געדאנקן איבער "די געדאנק פראצעס"

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

געדאנקן איבער "די געדאנק פראצעס"

שליחה דורך נהורא נפישא »

שטעלט זיך די פראגע וויאזוי צוטיילט מען געדאנקן צו אירע עלעמענטארע יסודות, צו אירע באשטאנדטיילן ?

דער אמת, די געדאנק קען ווערן באטראכט פון צוויי דימענציעס וואס שפיגלט אפ איינס דעם אנדערען, צום ערשט די ניורולאגישע אקטיוויטעטן, און דאן דער פסיכישער אויסטייטש, ס'איז לייכטער אויסצושמועסן די טעמע פונעם פסיכישן שטאנדפונקט, ווייל מיט איר זענען מיר מער באקאנט פון ערפארונג.

ראשית איז וויכטיג צובאמערקן, אז די געדאנק איז פאראיבער עוועלוציונערישע אנטוויקלונגן, סיי לגבי דער כלליות מין האנושי האט זיך אנטוויקלט די געדאנק אויף א אופן אז זי זאל זיין נוצליך פאר סאציאלע בונדן ולמען קיום המין, ווי אויך גייט יעדער פערזענליך פאראיבער אנטוויקלונגן פון מער פרימיטיווע קינדישע געדאנקן צו מער אנטוויקעלטע באלאנסירטע געדאנקן.

פארשטייט זיך אז די יסודות'דיג'סטע געדאנק וואס ווערט געבוירן מיט אינז זייענדיג א ירושה פונעם כלליות המין, איז דער ווילן צו לעבן און זיך צו באשיצן פון לעבנס דראאונגען, פארשטייט זיך אז דראאונגען מיינט מען וואס די געדאנק פאסט אויף אין אירע פרימיטיווע פארמען אלס דראאונגען, און פון דאנעט שטאמט ארויס די אלע סארט עמאציעס וואס זיי זענען אנטוויקלט און איינגעווארצלט געווארן אין אינז בעת מיר האבן נאך נישט געזאמלט גענוג אינפארמאציע צו זיין מער ראציאנאל, ווייל מיר האבען אידענטיפעצירט די סארט עמאציעס אלס זעלבסט-שוץ צו פארשידענע ערליי דראאונגען.

אלזא, די סארט עמאציעס וואס זענען בעצם זייער וויכטיג פארן קיום המין, ווערן אין אינז אזוי איינגעווארצלט אז אפילו דערנאך וואס מיר שטרעבן צו זיין מער ראציאנאל זענען מיר נישט מסוגל דאס אויסצורייסן, עכ"פ דאס מערסטע פון זיי, דאס מערסטע וואס מיר זענען מסוגל איז דאס צו באלאנסירן מיט א מער ראציאנאליסטישע צוגאנג.

אלזא, די ווילן צום לעבן און זיך באשיצן פון דראאונגען זענען די סיבה ראשונה און אינזער מאטיוו, צו עקספלארן דאס ארום, וואס ווערט שפעטער פארוואנדעלט און אסאציאירט מיט דאס ווילן פאר זעלבסט-ווירדע וואס ברענגט אינז צו קאנקורירן יעדער איינער צו זיין ציל וואס ער שטעלט פאר זיך אוועק אינעם אינטערבאוואוסטזיין.
(מיט האפענונג ממשיך צו זיין)
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

לאמיר זיך יעצט באציען צו די אפשטאם פונעם געדאנק.

ווי ערווענט פריער, ירשנ'ן מיר פונעם כלליות המין איינגעבוירענע געדאנקן, אן אינסטינקטיווער ביהעיוויער איז פראגראמירט מיטן געבורט פונעם מענטש פארן צוועק זיך צו באשוצן פון לעבנס דראאונגען אויסצופילן די ווילן פון לעבן און איבערלעבן.
און ווי ערווענט, ווערן עמאציעס אנטוויקעלט און איינגעווארצלט פארן צוועק אויסצופילן אינזער פסיכישער פארלאנג זיך צו באשוצן פון די דראאונגען.

יעצט, די פשוטסטע וועג צו צונעמן און דערגיין די באשטאנדטיילן פונעם געדאנק איז צו באטראכטן זייער אפשטאם,
באטראכטנדיג זייער אפשטאם דארף מען פונאנדערשיידן פון פארשידענע קאמפאנענטס פונעם געדאנק פראצעס.

לאמיר זיך קודם אפשטעלן אויף די מאטיריאליסטישע קאמפאנענט (פונאנדערגעשיידט פונעם ספיריטיואלע קאמפאנענט וואס צו דעם וועלן מיר זיך באציען אין המשך)

יעצט די מקור פון אינזער מאטיריאליסטישע ערפארונג זענען די חושים (טראדיציאנאל קלאסציפירט אלס פינעף אבער זענען באמת מער) וואס זענען קאנאלן וואס ברענגן דעם מענטש פארשידענע דימענציעס פון די מאטיריאליסטישע וועלט דורך דעם וואס זיי קומען מיט זיי אין קאנטאקט דורך סטימיולאציע.

דא קומט אבער אריין די קאנצעפט פון  perception  וואס מאכן נאך זאכן מער קאמפליצירט.
(מיט האפענונג ממשיך צו זיין)
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

נהורא נפישא האט געשריבן:ווי ערווענט פריער, ירשנ'ן מיר פונעם כלליות המין איינגעבוירענע געדאנקן, אן אינסטינקטיווער ביהעיוויער איז פראגראמירט מיטן געבורט פונעם מענטש פארן צוועק זיך צו באשוצן פון לעבנס דראאונגען אויסצופילן די ווילן פון לעבן און איבערלעבן.

עס איז אנגענומען אז מענטשן (און מאלפעס) האבן אן איינגעבוירנעם פחד פון שלענג, דהיינו אז באלד ביים געבורט, נאך איידער ער קען אויפכאפן אז פייער - למשל - איז א סכנה, האט ער אן אינסטינקטיווער פחד פון שלענג, און ע"פ עוועלוציע איז דאס בירושה פון אונזערע דזשאנגאל-זיידעס, וואס די וואס האבן בטבע געהאט דעם פחד האבן ענדערש איבערגעלעבט און דאס מוריש געווען לדורות הבאים.

לעצטענס האב איך געזעהן אז מער מדויק איז אז מענטשליכע בעיביס און מאלפעס 'דערלערנען' זיך גאר שנעל מורא צו האבן פון שלענג, זיי זענען א כלי ראוי צו דעם פחד, אבער נישט אז די עצם פחד איז איינגעבוירן.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ס'איז לייכטער בכלליות ארומצורעדן פון די קאמפאנענטס און פאקטארן, ווי איידער אריינצוגיין ספיציפיש, ס'איז זייער קאמפליצירט און צו טריקי פעסצושטעלן די ספיציפישע סיבות פאר יעדע פאנאמען.
פארשטייט זיך אז דראאונגען מיינט מען וואס די געדאנק פאסט אויף אין אירע פרימיטיווע פארמען אלס דראאונגען

און וואס איז מיט די אינסטינקט אז וויבאלד א קינד ווערט געבוירן ווייסט ער דעם סוד מניק צו זיין פון די מאמעס בריסטן ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

יעצט לאמיר אויסשמועסן perception

ווען אימער פארשידענע ארגאנען אינעם קערפער ווערן סטימיולירט, דארף נאך דער מח פארטייטשן די עקספיריענס וואס זי איז יעצט פאראיבער.

די מח אסאסציערט אינעם אינטערבאוואוסטזיין  די יעצטיגע סטימיולאציע מיט פריערדיגע עקספיריענסעס צו מאכן סענס פון אט די סטימטולאציע.

