קטלא קניא'ס ארטיקל איבער מציצה בפה.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

קטלא קניא'ס ארטיקל איבער מציצה בפה.

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך האב מיך ממש באלעקט דערמיט. דערפאר זע איך איין פאר וויכטיג עס צו ברענגען אהער.
ס'איז גראדע פון מיינע ערשטע מאלן צו לייענען זיינע ארטיקלעך, (מאנגל אין צייט) און כ'האב עס געפונען אביסל שווער, (פאר אנדערע) צו לייענען היות ער שרייבט טיף און קורץ. ממילא וועל איך אביסל מגיה זיין דא און דארט מיט פינטלעך און און'ס.
טאמער געפעלט עס איינעם נישט, זאל מיר יענער רופן צו דין תורה.


אין דער דיבאַטע איבער מציצה בפה האָב איך נישט צו אַ שטאַרקע מיינונג. דאָס הייסט בערך אַזוי. איך גלייב באמונה שלימה אַז אויב מען איז גע'מלע'ט אָן מציצה בפה איז מען נישט בכלל כל ערל לא יאכל בו, און מען קען רוהיק עסן פון דער קרבן פסח אָן קיין שום חשש. און אַז איך קוק אין רמב"ם זע איך גראדע אַז מציצה איז אין גאַנצן מפני הסכנה, און אַ מוהל וואָס טוט עס נישט איז מען אים מעביר.

עס איז אָבער נישט דאָ קיין הוה אמינא פון דאַרפן מטיף דם זיין אָדער חוזר זיין ווי ציצין המעכבין. עס שטייט אויך נישט אז מ'דארף מוצץ זיין מיטן מויל. עס קען אָבער זיין אַז עס איז דאָ אַ סתירה אין רמב"ם, און ממילא זאָל מען זיך אויף מיר נישט פאַרלאָזן למעשה, וכל אחד יעשה שאלת חכם.
נאָך מער, וויבאַלד עס שטייט אַז מ'טוט עס מפני הסכּנה הייסט עס - אַז מציצה איז בערך ווי טרונקן אַביסל טשאָקאָלאַט ליקער צווישן דער פיש און דער יויך. און אוודאי אפילו אויב דער ליקער איז פאַרסמט וואָלט מען חלילה נישט אויפגעהערט צו טרונקען וויבאַלד מנהג אבותינו בידינו, ממילא אַזוי דאָ אויך.

ווייטער קען איך פאַרשטיין דער געשריי פון אונזערע רבנים. מיר זענען דאך מלומדי מכות און יעדער חדר יינגל ווייסט אַז זייט די יוונים ווילן די שונאי ישראל מבטל זיין ברית מילה. אפילו משה רבינו האָט אַ שלאַנג כּמעט איינגעשלינגן ווייל ער האָט זיין זין נישט גע'מלעט. אַיז אַז מען טשעפּעט מיט אפילו אַ קלייניקייט פון אַזאַ פונדעמענטאַלע מצוה וואָס איז אות ברית ביני וביניכם איז דאָך פּשיטא אַז עס ווערט באַלד אַ שעת שמד. יידישקייט איז אין געפאַר, מען דאַרף איינרייסן הימלען, פלוצלונג זעט מען זיך שוין ווידער וואַנדערן אין גלות מיטן פּעקל אונעם שטעקל.
ביי אונז חסידים וואָס מיר זענען נישט דורש טעמא דקרא גייט עס נאך ווייטער. יעדער חסידיש וואָרט איז עשרת הדברות, און אַ שבות דשבות, אַן איסור כרת, ממילא איז לייכט צו פאַרשטיין וויאַזוי פון אַ מנהג ווערט אַ מצות עשה דאורייתא ממש וואָס איז יהרג ואל יעבור. איי אַמאָל האָט קיינער נישט גענוצט אַ צווענגל? און היינט מל'הט קיינער נישט אָן דעם? העי! דאָס איז אַ שוין אפיקורסיש געפרעגט!!.

אלזא וואס טוט מען? איז דאָך אָבער פאָרט דאָ אַ חשש סכּנה טאָמער איז דער מוהל פאַרשטעקט?!.
פאַרשטייט זיך אַז ביי אונזערע מוהלים פּאַסירט דאָס נישט ווייל מיר זענען נקי מחשש תולעים במחשבה בדיבור ובמעשה. אָבער פונדעסטוועגן אַלץ והייתם נקיים וואָלט דאָך אפשר געווען אַ סברא אַז די וואָס קעמפן פאַר מציצה בפה זאָלן אָננעמען אַז עס איז דאָ אַ סכּנה און ווייזן אַז זיי טוען אויפפּאַסן, און אויב איז מען מרנן אויף אַ געוויסער מוהל אז ער איז פראבלעמאטיש, זאָל מען אים אָנזאָגן אַז ער זאָל דערווייל נישט מל'ען?!. אפשר וואָלט מען אויך געדאַרפט איינפירן אַז מוהלים זאָלן זיך בודק זיין פון צייט צו צייט.?!

די מעשה איז אָבער אַזוי. ווען עס קומט צו האַקעלע זאַכן ווי מילה, שחיטה אָדער חינוך הבנים טאָר מען פאַר די מומרים להכעיס, מבני בניו של אליפז הרשע נישט נאָכגעבן אפילו כקליפת השום. נישט פאַר זיי און נישט פאַרן עולם. דאָס אַז עס זאָל זיך אפילו דאַכטן אַז זיי האָבן מער מיטלייד פאַר אַ יידיש קינד ווי אונז רחמנים ביישנים גומלי חסדים.. דאָס איז יהרג ואל יעבור און היה לא תהיה.!!
נישט נאָר איז פשוט אז ס'נישט דאָ אַזעלכע דערבארעמדיגע ווי יידישע, היימישע עלטערן, נאָר מיר האָבן דאך אויך אינזינען די נשמות. איז וואָס איז שייך זיך צו דינגן איבער אַ קליינער מעסער שניט און אַ זויל מיטן מויל? ווען די מומרים ווילן די נשמה אויסרייסן מיט אכזריות?! דער יונייטיד ניישנס מאַכט אַ קאָנווענץ איבער די רעכטן פון אַ קינד און אונז באַפעלט מען המול לכם כל זכר. וואָס האָבן מיר זיך צו טענהן אויב אין פסוק שטייט מגיד דבריו ליעקב חוקיו ומשפטיו לישראל?!

ווייטער וועגן חמירא סכנתא מאיסורא?!, זאָלט איר וויסן אַז די געזונט באַאַמטע האָבן אונז נישט איינצוטיילן וואָס איז אַ סכּנה און וואָס נישט. מיר ווייסן אויך פון ונשמרתם מאד לנפשותיכם.. נאָר וואדען? דבר זה איז מסור צו די חכמי ישראל בכל דור ודור וואָס ביי זיי שטייט להזהיר גדולם על הקטנים. זיי ווייסן נאָך אַזוי גוט ווי די דאָקטוירים און אַז זיי זאָגן אַז מיר האָבן נישט וואָס מורא צו האָבן דאָס אַליין וועט אונז ביישטיין און שליחי מצווה אינן נזוקין.

*****

לאָמיר אָבער איבערגיין צו אַ קליינער דערציילונג למען ידעו דור אחרון דער מסירת נפש פון אונזערע דור דעה. ומעשה שהיה כך היה. אַ רבי מיט אַ תלמיד חכמים האָבן זיך באַגעגענט. נישט קיין גרויסער נייעס היינט צו טאָג. בפרט אַז דער תלמיד חכם פירט ניטאַמאָל אַ רביסטעווע און פאַררופט זיך חלילה נישט אויף אַ דאַרף אין די גלילי גלילות פונעם רבינס מלוכה.
שנים שיושבים ואין ביניהם דברי תורה ווייסט איר דאָך אַליין וואָס שטייט. איז נאכוואס מען האָט זיך אָנגעגעסן פון זילבערנע שיסלען און געטרונקן פון זילבערנע בעכערס, ווי מען זאָגט בייאונז, אַ ברכה געמאַכט... האָט מען זיך גענומען רעדן אין לערנען.

דערציילט דער רבי פאַרן מורה צדק און ראש ישיבה:

"כ'האָב עוסק געווען אין די טעג אין אַן אינטערסאַנטע שאלה."

נאָר ל' לייענער, נאָך איין קליינע הקדמה.. אויב איר האָט אַמאָל בר־מצוה געהאַט וועט איר אוודאי געדענקן אז באַלד נאָך אָנטון תפילין האָט איר אויסגעשטעקט די צווייטע און פינפטע פינגער פון אייער פויסט און אַזוי אָפּגעמאָסטן צי דער תפילין של ראש איז חלילה נישט אַ האָר אַרויס פון בין עיניך. און איר געדענקט אוודאי אויך די בחורימלעך, די צדיקימלעך... וואָס זענען אַרומגעגאַנגן מיט דער קאָפּ אויסגעצויגן ווי א קעמל אויף ארויף און האלב אראפגעבויגן, כּדי דער היט וואָס איז צוריקגעשטעלט הינטער דער של ראש זאָל האָבן פּלאַץ אויפן אויסגעלענגרטן האַלץ. און ווען זיי האָבן אַרויסגעקוקט פון סידור האָבן זיי אויך אויסגעצויגן די אויגן אויף אַרויף ווייל טאָמער הייבט מען אויף דער קאָפּ קלאַפּט זיך אָן דער ראַם פונעם קאַפּעליטש אין דעם נאַקן און מען בלייבט חלילה מיט אַ הוילן קאָפּ. אָט אַזוי זענען די צדיקימעלך אייך אַקעגן געקומען און געוויזן אַז מען דאַרף אויסגלייכן דעם של ראש צו רעכטס, צו לינקס, אַהין, אַהער.. אַעיקר עס זאָל זיין פּונקט אויפן ריכטיקן פּלאַץ.

פון צייט צו צייט זענען אויך געווען אַזוינע אירע וואָס האָבן פּשוט אייך אָנגעכאַפּט דעם של ראש און געגעבן אַ צי און אַ שלעפּ און אַ ‘נו’ און אַן ‘אָ’ און אייך מזכּה געווען איר זאָלט חלילה נישט זיין אַ קרקפתא דלא מנח תפילין.

האָט זיך דאָ געמאַכט עטוואָס אַן ענלעכע מעשה. נישט מיט אַ בחורל נאָר מיט אַ רך הנמול און נישט מיט זיין תפילין נאָר טאַקע מיטן בריתך שחתמת. און צום צווייטן מאָל אין זעלבן טאג. ומעשה שהיה כך היה. און איך האַלט אייך שוין גאָרנישט אויף.

"מ'האָט געברענגט אין אַ קימפּאַרטאָרן היים אַ קינד נאָכן ברית. און ס'איז דאָ אַ מוהל אויפן פּלאַץ..."

איר ווייסט דאָך ווי עס זעט אויס דעם ערשטן טאָג סוכּות ווען מען וויקלט אויף דעם אתרוג. מען דרייט עס אַהין און אַהער און מען הייבט זיך אויף די ברילן שטאַרק צו באַקוקן אַ קריץ צי אַ פלעק. מען מאַכט אַ "פּשי" און אַן "אָו אַאַאַ" און ווער רעדט נאָך אַז עס שטייט אַ פיטם. נו, האָבן מיר דאָ אַ לעבעדיקן פּיטם... און דער מוהל האָט זיך פאַר'חשק'ט צו זען דעם זה קלי ואנוהו. וויקלט ער אויף דאָס קינד צו כאַפּן אַ בליק און עס ווערט אים שוואַרץ פאַר די אויגן.

"...וואָס האָט ער געזען? אַז עס דאַרף אַ תיקון עפ"י הלכה"

דער פּיטם איז נישט אָפּגעביסן ווי עס דאַרף צו זיין. איך האָב שוין געזאָגט אַז איך קען נישט גוט די הלכות. אפשר זענען געווען ציצין המעכבין, אפשר האָט ער חושש געווען אַז מען האָט נישט געמאַכט מציצה, אפשר מל ולא פרע, קען זיין אַ חיפוי, אפשר אויפן עטרה אָדער קען גאָר זיין אויפן גיד. אַעיקר פאַר דעם מוהל איז עס נישט געפאָלן.

"איז ער געגאַנגן מדעת עצמו און האָט פאַרראָכטן."

זריזין מקדימין און דער מוהל האָט גענומען זיינע כּלים וחתם בבריתו אות ברית קודש. אַזוי אַרום האָט ער זיכער געמאַכט אַז לכשיבנה בית המקדש וועט דער קינד קענען עסן פונעם קרבן פּסח לכל הדיעות. דער מוהל האָט אוודאי געמאַכט אַ גזירה שווה (גראדן שניט) אות אות מתפילין. נאמר כאן כי אות הוא ביני וביניכם ונאמר להלן והיה לך לאות מה להלן בשליחת יד אף כאן בשליחת יד.

"ער האָט גארנישט געפרעגט דעם טאַטן."

איי דער טאַטע? נעה. ער איז נישט געווען צו דער האַנט און ביז ווי לאַנג ער קומט קען ווערן בין השמשות און וואָס האָבן מיר זיך אַריינצולאָזן אין שאלות פון סיי וביום און סיי השמיני?!
ווייטער די מאַמע, זענען דאָך נשים דעתן קלות און בפרט ווען זי האָט אַ דין פון אַ חולה שאין בו סכּנה איז וואָס דאַרף מען איר סתם מצער זיין. בכלל איז די מצוה אויף אים און נישט אויף איר, ממילא קען נאָך ווערן אַ שאלה פון שליחות.

אַכּלל וויאַזוי מען דרייט נאָר דעם אתרוג איז עס אַ פּרי עץ הדר לכל הדעות און די מעשה וואָלט שוין לאַנג געווען פאַרגעסן אויסער פאַרן מוהל וואָס שכרו הרבה מאד. מה עשה הקדוש ברוך הוא? והאלקים אנה לידו. דער אייבישטער האָט צונויפגעברענגט אַ רבי מיט אַ דיין, מזמנן לפונדק אחד, און פאַרשטייט זיך אַז צוויי תלמידי חכמים טרעפן זיך זענען זיי מחדדין זה את זה בהלכה. אָפּגעהיטענע יידן וועלן דאָך נישט רעדן דברים בטילים איז מען עוסק בדברי תורה. מען דערציילט עובדות פון צדיקים, מנהגי ישראל, אַ שיין וואָרט און אַזוי געזעגנט מען זיך מתוך דבר הלכה.

"יעצט שטעלט זיך די שאלה צי מ'קען עס טאַקע מאַכן אַליינס אָן צו פרעגן פאַרן טאַטן, ס'איז דאָך אַ מצוה אויפן טאַטן, מ'קען נישט מל זיין שלא מדעתו?!"

טאָקע גאָר אינטערסאַנט. אַ שאלה צי מען קען מל זיין שלא מדעתו ווייל די מצוה איז מוטל על האב. אָבער חוץ פון דעם, וואָס זאָל בכלל זיין דער הוה אמינא אָנצופרעגן דעם טאַטן? פארוואָס איז ער בכלל אַ מחותן? ווייל דער אייבישטער האָט אים געשאָנקן אַ קינד איז ער שוין אַ בעל הבית? באַלד וועט ער נאָך איינטיילן צי מען מעג זיין זין אָנרירן אין חדר...

מיר איז באַלד איינגעפאַלן אַז ס'איז דאך זכין לאדם שלא בפניו ווייל אַצינד אַז דאָס עופעלע איז געמלהט לכל הדעות וועט אים אברהם אבינו זיכער פאַרשטעלן דער וועג אין גיהנום. און אויסער דעם, טאָמער וועט עמלק ווידער קומען וועט ער נישט קענען מקיים זיין אויפן קליינעם ויזנב בך כל הנחשלים ועיין רש"י שם. (זרק מילות כלפי מעלה) באַלד האָב איך מיר געמאַכט אַ ברוך שכיוונתי ווייל דער רבי האָט טאַקע אויך אַזוי מעיר געווען.

און דער רבי לייגט צו:

"דאָס איז זיכער וואָס ס'איז געטון אין שוין געטון. נאָר די שאלה איז אַז מ'קומט נאָכאַמאָל אַזאַ מעשה צי מעג מען אַזוי טון אָדער נישט."

יפה שיחתם של עבדי אבות און שיחת חולין של תלמידי חכמים צריכה לימוד איז דאָך כל שכן ווען צדיקים יושבין ועטרותיהם בראשיהם ונהנים מזיו השכינה און מען וואַרפט מרכבת המשנה'ס און חתם סופר'ס, מען ברענגט אַ ראיה פון תרומה און מען ווענדט עס אָפּ פון חלה, מען ברענגט אַ קצות מיט אַ ריב"ש איז נישטאָ קיין ספק אַז די פּמליא של מעלה זענען געקומען אַ טייל נעמען.

מיטאַמאָל רופט זיך אָן איינער פון די אַרומיקע, מן הסתם איינער פון די גבאים, עפעס אַ גיחזי,

"ווער שטערט צו פרעגן דעם טאַטן?"

ממש אַ ירבעם בן נבט אַ חוטא ומחטיא. לא די וואָס ער וויל אַליין נישט מקיים זיין דער מצווה וויל ער נאָך שטערן פאַר אַנדערע אויך. וואָס האָט ער אַריינצושטעקען זיין קאָפּ און שכל צווישן אַזעלכע צוויי בערג בכלל? ווער האָט אים דען געפרעגט, אַ נאַרישע דעת בעל הבית, אינדערמיטן פון צוויי דעת תורהס?

זאָגט שוין אויף דעם שלמה המלך, ענה לכּסיל כאוולתו. נזרקה רוח הקודש אינעם רבין אַריין און ער האָט געענטפערט ממש שכינה מדברת מתוך גרונו.

"אַמאָל איז דער טאַטע אַליין דער מוהל, און אַמאָל דעם טאַטנס טאַטע וכדומה, און ער וועט נישט מסכים זיין אַז עס איז נישט גוט. ס'גייט אַריין אין האַקעלע ענינים, איז אפשר זאל מען גאָרנישט זאָגן."

פאַרשטייט איר וואָס דאָס מיינט כוחא דהיתירא עדיף. וואָס ברענגט מען אַהער אַריין די טאַטע מאַמע? זה מביאו לחיי העולם הזה וזה מביאו לחיי העולם הבא.. איז וואָס דאַרף מען קומען צו אַן אומאַנגענעמענעם מצב פון כופין אותו (דעם טאטן) עד שיאמר רוצה אני? מען טוט וואָס מען האָט צו טון און אַזוי אַרום ראַטעוועט מען אַ יידיש קינד פון באר שחת.

