פרעזידענט לינקאלן פון א אידישן פערספעקטיוו - פה סח II
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

[center]פרעזידענט לינקאלן פון א אידישן פערספעקטיוו
צו זיין יאהרצייט דעם דריטן טאג חוה"מ פסח[/center]
[קליקט אויף די בילדער עס צו זעהן קלאר]
וויפיהל פיס האט א הונט אויב דו רופסט זיין וויידל א פוס?
פיהר, ענטפערט 'האונעסט עיב' - זאגן אז א וויידל איז א פוס מאכט עס נאכנישט פאר א פוס...
'האונעסט עיב' [דער אויפריכטיגער עיב-ראהאם] – דאס איז דער כמעט-אפיציעלער צונאמען מיט וועלכער דער רבה דעמי' ומדברנא דאומתי', פרעזידענט אברהם לינקאלן הי"ד, איז באקאנט. ער איז געווען פיינפול-אויפריכטיג.
די יאהר איז 1865, דער טאג איז מארטש 4, בלויז געציילטע וואכן פאר דער באליבסטער פרעזידענט אין היסטאריע וועט אומגעברענגט ווערן. טויזענטער זענען פארזאמעלט ארום די מייעסטעיטישע טרעפ פונעם קעפיטאל געביידע אין וואשינגטאן די סי.
דער זעכצנ'טער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן פייערט דעם איינשווערונג'ס צערעמאניע צו זיין צווייטן טערמין אין אפיס, אבער אויפן סדר היום שטייט איין און איינציגע זאך: די ביטערע ציווילע קריג וועלכע צערייסט דאס לאנד.
די אמעריקאנער ציווילע קריג וועלכע האט זיך אנגעהויבן אין 1861 וועט זיין די טויטליכסטע קריג פאר אמעריקאנער – נישט סתם די טויטליכסטע; ווען זי וועט פארטיג ווערן וועלן האבן אומגעקומען ארום די זעלבע צאל מענטשן וואו אין 'אלע' אמעריקאנער מלחמות 'צוזאמען' - יא, אויך די צווייטע וועלט קריג.
דער פרעזידענט שפירט אז די מעשה שמעקט מיט'ן טויט, נישט לאנג צוריק האט ער געזאגט פאר א פריינט אז די קריג שעפט איהם אויס דאס חיות און ער שפירט אז ער וועט עס נישט אויסלעבן – מזלי' חזי.
וואס ער ווייסט נישט איז אז נישט גאט וועט זיין נשמה צונעמען, א קאלטבלוטיגער רוצח וועט איהם דערשיסן בלויז עטליכע טעג נאכדעם וואס די קריג קומט צו אן ענדע.
און דער רוצח געפונט זיך היינט צווישן די פארזאמעלטע.
יא, דער אקטיאר און דרום-סטעיטס סימפאטיקער דזשאן באוט איז אויך געקומען הערן דעם פרעזידענט'ס רייד.
ער האט געכאפט א גוטן ארט אויפן באלקאני אביסל העכער פון וואו דער פרעזידענט שטייט – ער הערט זיך צו צו יעדן ווארט, ספק צו באשטעטיגען זיין אומבאגרעניצטע שנאה צום רעדנער, ספק ער וויל פארט נישט פארפאסן קיין ווארט פונעם מויל וועלכע שניצט דיימאנטן רעדנדיגערהייט.
-------------
אברהם לינקאלן איז געבוירן געווארן צו זיין טאטע און מאמע טאמעס און נענסי לינקאלן אין פעברואר פון 1809 אין אן איין-צימער'דיגע הייזקע אין קענטאקי.
אברהמ'ל איז אויפגעוואקסען מיט א פשוטער לעבנ'ס שטייגער, כמעט וואס ער האט נישט באקומען קיין פארמאלע בילדונג – צו אלעם האט ער זיך אליין דערקראצט.
האלקים עשה את האדם ישר. א מיזוג פון פקחות, תמימות, געריבענקייט און גראדקייט קומט אראפ איינמאהל אין א טויזנט יאר. אברהם איז פון די וועלכע זענען געבוירן געווארן אויפן בארג, ער האט אבער צוזאמענגעקלאפט א לייטער און געקראכען אין הימל.
"ס'איז נישט קיין נפק"מ ווי הויך דיין זיידע איז געווען, דו מוזט אליין וואקסן", וועט ער אמאהל זאגן. אדער: "איך ווייס נישט ווער מיין זיידע איז געווען; כ'בין אסאך מער באזארגט צו וויסען וואס זיין אייניקל וועט זיין".
לאנג איז ער געווען ווי דאס גלות, גאנצע 6' 4" אין די הייעך, און פאר א הדרת פנים איז מען נישט געקומען צו איהם. אין פאקט האט ער זיך ספעציעל אנגעטוהן זיין באקאנטע בארד ווען ער איז געלאפן פאר פרעזידענט אין 1860 לויט די הצעה פון גרעיס בעדעל, אן עלף יעריגע מיידל פון ניו יארק, וועלכע האט איהם געשריבן א בריוו אז עס וועט פארבעסערן זיין אויסקוק.
ווי האט דער פרעזידענט אמאהל געזאגט ווען באשולדיגט אין זיין א פאפער: ווען כ'וואלט געווען א צוויי-פנימ'דיגער, מיינסטו אז כ'וואלט געטראגן דעם וואס איך טראג?...
-----------
זיין ערשטע פאליטישע רעדע האט לינקאלן געהאלטן אין 1832 אין יונגען עלטער פון 23 יאר. ער איז דאן געווען א קאנדידאט פאר די סטעיט'ס לעגיסלאטור, אט איז א קורצע אויסצוג:
I am humble Abraham Lincoln. I have been solicited by my friends to become a candidate for the Legislature. My politics are short and sweet, like an "old woman’s dance.” ... If elected, I will be thankful. If defeated, it will be all the same.
אין 1854 איז ער געווען צווישן די וועלכע האבן אויסגעפארעמט די פריש-געגרינדעטע רעפובליקאנער פארטיי. "רעפובליקאנער זענען פאר ביידע; דער מענטש און דעם דאלער, אבער ווען די צוויי שטייען אין קאנפליקט – דעם מענטש פאר'ן דאלער".
----------
אברהם קאהן איז געבוירן געווארן אין דייטשלאנד, אין 1842 איז ער אוועקגעפארען צו זוכן זיין גליק אין די נייע וועלט – די גאלדענע אמעריקא. זי האט איהם נישט אנטוישט, צוויי יאהר שפעטער איז ער שוין געווען א סטאר אייגענטומער אין שיקאגא.
אברהם האט זיך גאנץ שנעל אוועקגעשטעלט אין די געזעלשאפט, אין 1847 איז ער געווען איינער פון די פערצן מייסדים פון די ערשטע קהילה איבער'ן גאנצן 'מיד-וועסט' קהילת אנשי מערב, היינט א רעפארם קהילה באקאנט אלס קעי עי עם.
אין די צייט וואס לינקאלן איז געלאפן צום ערשטן מאהל פאר פרעזידענט אין 1860 איז קאהן שוין געווען א הייסער רעפובליקאנער און שטארקער שטיצער פון לינקאלן. אין יענעם יאהר איז קאהן אויך ערוועהלט געווארן צו די לאקאלע סיטי גאווערמענט.
אויסצודרוקען זיין שטיצע פאר לינקאלן האט קאהן געלאזט מאכן אן אמעריקאנער פאן פון זייד און אויף די ווייסע שטריכען האט ער אויסגעשריבען זעקס חיזוק פסוקים פון דעם ערשטן קאפיטל אין יהושע און עס געלאזט אפשיקען אלס א פערזענדליכע מתנה פאר לינקאלן:
מֵהַמִּדְבָּר וְהַלְּבָנוֹן הַזֶּה וְעַד הַנָּהָר הַגָּדוֹל נְהַר פְּרָת, כֹּל אֶרֶץ הַחִתִּים, וְעַד הַיָּם הַגָּדוֹל, מְבוֹא הַשָּׁמֶשׁ יִהְיֶה, גְּבוּלְכֶם. לֹא יִתְיַצֵּב אִישׁ לְפָנֶיךָ, כֹּל יְמֵי חַיֶּיךָ: כַּאֲשֶׁר הָיִיתִי עִם מֹשֶׁה אֶהְיֶה עִמָּךְ, לֹא אַרְפְּךָ וְלֹא אֶעֶזְבֶךָּ. חֲזַק, וֶאֱמָץ: כִּי אַתָּה, תַּנְחִיל אֶת הָעָם הַזֶּה, אֶת הָאָרֶץ, אֲשֶׁר נִשְׁבַּעְתִּי לַאֲבוֹתָם לָתֵת לָהֶם. רַק חֲזַק וֶאֱמַץ מְאֹד, לִשְׁמֹר לַעֲשׂוֹת כְּכָל הַתּוֹרָה אֲשֶׁר צִוְּךָ מֹשֶׁה עַבְדִּי, אַל תָּסוּר מִמֶּנּוּ יָמִין וּשְׂמֹאול: לְמַעַן תַּשְׂכִּיל, בְּכֹל אֲשֶׁר תֵּלֵךְ. לֹא יָמוּשׁ סֵפֶר הַתּוֹרָה הַזֶּה מִפִּיךָ, וְהָגִיתָ בּוֹ יוֹמָם וָלַיְלָה, לְמַעַן תִּשְׁמֹר לַעֲשׂוֹת, כְּכָל הַכָּתוּב בּוֹ: כִּי אָז תַּצְלִיחַ אֶת דְּרָכֶךָ, וְאָז תַּשְׂכִּיל. הֲלוֹא צִוִּיתִיךָ חֲזַק וֶאֱמָץ, אַל תַּעֲרֹץ וְאַל תֵּחָת: כִּי עִמְּךָ הויה אֱלֹהֶיךָ, בְּכֹל אֲשֶׁר תֵּלֵךְ.
