[justify]אין א ישיבה האט זיך אמאל געמאכט ס'זאל זיך נישט מאכן, אז א בחור האט געטאן עפעס וואס מ'ברויך נישט, מילד גערעדט. דער בחור איז געווען א הארטער ניס און די משגיחים אין די ישיבה האבן געהאט מיט אים גאר א שווער פעלד, ווארים ער איז געווען א ווילדער להכעיסדיג און ער פלעגט זיי קיינמאל נישט הארכן. דער משגיח רופט אריין אין צימער און זאגט אים נישט קיין ווארט! דער משגיח זיצט שטיל ווי א (נישט קיין סקווירער) פיש! דער בחור שטייט און שטייט און ווארט אז דער משגיח זאל אים אריינגעבן א פעטע מוסר פארציע ווי סקומט אים, אבער דער משגיח זיצט שטיל און זאגט אים נישט קיין ווארט. איבער א שטונדע האט אים דער משגיח געלאזט אזוי ווארטן ווי א נער אין מארק ביז ער האט האט ענדליך ערלויבט צו גיין. עטוואס שפעטער קומט דער משגיח צו צום בחור און זאגט אים, כ'האב געטאן א גראנדיעזע מצוה היינט! דער בחור קוקט אים אן מיט וואונדער און שפאנונג באנאזאם, וואס פאר א מצוה האט שוין דער משגיח געטאן אפגעזען פון די ערשטע א נאכט בעפאר? פרעגט אים דער בחור, זאגט אים דער משגיח: כשם שמצוה על אדם לומר דבר הנשמע, כך מצוה על אדם שלא לומר דבר שאינו נשמע, כ'האב געוויסט אז דו וועסט מיך נישט הארכן האב איך ליבערשט גארנישט געזאגט...
איז דאס טאקע ווירקליך אזוי? מ'זאגט נישט וואס ס'דארף געזאגט צו ווערן אויס אנגסט אז יענער וועט אין יעדנספאל נישט הארכן? אדער מ'זאגט יא? נעמליך, היינט הארכט ער טאקע נישט, אבער מארגן וועט ער פילייכט יא הארכן? די פראגע איז זייער אן אקטועלע אין פילע עספעקטען אין לעבן.
אט האב איך געפונען א הייליגע נבואה פון ישעיהו הנביא:
אין יאר וואס דער מאכטפולער קעניג עזיהו איז געשלאגן געווארן מיט קרעץ, האב איך געזען ג-ט זיצן אויף א הויכע דערהויבענער שטיל, און זיין אנוועזנהייט האט אנגעפילט דאס בית המקדש. ברענעדיגע מלאכים שטייען העכער אים, און זיי פארמאגן זעקס פליגל. מיט צוויי פארדעקן זיי זיך דאס געזיכט, מיט צוויי די פוס, און מיט צוויי שוועבן זיי. איינע רופט די צווייטע צו זאגן אינאיינעם אויף אמאל מיט איין שטומע: הייליג, הייליג, הייליג, איז דער באשעפער איבער אלע הערשאפטן, די וועלט איז פיל מיט זיין אנוועזנהייט. די שוועלן פון בית המקדש האבן געטרייסלט פון דאס געשריי פון די מלאכים און דאס היכל איז פיל געווארן מיט רויעך...
זאגט דער נביא ווייטער: און איך טראכט צו מיר, אוי וויי... איך בין פארשטומט געווארן, ווייל איך פארמאג אומריינע לעפצן, און איך וואוין אין א נאציאן מיט אומריינע לעפצן, און האב אקוראשט געזען דעם קעניג דער אויבישטער איבער אלע הערשאפטן.
מיטאמאל קומט צו פליען איינע פון די ברענעדיגע מלאכים, אין זיין האנט האלט ער א צוואנג מיט א ברענעדיגע שטיק קוילן פון מזבח, און ער רירט מיט דעם אן מיין מויל און זאגט מיר, אט האט דאס אנגערירט דיינע לעפצן דיין זינד איז אפגעטאן און דיינע מיסברויכן זענען פארצייעט.
און איך הער די שטימע פון באשעפער זאגן, וועם זאל איך שיקן? און ווער וועט גיין פאר מיינעט וועגן? זאג איך, שיק מיך. זאגט דער אויבישטער: גיי און זאג פאר דעם דאזיגער פאלק, הערט אויס, אבער פארשטייט נישט, קוקט, אבער ווייסט נישט, ווארים דאס הארץ פון פאלק איז פארגרעבט, זיי וועלן נישט דערהערן וואס דו רעדטסט צו זיי. (איי פארוואס זאל איך רעדן צו מענטשן וואס הארכן נישט, און זענען אינגאנצן נישט אינטערסירט צו פארשטיין וואס איך האב צו זאגן?) פילייכט וועלן זיי שפעטער יא דערהערן און יא וועלן פארשטיין און זיי וועלן תשובה טאן און אויסגעהיילט ווערן.
(וואס ער דארף געזאגט ווערן, זאל געזאגט ווערן. איי אצינד הארכט נישט יענער? נישט געזארגט! ס'קען זיי אז די ווערטער וואס די רעדסט צו אים אצינד, וועט אים נאכאמאל אריינגיין אין קאפ.
ווי לאנג נאך וועט דאס אזוי אנהאלטן באשעפער? פרעגט ישעיהו. זאגט אים ג-ט: ביז די בערג וועלן פארוויסט ווערן אן קיין באוואוינער און די הייזער אן קיין מענטשען און דער ערד פארפוסט. דער אויבישטער וועט דערווייטערן דאס מענשטהייט, און דאס פארלאזטקייט וועט זיין גרויס אינעם לאנד. נאך צען קעניגן וועט זיין ביז ארץ ישראל ווען פארוואנדלט ווערן צו א פעלד פון בהמות...
(און אזוי האט טאקע ווירקליך פאסירט, פון דאן ביז אידן זענען געגאנגן אין גלות, האבן געקעניג אין יהודה די קעניגן: יותם, אחז, חזקיה, מנשה, אמון, יאשיה, יהואחז, יהויקים, און צדקיה, אין אין זיינע טעג זענען מיר פארטריבן געווארן אין גלות אריין.
לויט די נבואה פארשטיי איך אז דער משגיח איז נישט געווען גערעכט![/justify]
יא זאגן צי נישט זאגן?
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- אינטערסאנט
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 10
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 12:15 am
- האט שוין געלייקט: 20 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
גאנץ א שיינע תשובה דא אין דעם נושא.
לגבי די עצם מעשה קען זיין אז די משגיח האט אים גע'מוסר'ט אויף דעם אויפן...
לגבי די עצם מעשה קען זיין אז די משגיח האט אים גע'מוסר'ט אויף דעם אויפן...