משיב הרוח ומוריד הגשם...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
קוויטעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 2:08 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

משיב הרוח ומוריד הגשם...

שליחה דורך קוויטעל »

ס'פריש און קיל... כ'שפיר שולדיג אפאר שורות פאר די פאקט פון מיין פארגענוגען, אויף עפעס וואס נישט יעדער וואלט אזוי געדאנקט מיט א פה מלא. מאנכע צוליב הסחת הדעת, און מאנכע, ווייל דווקא וואס איך האב ליב האט יענער פיינט!

גאט ברוך הוא, האט באשאפן מענטשן, מיט פארשידענע סארט נאטורען. און ס'פארהאנען אזעלכע וואס ווערן אנגערופן ווינטער פויגלען, נאכט פייגלען, רעגן פייגל... דהיינו, ווי ס'הערט זיך געווענליך די פארגענוגן פון מענטשן, איז עס ווען די זון שיינט אויף, און ווען די בלעטער שפראצן, און די זומער איז אויפ'ן דינסט.

אבער יעך – און אויך די אלע וואס זענען אין די אויבנ'דערמאנטע קאטעגאריעס – זענען דווקא פארקערטע נאטורן, עפעס אזוי באשאפן געווארן אין אונז. און מיר האבן דווקא ליב די קעלט, איידער ווארעמע סעזאנען, די נאכט און די רעגן, איידער זונען טעג און פארפלייצונג פון שיין, ביימער פארשטעלונג, און גערודער.

א שטייגער, אז ס'קומט די זומער, וואס הייבט זיך אן בפה רך... קודם איז טאקע איינגענעם, ס'מאכט זיך א ברכה אויף די פריש שפראצענדע ביימעלעך 'שלא חיסר בעולמו כלום וברא בו בריות טובות ואילנות טובות'. דאן אבער קומט פארפירעריש די הייסע טעג, וואס ווי א טאג מער אינעם זומער, קען מען צושמאלצן ווערן, און אראפן פון זונען... יא אראפ פון די געהירן צוליב די זון.
א שטייגער א דארע פיגור, וואלט זיך א עצה געגעבן אין די קאלטע טעג, און זיך אנגעטון א דאפעלטע מאנטל, און נאך א פאר גראבע שטרומפ. אבער איך אין די הייסע טעג, אנא אני בא? ווי קען איך לייגן מיין בייכל אין סטארעדזש... כאטש ווי די שארער טרעקלעך לייגן דעם שארער פארענט – איבערן זומער.

אבער ניין, ס'איז ווי די באבע רות האט געזאגט צו נעמי, ''אל אשר תלכי אלך ובאשר תליני אלין''... ס'נישט גענוג ווי הייס ס'איז מיר, אז ס'גיסט זיך מיר שווייס איבערן געזיכט, און קוועלער גיסן זיך מיר פון די בגדים, און כ'מוז מיר מיטשלעפן דעם טאנק מיט זיך כל ימי חיי...

אז ס'קומט שוין שבט, און כ'זע די פריע גראז אויפ'ן פעלד, ווערט מיר שווארץ אויפ'ן געוויסן, ווען כ'ווייס אז ס'קומט ווידער זומער, און מ'וועט זיצן און שוויצן ואין מידו מציל... און איך קלער מיך, אז איך ווער נישט משוחד פון די זינגענדיגע פויגל, און פון די קלאטשענדיגע בלעטער, אויף עפעס א שטיקל ווינטל וואס רייצט זיך מיט מיר, אויף יוצא צוזיין.

הגם די גמרא דערציילט אויף איינע פון די אמוראים, וואס איז געווען א בעל בשר, און ער האט געבעטן זיין טאכטער עהם צו מאכן לופט, מיט אזא פאכער, כדי צו כאפן דעם אטעם, און האט איר צוגעזאגט צו געבן בינטלעך בשמים – אלץ אפצאל. און פלוצלינג האט זיך גענומען בלאזן א ווינטעלע, האט ער זיך אויפגעשטעלט, און געזאגט; וויפיל בינטלעך פון בשמים דארף איך געבן לכבוד'ן בורא כל עולמים, וואס ער שיקט דאס ווינט...