אַז מען האָט פושט געווען דעם רבינס שאלה האָט דער ראש ישיבה דערציילט זיין שאלה. זיינס איז געווען איבער נוצן קאָלינג קאַרדס און שכר שבת. ביידע זענען תורה, שבת בסקילה, און מילה סך הכּל בכרת, און עס זענען ברוך השם נתלבן געוואָרן הלכתא גבירתא אָן צו פאַרגיסן קיין איין טראָפּ בלוט.

*****

טאָמער קלערט איר אַז דעם קטלא קניא קען מען קיין וואָרט נישט גלייבן און ער האָט אַליין מוצץ געווען דער מעשה. אַ מסית ומדיח און אַ פּסול לעדות, אפילו אין חלום ווייסט ער נישט וואָס דאָס איז אַ מסיח לפי תומו. און אויף אַ בליץ טראָפּ קען מען אים אויך נישט געטרויען. טאָמער קלערט איר אַזוי, זאָג איך, גלייבט אים טאַקע נישט. אָבער הלא הם כתובים בספר.

די מעשה האָט דערציילט דער מרא דאתרא פונעם עיר האלקים קרית יואל אַז בדידיה הוה עובדא. ער איז דאָרט מושל בכיפה און דערוואַגט אייך נאָר זאָגן אַנדערש. און מען האָט די מעשה אָפּגעדרוקט 'בלתי מוגה' אין זיין פּראָפּאָגאַנדע בלעטל אונטערן רובריק משולחן מלכים ממילא ניתי ספר ונחזי. (ובדרך צחות אפשר לפרש הטעם שמאכלים העולים על שולחן מלכים לית בהן בישול עכו"ם כי רק על שולחן מלכים, מאן מלכי רבנן, מבשלין, בוחשין ואוכלין קדירה כזו ודו"ק)

ומכאן מודעא רבה לאורייתא על כל גזירה שלא תבא איבער ברית מילה וועלן די פני הדור און עיני העדה זיך קענען זעצן אַרום דער טיש און שטאָלצערהייט זאָגן, ידינו לא שפכו את הדם הזה.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

כ'האב נישט געלייענט דעם שמועס, אבער גלייך אנפאנג ביים לייענען קטלא'ס מעשה, האב איך פארשטאנען אז ער מיינט מסתם דאס, און תיכף ומיד פלאצטי. ער איז סאליד!
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

א אנדערע מוהל האט בטעות אראפגעשניטן דעם אבר, קומענדיג אין געריכט האט דער דזשאדזש געפסקנ'ט, ער איז באפרייט, ווייל "עווידענס קאדנ'ט סטענד אפ אין קאורט"
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

שלום עליכם, מר. שלום עליכם
ווען זענט איר אויפגעשטאנען לתחי' איך האב געמיינט איר גלייבט ניט דערין
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
באניצער אוואטאר
villager
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך villager »

לויט ווי איך פארשטיי רעדט זיך עס פון א קינד וואס איינער פון די משפחה האט מל געווען שלא כהלכה און דער מהר"א האלט אז דער טאטע וואלט זיכער געוואלט אז זיין קינד זאל זיין כשר געמל'ט און מפני כבוד המשפחה האט דער מוהל אליינס געמאכט דעם תיקון, נו אז מה כל הרעש? איך האלט אז זיי האבן זייער קלוג געהאנדעלט,
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

דו וואלסט געלאזט איינער זאל באבערן דיין קינד אן דיין רשות? וואלסט אויך געלאזט א דאקטער זאל מאכן אן אפעראציע אויף דיין קינד אן דיין וויסן?
באניצער אוואטאר
villager
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך villager »

ניין זיכער נישט, אבער אויב מיין שווער שליט"א וואלט זיך איינגערעדט אז ער איז א מוהל און באמת איז ער א בוטשער וואלט בדיעבד זייער גוט געווען אז איך האלט נישט מיט,
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
באניצער אוואטאר
John Doe
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

שליחה דורך John Doe »

די משפחה זאל נעמען א גוטן לויער און סוען די קימפאטארן היים אין באבע'נס באבע'ן אריין.
If the only way we can sell our children on Judaism is by forbidding everything else, we are bankrupt. ~ R'abbi S Freifeld
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

אלעס ווענדט זיך אין דעם מציאות, אויב ווייסט מען אז פארציילן וואלט געמאכט פראבלעמען, האבן זיי זייער גוט געטון. געווענליך די קימפעטארין היימען האבן עלטערע עקספירענסד מוהלים און זיי זענען נישט סתם שפרינגערס.

און דאס לגמרי נישט דומה צו א דאקטער וואס מאכט אן אפעראציע אן רשות פון די עלטערן, מען רעדט דאך דא פון עפעס וואס דער טאטע האט געוואלט (און איז מחוייב ע"פ הלכה) טאהן פאר זיין זוהן, און ער האט זאגאר געהאט איינעם וואס האט עס געטון, נאר יענער האט געבוטשערט. איז דאס אינגאנצן נישט דומה צו א דאקטער מאכן אן אפעראציע אן דעם טאטנס וויסן.

און אז מען רעדט שוין. אין אמעריקא איז אין זייער אסאך פלעצער מותר פאר דאקטוירים צו אפערירן יונגע מוידן אן די וויסן פון די עלטערן. נישט נאר מותר, נאר זיי טארן אפילו נישט מודיע זיין די עלטערן...
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

גלייכסט צו יונגע מוידן וואס ווילן אן אבארשען וואס אויב קענען זיי נישט בלייבן אנאנים וועלן זיי פראבירן צו מאכן די אבארשען אין א טשיינע טאון בעיסמענט?

אל תשלח ידך אל הנער, האסט נישט קיין שום רעכט צוצורירן יענעמס קינד אן רשות, וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? ווער זאגט דער טאטע וואלט געוואלט? אפשר וויל ער אליין? אפשר האט ער א מוהל וועם ער טראסט? פון ווי נעמט מען די רעכט צו לייגן א מעסער אויף יענעמס א קינד? די חיוב ליגט אויפן טאטען צו מל'ן זיין קינד, טאמער איז דע טאטע נישט בין החיים ליגט די חוב אויף בית דין, אבער אויב איז ער א פאון קאל אוועק? סתם ווייל דו טראכסט אז ער וועט זיך באליידיגן?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

John Doe האט געשריבן:די משפחה זאל נעמען א גוטן לויער און סוען די קימפאטארן היים אין באבע'נס באבע'ן אריין.

די משפחה ווייסט מ'סתם נישט פון גארנישט.
באניצער אוואטאר
John Doe
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

שליחה דורך John Doe »

געפילטע פיש האט געשריבן:
John Doe האט געשריבן:די משפחה זאל נעמען א גוטן לויער און סוען די קימפאטארן היים אין באבע'נס באבע'ן אריין.

די משפחה ווייסט מ'סתם נישט פון גארנישט.


אן עקלדיג פארברעך.
If the only way we can sell our children on Judaism is by forbidding everything else, we are bankrupt. ~ R'abbi S Freifeld
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

איך זאג נישט אז מען דארף אזוי טוהן. אבער מען דארף עס נישט ארויסנעמען פון קאנטעקסט, און נישט מאכן גרעסער ווי עס איז.

אפערירן יונגע מוידן קען זיין א שפיל מיטן לעבן, און וואס א מין תירוץ איז דאס אז אויב וועט מען זאגן די מאמען וועט זי עס מאכן אין א בעיסמענט אין טשיינע, די רעדסט דא פון א דרייצן פערצן יעריג מיידעלע און די אפעראציע איז אסאך ערנסטער ווי שניידן א פיצל שטיקל הייטעלע לעבן די עטרה. סאו האק נישט אין קאפ אריין. יעדער זעהט דעם פארגלייך לויט ווי ער וויל. (און איך רעד שוין נישט פון דעם אומ'אחריות פון די גרויסע אמעריקאנער חכמים, די וועלכע האבן א פראבלעם מיט ברית מילה, אבער זיי פארשטייען אז מען דארף מעודד זיין יונגע קינדער צו הפקירות (חלילה נישט רעדן אפילו פון דאס פארקערטע) און דערנאך צווינגען דעם דאקטער צו אפערירן אן מודיע זיין די עלטערן. אבער דאס פארשטייט מען, ווייל זיי זענען דאך נישט קיין חסיד'ישע אידן.

נארמאל האט ער געדארפט רופן דעם טאטן און אים זאגן וואס גייט פאר און אים אנווייזן, און לכאורה וואלט די זאך געווארן מסודר זייער שנעל, ווייל דאס איז וואס דער טאטע וויל. דער טאטע וויל אז זיין קינד זאל זיין גע'מל'עט כשר כדת וכדין. און עס קען זיין אז דארט איז טאקע געווען אזא מעשה ווי דער רבי האט געזאגט אז דער טאטע אדער זיידע איז א האקעלער כבוד'ס מענטש און וואלט נישט צוגעלאזט (איך בין אליינס אמאל אדורך אזא פרשה, ווען א משפחה איז געווארן מלא חמה אז איך האב אים נישט גענוצט פאר מוהל, און יארן האב איך געהאט צו זינגען און זאגן איבער דעם), עס וואלט אים נישט געפאסט מודה צו זיין.

פרעג איך דיר. טראכט א רגע, ווען דו ביסט רב, וואס וואלסטו געטאהן? נישט געלאזט אן דעם טאטן? און אויב דער טאטע זאגט ניין, און דאס קינד איז ע"פ הלכה נישט כשר גע'מל'עט? לאמיר פאר א מינוט ארויסלאזן קטלא קניא'ס שטעכיגע ליצנות (ער איז דוקא א פיינער שרייבער און איך האב זיך שוין באלעקט מיט אסאך פון זיינע ארטיקלען, אבער נאך אלעם איז ער נישט קיין ערליכער איד. עקסקיוז מי קטלא), עס איז נישט מעגליך צו זעהן מיט פליישיגע אויגן צו מען האט געמאכט מציצה בפה אדער נישט, און אויב דער מוהל האט געזעהן אז עס איז נישט גוט, האט ער לכאורה געזעהן עפעס אן ערנסטע זאך (ווי איך האב שוין פריער געשריבן, אז די קימפעטארן היימען נוצן געווענליך עקספירענסד מוהלים, און יענער האט נישט געהאט דא סתם אזוי קיין ענין צו פסל'ן און שניידן, עס איז דאך נישט קיין דבר יום ביומו), אויב אזוי וואס דארף מען צו טאהן.

אפשר איז דער רב יא מחוייב צו זעהן אז מען זאל עס מאכן אויב ער איז חושש אז דער טאטע וועט נישט לאזן. עס איז נישט אזוי פשוט.
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

שליחה דורך Starbucks »

הדד בן בדד האט געשריבן:און אויב דער טאטע זאגט ניין, און דאס קינד איז ע"פ הלכה נישט כשר גע'מל'עט?


נו, פיר אויס...
elter-zeide
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

שליחה דורך elter-zeide »

לויט ווי איך פארשטיי האט דער מוהל געזען דאס קינד תיקף נאכן ברית אדער דעם זעלבן טאג וואס דער ברית איז געווען איו דע וואנד איז נאך געווען פריש, ער האט אראפגענימען דע באנדאז זען אויב אלעס איז א.ק. ווייל ווי לאנג עס איז פארבינדען קען ער נישט זען אויב עס דארף א תיקון, אין ווייל דער טאטי אדער מוהל וואס האט געמאכט דעם ברית האט געבטען אז ער זאל א קיק טאן אויפן קינד אויב אלעס איז אינארדענאנג, אויב אזוי איז ער יא געווען א שליח, אין אויף דעם ארויף האט ער געטאן וואס ער פארשטייט עס מיז געטאן ווערען, עס רעט זיך נישט וואס ער האט סתם געזיכט וואס צי טאן, אדער געטשעקט אלע אינגלעך אין קימפערטארן היים וואס זענען שוין פארהיילט, אזוי פארשטיי איך
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

עס איז יתכן די מעשה איז געוועהן אנדרעש ווי עס שטייט דא, דאס איז נישט דער דיון.
דער דיון איז ווי אזוי דער ראש פין די אהרונים איז דן די מעשה.
ער זאגט אז וויבאלטעס קען זיין אז דער מוהל איז געוועהן א טאטע אין זיידע, און עס קען זיין אז ער וועט נישט ממסכיםזיין צושניידען, פארדעם און נאר פארדעם דארף מען מאלען דאס קינד שלא בידיעתו.
אויף דער איז דער עיקר דעבאטע.
וואס קען מען ארויסנעמען פין דעם?
אז ער טראסט נישט אונז האמון עם, צו האלטען די תורה ווי עס באדארף צו זיין, און איז גרייט אויף דער חשד אוןהנחה טוהן ווילדע שריט ווי שניידען א קינד שלא בידיעצ האב.
דערמאנט מיך פין די דיקדאטארעישע פלעצער וואס טוהען אלעס מיט דער אויסרייד אז עס איז בעסער פאר די מענשטען אזוי ווייל זיי זענען נישט גענוג קלוג צו טוהן זאכען אליין.....
נעבעך נעבעך להיכן הגענו, ווי זענען מיר אהנגעקומען ווי די רבנים וואס פירען אונז זענען אזעלכע זינלאזע נאראנים?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

ווי קימט בכלל אז פרעמדע מענער זאלען זיך דארטען דרייען און טשעקען קינדערס מילהס???
וואס נאך טשעקען זיי און טיען אן אינדזשער וויסען???
קימען מוהלים און מאכען עקספערימענטס און שניידען אינדזערע קינדער אן אפילי שפירען פאר וויכטיג צי זאגען???
מאכען אפערעישענס שניידען מיט מעסערס אן עלטערענס וויסען איז א פאברעך שאין דוגמתו בעולם
זיי קענען פאר דעם געלט אויך ארויסשניידען א ניר אדער אנדערע זאכען פין קינדער
דעס ווייזט אז זיי האלטען אינדזערע קינדער לעשות בהם כטוב בעיניהם אן אפילי שפירען פאר וויכטיג צו זאגען פאר די עלטערען, מזעט סאיז נישט גיט נעמט מען ארויס די מעסער און משנייד

מיין ווייב איז נאך קיינמאל נישט דארט געווען און וועט דארט קיינמאל נישט גיין
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
villager
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך villager »

קרעקער האט געשריבן:ווי קימט בכלל אז פרעמדע מענער זאלען זיך דארטען דרייען און טשעקען קינדערס מילהס???
וואס נאך טשעקען זיי און טיען אן אינדזשער וויסען???
קימען מוהלים און מאכען עקספערימענטס און שניידען אינדזערע קינדער אן אפילי שפירען פאר וויכטיג צי זאגען???
מאכען אפערעישענס שניידען מיט מעסערס אן עלטערענס וויסען איז א פאברעך שאין דוגמתו בעולם
זיי קענען פאר דעם געלט אויך ארויסשניידען א ניר אדער אנדערע זאכען פין קינדער
דעס ווייזט אז זיי האלטען אינדזערע קינדער לעשות בהם כטוב בעיניהם אן אפילי שפירען פאר וויכטיג צו זאגען פאר די עלטערען, מזעט סאיז נישט גיט נעמט מען ארויס די מעסער און משנייד

מיין ווייב איז נאך קיינמאל נישט דארט געווען און וועט דארט קיינמאל נישט גיין

אז דיין ווייב איז קיינמאל נישט דארט געווען דארפסטו אונז נישט זאגן דאס זעט מען אליינס פון דיינע ווערטער, דו פרעגסט למשל פרעמדע מענער טשעקן קינדער מילהס? די ענטפער איז יא! יעדעס קינד איז עלול צו באקומען אינפעקשענס פון די אפענע וואונדן און געווענליך איז איינגעפירט אז דער מוהל קומט צוריק אין די טעג נאכן ברית צו טשעקן אויב אלעס איז בסדר, און דאס שטעלט דער היים צו אלס א סערוויס און כשטעל מיר פאר אז די עלטערן סיינען דערויף ביים אריינגיין,

דער דיון איז נאר צו ווען מווייסט אז דאס מודיע זיין קען ברענגען פראקטישע פראבלעמען פאר די משפחה צו מזאל נאכאלס מודיע זיין און אזוי פארמיידן אומזיסטע עגמת נפש אדער יא רופן און זאל דער טאטע עסן אביסעלע עגמת נפש,
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
קאוקאנט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:35 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך קאוקאנט »

אלעס כטוב בעיניהם. וויזוי זיי ווילן, און פאר זייער עדווענטעדש. איין טאג וועלן זיי נאך טראגן אונזערע קונדער וואוטן, און גאר פארן אנדערן קאנדידאט וואס דער טאטע פונעם קינד שטימט.
משטיינס גערעדט. ווער ווייסט אויב זיי וועלן נאך מאכן די קינדער טאנצן הארא, און גאר אויף א ניגון וואס דער טאטע גלייכט ניטאמאל. יא! אלעס לעשות בהם כטוב בעיניהם.

איך מיין נישט אייך פערזענליך רב קרעקער, אבער יעדער בכלליות דא וואס שרייט גאר הויעך איבער דעם אזוי-גערופענעם "פארברעך".
ווי איך זעה די מעשה איז דארט סך הכל דא, א-ווי אין אלע אנדערע קימפערטארן היימען א איינגעשטעלטער מוהל. איצט שטעלט זיך די פראגע, פארוואס באצאלן די קימפערטארן היימען פאר מוהלים זאלן זיך דרייען אונטערן פיס, אויב נישט פאר דעם סיבה?!
מ'שרייט און פארפירט דא כאילו דער האט שוין געשניטן וואו אימער דער מוהל האט געוואלט, ווארום, דער האט דאך געהאלטן א מעסער אין האנט. יא, איר הערט? א גרויסן מעסער! נעהה, נישט ממש א גרויסן מעסער, אבער א קליינעם מעסער. ברויך מען אבער דערגיין אויב איז די קליינקייט פונעם מעסער גענוג קליין נישט צו קענען ארויסשניידן א ניר פונעם קינד? אדער גאר די הארץ פונעם קינד. (לאכסט? איך נישט! אזוי קוקן אויס די תגובות דא)

דארט דרייען זיך נורסעס, דארט דרייען זיך העלפערינס און נאך אלעם איז די מאמע אויך דארט. זיי אלע זעהן דאס קינד יעדע פאר מינוט, און א שניט אין בויך אדער אין האנט פארבלייבט לענגער פון די צייט אפשניט וואס מ'זעהט נישט דאס קינד. אבער ווען מ'מישט אריין די ווארט "מעסער", מאכן די תגובות אויסזעהן מער דראמאטיש און געפיהליש אזש מ'קען זיך שוין אליין איינרעדן אז אט אט האט מען שוין ארויסגעשניטן א ניר. אדער ווען מ'שרייבט ווי גרויליג די פארברעך איז געווען, קען מען שוין טאקע מיינען אז מי יתן והיה וואס דארט איז פארגעקומען.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

הדד בן בדד האט געשריבן:איך זאג נישט אז מען דארף אזוי טוהן. אבער מען דארף עס נישט ארויסנעמען פון קאנטעקסט, און נישט מאכן גרעסער ווי עס איז.

