פאליטיקאנט האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:ס'וואלט געווען א גוטע תורה ווען קארנבלי וואלט עפעס אויפגעטון. ער האט דאך אבער נאר קליא געמאכט. ער האט נישט געראטעוועט קיין איין לעבן! דריי א צווייטן א קאפ......
אן זיך ארייננמישן צו דאס הייסט מסירה אדער בכלל איז בארעכטיגט:
דאס איז נישט קיין טענה אז "מיר האבן זיך ממילא אויסגעלאכט" די תוצאה איז נישט משנה אויב די כונה איז געווען גוט!
אבער איך עגרי דו זאלסט נישט לאזן דיין קאפ ווערן געדרייט.
אן אדרעסירן קארנבלי'ס אגענדע בכלליות לאמיר רעדן פונעם קריזיס גופא: איך וויל פארשטיין אזוי; ראול צוריק דעם טעיפ צו ניסן ווען די נומבערס זענען געווען אסטראנאמיש און יעדער פארשטייט אז 3 איז צו סאך, אבער ווען הויפנס יונגעלייט פון 30 יאר פאלן ווי פליגן, צענדליגע אויב נישט טויזנטער 50 60 יעריגע זענען אויף ווענטילעטערס, און מ'ווייסט נישט פון איין מינוט צום צווייטן וואס וועט זיך אויסלאזן, יעדע שעה קומט ארויס אנדערע באריכטן און מ'ווייסט שוין נישט וואס יא און וואס נישט אנצונעמען, ס'איז דא א געזעצליכע לאקדאון, די עקענאמיע איז נאך האלב פארגליווערט, ביזנעסער זענען פארמאכט, פארקס און סקולס זענען געשלאסן, די שטימונג איז אנגעצויגן וועגן געוואלדטאטן, און אפאר אידעלעך האבן די העזה צו גיין אין שוהל אדער טאנצן אויף א חתונה און דער וואס רופט פאליציי ער איז דער אכזר?!?!!! איינמאל איינס.
צווייטנס, וואס איז זיין vigilante אנדערש ווי שומרים און שמירה? ווער האט זיי געבעטן זיך אריינצומישן? אפשר זאל נאר 911 האנדלען פארברעכן? דעס פארשטייסטו נישט? נאר ווען ס'קומט דיך נישט אויס גוט איז נעמען די געזעץ אין די האנט אריין א בעיה? נאר וואזשע דען די געמיינדע אטעמט אויף פאליטיקל און רבניש'ע פאוער און ווען איינער עקסערסייזט זיינע רעכטן אנטקעגן וואס רוב האלטן ווערט יעדער ווילד... (איך רעד נישט דווקא פון דזשעיק, איך זאג נישט איך עגרי מיט אלע זיינע טאהטן דעס קען מיינען יאסל וואלדמאן אויך)
דריטנס, ס'קומט מיר צו לאכן ווי מענטשן שימפן קעגן א קארנבלי אדער א געץ ווען זיי ווייסן טיף אינעווייניג אז זיי זענען ראנג, און טאקע דעס איז וואס באדערט זיי! זיי האלטן נישט אויס אז ס'איז דא אפאר אופען מיינדעד מענטשן וואס האלטן נישט ביים זיך צומאכן די אויגן און "געבן איבער" פאר די הויעכע פענסטער... אין אנדערע ווערטער ווען כלל ישראל איז ווען נישט קיין אויבער חכמים ווי אלעמאל וואלט געווען וואס איבערצוגעבן? וואס איז די סוד? סא איז ער אן איבערגעבער? אדער א פאנטאזירער? מאך אפ. איך בין נישט קיין דיבלאזיא שטיצער אין די סלייטעסט, אבער איך עקל מיך פון די חסידישע אויבער חכמיש'קייט טרעיט "נאא דארפסט פארשטיין, אונז זעמיר אנדערש ווי די גאס די קינדער אונטער די פיס... מ'קען נישט אזוי" קאט די קרעפ! יעדער פאלגט פאלג אויך, מ'הייסט גיין א מאסק גיי מיט א מאסק, צו ס'ארבעט יא צו ס'ארבעט נישט גיי דערמיט ווייל דו פאלגסט! בלינדערהייט נישט ווייל אויב פאלגסטו נישט קומט א מסור, אדער א סומענס און נאך א לאקדאון, פאלג! זיי נישט קלוגער געדענקסט נאך אונז זעמיר אין גלות? פלוצלינג דא פארגעסט מען... ווי קארופטירט ניו יארק איז מיטן זיין rebellious קומט מען אין ערגעץ נישט אן
און איך וועל צוריקווארפן די זעלבע טענה וואס מפיל האט געזאגט אויף קארנבלי, האסט א ברירה קענסט מופן צו א רעכטע סטעיט...