דער סאדיגורער ביים בעלזער - וואס האבן זיי דארט געטון?

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

דער סאדיגורער ביים בעלזער - וואס האבן זיי דארט געטון?

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

א נייעס איז געווען באקאנט אין די גאנצע וועלט, אז דער נייער סאדיגורא רבי איז געקומען א באזוך צום בעלזער, דעם ערשטן מאל אלס רבי. בהמשך פון דעם באזוך זענען זיי געזעצן אליינס א לענגערע צייט, און דערנאך האט דער בעלזער ארויסבאגלייט דעם יונגן רבי'ן ביז צו זיין אוטו, אים אפגעבנדיג כבוד מלכים, אזאנס וואס ער טוט כמעט נישט פאר קיין איין גדול בישראל.

וואס פונקטליך איז דארט געווען?

דער בעלזער איז שוין אויף דער עלטער, ער ליידט נעבעך געפערליך, ער זיצט דיפרעסט און קוים וואס ער קריכט ארויס פון זיין וואטע. ער טוט שוין היינט כמעט גארנישט, דאוונט שפעט און קוים וואס מען קען צוקומען צו אים. היינט איז ער כמעט אילאזירט פון די וועלט, קוים וואס ער האט שייכות צו דרויסנדיגע, ווען מען לאזט שוין יא אריין צו אים, איז דאס קוים אויף א סקונדע און די גבאים טרייבן פון אלע זייטן, און ער אליין, איז אנגעצויגן, דיפרעסט, שרייט אויף די אייגענע גבאים, האט נישט קיין סיפוק און איז אנידערגעשלאגן.

דער יונגער סאדיגורא רבי קומט צו גיין, דעם ערשטן מאל, און אט דערזעט ער א יונגע רבי, פריש ארויס פון ישיבה, מיט שיין-געמאכטע פיאות, ער קען אמת'דיג שמועסן און פארברענגען מיט אים... ווען האט ער דאס בכלל געהאט? - א געדאנק בליצט אויף אין זיין מוח, ער באפעלט גלייך "הוציאו כל איש מעלי"... דאן ווענדט ער זיך צום נייעם רבי'ן זאגנדיג, "גיב א קוק, דו האסט יעצט אן איינמאליגע געלעגנהייט, איך וועל דיר ארויסבאגלייטן ביזן אוטו, וועסט האבן כבוד מלכים, דיינע פיינט וועלן פלאצן און יעדער וועט זען אז דו ביסט דער רבי... דו ווילסט נישט פארפאסן אזא געלעגנהייט".

דער סאדיגורער גיבט א טראכט, 'יא, דער געשעפט לוינט זיך!.

ביים ענדע פונעם וויזיט, האט דער רב שליט"א ארויסבאגלייט זיין געהויבענעם גאסט בכבוד מלכים, בשעת די גאנצע וועלט זעט און האלט מיט ווי אזוי דער רב בכבודו ובעצמו איז אים מכבד כאחד הגדולים אשר בארץ, אראפגייענדיג ביזן מאשין און יעדער זעט אז יא, דאס איז סאדיגורא רבי.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

דאס מיינט אז בקרוב קומט א ביקור גומלין?..
פליישיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2018 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך פליישיג »

פשיהא!! מעכטיג געשריבן!
קען מיר זיין פרענדס?
ווילט איר וואקסן אין תורה ויראת שמים?
האנדלט אייך שיעורים פון כבוד הגה''צ הרב מאיר צוויבעל שליט''א

כדאי הוא רבי מאיר לסמוך עליו
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

וואס איז געשעהן מיט צימעס?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך מה בכך »

מפיל קינד האט געשריבן:דאס מיינט אז בקרוב קומט א ביקור גומלין?..

נעע שווער צי גלייבן .. טו מאטש
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

נאכדעם וואס די סדיגורא ינוקה האט אנגענומען די כיבוד האט די בעלזע רבי צוגעלייגט א תנאי אז פון היינט אין ווייטער דארף די ינוקה שפילן אלץ חסיד פון בעלזע רבי און אין אויסטויש וועט די בעלזע רבי שטארק מכבד זיין די ינוקה. א ווין-ווין סיטואציע.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

[tag]שמעון וואלף[/tag], וויאזוי האסטו דאס צוגעלאזט?
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

וואס הייסט? כבוד בעלזא!
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

איך מיין אז רוב פון די ליינער, האבן נישט געכאפט דעם עומק הדברים וואס דער פותח האשכול האט אינזינען געהאט, וד"ל.
פליישיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2018 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך פליישיג »

חקרן האט געשריבן:איך מיין אז רוב פון די ליינער, האבן נישט געכאפט דעם עומק הדברים וואס דער פותח האשכול האט אינזינען געהאט, וד"ל.