גיי שאץ אפ וואס דאס מיינט, א שטיקל ווינטעלע אין א ים פון שווייס און היצן אן א סוף.
אבער אז ס'קומט ווינטער, און כ'שפרייז ארויס אזא שבת נאכט, און ס'נישטא קיין נעפל, קיין גערודער, קיין היצן און קיין פייכטקייט. אה ברוך השם, כ'מיך דאס גרויסע קערפער אויסקנעפלען, און אויסשפרייטן די ארעמעס מיט פארגענוגן, זאל עס זיין לכבוד שבת קודש...
פיינע שניידענדע פרישע קלארע געזונטע געבענטשע קאלטע לופט אויפ'ן וועלט.

ס'איז באקוועם, געשמאק און אנגענעם, און אזא פארגענוגען ווי א פיינעם גאס רעגן אין די ריכטיגע צייט. ווי היימיש און וואויל איז מיין געמיט, אז ווער ס'וויל זיך ביי מיר בענטשן, וואלט איך עהם אזאנס געוואונטשן, וואס פאלט נישט איין פאר די גרעסטע יודע עתידות'ער צו בענטשן...

ס'שמעקט א מחי'ה די ווינטעלעך און די בלויע הימל און האריזאנט, ווי גן עדן שבת כלה מלכתא... הלוואי אן אייביגקייט, און פטור אן עסק מיט די זונען היצן און לאנגווייליגע באכלעפשונג מיט'ן זאק רמ''ח ושס''ה אויף דעם עולם המעשה, אין די ששת ימי המעשה...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קוויטעל: איך בין טיילווייז מסכים מיט דיר. מיין נפש פיהלט אויך א סאך בעסער און ווייניגער דיפרעסס'ד אין די קילערע הערבסט און ווינטער חדשים ווי איידער אין די הייסע און דערדריקענדע חדשים פון תמוז, אב און אלול.

אבער לגבי ליעב האבן די פינצטערניש פון די נאכט מער ווי די ליכטיגקייט פון טאג, האבן די יודעי תורת הנפש פעסטגעשטעלט אז דאס האט צו טון מיט א דערדריקטן נפש. דיפרעסיע.ווער ס'איז דיפרעסס'ד האט ליעב צו זיצן איינזאם אין די פינצטערניש. ווי איידער אין ליכטיגקייט...!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שיין, שיין....

דערמאנט מיך אן אלטער ארטיקל וואס כ'האב אמאל געשריבן:

viewtopic.php?f=24&t=2063
וירח ה' את ריח הניחוח
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

אנטונינוס אמר לרבינו הקדוש: צלי עלי, אמר לו תשתזיב מן צנתא,
אמר ליה, יתיר חדא כסו וצנתא אזלת
אמר ליה, תשתזיב מן שרבא
אמר ליה, הא כדו צלי עלי, דכתיב (תהלים יט, ז): "ואין נסתר מחמתו"
קוויטעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 2:08 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

דער סימבאל פון אומדאנקבאר-קייט!

שליחה דורך קוויטעל »

עולם גולם ראיתי... א וועלט דרייעט זיך, און ס'פאסירט זאכן, וואס מ'ברויך זיך ציפן צו מ'טרוימט נישט. איז עס טאקע וואר, צו איז עס בלויז א בייזע נאכט אוואנטורע.
אבער אין א ניכטערער בליק, בעסער געזאגט, פון א ערליכער יודיש גלויביגער בליק, ווייסן מיר און פארשטייען, אז אלעס פאסירט מיט א מוסר השכל אונטער דעם.
דאס אז טראמפ האט געוואונען פיר יאר צוריק, און האט פארלוירן פיר יאר שפעטער, צייגט גענוג, אז ה' מוֹרִישׁ וּמַעֲשִׁיר מַשְׁפִּיל אַף מְרוֹמֵם. טאמער האט מען געמיינט אז אמעריקא איז דערנאך, און אלעס איז קאראפטירט – ואין מציל, איז אויפגעקומען א פירער וואס האט א היבשע מאס עזות און כח, און האט בדרך לא דרך באוויזן צו איבערדרייען און דערשטיקן קאראפציע, אויף א היבשע מאס צום באוואונדערן.

דאס אז א בלאנדער ערל – וואס בילדעט אויס אויפ'ן ערשטן בליק – דער עשיו האדום מיט'ן לייבן האר קרוין. איינער וואס שטאמט ארויס פון אירלאנד און אשכנז, זאל גאר ליבן יודען און זיך גאר מיט זיי מחתן זיין. דאס אז ער זאל טון מער ווי געווענליך פאר'ן פאלק, איידער פאר'ן אויבערשטע פונעם שטייסל. און בכלל – פון א געניטע ביזנעסמאן צו א פירער פונעם מאדערנעם וועלט – מצליח זיין צו דרייען זאכן און אויספירן פלינק און וואונדערליך, ווי קיינער בעפאר. דאס איז א קלארע אצבע אלוקים!
בכלל נישט ער, און ער אליינס איז דאס מודה בפה מלא.
קוקט אויס אז ווילאנג ס'געווען באשערט צו הייבן אמעריקא אויף דעם גאנג, האט ער מצליח געווען אויף דעם גאנג. און וואס ס'וועט ווייטער זיין, וועט ווייטער זיין וואס איז גוט און פיין פאר'ן ציל וואס גאט ב''ה וויל ס'זאל פאסירן אין זיין וועלטעלע.

אבער, נאך א טיפערע מוסר השכל וואס מ'זעט זייער קלאר אין די טעג. איז די כלל פון אל תבטחו בנדיבים, פארלאז דיך נישט אויף די ''גוטע מענטשן'', ווייל זיי זענען בלויז מענטשן – און רוב מאל דאס אויך נישט...
אויב די תורה לעבן לערנט אונז, אז פאר'ן אמת בייגט מען זיך נישט, וועט א ערליכער רב ביי א דין תורה, נישט בייגן די הלכה פאר די געלט אין די וועלט! סיידן דו זאלסט עהם וועלן שיסן און דערשטיקן, פיזיש צו גייסטיש, איז זיין נשמה טייערער ווי סיי וועלכע מאטריאלע וועלטליכע מצב. ווייל א יוד איז געטריי דעם בורא עולם, און וועט זיין תורה נישט פארלעצן בשאט נפש, סיידן ער האט חרטה און ווייסט ביי זיך אז משה אמת ותורתו אמת, נאר איך יודעלע האב שוועריגקייטן.
ווייל דאס שטאלץ פון א נשמה, איז די מסירות נפש פאר'ן אמת. ווייל דאס איז זיין קיום
מה שאין כן דער מלך אביון בלה ורד, אפילו ס'זאל הייסן דער קייזער אליינס, קען זיך זיין שטעטעלע קוים באשטיין, אויב ס'איז עהם באשערט כוח און מוח אין זיין בעסטן ווילן.

אבער דא האנדעלט מען פון גאר א אנדערע מציאות!
א גוי וואס צילט פון זיין פריעסטע יוגענד, אז ער וועט זיין פון די 'הויפט-ריכטער' אינעם אלגעמיינעם וועלט! וויפיל שטרויכלונגען זענען עהם געשטאנען אין וועג, און ער האט נאך לאנגע יארן געוואונען דעם ציל און דערגרייכט. ער זיצט ברומה של עולם, און האט דאס ווארט און די ברירה צו פסק'ענען דאס אמת לאמיתו – ואין מציל מידו.
און אט ס'קומט יענע מאמענט פון זיין לעבן, ווי ער קען צייגן זיין כח און זיין אמת, און... ער פארלירט די שכל ביים שלחן עורך, ווייל ער האט מורא פון אפאר פרעכע גזלנים, וואס אויסער רעדן קענען זיי נישט עפעס מער ווי דיר בכלל.
אז מ'קוקט אן א בר מזל, איינער וואס די גליק האט עהם געשפיעלט גוט, און דער פרעזידענט האט 'עהם' אויסגעוועלט אלץ וויצע. נישט מיט וואלען, און נישט מיט דיפלאמעס. ניין, נאר פון דיין נידריגע שטעלע האט ער דיר געזעצט צווישן גאר גרויסע, און ווען מ'רעדט פון זיין דעה, איז ער גאר נאך א פרומערע קאטאליק ווי דער פירער אליינס! וואלט ער דאך געדארפט זיין דער גראדער אמת'ער און ערליכער פערזאן.
און וואס זעען מיר? ער איז דער גרעסטער כפי טובה!!!

אויב זאל זיין א פארמעסט ווער צווישן אלע 'גרויסע' בארימטע כוחות, האבן געוואונען דאס מעדאל פון אומדאנקבאר-קייט! איז עס בלי ספק דער פארשעמטער וויצע – מעכל הויזן – מייקל פענס בלע''ז.
אסאך האבן שוין צוריק געוויזן טובות אינעם קורצן היסטאריע פונעם טראמפ מלוכה. און פון די גרעסטע כפויי טובה, זענען עס טאקע די אזוי גערופענע רעכטע שופטים – אינעם סופרים קארט. וואס ווער דען אויב נישט טראמפ האט זיי אויפגענומען אויף דעם כבוד שטול, און ווען דען וואלטן זיי עהם געקענט צוריקצאלן גוט'ס פאר גוט'ס, אויב נישט יעצט. און זיי האבן בכלל נישט געברויכט זאגן שקר חלילה, צו פארדרייען די געזעצן מיט קיין האר. נאר בלויז אויספירן דעם אמת למען האמת!
ווען ס'איז געקומען די שעת המבחן, האבן זיי פארלוירן יעדעס פנים פון חשיבות, יעדע מינע פון אריסטאקראטיע, לויעלטי, דאנקבארקייט, באגלייבטקייט, ערליכקייט און 'מענטשליכקייט'.
אבער דער מעדאל פון דאס ווארט כפוי טובה, איז בלי ספק 'מייק פענס' דער זיכערער געוואונער!!
וואס האט מען דען געבעטן פון עהם? וואס האט ער בכלל פארקויפט אין די לעצט פיר יאר, אויסער שפילן ערליך פרום און געטריי; און אט האט ער זיך פארלוירן... און פארלוירן זיין גאנצע רעפוטאציע, בשעה אחת ממש.

וואס מיר נעמען דערפון ארויס. אז דאס איז די שפיץ פונעם עולם הזה'דיגער גערעכטיגקייט, פירערשאפט, און חשיבות. זערא פלוס זערא!!!
אז ס'נישטא קיין תורה איז נישטא קיין מאראל. כִּי לֹא כְצוּרֵנוּ צוּרָם וְאֹיְבֵינוּ פְּלִילִים. דאס זענען די גויאישע ריכטער, דאס זענען די גויאישע חשובים – די ערליכסטע און געלערנסטע, וועלן זיך פארלירן ווי א קאץ איבער א מייזל, און פארגעסן זייער קאריערע און שטיפע, אין א שוואכע מינוט.
קוויטעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 2:08 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

גיי זוך...

שליחה דורך קוויטעל »

גיי זוך...
ווען מ'האלט שוין צונאכטס פון בדיקת חמץ, קענסטו טאקע גיין זוכן... ס'נישטא מער גארנישט וואס אין מויל צו נעמען.

אבער אפילו א וואך בעפאר, אז כ'האב געקלערט אז כ'דארף שוין קויפן די יו''ט צוגעהערן, קומט אויפ'ן ליסטע דאס בדיקה סעט, און כ'קלער מיר; הלוואי זאל דאס זיין א שפיל צו א סגולה, אז ווען כ'צינד אן א לעכטל באגלייט מיט א הינדל פעדער, וועט זיך באווייזן עפעס א חתיכה הראויה להתכבד... אבער ניין.

כ'גיי ארום און ארום אין שטוב, און בודק יעדע ווינקל און שפאלט, אפשר האט מען דא איבערגעלאזט עפעס טועם צוזיין, ואיננו!

מאך איך שוין גרעסערע הקפות רינגן... און בין בודק דעם קאווע צימער אינעם דערבייאיגער שול, ואיננו... בלויז פלאקאטן 'פסח-דיג' הגבאים! דאס איז א באזונדערע דילעמע, וואס האט פסח מיט די גבאים? איז עס א תקנה וואס מ'האט גוזר געווען, אז א וואך בעפאר יו''ט איז שוין אלעס פסח-דיג? וואס טוט זיך מיט בל תוסיף?

העיקר מיר שטערט נישט יענעמס בל תוסיף, ווי מיין בל תגרע... ס'נישטא וואס אין מויל צו קייען, נישט קיין קאקאש און נישט קיין סנעקס... ס'איז שוין נאך פורים ווי מ'זאגט.

אבער נאך דעם האפענונג איז געבליבן, ווען מ'קלייבט זיך אריין אינעם בעסמעדרעש הגדול, אה! דא איז שוין דא צו סאך... אבער זייער ווייניג – עפעס ראוי לאכילה. ס'איז דא פון אלץ און אלעמען, אבער נישט אויף אין מויל צו נעמען.
און נישט אז כ'נעם נישט אין מויל, דאס זאלט איר מיר נישט חושד זיין, ווייל לעיקעך הבא לידך אל תחמיצנו – שמא יקדמנו אחר...

אבער יעדעס ביס איז מלא חרטה ומרירות, איך ווייס און שמעק דערין דאס גאנצע פריזער פון יענער 'גרויסע' בעל טובה, וואס האט עס דא אראפגעלאזט, צוזאמען מיט'ן אנאנימע זעקל שמות... און די שמות פאפירן האבן אזא טענה הנשמעת, אז מבית מדרש באת ולבית מדרש תשוב... ס'קומט פון שול און ס'גייט צוריק אין שול, און דערפאר האט מען באשאפן א שאמעס, זאל ער נישט פארפוילט ווערן פון ליידיג גיין.

אוי וואספארא קללות ער זידט ארויס – דער שמש – ווען ער כאפט, שוין דאס וויפילטע מאל א זעקל שמות אונטערגעווארפן – ווי א קריסטליך קינד דורכן גלח'ס שליח... אבער ס'דא וואס האלט דאס שוין אן אלץ מסורת אבות וואס פלעגן דאס אלץ טאן.

און איך דריי מיך ארום מיט א כרס מלא חרטה, נישט כ'בין זאט און נישט כ'בין הונגעריג... ס'איז מיר אזא סארט הרגשה, אז נאך פאר שפוך חמתך, וועל איך שוין מיט בייזער אויסשרייען 'כל חמירא'... ביי די צייט וואס מ'איז שוין אפציעל בודק חמץ, עקל איך זיך שוין ממילא פון יעדעס זויער – יא טייג אלטע טייג וואס יעדע באבע האט געהאלטן אין פריזער ביז יעצט...

א געשעפט האב איך, די טעג שטעלן זיך אויך נישט אפ, און כ'זיץ שוין ווי א ארעסטאנט אויפ'ן פאָר טאראסע, און בייס אריין אין דאס לעצט געבליבענע פרישטיג, ס'איז דאך ערב יו''ט, און ס'זאגט זיך שוין אסאך מער שטרענגער 'דחמיתא ודלא חמיתא', און ס'טוט זיך א גירוש פון שטוב ארויס.
מ'טרייבט און מ'טרייבערט, ס'איז א רחמנות ווי לעבעדיגע שטיקער חמץ גייט אין פייער, אדער ווערט איבערגעגעבן אין די האנט פון די רוצחים – די מיסט טרעגער, וואס טוען מיט נישט ווייניג רשעות פארלענדן אכילה גסה, און די מיסט טעפלעך צוריקשמייסן אונז אין פנים. ווי געזאגט; די והותר!

די פייער רויעך ציפט מיר אין די גע'כשר'טע אפגעשוירענע קאפ און אויגן, און כ'שפיר ווי כ'בין נישט בלויז אפגע'טובל'ט פאר יו''ט, נאר אויך אפגעגאסן מיט זודיג גליענדע ווייטאגן, אלץ ווי כ'האב מיך אלץ איבערגעבויגן צו פארהאנקערט, צו טרעפן יענעם שטיקל חמץ וואס כ'דארף אפילו מער נישט...

אקעי! דאס איז עס, ''חמץ ארויס''.

ענדליך... פסח – פליז – קום אריין!!!
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

אבער לגבי ליעב האבן די פינצטערניש פון די נאכט מער ווי די ליכטיגקייט פון טאג, האבן די יודעי תורת הנפש פעסטגעשטעלט אז דאס האט צו טון מיט א דערדריקטן נפש. דיפרעסיע.ווער ס'איז דיפרעסס'ד האט ליעב צו זיצן איינזאם אין די פינצטערניש. ווי איידער אין ליכטיגקייט...![/quote]
ס'נישט אינגאנצן אמת אז דאס ליב האבן די נאכט האט צוטון מיט א דערדריקטן נפש, ס'איז נישט אייביג אזוי, אין די נאכט שטונדן איז דא א געוויסע רואיגקייט, א שלוות הנפש,די מח קען זיך אויסקלארן, וואס אינמיטן טאג קען מען דאס נישט באווייזן
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
פארשפארט