דער פרעזידענט האט איהם באלד אפגעשריבן א דאנק בריוו.
-----------
בכלל איז אונזער פרעזידענט געווען גאר שטארק אויסגעקאכט אין תנ"ך, און פלעגט זיך כסדר באנוצען מיט די לשונות פון איהרע פסוקים.
זיין רעליגיעזע סטאטוס איז גאר אינטערעסאנט – עס איז ווי ער זאל האבן געלעבט מיט הונדערט און פופציג יאהר שפעטער.
מיט גאט איז ער געווען גאר שטארק מקושר:
In great contests each party claims to act in accordance with the will of God. Both may be, and one must be wrong.
"מיין זארג איז נישט אויב גאט איז אויף אונזער זייט", האט ער געזאגט ווען געפרעגט בנוגע די ציווילע קריג, "מיין זארג איז אז מיר זאלן זיין אויף די זייט פון גאט".
ביים זיין געזעגענונג'ס דרשה אין אילאנאי אין 1861 ווען ער איז אפגעפארן קיין וואשינגטאן אנצונעמען די פרעזידענטשאפט איבער א צוקריגט פאלק זאגט ער:
I now leave, not knowing when or whether ever I may return, with a task before me greater than that which rested upon Washington. Without the assistance of that Divine Being who ever attended him I can not succeed. With that assistance I can not fail.
אין די זעלבע צייט אבער האט ער זיך אפגעזאגט פון זיין פארבינדען מיט א ספעציפישע קירכע, הוי מרגלא בפומי': "ווען איך טוה גוטס, שפיר איך זיך גוט. ווען איך טוה שלעכטס, שפיר איך זיך שלעכט. דאס איז מיין רעליגיע".
באמת אמרו אז זיין גאנצע מהות און וועג פון טראכטן איז געווען פאר די צייט – ער איז געווען פאראויס מכל בני דורו.
ביים פירען א מערכה מיט קנעכטשאפט איז ער נישט נאר געווען פארנומען מיט'ן 'זינד' שבה, און צו דאס זענען טאקע די בני חם פונעם בייבל – ער האט געטראכט פארגעשריטען: "ווען נאר כ'הער איינעם זיך אננעמען פאר קנעכטשאפט, שפיר איך א מורא'דיגער דראנג עס צו זעהן אויספרובירט אויף איהם אליין"...
"איך גלייך נישט דעם מענטש. איך מוז זיך בעסער באקענען מיט איהם...", האט זיך דער רבי אמאהל אויסגעדרוקט.
-----------
די באקאנטסטע אינטערעקשאן וואס פרעזידענט לינקאלן האט געהאט מיט זיינע אידישע בירגער איז מן הסתם די באקאנטע עפיזאד ווען זיין גענעראל, און שפעטער'דיגער פרעזידענט, יוליסיס גרענט האט אינמיטן די קריג אין 1862 ארויסגעגעבען זיין דזשענעראל ארדער 11 אין וועלכע ער האט פארטריבען די אידן "אלס א קלאס" פון א געוויסע געגענט נאכדעם וואס ער האט מחליט געווען אז זיי שמוגלען פארבאטענע סחורה – די איינציגע אפיציעלע אנטיסעמיטישע אקט אין די היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן.
[למען הרעקארד: לדעתי איז גרענט בכלל נישט געווען אן אנטיסעמיט.]
