איך טוה אסאך ריסורטש לעצטנ'ס איבער היטאריע אין פארשידענע ענינים, און פון צייט צו צייט טרעף איך זיך אן מיט אלטע גוי'אישע צייטונגען וואס איך זעה פון די בילדער און פון די פאר ווערטער וואס איך קען אויסליינען אז דאס איז אינטערעסאנט, אבער אסאך מאל קען איך דאס נישט אויסליינען סיי צוליב דעם וואס עס איז געשריבן אין אן אלטער ענגליש אדער גאר אין א צווייטע שפראך וואס איך קען נישט, האב איך אפגעמאכט ארויפצושטעלן פון היינט אין ווייטער די אויסשניטן כדי אויב איינע פון אונזערע חברים קענען באשטיין אויסצוליינען אדער צו טרענסילעטן וועלן מיר אלע הנאה האבן, איך בין זיכער אז צווישן די מיליאנען בלעטער פון צייטונגען די לעצטע הונדערט יאר וועט מען פון צייט צו צייט ארויסקומען מיט א באמבע חידוש אדער נייע אנטדעקונגן וואס מיר האבן נישט געוואוסט ביז היינט.
היינט האב איך מיך אנגעטראפן מיט דעם פאלגענדן נייעס באריכט, פון וויפול איך האב געקענט לייענען רעדט מען דא פון א יוד רבי דוד כהן, אלט 108 יאר, זעהט אויס צו זיין א רב אין מאנטריאל, עפעס שרייבט ער אונטער דארט פאר עפעס א גוי, ווער קען דאס אפליינען עס איז ווארשיינדליך געשריבן אין פראצויזיש און ווער קען געבן מער דעטאלן איבער דעם איד\רב און וואס איז דארט פארגעקומען.
http://news.google.com/newspapers?nid=5 ... page&hl=en
מישט אריבער אויף בלעטל נומער אכט
ארכיוון פון גוי'אישע צייטונגען וואס רעדן פון אידן
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 48
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 27, 2014 10:57 am
- האט שוין געלייקט: 66 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 48
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 27, 2014 10:57 am
- האט שוין געלייקט: 66 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל
הוספה
אקעי איך האב מיך אונטערגעגעבן, איך האב זיך נישט געפוילט און אריינגעלייגט דעם העדליין אין גוגל טרענסאלעיט, און עס האט אויסגעשפיגן: אַן אימיגראַנט דאַ 108 יאר ווערט אָולדאַסט בירגער קנאַנדאַ: אין אונזער מאמע לשון שפראך: אן אימיגראנט פון הונדערט אכט יאר ווערט דער עלטסטער בירגער (סיטיסען) אין קענעדע.
איך האב אויך ארייגעלייגט די קעפל אונטער דעם בילד אינעם טרעסילעטאר: david cohen age 108 years before a judge signs the papers to establish his citizenship, sees on his wife left
יעצט זאלן די וואס קענען רעדן פראצויזיש העלפן אביסל, איך האב נישט קיין כח צו ארייטייפן דאס גאנצע אינעם טרענסילעטער
איך האב אויך ארייגעלייגט די קעפל אונטער דעם בילד אינעם טרעסילעטאר: david cohen age 108 years before a judge signs the papers to establish his citizenship, sees on his wife left
יעצט זאלן די וואס קענען רעדן פראצויזיש העלפן אביסל, איך האב נישט קיין כח צו ארייטייפן דאס גאנצע אינעם טרענסילעטער
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 755
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
- האט שוין געלייקט: 479 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל
קאך_לעפל האט געשריבן:יעך זיך נאך א אידישער צייטונג וואס רעדט פון גוים...
http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20201121&gil=2529
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
משה לייזער: דאס איז א צייטונג אין די פראנצויזישע שפראך (פרענטש קענעדיען). איינס פון די העדליינס אויפ'ן ערשטן בלעטל רעדט זיך איבער קאנאדישע סאלדטן וועלכע ווערן געפייניגט אין מעקסיקאנער פריזאנס.
די וואקעבולערי און אויסשפראך (אקצענט) זענען א ביסל אנדערש פון די אריגינאלע פראנצויזיש וואס ווערט גערעדט אין פראנקרייך און בעלגיע.
די וואקעבולערי און אויסשפראך (אקצענט) זענען א ביסל אנדערש פון די אריגינאלע פראנצויזיש וואס ווערט גערעדט אין פראנקרייך און בעלגיע.