שמעקעדיג האט געשריבן:בן ישי האט געשריבן:ר' אהרן יוסל בערגער איז א יוד א נגיד אין ער איז פון די איינציגסטע פון די אנדערע דארטן וואס פארשטייט באמת פארוואס מ'דארף א סמארט פאון אין ווי ויכטיג ס'איז, די אנדערע דארטן וואס אסר'ן עס מיינען אז ס'איז נאר פאר אינטערהאלטונג אין זיי פארשטייען בכלל נישט די נסיון.
איז אמת אז דער בערגער דרייווט א לעקסוס? וואס איז טאקע פשט אז ער איז יושב ראש פון אלע רבנים אין שטאט? מה טיבו?
נעוואדע, מרן ראש ישיבת זכרון ישעי' שליט"א זאל דרייון עפעס וויניגער ווי א זילבערנע לעקסוס? עפער א פארד צו האנדע איד'ל איז ער?
ער איז איינע פון די באדאנסקי איידעמער, א גביר אדיר. און אז פאר געלט קען מען דאך זיין א תלמוד חכם אויך, האט ער גע'עפענט א ישיבה פאר בחורים. בחורים האט ער כמעט נישט געהאט, האט ער צוגעלייגט א כולל צו די ישיבה עס אויפצובויען. למעשה האט ער נישט קיין איין בחור, נאר אינגעלייט אין כולל, אבער מען מוז עם רופן ראש ישיבה, ווייל וואס הייסט? ס'איז דאך באמת א ישיבה...
ער איז די "ראש המדברים" פאר אלע כינוסי הרבנים אין מאנסי.