מאכענדיג דעם חשבון קומט אויס אז די חודש תשרי קאסט שוין מער ווי חודש ניסן, אלזא פארוואס איז נישט איינגעפירט צו געבן "קמחא דתשרי" פאר די גרויסע אויסגאבן פון חודש תשרי?
חודש ניסן קאסט טאקע א שיין ביסל די מצות, ס'קאסט גוי'טע געלט צו קלינען, ס'קאסט צו קלינען די טלית און די אנדערע בגדים, און אזוי אויך איז דא נאך הוצאות אין יעדע אידישע שטוב, אבער פארט קומט עס נישט צי צו די הוצאות פון חודש תשרי וואס נעמט אריין אין זיך: "קויפן זיצן אין ביהמ"ד", "כפרות", "סוכה געברויכן" "ד' מינים", "הושענות", און פיל פיל נאך.
אדרבא זאל יעדער נעמען א פען און פאפיר און אפשרייבן די הוצאות פון חודש ניסן און די הוצאות פון חודש תשרי, איך מיין אז כמעט ביי יעדעם וועט אויסקומען חודש תשרי מער הוצאות ווי חודש ניסן, און דאס איז שוין אויסער די פאקט אז בערך א האלבע חודש ארבעט מען נישט, דאס מיינט אז ס'איז דא פון איין זייט היפש אסאך הוצאות און פון די אנדערע זייט ווייניג הכנסות.
עכ"פ אויב ווילט איר האבן אין עטליכע יאר ארום א אינטערוויו אויף קול מבשר אלס דער מייסד פון די וואוילטעטיגע ארגאניזאציע "קמחא דתשרי", און אזוי אויך אסאך פאבליסיטי און כבוד, איז נאך דא א מקום להתגדר בזה, אבער ביטע נישט פארגעסן צו געבן קרעדיט פאר "שמואל הלוי פון קאווע שטיבל".
קמחא דתשרי
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 766 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1563 מאל
דער אשכול פארמאגט 20 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן