז אז טאקע אז מען דארף האבן הכרת הטוב פאר טראמפ פאר אלעס וואס ער האט געטון אבער מען טאר זיך נאך אלס נישט אנרעדן אז מיטן האבן טראמפ גייט ער קענען משלח זיין קאומא אין דיבלאזיא סא די אנדרייען ראליס כאולי די האסט קיינמאל געדארפט צוקומען צי זיי און די גייסט קיינמאל נישט דארפען ציקומען צי זיי איז א בת היענה אלערט!


לענ"ד טאר מען נישט שפייען און פנים פאר קאמא פשוט ווייל ער איז אן איטאליענער און א גרויסע נוקם ונוטר און עס גרעניצט זיך מיט פיקוח נפש.

אבער אז און אמעריקע זאל איינער מורא האבן צו זאגן א מיינונג אנטקעגען א פאליטיקעל קעגנער האב מיר דאך געקענט בלייבן און רוסיע פאר דעם...

איבער טראמפ און הכרת הטוב- די פאקט איז אז ער גלייכט אידן (אדער ווי זיינע שונאים זאגן ער האט נישט פיינט אידן) און ליידער צרכי עמך ישראל מרובים און ער קען נאך ארויסנעמען אסאך אידן פון די ביטערע תפיסות אבער מיט א בליק אויף להבא; טראמפ וועט זיך נישט בייגן פאר AOC וכת שלה ווען ביידען בייגט זיך שוין יעצט פאר די עקסטרעם לינקע. מילא איך האלט אז מען דארף וואטן פאר טראמפען...
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: דארף מען וואוטן פאר טראמפ אלס הכרת הטוב

שליחה דורך פאליטיקאנט »

לגבי הכרת הטוב מיין איך אז טראמפ איז יא געווען גוט צו אונז אידן, און דערפאר דארף מען אפשר וואוטן פאר עם, צו ווייזן אז מיר אידן שטימען פאר ווער עס דינט אונזערע אינטערעסן.

אבער חוץ פון הכרת הטוב אויפ'ן עבר, איז פראקטיש צו שטימען פאר עם פאר די עתיד,
דהיינו פאליטיק אין א זייט געלייגט, איז טראמפ מער געוואגט (אדער משוגע) און ער וועט גרינגער טוען זאכן לטובתינו. למשל באגנאדיגן אידן פון תפיסה, - א געווענליכע פרעזידענט זארגט זיך שטארק פאר זיין 'אימעדזש' און גיבט נישט אזוי שנעל א פארדאן אפי' אין זיינע לעצטע וואכן, משא"כ ביי טראמפ טראגט נישט זיין פערזענליכן אימעדזש צופיל געוויכט..... (און לאמיר נישט פארגעסן אז אסאך היימישע עסקנים - א שטייגער ווי ר' משה מארגארעטן - האבן גאנץ נאנטע באציאונגען מיט עם, וואס דאס גייט זיכער צוגעבן).
פארשפארט