החוקר האט געשריבן:טראמפ 45 מיטן כולל איז בגמטריא מושל.קורקלענד האט געשריבן:העניך וואס טוהט זיך מיט די גמטריאות?
איין כולל איז נישט גענוג. ער האט הונדערטער כוללים מיט געשוואוירענע חסידים.
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:איך האב שוין לאנג געוואלט עפענען אן אשכול וועגן די ישעי' ווייס שאו. ער איז מתוק מדבש.
זיין לעצטע שאו איז אבער געווען די פיעק. איך בין א שטארקע טראמפ פען אבער ממחרת די עלעקשענס האב איך אויפגעגעבן אויף א צווייטע טערמין. איך האב אזאנס געלאכט ווען איך האב אויסגעהערט נעכטן אזש מיין ווייב האב ממש נישט פארשטאנען פארוואס איך הער איהם ווייטער אויס. ווען זי האט געהערט אז טראמפ האט גאר דוקא צוגעלאזט די פראוד עס צו עקספאוזן האט זי געכאפט פארוואס איך לאך און איך הער ווייטער.
ער איז זיס. אבער משוגע לאותו דבר. פאר די עלעקשענס איז עס געווען רעטאריק און פראפאגאנדע, יעצט נאך די עלעקשענס איז עס ממש הוילע שטותים והבלים.
א נארמאלע מענטש האט אלס געוויסט אז די בעסטע איז זיך אליין אויסצוהאלטן, אבער איך פארשטיי אז מיט 'אנדעקט' מיינסטו די יעצטיגע מצב מיט די מוסדות.קורקלענד האט געשריבן:מיר האבן אנערקענט אז די אלע סאציאלע פראגראמען ברענגען גארנישט קיין חיים טובים.
שמעקעדיג האט געשריבן:
ווער געדענקט נאך מיין ארטיקל "משוגע לאותו דבר"...
העניך האט געשריבן:קען איינער בעטן די חברה אין אייוועלט צו געבן קרעדיט פאר העניך פון קאווע שטיבל?
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 9#p2470299
בת קול האט געשריבן:די מידיע פון ביידע פארטייען פארדעקן די עקסטרעמיזם פון זייער מחנה.
די פראבלעם איז אז די פירער פון די רעפאבליקאנער- טראמפ, איז עקסטרעם.
פון די אנדערע זייט, די פירער פון די דעמאקראטן- ביידן, איז א מאדערעט.
די פירער ווייזט אויף די פארטיי וואס האט זיי אריינגעוועלט.
טראמפ האט געוואנען איבער 17 קאנדידאטן און ביידן איבער 29 קאנדידאטן.
זעהט אויס רוב פון טראמפס מענטשן זענען ווי אים אדער אידענטיפיצירן זיך ווי אים, און די זעלבע ביי ביידן.
נאך א מיינונג האט געשריבן:ווי לאנג האסטו געזוכט א תירוץ פאר דיין קשיא? די וועג פון ענטפערן א קשיא איז דורך צונעמן די הנחות אויף וואס די קשיא איז געבויט.
צונעם דיין טעזע וועסטון זען אז די קשיא איז גארנישט מיט נישט.
שטעט אין אמעריקא זענען נישט פארטיליגט געווארן. דאס איז סתם אזוי נישט אמת. און די ראיאטן וואס זענען יא פארגעקומן זענען נישט די יסוד פון די דעמאקראטישע פארטיי, עס איז א חלק פון די באפעלקערונג וואס האט טענות וואס די רעגירונג אדרעסירט נישט. זה הכל.
עס איז נישט דא קיין שום באווייז אז ביידן איז אן עקסטרעמע, אדרבה ער היט זיך פון אלע עקסטרעמע מיינונגן למיניהם. עס איז דא עקסטרעם ליבעראלע אין אמעריקא, קליינקעפיגע טראמפ שטיצערס אויף די לינקע זייט. אבער ביידן איז נישט פון זיי, און פון די שטימעס וואס ער האט באקומן זעט מען אז דער באפעלקערונג וויל די סטאביליטעט פון מאדערעישאן וואס אין די וואלן איז נאר געווען נחלת ביידן.
ווילסט ענדערש עקסטרעם רעכט ווי מאדערעט לינק? פיין און וואויל. אבער די עקסטרעם לינקע זענען יעצט נישט געווען אויף די בעלללאט, ב"ה. די קינדער אין קאלעדזש זענען נישט די פירערס פון די לינקע פארטיי, ב"ה.