אַמעריקאַנער ווירדן זײנען ניט מײנע ווירדן!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
דוראק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

אַמעריקאַנער ווירדן זײנען ניט מײנע ווירדן!

שליחה דורך דוראק »

[justify]אַז עס דערנענטערן זיך די וואַלן, הער איך אַלץ מערער און מערער מאָדנע זאַכן פון אידן וואָס זײנען בכללות ערליכע, און דאָס טוט שטאַרק וויי. מ'רעדט ווי די אַמעריקאַנער האָבן אויפגעשטעלט דעם קליגסטן סיסטעם אויף דער וועלט, ווי די דעמאָקראַטן ווילן צושטערן אונזער הייליקע קאָנסטיטוציע, ווי „פרײהײט” איז דאָס וויכטיקסטע אויף דער וועלט וכו' וכו' וכו'. דאָס איז אַ מיאוסע זאַך, צי איר שטימט פאַר די דעמאָקראַטן אָדער פאַר די רעפּובליקאַנער, דאַרפן מיר געדענקען ווער מיר זײנען און וואָס איז באַ אונז וויכטיק!

מײן קאָנסטיטוציע איז די הייליקע תורה. „עמענדמענטס” זײנען די גזירות ותקנות המתחדשות בכל דור. די אַמעריקאַנער קאָנסטיטוציע איז אפשר אַ שיינער דאָקומענט, אָבער ניט זי גיט אונז אונזער מענטשליכקײט און ניט דורך צוטרעטן איר ווערט אונזער מענשטליכקײט צוטראָטן. אַײ קומט צו גיין איינער און טענהט אַז די קאָנסטיטוציע איז באַזירט אויף „דזשודעאָ־קריסטשן וועליוז”? ענטפער איך עם אַז „דזשודעאָ־קריסטשן” איז אַ סתירה מיניה־וביה, און ס'איז אַ מיאוסער וואָרט. מיר האָבן גאָרניט בשותפות מיט די קריסטן. אויב שוין, זײנען די מוסולמענער אַ סך נענטער צו אונזערע ווירדן, אָבער איך וויל ח״ו ניט צוגלײכן די הייליקע תורה צו אַ רעליגיע בידי אדם.

מײנע „פאַונדינג פאַדערס” זײנען אברהם יצחק ויעקב. די סטאַטועס אויף מאַונט ראָשמאָר האָב איך אין דער לינקער פּיאַטע. צי איינער שטייט אָדער פאַלט כורעים בשעת מ'זינגט עפּעס אַ גויאישע לידל הויבט מיר ניט אָן צו אַרן. ווען די „קריסטליכע ווירדן” פון אַמעריקע זאָלן אפילו אונטערגיין, וועל איך קיין קריעה ניט רײסן. צי איך מאָג יע צי מאָג ניט – קיין ביקס וועל איך ניט קויפן. וויפל ריכטער דאַרפן זיצן אויפן העכסטן געריכט? זיבעציק איין.

איך וויל לעבן אין אַ טעאָקראַטיע, וואו די גאַנצע וועלט וועט דינען נאָר דעם אויבערשטן אַליין. די איינציקע „פרײהײט” וואָס איז מיר וויכטיק, איז די פרײהײט אַז איך זאָל קאָנען לעבן און דערציען מײנע קינדער אין דעם אויבערשטנס וועגן – אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה.

אוודאי איז אונז גוט דאָ אין אַמעריקע, און כאָטש אַז „חמרא למרא” – דעם אויבערשטן – מוזן מיר האָבן אויכעט אַ הכרת הטוב צו דעם „שקיא” – אַמעריקע. אָבער מיר מוזן געדענקען אַז אין תוך זײנען מיר ניט אַמעריקאַנער נאָר אידן. מיר טאָרן ח״ו ניט עובר זײן אויף דעם ציווי פון אונזער קאָנסטיטוציע „לא יהיה לך א־להים אחרים” ח״ו!

און צום סוף ציטיר איך פון דער הקדמה צו ר' יעקב עמדין'ס סידור (סולם בית א־ל, חווק ג'):

כמדומה לנו בהיותנו בשלוה בחוץ לארץ שכבר מצאנו ארץ ישראל וירושלים אחרת דוגמתה. על כן באו עלינו כל הרעות בשבת ישראל בארץ שפניא וארצות אחרות בשלוה בכבוד גדול מימי החורבן זמן רב קרוב לאלפיים שנה מזמן חורבן בית ראשון. ושוב נתגרשו ממנה עד שלא נשאר שם ושארית לישראל בארץ ההיא. צדיק הוא ה' כי יצא מדעתם לגמרי ענין גלותם. והתערבו בגויים וילמדו מעשיהם ויעשו נאצות. ויתערבו זרע הקודש בעמי הארצות.
[/justify]
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: אַמעריקאַנער ווירדן זײנען ניט מײנע ווירדן!

שליחה דורך החוקר »

ישר כח הרב @דוראק!

אוי ווי איך וואונטש זיך אז מער אידן זאלן געדענקן ווער מיר זענען, ווי מיר זענען. דאס אז אידן שפירן אז גלות איז גאר אונזער היימלאנד זעט מען נאר אין אמעריקא.

ב"ה אז מען לאזט אונז דא וואוינען בשלום ובשלווה, אבער הלואי וואלטן מיר נישט אזוי פארכאפט געווארן.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

אינטערעסאנט, די אלע לינקע דא מיינען גאר דער באשעפער'ס רצון. קיינמאל נישט באמערקט.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: אַמעריקאַנער ווירדן זײנען ניט מײנע ווירדן!

שליחה דורך פאליטיקאנט »

דברים כדרבונות.

אבער מיר דארפן יא ארויסווייזן הכרות הטוב פאר די מלכות של חסד וואס לאזט אונז לעבן אומגעשטערט (עכ"פ ביז ממש לעצטנס), און מתפלל זיין לשלומה של מלכות.

אונז דארפן אפשר זיך טאקע ניט צוטון מאכן אויב איינער פארשוועכט די נאציאנאלע הימנע, אבער 'מיר טארן עס נישט פארשוועכן'....
דוראק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

שליחה דורך דוראק »

קורקלענד האט געשריבן:אינטערעסאנט, די אלע לינקע דא מיינען גאר דער באשעפער'ס רצון. קיינמאל נישט באמערקט.

איר פאַרפּאַסט די גאַנצע נקודה!

יע, איך וועל ניט אָפּלייקענען, דעם געלן עגל קאָן איך ניט פאַרלײדן. אָבער די טענצערײ אַרום דעם עגל, דאָס איז אַ טויזנט מאָל ערגער! אין די הייליקע ספרים שטייט, אַ די זינד פון אידן אין המן'ס צײטן איז געוועזן דאָס וואָס „נהנו מסעודתו של אותו רשע” – ניט זיי האָבן געגעסן ח״ו קיינע טרייפענע מאכלים, נאָר זיי האָבן הנאה געהאַט דערפון וואָס זיי זײנען אויכעט אַ חלק פון דעם נאַציאָנאַלעם פּאָליטיק. האָט זיי דער אויבערשטער געזאָגט: „זײט איר אַ חלק פון דעם פּאָליטיק, טאָ גיט זיך אַן עצה אַליין מיט המן'ען”...

איר מוזסט פאַרשטיין, אונזער ג־ט איז אַ סך עלטער פאַר בײדען'ען און פאַר טראַמפּן אין איינעם. ווער עס וועט פאַרשפּילן אָדער געווינען די וואַלן – וועט אונזער ג־ט נאָך ווײטער לעבן!

דער עיקר איז – מ'טאָר ניט דינען קיין עגל, ניט דעם געלן עגל און ניט דעם פאַרקאַלאַכטן עגל. אָבער דער עיקר – ניט דעם אַמעריקאַנעם עגל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אמריקאנע ווירדן טיילן 1 2 3 און 4
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
דוראק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

שליחה דורך דוראק »

/
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

פארשפארט