לייבל שטילער האט געשריבן:לעצם השאלה: פ"וו ווילסטו רבנים זאלן אריינרעדן אין פאליטיק?
רבנים רעדן דאך קיינמאל נישט אריין אין פאליטיק כידוע.... דאס איז נישט פאליטיק, סאיז א הלכה שאלה. ביי אונז אין סערעט וויזניץ זאגט מען אז סאטמאר רבי האט געשריבן א גאנצע ספר וועגן דעם, כווייס נישט צי איר זענט באקאנט.

סאטמארע רבי לעבט נישט היינט.
אמת. אבער אז ער האט געשריבן א ספר אויף דעם מיינט אז סאיז יא א הלכה שאלה, איר כאפט?
היא הנותנת: ויואל משה איז קיין הלכה ספר. (אויסער אויב א שיינע ליקוט פון מדרשי אגדה, מהר"ל וכו' באלאנגט אין די קאטעגאריע פון הלכה). ס'איז משמע אז דו זוכסט 'רבנים' וואס האבן פשוט דורך געטוען די 'הלכה'דיגע' אספעקט פון ציונות (וואטעווער דעט מינס..) אזוי ווי א שאלה צו מ'מעג נוצן בעיבי וווייפס שבת, למעשה איז נישט דא קיין מעגליכקייט פאר אזא זאך, ווייל אין הלכה'דיגע מקורות קענסטו גארנישט טרעפן, ווידער דרוש און "השקפה" קען יעדער זאגן וואס ער וויל.
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
מושב לצים האט געשריבן:אזוי ווי דו פרעגסט א שאלה אין הלכה, ווען דו זוכסט א היתר, למשל אויף הוצאת ז״ל, וועט דיך א פרימע יוד זאגן, קיין פרימע רב איז נישט מתיר. אויב וועסטו זאגן די אין די רב איז מתיר, וועט יענע זאגן, עה ער איז נישט א פרומע רב...
מושב לצים האט געשריבן:הוא הדבר אשר דיברנו. איך גיי נישט אויפזיכן קיין מומחים אז דו זאלסט קענען מסביר זיין פארוואס עכט זענען זיי נישט קיין מומחים. הצלחה. https://en.m.wikipedia.org/wiki/No_true_Scotsman
איר באשטימט א קריטעריע פאר אן ערליכע רב, און געבויעט אויף דעם קענט איר נישט טרעפן קיין איין רב.
איך זוך א ראש הממשלה וועלכע איז געווען אנטי מדינה....
און היינט אז די מדינה עקזיסטירט. איז אפילו לשיטת רביה"ק מסאטמאר (דעם אריגינאלן) דארפן מיר מתפלל זיין און טון אלע פעולות והשתדלות אז די מדינה זאלל (ח"ו) נישט בטל ווערן דורך די אראבערס און אנדערע גויים. ווייל דאמאלס וועט נישט טויגן פאר כלל ישראל. .(ראה הקדמה לספה"ק ויואל משה דף ח')
און היינט אז די מדינה עקזיסטירט. איז אפילו לשיטת רביה"ק מ'סאטמאר (דעם אריגינאלן) דארפן מיר מתפלל זיין און טון אלע פעולות והשתדלות אז די מדינה זאלל (ח"ו) נישט בטל ווערן דורך די אראבערס און אנדערע גויים. ווייל דאמאלס וועט נישט טויגן פאר כלל ישראל. .(ראה הקדמה לספה"ק ויואל משה דף ח')
@מושב לצים אביסל אוף טרעק, אלס בחור האב איך געהערט אז דער מקור ברוך זאל האבן געשריבן א קאנטער ספר קעגן ויו"מ איך בין נייגעריג אויב איר קענט דאס באשטעטיגן
(דאס האב איך געהערט פון אן אייניקל פון אים, אז ער האט געהאט א ויואל משה דורך געלערנט מדאשקע לדאשקע מיט פולע הערות געשריבן דערויף)
מנחם ציון: יא. איך רעפעריר צו ר' ברוך עפשטיין. בעמ"ח ספר תורה תמימה. א זון פון ר' מיכל עפשטיין. בעל ערוך השולחן....! וועלכער האט געהאט אן אויסערגעווענליכע שנאה אויף חסידים און חסידות בכלל....!
זיין ספר מקור ברוך וואלט געווען גאנץ אן אינטרעסאנט ספר ווען ער איז מער אביעקטיוו אין זיין אפשאצונג פון געוויסע געשעענישן. און ווייניגער אויסדרוקן פון וויסטע שנאה אויף געוויסע גרופס. אזוי ווי חסידים...!