פריידי רייז אין קאמף מיט אמעריקע אפצושטעלן underage marriage
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
פריידי רייז אין קאמף מיט אמעריקע אפצושטעלן underage marriage
איך שפיר נאך די טשילס נאכן קוקן די הערליכע אבער פיינפולע דאקומענטרי I Was a Child Bride: The Untold Story ס'רעדט זיך פון יונגע מיידלעך וואס זענען [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אביוזט געווארן און זענען נאכדעם געצווינגען געווארן צו הייראטן זייער אביוזער וואס האט זיי פארשוואנגערט. ס'קומט צו וויינען, איך האב אלס געוויסט אז געוויסע סטעיטס ערלויבן מיינערס חתונה צו האבן, לב טהור פלעגט דאך שיקן אויף מיזורי צו קענען באקומען מערידזש לייסענס ביי די פערצן יאר פאר א תקופה, אבער אז ס'איז נישט פארהאן קיין שום מינימום עידזש אין טייל סטעיטס האב איך נישט געוויסט, ס'ווערט נאך ערגער, ס'איז א ביטערע געלעכטער צו טראכטן אז אין 2020 איז נאך לעגאל פאר עלטערן צו חתמ'נען זייער קינד'ס 14 יעריגע מערידזש לייסענס און דאס אומשולדיג קינד האט נישט קיין שום ווארט דערביי. ווי לעב מיר אונז אפריקע? און עבאורשען מאן דכר שמיה? דאס איז רציחה, אבער רעיפן א 9 יעריג קינד און נאכדעם איר צווינגען צו ווערן מיטאמאל א כלה און א מאמע מיט די לעצטע מענטש וואס זי וואלט אין ווילדסטן חלום געוואוינט! אויב איז זי נאכנישט גענוג געדעמעדשזט וועט Motherhood איר נאכמער קראנק מאכן און וועט נישט זיין קיין טובה פאר קיינעם, דאס איז נישט קיין רציחה...
אין א פארזוך אפצושטעלן די גרויזאמע טשיילד מערידזש אביוז האט פריידי רייז אן עקס חסידישע פרוי פון ברוקלין געעפנט Unchained at Last אן ארגענעזאציע געגרינדעט צו געבן שוץ פאר די יונגע פרויען וואס זוכן פטור צו ווערן פון forced marriage און ווי אויך צו לאביאיען און אויפפאדערן פון די סטעיטס צו העכערן די מינימאלע עידזש וואס מ'קען לעגאל ווערן פארהייראט צו לכל הפחות 18 יאר אלט.
ס'איז כדאי צו הערן פון א געליטענעם אויף די אייגענע הויט וואס האט איר געשטופט צו עפענען דעם ארגענעזאציע דא איז פריידי'ס טעד טאלק און איך בעט מ'זאל אוועקלייגן די אויטידי העיט פאר אייניגע מינוט, ווייל דא ליגט עפעס פיל טיפער ווי ווייטאג אויף איין געוויסע קאמיוניטי אדער חסידות. דאס איז א לעגאלע לאך וואס מאכט אן חורבנות פיזיש און גייסטיש יעדן טאג!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום סאנטיאגא, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
עס הערט זיך גוט אבער למעשה גייט נישט אן פאר רעליגיעזע גרופעס איבער די laws פונעם לאנד.
מען וועט נאך אלץ חתונה מאכן קינדער נאר נישט פיילן א לייסענס ביז 18.
עס דארף מיט קומען מיט א שטראף. מען זאל קענען קלאגן די עלטערן אין געריכט ביז יארן שפעטער, אבער דאס קען זיין שווער אויף צו ווייזן.
מען וועט נאך אלץ חתונה מאכן קינדער נאר נישט פיילן א לייסענס ביז 18.
עס דארף מיט קומען מיט א שטראף. מען זאל קענען קלאגן די עלטערן אין געריכט ביז יארן שפעטער, אבער דאס קען זיין שווער אויף צו ווייזן.
.I got voices in my head.
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: פריידי רייז אין קאמף מיט אמעריקע אפצושטעלן underage marr
די סיבה פארוואס עס איז (נאך) נישטא קיין געזעצן איז די זעלבע סיבה פארוואס עס איז נישטא קיין געזעץ אז "מ'מעג נישט אויסגיסן אראנדזש דשוס אויף א צווייטנס קאפ אן רשות". יעדע בער דעת פארשטייט דאס אליין וכל מילתא דלא שכיחא לא גזרו ביה רבנן....
אבער יא ליידער דארף מען טאקע יא איינפירן געזעצן, און נישט נאר צו באשיצן אינטער אכצן....
[געהאט א חבר וועלכע זיין טאטע האט עם אויפגעפיקט פון ישיבה און דריי שעה שפעטער איז ער דערקלערט געווארן חתן! צוריקקומענדיג אין ישיבה, האט ער געוויינט צו מיר (יא מיט טרערן און געכליפעצט) אז ער האט גארנישט געוויסט פארדעם און ער וויל באמת נישט די שידוך!!!! איך האב נישט געקענט שלאפן די קומענדיגע פאר נעכט.... - איך ווייס געזעץ קען נישט אפהאלטן אזא מיאוסע מנהג, ס'האט מיר פשוט אנגעכאפט א בערלבעלעגלה ווייב צו דערציילן פערזענליכע ערפארונגען]
אבער יא ליידער דארף מען טאקע יא איינפירן געזעצן, און נישט נאר צו באשיצן אינטער אכצן....
[געהאט א חבר וועלכע זיין טאטע האט עם אויפגעפיקט פון ישיבה און דריי שעה שפעטער איז ער דערקלערט געווארן חתן! צוריקקומענדיג אין ישיבה, האט ער געוויינט צו מיר (יא מיט טרערן און געכליפעצט) אז ער האט גארנישט געוויסט פארדעם און ער וויל באמת נישט די שידוך!!!! איך האב נישט געקענט שלאפן די קומענדיגע פאר נעכט.... - איך ווייס געזעץ קען נישט אפהאלטן אזא מיאוסע מנהג, ס'האט מיר פשוט אנגעכאפט א בערלבעלעגלה ווייב צו דערציילן פערזענליכע ערפארונגען]
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
ריכטיג אבער כאטש זאל זיין א מינימום, אז ס'וועט זיין א מינימום וועט מען זיך אפשר נישט אזוי יאגן חתונה צו מאכן יונג, די רעליגעזע לאכן שוין גארנישט פון דעם פאפיר זיי ווילן זיין חתונה געהאט אויף די ביכער.
און נאך א רשעות וואס איז יעצט דא, נישט נאר וואס מ'צווינגט אריין יונג, ס'איז נישט דא קיין וועג ארויס ביז די אכצן! דאס מיינט אז אויב א מיידל איז חתונה געהאט ביי די 15 קען זי זיך הענגען אויף א צוקער שטריק פאר נאך 5 יאר ביז זי ווערט א ליגעל אדאולט צו קענען פיילן פאר דיווארס... וויאזוי ארבעט דעס?! ס'איז נאר דא א one way ticket הייסט? דאס איז נישט קיין קיין מערידזש דאס דארף הייסן א ליעס. היפאקריטן...
און נאך א רשעות וואס איז יעצט דא, נישט נאר וואס מ'צווינגט אריין יונג, ס'איז נישט דא קיין וועג ארויס ביז די אכצן! דאס מיינט אז אויב א מיידל איז חתונה געהאט ביי די 15 קען זי זיך הענגען אויף א צוקער שטריק פאר נאך 5 יאר ביז זי ווערט א ליגעל אדאולט צו קענען פיילן פאר דיווארס... וויאזוי ארבעט דעס?! ס'איז נאר דא א one way ticket הייסט? דאס איז נישט קיין קיין מערידזש דאס דארף הייסן א ליעס. היפאקריטן...
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: פריידי רייז אין קאמף מיט אמעריקע אפצושטעלן underage marr
זעט זיך אויס זיי לויפן מיט די בריסקער שיטה לגבי גיטין.
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
פאליטיקאנט האט געשריבן:
[געהאט א חבר וועלכע זיין טאטע האט עם אויפגעפיקט פון ישיבה און דריי שעה שפעטער איז ער דערקלערט געווארן חתן! צוריקקומענדיג אין ישיבה, האט ער געוויינט צו מיר (יא מיט טרערן און געכליפעצט) אז ער האט גארנישט געוויסט פארדעם און ער וויל באמת נישט די שידוך!!!! איך האב נישט געקענט שלאפן די קומענדיגע פאר נעכט.... - איך ווייס געזעץ קען נישט אפהאלטן אזא מיאוסע מנהג, ס'האט מיר פשוט אנגעכאפט א בערלבעלעגלה ווייב צו דערציילן פערזענליכע ערפארונגען]
און איך קען א מעשה ווי מען האט מודיעה געווען א בחור 3 שעה פארן בעשוי, און די מיידל זיצט און ווארט נאך אלץ...
נישט נאר האבן זיינע עלטערן אים נישט מודיעה געווען, זיי האבן נישט געמאלדן דעם שדכן אז ער קומט נישט אן...
.I got voices in my head.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
זינט די אינטערוויא האבן נאך צוויי סטעיטס פארבאטן child marriage פענסילוועניע און מינעסאוטע האבן ממש לעצטנס אינמיטן קאראונע געטוישט די געזעץ אין די זעלבע וואך! און marriage אונטער 18 איז געווארן איליגעל. צוביסלעך צוביסלעך וועקט מען זיך אויף...
https://youtu.be/10omG_-QkRo
https://youtu.be/10omG_-QkRo
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
פאליטיקאנט האט געשריבן:די סיבה פארוואס עס איז (נאך) נישטא קיין געזעצן איז די זעלבע סיבה פארוואס עס איז נישטא קיין געזעץ אז "מ'מעג נישט אויסגיסן אראנדזש דשוס אויף א צווייטנס קאפ אן רשות". יעדע בער דעת פארשטייט דאס אליין וכל מילתא דלא שכיחא לא גזרו ביה רבנן....
אבער יא ליידער דארף מען טאקע יא איינפירן געזעצן, און נישט נאר צו באשיצן אינטער אכצן....
אין א לאנד מיט אזויפיל קוריאזע געזעצן איז מיר א וואונדער אז ס'איז נאך קיינעם דאס נישט איינגעפאלן צ.ב.ש.
אין אלאסקא טאר מען נישט שיכור ווערן אין א באר און זיך אויפהאלטן דארט
אין דזשארדזשיע איז נישט ערלויבט צו נוצן סיי וועלכע געצייג פאר פרייד טשיקן נאר די פינגערס
אין מערילענד איז אנטקעגן געזעץ צו שעלטן ביים דרייוון
אין אלאבאמא איז אומלעגאל צו דרייוון מיט פארבינדענע אויגן
אין פלארידא מעג מען נישט פארקויפן די אייגענע קינדער
אין איידעהא איז פארבאטן צו עסן א צווייטע מענטש
אין ניו דזשערסי טאר מען נישט הארגענען איינעם און טראגן א בולעטפרוף וועסטל
אז מ'רעדט שוין איך האב אסאך קשיות:
איך וויל שוין לאנג וויסן, וויאזוי גייט צו דאס אויפקומען מיטן געזעץ? ווער שרייבט דאס? וויאזוי רעאגירט יעדער ארום אין קאנגרעס ווען איינער קומט אויף מיט א מאדנע געזעץ? און most importantly ווער אין די וועלט איז די בוכהאלטער פון געזעץ? ס'נעמט א דור מיט א מיטוואך צו אפדעיטן די געזעצן אין א וועלט פון טעכנעלאגיע פארוואס קען מען נישט אויסמעקן אלטע נארישע געזעצן פונעם דאטא בעיס???
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
ישעיה האט געשריבן:אינטערסאנט, אויף די טיווי סיריס "דעזיגנעיטעד סארווייווער" טוט זיך, אין איינע פון די עפיזאדן, א דין ודברים איבער די טעמע און עס ווערט דערמאנט די אולטרא ארטאדאקס אידן...
Nice
געדענקסט וועלכע? אדער א נאמען פון די עפיסאוד?
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 322
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
- האט שוין געלייקט: 53 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל
סאנטיאגא האט געשריבן:זינט די אינטערוויא האבן נאך צוויי סטעיטס פארבאטן child marriage פענסילוועניע און מינעסאוטע האבן ממש לעצטנס אינמיטן קאראונע געטוישט די געזעץ אין די זעלבע וואך! און marriage אונטער 18 איז געווארן איליגעל. צוביסלעך צוביסלעך וועקט מען זיך אויף...
https://youtu.be/10omG_-QkRo
לאס וועגאס פלאנט זיך אויפציוועקן אמאל ?
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 20, 2015 2:02 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
פאליטיקאנט האט געשריבן:
[געהאט א חבר וועלכע זיין טאטע האט עם אויפגעפיקט פון ישיבה און דריי שעה שפעטער איז ער דערקלערט געווארן חתן! צוריקקומענדיג אין ישיבה, האט ער געוויינט צו מיר (יא מיט טרערן און געכליפעצט) אז ער האט גארנישט געוויסט פארדעם און ער וויל באמת נישט די שידוך!!!! איך האב נישט געקענט שלאפן די קומענדיגע פאר נעכט.... - איך ווייס געזעץ קען נישט אפהאלטן אזא מיאוסע מנהג, ס'האט מיר פשוט אנגעכאפט א בערלבעלעגלה ווייב צו דערציילן פערזענליכע ערפארונגען]
וואס טוט ער היינט צו טאגס?
נישט ממש אז ס'מאכט אויס צום מאראלישן זייט פונעם דעבאטע. אבער דאך א שטיקל מקום עיון איבערן פראקטישן זייט.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
און וואס טוען די אלע אידן וואס כמעלניצקי האט אויסגעהארגעט? און וואס טוען די מענטשן וואס מ'האט זיי ליידער געדארפט אמפוטירן א פוס רח"ל? מ'געוואוינט זיך צו, מ'ווישט זיך אפ די נאז, און מ'גייט ווייטער אן מיט'ן לעבן. מילא איז וואס, איך קען דיר יעצט קומען אפשניידן דיין פוס מיט'ן חשבון אז דו וועסט שפעטער שלום מאכן מיט'ן מצב?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
עזרא האט געשריבן:פאליטיקאנט האט געשריבן:
[געהאט א חבר וועלכע זיין טאטע האט עם אויפגעפיקט פון ישיבה און דריי שעה שפעטער איז ער דערקלערט געווארן חתן! צוריקקומענדיג אין ישיבה, האט ער געוויינט צו מיר (יא מיט טרערן און געכליפעצט) אז ער האט גארנישט געוויסט פארדעם און ער וויל באמת נישט די שידוך!!!! איך האב נישט געקענט שלאפן די קומענדיגע פאר נעכט.... - איך ווייס געזעץ קען נישט אפהאלטן אזא מיאוסע מנהג, ס'האט מיר פשוט אנגעכאפט א בערלבעלעגלה ווייב צו דערציילן פערזענליכע ערפארונגען]
וואס טוט ער היינט צו טאגס?
נישט ממש אז ס'מאכט אויס צום מאראלישן זייט פונעם דעבאטע. אבער דאך א שטיקל מקום עיון איבערן פראקטישן זייט.
אזויווי די רביזיכוינעבראכע האט ארויסגעברענגט זע איך נישט ווי עס איז דא א "פראקטישע זייט".
יענער האט למעשה חתונה געהאט און האט שוין קינדער, איך האב עם קיינמאל געפרעגט איבער זיין מצב.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
מה בכך האט געשריבן:סאנטיאגא האט געשריבן:זינט די אינטערוויא האבן נאך צוויי סטעיטס פארבאטן child marriage פענסילוועניע און מינעסאוטע האבן ממש לעצטנס אינמיטן קאראונע געטוישט די געזעץ אין די זעלבע וואך! און marriage אונטער 18 איז געווארן איליגעל. צוביסלעך צוביסלעך וועקט מען זיך אויף...
https://youtu.be/10omG_-QkRo
לאס וועגאס פלאנט זיך אויפציוועקן אמאל ?
דאס איז א סטעיט?
ווי קומט וועגאס דא אריין?
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:און וואס טוען די אלע אידן וואס כמעלניצקי האט אויסגעהארגעט? און וואס טוען די מענטשן וואס מ'האט זיי ליידער געדארפט אמפוטירן א פוס רח"ל? מ'געוואוינט זיך צו, מ'ווישט זיך אפ די נאז, און מ'גייט ווייטער אן מיט'ן לעבן. מילא איז וואס, איך קען דיר יעצט קומען אפשניידן דיין פוס מיט'ן חשבון אז דו וועסט שפעטער שלום מאכן מיט'ן מצב?
ווייסט וואס מיינט זיין חתונה געהאט ווען מ'איז נאך נישט הומענלי גרייט פאר דעם? קומענדיג שוין פון א שווערע עבר, ווערן אביוזט? און נאך ווערן באשולדיגט דערפאר? נישט האבן קיין סופארט סיסטעם וואס זאל שענקען אביסל סימפאטיע? זיין אויסגעשטעלט צו לעבן אין ארעמקייט, און דאמעסטיק אביוז וואס איז מער שכיח ביי יונגע פארפעלקער, נאך הונדערט שעה טעראפי ווערט דאס נישט פארהיילט... ס'ווישט זיך נישט אלס אזוי אפ, איך בין זיכער ער האט נישט געלעקט קיין האניג.. אונזער דור ספראוועט זיך נאך יעצט מיט א חורבן וואס איז געשעהן באלד 80 יאר צוריק...
אוודאי זענען דא קעיסעס וואס האבן חתונה געהאט יונגער און האבן א גליקליך לעבן, אדער גליקליכער ווי ביז יעצט... אבער דאס איז נישט קיין תירוץ אריינצוצווינגען א קינד, און עלטערן זאלן האבן די רעכט איבערן קינד לעגאל??? ווי איז דאס געהערט געווארן...
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 20, 2015 2:02 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:און וואס טוען די אלע אידן וואס כמעלניצקי האט אויסגעהארגעט? און וואס טוען די מענטשן וואס מ'האט זיי ליידער געדארפט אמפוטירן א פוס רח"ל? מ'געוואוינט זיך צו, מ'ווישט זיך אפ די נאז, און מ'גייט ווייטער אן מיט'ן לעבן. מילא איז וואס, איך קען דיר יעצט קומען אפשניידן דיין פוס מיט'ן חשבון אז דו וועסט שפעטער שלום מאכן מיט'ן מצב?
אין הכי נמי, דאס איז איין מעגליכע זייט פון די מטבע. איך פרעג נאר אויב דער יונגערמאן היינט, קוקענדיג אויף צוריק באטראכט ער עס ווי אן חסרון אבר מיט אן אפגעווישטע נאז. אדער ער פארשטייט אז (לפי המצב) האבן זיינע עלטערן פשוט געהאנדלט מיט וואס איז געווען שייך.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 20, 2015 2:02 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
סאנטיאגא האט געשריבן:ווייסט וואס מיינט זיין חתונה געהאט ווען מ'איז נאך נישט הומענלי גרייט פאר דעם? קומענדיג שוין פון א שווערע עבר, ווערן אביוזט? און נאך ווערן באשולדיגט דערפאר? נישט האבן קיין סופארט סיסטעם וואס זאל שענקען אביסל סימפאטיע? זיין אויסגעשטעלט צו לעבן אין ארעמקייט, און דאמעסטיק אביוז וואס איז מער שכיח ביי יונגע פארפעלקער, נאך הונדערט שעה טעראפי ווערט דאס נישט פארהיילט... ס'ווישט זיך נישט אלס אזוי אפ, איך בין זיכער ער האט נישט געלעקט קיין האניג.. אונזער דור ספראוועט זיך נאך יעצט מיט א חורבן וואס איז געשעהן באלד 80 יאר צוריק...