צום ביישפיל, די חוש הראייה, ווען ליכט קומט אין בארירונג פון אן אביעקט דאן געוואנדן לויט די כעמישע קאמפאזיציע פונעם אביעקט וועט זי איינזאפן אדער אויסשפייען פארשידענע וואלן פונעם ליכט ספעקטרום, אט די וואלן וואס זענען נישט געאייגנט פארן אביעקט קולט צו זיין וועט אנטלויפן און זיך אנקלאפן צעווישן אנדערע אין אנוועזנדע אויגן וואס איז אן ארגאן וואס ווערט אייגנארטיג סטימיולירט פון אט די ליכט וואלן.

די נאטור פון די סטימיולאציע איז די עקספיריענס פון זען קאלירן ווייל געוואנדן אין די נאטור פון די וואלן (די דיפרענצן אין די לענג פון די וואלן) וועלן זיי סטימיולירן דעם ארגאן אויף פארשידענע אופנים וואס מאכט דעם מענטש עקספיריענסן קאליר.

היות מיר האבן נישט קיין דירעקטע ערפארונגן מיט די כעמישע פראצעס, וואס איז עפעס וואס ווערט דוקא פעסטגעשטעלט אין וויסענשאפטליכע עקספיריעמענטן,  דערפאר נעמען מיר אויף די פענאמן דורך די פריזמע פון אינזער עקספיריענס וואס מאכט אינז באטראכטן קאליר אומאפהענגיג פון איר פיזישע מציאות.

אזוי אויך ביי אט די פאזע פון אויסטייטשן די סטימיולאציע, וואס פארלאנגט זיך אז די מח זאל מאכן פארשידענע רעכענונגן באזירט אויף פריערדיגע ערפארונגן, קען זי לייכט געפאפט ווערן און מאכן נישט ריכטיגע רעכענונגן אויסצוטייטשן די עקספיריענס, ווי צום ביישפיל אין optical illusion
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

אלזא, ביז יעצט האבן מיר אויסגעשמועסט  די אופנים וויאזוי מיר קלייבן אינפארמאציע פון די פיזישע וועלט, מיר האבן באטאנט אז די חושים שטעלן לאו דוקא פאר דער רעאלער מציאות וועגן מערערע סיבות אריינגערעכענט פערסעפשאן, אלוזיעס, אד"ג.

אויך איז שוין דא כדאי צו דערמאנען, אז די מוח קען עקספיריענסן מכח א געוויסע ניוראלאגישע פארקריפלונג, גענוי די זעלבע ערפארונגען ווי זי וואלט ווען סטימיולירט געווארן דורך די דרויסענדיגע פיזישע מציאות, ווען לאמיתו של דבר איז זי אינגאנצן נישט סטימיולירט געווארן דורך איינע פון די חושים, און דאס איז די פענאמען פון אלע גייסטישע מחלות למיניהם.

למעשה איז די איינציגע פערפעקטע מהלך פעסטצושטעלן מער אקוראט די פיזישער מציאות, זיך דערגרינטעווען אין פיזיקס, און מיט לאגיק, מעטאמאטיק, און עקספירימענטן, אנטשיידן די סודות פון די פיזישע מציאות וואס איז פארשטייט זיך א מים שאין להם סוף.

יעצט לאמיר אריבערגיין צו די גייסטישע דימענציע וואס מיר עקספיריענסן ווי אויך די זעלבסט-פאדערונג פאר ווערדן און מאראלן, וואס ברענגט אינז דאס ראציאנאלזירן, שטעלן הנחות, און דאס רעגולירן מיט פיליזאפישע שיטות, און זען פון וואנעט דאס שטאמט.