ווי נאר דער פרעזידענט האט געהערט פון די שאנדפולע באפעל האט ער גלייך געזעהן דערצו מען זאל עס מבטל זיין.
איינער פון די אידן דערציילט איבער זיין שמועס מיט לינקאלן:
לינקאלן: אהא, איז די בני ישראל זענען ארויסגעטריבן געווארן פונעם גוטן לאנד כנען?
איד: יא, און דאס איז פארוואס מיר זענען געקומען צום טאטע'ן אברהמ'ס שויס, זוכענדיג שוץ...
לינקאלן: און די שוץ זאלן זיי זאפארט באקומען.
-----------
יעצט שטייט דער פרעזידענט אויף די טרעפ פונעם קעפיטאל בילדינג און רעדט. ער פייערט נישט זיג - ער רעדט. ער פרובירט מסביר זיין א פינסטערע וועלט מיט וועטער פון תנ"ך, מיט געדאנקען פון ברית החדשה. ער ווארענט איבער גאט'ס כעס געשאפן דורך קנעכטשאפט וועלכע פארטיליגט דאס לאנד.
אבער די רעדע פאר וועלכע ער וועט געדענקט ווערן – די רעדע בה"א הידוע – איז אודאי די רעדע אין געטיסבורג, איינע פון די קורצסטע און מאכטפולסטע רעדעס אין די היסטאריע פון די מענטשהייט.
דאס איז פארגעקומען אין נאוועמבער פון 1863 ביי די דעדיקעישאן פון דעם מיליטערישען בית הקברות אין געטיסבורג, פענסעלוועיניע, פיר און א האלב חדשים נאכדעם וואס די אמעריקאנער ארמיי האט געוואונען דעם 'קאמף פון געטיסבורג' קעגן די קאנפעדערעט רעבעלן.
דארט האט דער פרעזידענט געהאלטן זיין וועלט-בארימטע רעדע פון עטליכע שורות איבער דעם עתיד פון דעמאקראטיע.
"פיר סקאור [סקאור = 20 יאהר] און זיבן יאר צוריק האבן אונזערע עלטערן אויפגעברענגט אויף דעם קאנטינענט א נייע פאלק, פארשוואנגערט אין פרייהייט, און געווידמעט צו דעם געדאנק אז אלע מענטשן זענען באשאפן געווארן גלייך" – האט דער פרעזידענט אנגעהויבען.
א קארגע צוויי מינוט שפעטער האט ער געענדיגט מיט די אייביגע ווערטער: " ... אז די דאזיגע טויטע זאלן נישט האבן געשטארבן אומזינסט. אז דער פאלק, אונטער גאט, זאל האבן א נייע געבורט פון פרייהייט, און אז רעגירונג פון דעם פאלק, דורך דעם פאלק, פאר דעם פאלק, זאל נישט פארגיין פון די וועלט".
----------
דער בריטישער פראפעסאר, און באזוכענדער-פראפעסאר אין יעיל, מארק שאפערשטיין שלאגט פאר אן אינטערעסאנטע טעאריע. דער פראפעסאר וויל טענה'ען אז די בארימטע "פיר סקאור און זיבן יאהר צוריק" פראזע האט דער פרעזידענט געבארגט פון א אידישען רב וועלכער האט זיך באנוצט דערמיט ביי א דרשה.
הרב שבתאי מורייאוס איז געווען אן איטאליענער-אמעריקאנער רב, פון די אנגעזענסטע ארטאדאקסישע פירער אין אמעריקא און א שטארקער קעמפער קעגן די רעפארם באוועגונג.
הרב שבתאי איז געבוירן אין ליווארנו שבאיטליא, נאך פארשידענע גלגולים איז ער אין די 1850ס אויפגענומען געווארן אלס רב אין די 'קהל קדוש מקוה ישראל' קהילה אין פילאדעלפיא וואו ער האט זיך ארויסגעשטעלט אלס א פייערדיגער אנהענגער פון פרעזידענט לינקאלן.
יולי 4, דער אמעריקאנער יום העצמאות, איז אין 1863 געפאלן אום שבת שבעה עשר בתמוז. נישט ווייט פון דארט האט זיך געהאט אפגעשפילט די העפטיגע געטיסבורג קאמף און דער עולם האט נישט געוואוסט ווער עס געוואונט.
ביי זיין שבת'דיגע דרשה האט דער רב געזאגט אז ער איז געבעטן געווארן צו דרש'ען אויפן פסוק וקראתם דרור בארץ לכל יושבי' לכבוד יולי 4, אבער אזויווי עס איז י"ז בתמוז וועט ער רעדן איבער דעם פסוק אין ישעיהו 'יוֹם צָרָה וְתוֹכֵחָה וּנְאָצָה, הַיּוֹם הַזֶּה'. מיט דעם האט ער אויך געמיינט דעם מצב אין געטיסבורג.
אינמיטן זיין דרשה האט זיך דער רב באצויגן צו דעם יום העצמאות "וועלכע האט פיר סקאור און זיבן יאהר צוריק געברענגט צו די נייע וועלט ליכטיגקייט און פרייד".
דריי חדשים שפעטער האט דער פרעזידענט גענוצט דעם גענויעם לשון פון דעם שוין-דאן-געדרוקטע דרשה.
-----------
איין חודש און צעהן טעג נאך זיין צווייטע איינשווערונג איז אברהם לינקאלן אומגעברענגט געווארן.
בלויז פינף טעג פריער, אפריל 9, 1865, האט דער מאכטפולער קאנפעדערעט גענעראל ראבערט לי [יא יא, דער 'לי' פונעם עוועניו] זיך אונטערגעגעבן צו לינקאלנ'ס גענעראל גרענט.
היינט איז פרייטאג, אפריל 14, א שטיקל קריסטליכער יומא דפגרא איז אויך, און דער פרעזידענט ערלויבט זיך א פריוואטע רייזע ארום די שטאט מיט זיין פרוי – א אידענע מיט אנגעצויגענע נערוון און אפטע מרה שחורה אטאקעס.
"דו ווייסט", דרייעט זיך דער פרעזידענט פלוצלינג צו זיין רעבעצין, "איך וואלט נאך געוואלט זעהן ירושלים פאר מיין טויט". סתם ולא פירש.
נאך לאנגע שלאפלאזע יאהרן פון קריג קען מען זיך אביסל ערלויבען צו צושטרייען. דער פרעזידענט איז געלאדענט אויף היינט ביינאכט מיטצוהאלטן א שפיל – 'אונזער אמעריקאנער קאזין' - אין דעם לאקאלן 'פארד'ס טעאטער', דער זיגרייכער גענעראל גרענט איז אויך באשטימט צו קומען, אבער ער וועט זיך ארויסציען אין די לעצטע מינוט.
אין פארד'ס טעאטער געפונט זיך א ספעציעלער צימער אויפן גאלערי וועלכע איז ספעציעל מיוחד פאר'ן פרעזידענט, אנדערע ווערן דארט נישט אריינגעלאזט.
דוקא היינט נאכט איז דא נאך איינער וועלכער פלאנט צו זיין אין דעם צימער. דער אקטיאר דזשאן בוט. זיינע כוונות זענען נישט גוט.
ויהי לעת ערב, דער פרעזידענט זיצט באקוועם אין זיין רויטן ראקינג-בענקל, און דער מערדער כאפט זיך אריין אינעם צימער אומבאמערקט. אין זיין האנט האט ער א גאן.
אלס אן אקטיאר האט ער זיך גוט אויסגעקענט מיט'ן בילדינג און מיט'ן שפיל, ער האט אויסגערעכענט זיין אקט צו א סעקונדע ווען די פארזאמעלטע האבן אויסגעבראכן אין א געלעכטער.
לינקאלן איז געשאסן געווארן אין קאפ.
ווי, וואס, ווען איז דער שטערבליך-פארוואונדעטער פרעזידענט אריבערגעפירט געווארן קעגנאיבער די גאס צו דעם 'פעטערסאן הויז' וואו ער איז אריינגעלייגט געווארן אין בעט. צוליב זיין געוואלדיגע לענג לייגט מען איהם שיעף.
די גאנצע נאכט האט דער פרעזידענט זיך געפונען אין א קאומא און זיך געראנגעלט מיט'ן טויט. צוקאפענ'ס שטייט דער אידישער דאקטאר טשארלס ליבערמאן, א רוסישער אימיגראנט, און נעמט נישט אראפ קיין אויג פון זיין האר.
עס העלפט איהם נישט קיין סאך, 7:22 שבת חול המועד פסח אינדערפרי אטעמט אברהם דאס לעצטע.
סעקרעטערי אוו וואר סטאנטאן סאלוטירט און דערקלערט: "Now he belongs to the ages."
---------
עס איז שבת אינדערפרי, דעם דריטן טאג חול המועד פסח שנת תרכ"ה, אין צאנז לויפט מען אין מקוה, און אין ניו יארק סיטי איילט מען זיך אין שוהל אריין.
עס נעמט נישט לאנג און די שרעקליכע ידיעה גרייכט איבעראל. אין אלע קהילות זאגט מען הספדים און תפלות פאר'ן געפאלענעם פרעזידענט.
די שוהל אויף די צוועלפטע גאס, באריכטעט די ניו יארק טיימס, איז פארוויקעלט אין שווארצן, דער רב פרובירט צו זאגן אפאר ווערטער, אבער קען נישט קומען צום ווארט פון צער. ספאנטאן האט זיך דער גאנצער עולם אויפגעשטעלט און צוזאמען געזאגט קדיש לעילוי נשמת אברהם לינקאלן הי"ד.
------------
צוויי חדשים שפעטער טרעפן מיר א בריוו פון אונזער רב, הרב שבתאי מורייאוס, אז זיין קהלה האט צוזאמענגעשטעלט די סומע פון דריי הונדערט דאלער זיך משתתף צו זיין אין א מאנומענט לזכרו פונעם פרעזידענט. [ווי וואלט דער רבי געזאגט, $300 בימים ההם...]
אויך האט אונזער רב זיך נישט געפוילט און אנגעשריבן א הארציגע שיר אין לשון הקודש אויף די ראשי תיבות פון דעם פרעזידענט'ס נאמען. אויפן בילד איז עס אונטערגעשריבן 'אייזק גאלדשטיין הלוי', לויט געוויסע מקורות איז הרב שבתאי דער מחבר.
-----------
נאך עפעס געבליבן?
נעה.
יא... בלייבט נאר צו וואונטשען אז ער זאל זיין א גוטע בעטער.

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

- קינד_אן_קייט
- היימישער באניצער
- הודעות: 495
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
- האט שוין געלייקט: 728 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז דאס איז די שענסטע ארטיקל אינעם פה סח, ועכשיו דמסתפינא, וועל איך נאר זאגן, אז דאס איז דער ביישפיל-ארטיקל וואס מאכט פה סח פאר פה סח, און וועמען איך וואלט געזאגט אלע שרייבערס זאלן זוכן צו פאלאוען.
די שפראך, די תוכן, די חומר, די טעמע, די שלימות, אריינגעשיקט פיקס פערטיג, מוגה, מיט אלע בילדער, א נחת און א פלעזשור.
והעיקר, אז ונבנתה שיקט אין צייט!!! עטס ווייסט נישט וואס מיינט דארפן ארבעטן מיט לעצט מינוטיגע ארטיקלן, פון איין זייט וויל מען אלעס זאל אריינגיין, מ'וויל נישט קיינעם באליידיגן, פון די אנדערע זייט דארף מען גיין צום דרוק, די הויט ברענט, די גראפיקער ברעכט אונטער, די מגיהים קרעכצן, די לחץ איז איום ונורא.
אז איינער שיקט זיין ארטיקל אין צייט טוט ער פשוט א טובה פאר מיר, פאר די פה סח רעדאקציע, פאר די מענטשהייט, און פאר זיך אליין, אז זיין ארטיקל קען באקומען די פאסיגע אויפמערקזאמקייט.
דערפאר וויל איך זין באדאנקען פאר ונבנתה, ממנו ילמדו וכן יעשו, אויסער זיין תורה חכמה און צדקות, איז ער פשוט צו גאט און צו לייט, א מענטש מיט וועמען מ'קען גיין צום טיש און א פלעזשור צו ארבעטן ביינאזאם.
#ווייל_א_מענטש_בלייבט_א_מענטש

- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: פרעזידענט לינקאלן פון א אידישן פערספעקטיוו - פה סח II
מ'קען צעדרייט ווערן זעהענדיג אזא כשרון! א פלא אין די בריאה!
אז מ'לולא דמסתפינא'ט שוין.... וואלטעך געזאגט אז רש"י זוין איז אראפגעקומען בהאי עלמא נאכאמאל (אין פארעם פון ונבנתה העיר) כדי זיך משלים צו זיין אויף אידיש.
אז מ'לולא דמסתפינא'ט שוין.... וואלטעך געזאגט אז רש"י זוין איז אראפגעקומען בהאי עלמא נאכאמאל (אין פארעם פון ונבנתה העיר) כדי זיך משלים צו זיין אויף אידיש.
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
ונבנתה העיר האט געשריבן:לינקאלן: אהא, איז די בני ישראל זענען ארויסגעטריבן געווארן פונעם גוטן לאנד כנען?
איד: יא, און דאס איז פארוואס מיר זענען געקומען צום טאטע'ן אברהמ'ס שויס, זוכענדיג שוץ...
לינקאלן: און די שוץ זאלן זיי זאפארט באקומען.
כ'זע אז ס'איז געווען א שטיקל טרענד אים צו רופן 'טאטע אברהם'.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=WruhhqCmy8c[/youtube]
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: פרעזידענט לינקאלן פון א אידישן פערספעקטיוו - פה סח II
יישר כוח ווי אלע האבן שוין באדאנקט, א דיין געשריבענע היסטאריע ארטיקל על דרך ונבנתה.... וואס קען זיין בעסער?
זייענדיג א חובב "קוואוטס", בין איך געשטוינט אז כ'האב קיינמאל געהערט דערפון, גאר שטארק און קלוג.
ונבנתה העיר האט געשריבן:"איך גלייך נישט דעם מענטש. איך מוז זיך בעסער באקענען מיט איהם...", האט זיך דער רבי אמאהל אויסגעדרוקט
זייענדיג א חובב "קוואוטס", בין איך געשטוינט אז כ'האב קיינמאל געהערט דערפון, גאר שטארק און קלוג.
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
אינעם היינטיגן טאג אין יאר תרכ''ד לפ''ק:
אין יאר תרכ''ד, אינעם היינטיגן טאג אין וועלכע מיר שטייען, נאוועמבער 19, איז דער פרעזידענט אברהם לינקלן געשטאנען אין די רעאנירטע שטאט געטיסבורג, פענסילוועניע. אין די שאטן פון די טויטע קערפער פון די שווערע טויזענטער אמעריקאנער זעלנער וואס האבן העלדיש אויפגעגבן זייער אייגענעם לעבן אין קאמף פאר פרייהייט, און ער האט אויסגעטאן זיין לעגענדארער צילינדער, און ארויסגעצויגן פון דארט א שטיק פאפיר אויף וועלכע ער האט זיך פארגעשריבן זיין רעדע, און געהאלטן די פאלגענדע גייסטרייכע און אינספערירענדע רעדע, אט איז וואס ער האט דאן געזאגט:
שא! שא! ס'זאל זיין שטיל! ויאמר אברהם את הדברים האלה לאמור:
פאר זיבן און אכציג יאר צוריק האבן אונזערע עלטערן געבוירן אויף דעם קאָנטינענט א נייע נאציאן, פארשוואנגערט מיט פרייהייט, און אנטשלאסן צו די שטעלונג אז אלע מענטשן זענען באשאפן געווארן אייניג גלייך.
אצינד ווען מיר שטיין אין דערמיט פון א גרויסע בירגער קריג, וואס פרואווט טאקע צי דער נאציאן אדער סיי וועלכע נאציאן, אזוי פארשוואנגערט און אזוי אנטשלאסן, קען לאנג אנהאלטן. אונז באגעגענען זיך אויף א גראנדיעזער שלאכט פעלד פון די קריג, אונז זעמער געקומען הייליגן א טייל פון דעם דאזיגער פעלד פאר א ענדגילטיגער רוה ארט פאר די דאזיגע וועלכע האבן אויפגעגבן זייער אייגענעם לעבן, אזוי אז דער דאזיגער נאציאן זאל בלייבן לעבן. עס איז פאסיג! און ריכטיג! אז מיר זאלן דאס טאן.
זאגאר, אין א ברייטערער באדייט: קענען מיר נישט ווידמען, קענען מיר נישט הייליגן, קענען מיר נישט דערהויבן די דאזיגע ערד. די בראווע מענטשן, די לעבעדיגע און טויטע, וועלכע האבן זיך דא געראנגלט, זיי האבן דאס געהייליגט, פיל מער ווי אונזרע שוואכע כוחות קענען צוגעבן אדער אראפנעמען. די וועלט וועט ווייניג באמערקן און נישט צו לאנג געדענקן וואס מיר זאגן דא היינט, אבער עס וועט קיינמאל נישט קענען פארגעסן וואס זיי האבן דא געטאן. ס'איז פאר אונז לעבעדיגע ענדערש צו זיין אנטשלאסן דא, צו פארפולן די נישט פארענדיגטע ארבייט וואס זיי וואס האבן געקעמפט דא ביזדערווייל אזוי נאבל מיט פארשריט. עס איז ענדערש פאר אונז צו זיין דא אנטשלאסן צו די גרויסע מיסיע וואס עס שטייט נאך פאר אונז. ווארים פון די דאזיגע באערטע גע'הרג'טע, נעמען מיר מער איבערגעגבנקייט, פאר די ציל פאר וועלכע זיי האבן אוועקגעגעבן זייער גרעסטע און לעצטע איבערגעגבנקייט, אזוי אַז מיר דאָ העכסט באשלוסן אז די דאזיגע זענען נישט געשטארבן אומזיסט. נאר אז דער נאציאן אונטער ג-ט זאל זוכה זיין צו א נייע געבורט פון פרייהייט, און די רעגירונג פון פאלק, דורך די פאלק, פארן פאלק, זאל נישט פארשניטן ווערן פון דער ערד...
איבערגעזעצט פון גויאיש אויף אידיש, לכבוד ידיד נפשי וידיד נפש כל חי, דער חשובער פותח האשכול, הער ונבנתה העיר, מגדולי תלמידיו של אברהם.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: פרעזידענט לינקאלן פון א אידישן פערספעקטיוו - פה סח II
קאך_לעפל האט געשריבן: צו פארפולן די נישט פארענדיגטע ארבייט וואס זיי וואס האבן געקעמפט דא ביזדערווייל אזוי נאבל מיט פארשריט. .
קען נישט זיין ער האט געזאגט נאבל, ווארום די אלפרעד נאבעל פרייז - און דערמיט די מליצה - איז הערשט ארויסגעקומען שפעטער....
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
Four score and seven years ago our fathers brought forth, on this continent, a new nation, conceived in Liberty, and dedicated to the proposition that all men are created equal.
Now we are engaged in a great civil war, testing whether that nation, or any nation so conceived and so dedicated, can long endure. We are met on a great battle-field of that war. We have come to dedicate a portion of that field, as a final resting place for those who here gave their lives that that nation might live. It is altogether fitting and proper that we should do this.
But, in a larger sense, we cannot dedicate—we cannot consecrate—we cannot hallow—this ground. The brave men, living and dead, who struggled here, have consecrated it, far above our poor power to add or detract. The world will little note, nor long remember what we say here, but it can never forget what they did here. It is for us the living, rather, to be dedicated here to the unfinished work which they who fought here have thus far so nobly advanced. It is rather for us to be here dedicated to the great task remaining before us—that from these honored dead we take increased devotion to that cause for which they here gave the last full measure of devotion—that we here highly resolve that these dead shall not have died in vain—that this nation, under God, shall have a new birth of freedom—and that government of the people, by the people, for the people, shall not perish from the earth

- ידיד השטיבל
- הודעות: 203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:30 pm
- האט שוין געלייקט: 235 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל
צ/ק
קרדיט
[left]Be’erech a yoivel and a half ago, the meyasdim shtelled avek on this makom a naiya malchus with the kavana that no one should have bailus over their chaver, and on this yesoid that everyone has the zelba zchusim. We’re holding by a geferliche machloikes being machria if this medina, or an andere medina made in the same oifen and with the same machshovos, can have a kiyum. We are all mitztaref on the daled amos where a chalois of that machloikes happened in order to be mechabed the soldiers who dinged zich with each other. We are here to be koiveia chotsh a chelek of that karka as a kever for the bekavodike soldiers who were moiser nefesh and were niftar to give a chiyus to our nation. Yashrus is mechayev us to do this…Lemaise, hagam the velt won’t be goires or machshiv what we speak out here, it’s zicher not shayach for them to forget what they tued uf here. We are mechuyav to be meshabed ourselves to the melocha in which these soldiers made a haschala–that vibalt they were moiser nefesh for this eisek, we must be mamash torud in it–that we are all mekabel on ourselves to be moisif on their peula so that their maisim should not be a bracha levatulla– that Hashem should give the gantze oilam a naiya bren for cheirus– that a nation that shtams by the oilam, by the oilam, by the oilam, will blaib fest ahd oilam.[/left]
קרדיט
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
Re: פרעזידענט לינקאלן פון א אידישן פערספעקטיוו - פה סח II
נעכטן געווען דער יארצייט פונעם רבי'ן. זאל דער זכות מגין זיין.
נישט ארויפצוברענגען די טויטע אומזינסט, נאט אייך א שטיקל פון א בריוו זיינער.
וויאזוי ברענגט מען ארויס נאך א בעשוי, אז די שידוך-פארשלאגענע איז סיי אלט און סיי גראב? אט הערט:
a kind of notion that ran in my head, that nothing could have commenced at the size of infancy, and reached her present bulk in less than thirtyfive or forty years