אוודאי זענען דא קעיסעס וואס האבן חתונה געהאט יונגער און האבן א גליקליך לעבן, אדער גליקליכער ווי ביז יעצט... אבער דאס איז נישט קיין תירוץ אריינצוצווינגען א קינד, און עלטערן זאלן האבן די רעכט איבערן קינד לעגאל??? ווי איז דאס געהערט געווארן...
אויב רעדסטו פון וואס איז גערעכט ideally איז נישט קיין ספק אז לויט ווי מיר פארשטיין מאראל מיט עטיקס אין די היינטיגע מערב וועלט קענען קינדער נישט זיין די אייגענטום פון די עלטערן זאל עס זיין מיט די בעסטע כוונות וואס עס זאל זיין. מען רעדט דאך אבער פון מציאות, מ'קען נאר מאכן א טשולענט מיט די אינגרידיענס וואס מען האט. אין די ציווילעזאציע וואס אונזער ציבור לעבט און וואקסט איז אין פאקט (נאך) בכלל נישט דא קיין פלאץ פאר אייגענע שידוכים. יעצט פונקטליך וואס וויל מען, אן אויפגעקלערטע טאטע זאל זאגן זיין אכטצן יעריגע הלכות שבת בחור אדער ניינצען יעהריגע בנות ציון טאכטער איך זוך נישט קיינע זיווגים פאר דיר. גיי דיר אליינס ארויס יום כיפור ביינאכט טאנצען אין די וויינגערטנער א בחור שא נא עינך טאנץ און נעם דיר וואס דיין גאלדן הארץ באגערט? דאס פארשטייט יעדער אז אזא טאטע טוט סאך מער שאדן פאר זיין קינד ווי סיי וועלעכע אומגעלונגענע שידוך עלטערן האבן נאר אמאל אדורכ-געפאלן מיט.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
ווער האט גערעדט פון וויינגערטנער? מ'האט גערעדט פון נישט אריינצווינגען א מענטש מיט א מיידל וואס ער וויל נישט, און ס'דא גענוג חסידישע עלטערן וואס טוען נישט אזעלכע זאכן, און דאס איז אן שיקן די קינדער טאנצן אין וויינגערטנער.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
עזרא האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:און וואס טוען די אלע אידן וואס כמעלניצקי האט אויסגעהארגעט? און וואס טוען די מענטשן וואס מ'האט זיי ליידער געדארפט אמפוטירן א פוס רח"ל? מ'געוואוינט זיך צו, מ'ווישט זיך אפ די נאז, און מ'גייט ווייטער אן מיט'ן לעבן. מילא איז וואס, איך קען דיר יעצט קומען אפשניידן דיין פוס מיט'ן חשבון אז דו וועסט שפעטער שלום מאכן מיט'ן מצב?
אין הכי נמי, דאס איז איין מעגליכע זייט פון די מטבע. איך פרעג נאר אויב דער יונגערמאן היינט, קוקענדיג אויף צוריק באטראכט ער עס ווי אן חסרון אבר מיט אן אפגעווישטע נאז. אדער ער פארשטייט אז (לפי המצב) האבן זיינע עלטערן פשוט געהאנדלט מיט וואס איז געווען שייך.
אה, דאס ווערט שוין זייער קאמפליצירט... ווייל ליידער ביי פילע קינדער הייראט פעלער איז דאס גאנצע (אדער א שטארקע פאקטאר פון) פריצײטיגע חתונה האבן אן escape פון די ביז יעצטיגע מיטמאכעניש, אזוי ווי ביי אונז אסאך ישיבה בחורים ווערן משוגע פון ליידיגיין און ווילן אנטלויפן פון דארט... קען איינער קומען זאגן; העי, קוק פאזיטיוו! ווען נישט דעם וואלט דאך יענער געליטן נאך אפאר יאר, במילא אין רעטראספעקט איז עס גאר געווען א טובה... די תירוץ אויף דעם איז אוודאי א גראבער ניין, ווי געשריבן, גארנישט בארעכטיגט דאס אריינצווינגען, שטופן, אונטעריאגן, בלעיקמעילן, קארנערן, אדער אפילו מוטשענען א קינד פאר זי/ער איז גרייט.
אז מ'האט פראבלעמען דארף מען גיין פאר הילף, אז מ'פאסט נישט אריין אין קיין מסגרת זאל מען נעמען א דזשאב, חתונה האבן איז בכלל נישט קיין אויסוועג!
איך פארשטיי אז מיין קאלעגע רביה"ק איז נישט מחלק מיט מיר לגבי די cause עוקר צו זיין דעם עקלהאפטיגן רעליגיעזע מנהג, איך האב נאר געמיינט מדגיש צו זיין אז אפילו מ'איז א חסיד קען זיין שווערע גייסטישע פראבלעמען אלס א דירעקטע תוצאה פון דעם, אפילו מ'איז נאר איין יאר יונגער! ס'מאכט א ריזיגע חילוק נישטא וואס צו רעדן, און אויף דעם ארויף האב איך געשריבן איך בין נישט אזוי זיכער אז יענער עסט שוין נישט היינט די ביטערע פירות דערפון ווער ווייסט? וויפיל מוטשענען זיך מיט שלום בית פאר יארן אדאנק דעם צובראכענעם 200+ יעריגן ערעינדזשד מערידזש סיסטעם, זאל עלטער גופא גארנישט קאנטריוביטן דערצו???
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
עזרא האט געשריבן:אין די ציווילעזאציע וואס אונזער ציבור לעבט און וואקסט איז אין פאקט (נאך) בכלל נישט דא קיין פלאץ פאר אייגענע שידוכים. יעצט פונקטליך וואס וויל מען, אן אויפגעקלערטע טאטע זאל זאגן זיין אכטצן יעריגע הלכות שבת בחור אדער ניינצען יעהריגע בנות ציון טאכטער איך זוך נישט קיינע זיווגים פאר דיר. גיי דיר אליינס ארויס יום כיפור ביינאכט טאנצען אין די וויינגערטנער א בחור שא נא עינך טאנץ און נעם דיר וואס דיין גאלדן הארץ באגערט? דאס פארשטייט יעדער אז אזא טאטע טוט סאך מער שאדן פאר זיין קינד ווי סיי וועלעכע אומגעלונגענע שידוך עלטערן האבן נאר אמאל אדורכ-געפאלן מיט.
אבי געזונט! איימסארי אזויפיל שטותים... ס'איז דא עטליכע אידישע דעטינג עפס, צענדליגע היימישע בחורים און מיידלעך שיקן רעזומעיס און גייען געהעריג דעיטן ווי נארמאלע מענטשן, ס'איז שוין נישט די נ' יארן, די עולם גייט פיין אין Dave and Busters און צו רופטאפ בארס אין מאנהעטן. פיין נישט חסידיש, רוף עס טונא בייגל (קיינער ווייסט נאך נישט די דעפענישן פון די ווארט, ווייל ס'איז rather א סטיריאטייפ) די מהלכים עקזיסטירן מ'דארף זיך נאר עפענען די אויגן.
אבער נישט דאס איז די נושא דא, איך האב דיך נאר געדארפט פארעכטן אומבאדינגט.
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: פריידי רייז אין קאמף מיט אמעריקע אפצושטעלן underage marr
דער פראבלעם ביים היימישן ציבור איז נישט אנדערעידזש מערידזש, אונטער 18 העכער 18 איז נישט וואס מאכט די זאך, עס האט אויך נישט מיט די געזעצליכע בעלבאטעווען אויף די קינדער ווייל קיינער מאכט נישט חתונה די קינדער מיט פיזישע פארס, עס איז ס"ה אז א בחור האט נישט די שטארקקייט אדער שכל אנצופייפן זיין טאטן, און דער געזעץ קען גארנישט טון וועגן אזעלכע פראבלעמען.