ווי דערמאנט פריער ווערן אנטוויקלט אינעם אינטערן באוואוסטזיין עמאציעס פארן צוועק פון זעלבסט-שוץ, מיט די צייט וואס גייט פאראיבער און מ'אנטוויקלט זיך מער ראציאנאל, פארבלייבן אבער די עמאציעס קליניש טיף איינגעווארצלט, וואס דאן טוען מיר ראציאנאלזירן די עמאציעס אלס א פאדערונג פאר בעיסיק מאראלישע פרינציפן וואס מיר טוען רעגולירן מיט פארשידענע סארט ראציאנאליסטישע פיליזאפיעס.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ונבנתה העיר האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:ווי ערווענט פריער, ירשנ'ן מיר פונעם כלליות המין איינגעבוירענע געדאנקן, אן אינסטינקטיווער ביהעיוויער איז פראגראמירט מיטן געבורט פונעם מענטש פארן צוועק זיך צו באשוצן פון לעבנס דראאונגען אויסצופילן די ווילן פון לעבן און איבערלעבן.

עס איז אנגענומען אז מענטשן (און מאלפעס) האבן אן איינגעבוירנעם פחד פון שלענג, דהיינו אז באלד ביים געבורט, נאך איידער ער קען אויפכאפן אז פייער - למשל - איז א סכנה, האט ער אן אינסטינקטיווער פחד פון שלענג, און ע"פ עוועלוציע איז דאס בירושה פון אונזערע דזשאנגאל-זיידעס, וואס די וואס האבן בטבע געהאט דעם פחד האבן ענדערש איבערגעלעבט און דאס מוריש געווען לדורות הבאים.

לעצטענס האב איך געזעהן אז מער מדויק איז אז מענטשליכע בעיביס און מאלפעס 'דערלערנען' זיך גאר שנעל מורא צו האבן פון שלענג, זיי זענען א כלי ראוי צו דעם פחד, אבער נישט אז די עצם פחד איז איינגעבוירן.

עס קען זיין אינטרעסאנט צו זאגן אז דער בני יששכר (מאמרי חדשי כסליו טבת מאמר ד אות ״מח״) זאגט אז ״יון״ בחשבון מנצפ״ך איז גימטריא צוויי מאל ״נחש״ [זכר ונקיבה] און ״מתתיהו״ איז גימטריא ״קנה״ מער [אלס תקנו להודות ולהלל] ע״ש. לפי״ז קען מען זאגן אינטרעסאנט אז ס׳דאך באקאנט דר. נועם טשאמסקי׳ס אוניווערסאלע גראממאר טעזע וואס זאגט אז די מענטשהייט איז געבוירן מיט אן איננעיט יכולת צו שפראך; א מורא׳דיגע כלי מוכן לזה, וכעין די פחד צו נחשים כנ״ל. דעריבער ווען ס׳דא אן ענין פון התגברות כנגד דעם נחש גייט עס בענין הקנה שמשם כח הדיבור ולשון, וואס ביידע שעירן די געביט כנ״ל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

געדאנקן איבער "די געדאנק פראצעס"

שליחה דורך מי אני »

דער כוזרי דערמאנט (מאמר ה אות יב) פון א פילאזאפישן שטאנדפונקט די מהלך פון אבן סינא [אביסעננא] און אבן רשד [אוועראס]. זיי האבן געהאלטן אז דאס געדאנקן פראצעס (אינ׳ם נפש) ארבעט מכח דאס צאמשטעל פון ״אינערליכע סענסעס״. דהיינו, עס איז (צום ערשט) דא א הרגשה משותפת וואס דאס שטעלט צאם אינ׳ם מח די דרויסענדיגע סענסעס אין צו איינס. למשל, צו וויסן אז ווען מ׳זעהט האניג ווייסט מען אז דאס איז זיס [טעם]. דאס איז די קאגניטיוו פאקולטי.