אוודאי אוודאי, ער איז דאך טיפער ווי טיף.
ער קען שוין באלד ווערן א שרייבער אין דער וועקער.
ווילט איר וואקסן אין תורה ויראת שמים?
האנדלט אייך שיעורים פון כבוד הגה''צ הרב מאיר צוויבעל שליט''א

כדאי הוא רבי מאיר לסמוך עליו
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

איינע פון די סיבות פארוואס עס פארגייט מיר די אפעטיט אריינצוקמען אין קאווע שטיבעל, לאמער נישט אריינגיין און די מיעסקייט פון זיינע ווערטער, אויף א גדול בישראל א מנהיג פון טויזענטער יודן, וואס ער איז פאר זיי ווי א געטרייע טאטע, און כמים פנים אל פנים, אבער די שקר!, סאדיגערע רבי איז בכלל נישט דארט געווען די וואך און נישט לעצטע וואך אויך נישט., ער איז געקומען די זעלבע טאג וען זיינע אנדערע ברידער זענענן געקומען ,און יא די רב האט שטארק ארויסגעוויזן זיין שטיצע צו דעם יונגן רבי און אים באגלייט ביזן קאר. די פיטסבורגע נייע רבי איז געווען די וואך, האסט נישט געטראפן אויף וועם אויסצושפיעלן דיינע הייסע פאנטאזיעס נאר אויף א מנהיג בישראל? חזור בך.
א גוט שבת!
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך מה בכך »

סמבטיון האט געשריבן:איינע פון די סיבות פארוואס עס פארגייט מיר די אפעטיט אריינצוקמען אין קאווע שטיבעל, לאמער נישט אריינגיין און די מיעסקייט פון זיינע ווערטער, אויף א גדול בישראל א מנהיג פון טויזענטער יודן, וואס ער איז פאר זיי ווי א געטרייע טאטע, און כמים פנים אל פנים, אבער די שקר!, סאדיגערע רבי איז בכלל נישט דארט געווען די וואך און נישט לעצטע וואך אויך נישט., ער איז געקומען די זעלבע טאג וען זיינע אנדערע ברידער זענענן געקומען ,און יא די רב האט שטארק ארויסגעוויזן זיין שטיצע צו דעם יונגן רבי און אים באגלייט ביזן קאר. די פיטסבורגע נייע רבי איז געווען די וואך, האסט נישט געטראפן אויף וועם אויסצושפיעלן דיינע הייסע פאנטאזיעס נאר אויף א מנהיג בישראל? חזור בך.
א גוט שבת!

כשם שמצווה לומר דבר הנשמע כך מצווה שלא לומר דבר שאינו נשמע (יבמות סה)
-אבער אידעוועי ביסטע שטארק גערעכט , און בכלל איינע פון די זאכן שקאווע שטיבל צריך תיקון איז א ברעקל דרך ארץ צי אדמורי"ם כאטשיג וויפיל די האסט צי דיין אלטן שכן...
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

ווען זיי וועלן האבן א ברעקל דרך ארץ פאר זייערע אלטע שכינים
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך מה בכך »

מנחם ציון האט געשריבן:ווען זיי וועלן האבן א ברעקל דרך ארץ פאר זייערע אלטע שכינים

איך האב געמיינט אלע אדמורי"ם און לאו דווקא סקווירא . און און פאקט ביסטע אויך מודה דערצו אפגעזעהן אויף וועם די ביסט אנגעגעסן

לחיים
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

מה בכך האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:ווען זיי וועלן האבן א ברעקל דרך ארץ פאר זייערע אלטע שכינים

איך האב געמיינט אלע אדמורי"ם און לאו דווקא סקווירא . און און פאקט ביסטע אויך מודה דערצו אפגעזעהן אויף וועם די ביסט אנגעגעסן

לחיים

סעים הער
איך האב נאר געהאט צו די האנט א סקווירא עובדא
ניין איך בין נישט מודה (איך ווייס נאך נישט צו וואס אבער איך בין נישט מודה)
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך מה בכך »

מנחם ציון האט געשריבן:
מה בכך האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:ווען זיי וועלן האבן א ברעקל דרך ארץ פאר זייערע אלטע שכינים

איך האב געמיינט אלע אדמורי"ם און לאו דווקא סקווירא . און און פאקט ביסטע אויך מודה דערצו אפגעזעהן אויף וועם די ביסט אנגעגעסן

לחיים

סעים הער
איך האב נאר געהאט צו די האנט א סקווירא עובדא
ניין איך בין נישט מודה (איך ווייס נאך נישט צו וואס אבער איך בין נישט מודה)

רעספעקט צי א מנהיג ישראל , פינטל .
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
פארשפארט