אפערירן יונגע מוידן קען זיין א שפיל מיטן לעבן, און וואס א מין תירוץ איז דאס אז אויב וועט מען זאגן די מאמען וועט זי עס מאכן אין א בעיסמענט אין טשיינע

איך האב געשריבן טשיינע טאון, נישט טשיינע, משום מעשיות שהיו וד"ל.
הדד בן בדד האט געשריבן:די רעדסט דא פון א דרייצן פערצן יעריג מיידעלע און די אפעראציע איז אסאך ערנסטער ווי שניידן א פיצל שטיקל הייטעלע לעבן די עטרה. סאו האק נישט אין קאפ אריין. יעדער זעהט דעם פארגלייך לויט ווי ער וויל.

איך פארגלייך נישט, קוק אויבן און זאג מיר ווער ס'דערמאנט אבארשען, אין האב גערעדט פון דזשענערעל סורידזשערי אויב דאס האלטסטו אויך אז מ'קען מאכן אויף א פיצל קינד (און גלייך דאס נישט צו צו א 14 יעריג מיידל, וואס על מי הלכה איז א גדולה לכל דבר) אן דעם טאטענ'ס רשות.
הדד בן בדד האט געשריבן:(און איך רעד שוין נישט פון דעם אומ'אחריות פון די גרויסע אמעריקאנער חכמים, די וועלכע האבן א פראבלעם מיט ברית מילה, אבער זיי פארשטייען אז מען דארף מעודד זיין יונגע קינדער צו הפקירות (חלילה נישט רעדן אפילו פון דאס פארקערטע) און דערנאך צווינגען דעם דאקטער צו אפערירן אן מודיע זיין די עלטערן. אבער דאס פארשטייט מען, ווייל זיי זענען דאך נישט קיין חסיד'ישע אידן.

דארט איז דע אלטערנאטיוו סאך א גרעסערע סכנה, ווייל זי וועט גיין צו א בוטשער עס מאכן אבי צו בלייבן אנאנים, דא איז די אלטערנאטיוו א טעלעפאן קאלל.
הדד בן בדד האט געשריבן:נארמאל האט ער געדארפט רופן דעם טאטן און אים זאגן וואס גייט פאר און אים אנווייזן, און לכאורה וואלט די זאך געווארן מסודר זייער שנעל, ווייל דאס איז וואס דער טאטע וויל. דער טאטע וויל אז זיין קינד זאל זיין גע'מל'עט כשר כדת וכדין. און עס קען זיין אז דארט איז טאקע געווען אזא מעשה ווי דער רבי האט געזאגט אז דער טאטע אדער זיידע איז א האקעלער כבוד'ס מענטש און וואלט נישט צוגעלאזט (איך בין אליינס אמאל אדורך אזא פרשה, ווען א משפחה איז געווארן מלא חמה אז איך האב אים נישט גענוצט פאר מוהל, און יארן האב איך געהאט צו זינגען און זאגן איבער דעם), עס וואלט אים נישט געפאסט מודה צו זיין.

פרעג איך דיר. טראכט א רגע, ווען דו ביסט רב, וואס וואלסטו געטאהן? נישט געלאזט אן דעם טאטן? און אויב דער טאטע זאגט ניין, און דאס קינד איז ע"פ הלכה נישט כשר גע'מל'עט

קודם כל איז דער טראטשאק מוהל, וואס גייט אהין ווייל ער קען ווינדלען פיפיקלעך א דיים א דאזען, נישט קיין רב, אויב וויל מען מל'ן א קינד נגד רצונו פונעם טאטען, פעלט אויס לכל הפחות א ישיבת בית דין. אפגערעדט פון די לעגאלקייט דערפון און אז בית דין האט היינט נישט קיין כח אויף יענעמס גוף.
הדד בן בדד האט געשריבן:לאמיר פאר א מינוט ארויסלאזן קטלא קניא'ס שטעכיגע ליצנות (ער איז דוקא א פיינער שרייבער און איך האב זיך שוין באלעקט מיט אסאך פון זיינע ארטיקלען, אבער נאך אלעם איז ער נישט קיין ערליכער איד. עקסקיוז מי קטלא), עס איז נישט מעגליך צו זעהן מיט פליישיגע אויגן צו מען האט געמאכט מציצה בפה אדער נישט, און אויב דער מוהל האט געזעהן אז עס איז נישט גוט, האט ער לכאורה געזעהן עפעס אן ערנסטע זאך (ווי איך האב שוין פריער געשריבן, אז די קימפעטארן היימען נוצן געווענליך עקספירענסד מוהלים, און יענער האט נישט געהאט דא סתם אזוי קיין ענין צו פסל'ן און שניידן, עס איז דאך נישט קיין דבר יום ביומו), אויב אזוי וואס דארף מען צו טאהן.

אפשר איז דער רב יא מחוייב צו זעהן אז מען זאל עס מאכן אויב ער איז חושש אז דער טאטע וועט נישט לאזן. עס איז נישט אזוי פשוט.

ווער זאגט אז מ'רעדט פון א עקפיריענסד מוהל, און ווער זאגט אז מ'רעדט פון א ערענסטע פראבלעם להלכה, און ווער זאגט אז ס'נישט קיין דבר יום ביומו?
זעט אויס ווי דו שטופסט זיך אריינצולערנען בדוחק אז במציאות איז דא אנדערש די מעשה און ממילא האט דער מוהל יא געטוהן מיט רעכט, אבער מיר ווייסן דאך נישט, קענען מיר נאר רעאגירן אויף די מעשה אזוי ווי מ'האט עס געהערט. און ווי אזוי די רבנים בשיח שוד האבן דאס דן געווען.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

קאוקאנט האט געשריבן:ווי איך זעה די מעשה איז דארט סך הכל דא, א-ווי אין אלע אנדערע קימפערטארן היימען א איינגעשטעלטער מוהל. איצט שטעלט זיך די פראגע, פארוואס באצאלן די קימפערטארן היימען פאר מוהלים זאלן זיך דרייען אונטערן פיס, אויב נישט פאר דעם סיבה?!

די מוהלים זענען איינגעשטעלט צו באנדאזשירן, נישט שניידן. (יא כ'האב געזאגט שניידן, כמעט אזא שרעקעדיגע ווארט ווי מעסער).
קאוקאנט האט געשריבן:מ'שרייט און פארפירט דא כאילו דער האט שוין געשניטן וואו אימער דער מוהל האט געוואלט, ווארום, דער האט דאך געהאלטן א מעסער אין האנט. יא, איר הערט? א גרויסן מעסער! נעהה, נישט ממש א גרויסן מעסער, אבער א קליינעם מעסער. ברויך מען אבער דערגיין אויב איז די קליינקייט פונעם מעסער גענוג קליין נישט צו קענען ארויסשניידן א ניר פונעם קינד? אדער גאר די הארץ פונעם קינד. (לאכסט? איך נישט! אזוי קוקן אויס די תגובות דא)

נישט קיין נפקא מינא ווי קליין די מעסער זאל זיין האט א מענטש נישט קיין רעכט צו באבערען יענעמס א קינד, אבער די קאנצעפט זעט אויס אביסל צו קאמפליצירט פאר מאנכע חבירים דא.
קאוקאנט האט געשריבן:דארט דרייען זיך נורסעס, דארט דרייען זיך העלפערינס און נאך אלעם איז די מאמע אויך דארט.

נא, אז די מאמע איז דארט קענסטו דאך איר אנפרעגן? וואטס די ביג דיל?
קאוקאנט האט געשריבן:זיי אלע זעהן דאס קינד יעדע פאר מינוט, און א שניט אין בויך אדער אין האנט פארבלייבט לענגער פון די צייט אפשניט וואס מ'זעהט נישט דאס קינד. אבער ווען מ'מישט אריין די ווארט "מעסער", מאכן די תגובות אויסזעהן מער דראמאטיש און געפיהליש אזש מ'קען זיך שוין אליין איינרעדן אז אט אט האט מען שוין ארויסגעשניטן א ניר. אדער ווען מ'שרייבט ווי גרויליג די פארברעך איז געווען, קען מען שוין טאקע מיינען אז מי יתן והיה וואס דארט איז פארגעקומען.

דו פראבירסט צו פארוואסערען די מעשה דא, וואס וואלסטו געזאגט ווען א קריסטליכע קימפעטארן היים שפריצט אביסל וואסער אויף א אידיש קינד, נאר א שפריץ וואסער נקי מחשש תולעים, נאר צו באפטיזירן דאס קינד לכבודו פונעם יאשקע?
און אלע וואס פארטיידיגן דעם אדמו"ר, איך ווינדער מיך אויב זיי וואלטן אויך פארטיידיגט דעם סקווירא רעבין ווען די מעשה וואלט געשען אין אם וילד.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

ס'איז שיין צו זען ווי דער עולם ברויזט דא אויף דעם געפערליכן פארברעך וואס א טראטשאק מוהל האט געטון, צו נעמען א מעסער, ר"ל א מעסער, ממש פונקט ווי לוי אראן, און שניידן א קינד, ר"ל, ממש ווי א בוטשער, לעבעדיג פלייש!, ווי איז דאס געהערט געווארן אין די דעמאקראטישע אמעריקא? נאר אין אזא דיקטעטארישע שטאט ווי קרית יואל!!!! אוי מי יגלה עפר מעיניך רבינו הק', איכה היתה ל... קריה נאמנה, מוהלים דרייען זיך אין פרויען קימפעטארן היימען, און באברען די קינדער באותו מקום, אוי וויי וויפיל דער רבי ז"ל וואלט געוויינט ביי דעם אויף די שובבי"ם תורות.

ליצנות אין א זייט געלייגט
דער מוהל וואס איז איינגעשטעלט אין אשת חיל איז אן עקספיריענס מוהל כמו דאקטאר, ער ווערט גענוצט ביי "אלע" פראקציעס אין סאטמאר, און ער איז יארן עקספיריענס בין בגדולים ובין בקטנים
זאת ועוד, צו זאגן אז דעם מוהל האט זיך געדאכט און מען דארף א ישיבת בי"ד, נעבעך... לאמיך אייך דערציילן א מעשה וואס בדידי הוה עובדא, ביי איינע פון מיינע קינדער א וואך נאכן ברית, רופט מיך מיין ווייב צו און ווייזט מיר דאס קינד, און זאגט מיר ס'קוקט נישט אויס געהעריג די מקום המילה, עפעס צופיל הויט דארט, איך געב א קוק, קיין גרויסער מבין בין איך נישט, אבער ס'האט זיך מיר געדאכט לפי המראה אז דאס איז וואס דער שו"ע רעדט אז די הויט גייט צוריק, למעשה האב איך גערופן טאקע אט דעם א. ד. מוהל, ער האט עס באקוקט, און געזאגט ס'איז כשר, דאס קינד איז אביסל א בעל בשר ממילא קוקט עס אויס אזוי.
וואס איך מיין צו זאגן, דער מוהל איז גארנישט קיין כאפ לאפ, ער זוכט נישט צו שניידן ווי ס'גייט, במציאות ווייס איך פון עטליכע בחורים וואס מען האט זיי געדארפט פאררעכטן נאך די בר מצוה ווען איינער האט באמערקט, ס'איז דא גענוג און נאך מוהלים וואס קענען נישט די מלאכה ווי עס ברויך צו זיין.


געפילטע האקט
אויב ס'וואלט פאסירט אין אם וילד? שוין איך שרייב נישט ווייטער
נישט איבעראל פירט מען זיך צו פרעגן
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך פארשטאנד »

די רעדע איז פון - ווי יעדער פארשטייט - פון אשת חיל, די מוהל דארט איז ר' אהרן ווייס (מוהל מומחה?), ער איז דארט פאר דעם צוועק ד.ה. צו טשעקן די קינדער צו ס'פארהיילט זיך פראפערלי וכדו', נו אז ער האט געזעהן א קינד וואס מ'האט נישט געמאכט פריעה כהלכה האט ער עס פאראכטן, נו ווי געזאגט מה שעשו עשו, אבער איז עס געווען לכתחילה? מעג מען אזוי טוהן? אויף דעם איז מען דן, איך זעה נישט מה כל הרעש, (חוץ אויב די רעש איז צוליב פארטייאישקייט דאן פארשטיי איך).
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקליכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.
פארשפארט