דערנאך זענען דא די כח הזוכר [וואס געדענקט און היט דאס אפ], די כח היצרי/המדמה [אימעדזשינעטיוו] [וואס פילט אן און שטעלט זיך פאר וואס איז נישט דא אינ׳ם זיכרון; עס שטעלט צאם אלעס וואס מ׳האט געזעהן [למשל א מענטש מיט פליגלען]], און די כח המחשבי [וואס קלארט אויס, האלט אין די ראמען, מאכט א השוואה צווישן דעם כח היצרי אונ׳ם כח הזוכר, און טוהט דן זיין אויף וואס איז דא אין די פריערדיגע כוחות]. נאך דעם וואס דער כח המחשבי האט דן געווען און אפגעמאכט וואס עס איז אמת גייט דאס צוריק צום כח הזוכר צו ווערן אפגעהיטן אזוי.

***

ארטור שאפענהאור האט גע׳טענה׳ט אז עס זענען דא 4 אנדערע סארטן פון געביטן פון ריזענינג און טראכטן (אינספירירט דורך אריסטו׳ס 4 באקאנטע קאוזעס):

1). מאטעריאלע זאכן - דאס דארף ריזענינג אין טערמינען פון קאוז און עפעקט.

2). אבסטראקטע קאנצעפטן - דאס דארף ריזענינג אין טערמינען פון לאגיק.

3). מאטעמאטישע און געאמעטרישע קאנסטראקשענס - דאס דארף ריזענינג אין טערמינען פון רעפרענצן צו נומערן און שׁעיפּס.

4). פסיכאלאגישע זאכן - דאס דארף ריזענינג אין טערמינען פון רעפערענצן צו מאראלישע ריזענינג [אינטענשאנס אא״וו].

ער האט גע׳טענה׳ט אז די 4 אנדערע סארטן פון ריזענינג קען מען נישט (געהעריג) מישן. און יעדע סארט ריזענינג קען נאר גיין צוזאמען מיט די נושא פאר וואס עס איז געאייגענט. ‏(ער האט דעריבער נישט געהאלטן פונ׳ם קאסמאלאגישן ארגומענט, ווייל עס איז נישט די ריכטיגע סארט מהלך אין ריזענינג צו נוצן ביי די סארט נושא).

דאס איז בתוכ׳ן זיין מחולק זיין אויף קאנט׳ס 12 קאטעגאריעס אין טראכטן/פארשטיין. זיי זענען: אחדות, פּלורעליטי, גאנצקייט, רעאליטעט, נעגעישאן , מוגבל, סאָבּסטאנץ, קאָזעליטי, רעסיפּראַסיטי [ווי אזוי דאס באקומט אין צוריק אין פראפארשען], מעגליכקייט, אקטואליטעט [דאס ״זיין״], און וויכטיגקייט.

שאָפּענהאוער האט גע׳טענה׳ט אז די אלע 12 זענען בעצם איינס [העמידן על אחת]: טראכטן אין טערמינען פון קאָזעליטי און די רילעישענשיפס דאדורך צווישן זאכן.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

מייסטער עקהאַרט טוהט אויף אין זיין געדאנק(...) פון יוּניוואקאל קאָזעליטי אז (ווי אזוי איך פארשטיי/קלער...) ״טראכטן״ פאר זיך אליין האט בעצם נישט קיין מקור מחוצה לה פון פריער, ווייל דאס קען מען נאר פּערסיִווען דורך ״טראכטן״ אליין און וואלט ממילא געווען א ״געדאנק״ פון דאס ״טראכטן״; דהיינו זיך אליין און עס איז איר אייגענע פּרינציפּ. אבער דאס ״טראכטן״ מוז זיין אן אקטיווע זאך. וממילא קומט דאך אויס אז וויבאלד עס איז א כעין סירקעל אין איר אייגענע מקור/יסוד, איז ״טראכטן״ סיי אקטיוו און סיי פּאסיוו: עס איז אקטיוו וויבאלד ״טראכטן״ טראכט זיך אליינס ווי/צו א ״געדאנק״, און פּאסיוו אלס׳ן דאס ״געדאנק״ טראכט זיך אליינס אלס ״טראכטן״.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט