א ריזיגן ייש"כ פאר אייער ארטיקל, כ'האב שטארק הנאה געהאט דערפון און כ'קען שוין קוים ווארטן אויף נאך.
כ'פלעג אלץ קינד אסאך ליינען יוסיפון, מיט נאך אנדערע ספרים און ביכער פון אידישע היסטאריע, אבער נישט געגאנגן אין א סדר, און טאקע קיינמאל עכט נישט געוויסט ווי אזוי היסטאריע האט זיך דיוועלאפט, ביז כ'האב מיך אראפגעזעצט און דורך געלערנט תנ"ך על הסדר, אבער פארט איז נאך געבליבן א ריזיגע חלק אנטאטשט, טאקע ווי למשל חכמת חיצוניות, און ווער האט געשריבן וואס און וואס זענען געווען די משלי שלמה, ספר בן סירא, אא"וו עד שבא מימון און האט עס דעליווערט אויף א טאץ.
כ'וואלט ווען באמת געוואלט אז די ארטיקלעך זאלן זיין לענגער, אבער כ'דארף אויך געדענקן אז "בעגערס קענט בי טשוזי" און כ'דארף מיך פרייען מיט וואס מ'געט מיר. כ'האב אפילו ליעב די שיינע בילדער וואס איר האט אריינגעלייגט. כ'קען שוין קוים ווארטן אויפן נעקסטן וועקער, כ'בין זיכער אז כ'בין נישט דער איינציגסטער
חכמות חיצוניות אין דער אידישער היסטאריע - וועקער 13
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 378
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
- האט שוין געלייקט: 262 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל
חכמות חיצוניות אין דער אידישער היסטאריע - וועקער 13
יישר כח. איך האב געמיינט אז עס קומט ארויס צו ווייניג וועקערס דערווייל זע איך דער עולם יאגט קוים אן צו ליינען... עניוויעי ב"ה דער עולם האט הנאה, אין די קומענדיגע טעג וועט איר קענען זען דעם צווייטן חלק שיצא לאור בקרוב ממש.
די בילדער האט ראובן היבש ארומגעארבעט, און צוגעלייגט קעפלעך וכדומה. עס איז זיין קרעדיט פונקט ווי דער גאנצער ארטיקל, און דער גאנצער וועקער וואס הענגטממש אויף די פלייצע פון איין אדם השלם והחכם באדם, אפריון נמטייה לו.
די בילדער האט ראובן היבש ארומגעארבעט, און צוגעלייגט קעפלעך וכדומה. עס איז זיין קרעדיט פונקט ווי דער גאנצער ארטיקל, און דער גאנצער וועקער וואס הענגטממש אויף די פלייצע פון איין אדם השלם והחכם באדם, אפריון נמטייה לו.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 130
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
- האט שוין געלייקט: 46 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מיימון האט געשריבן:די מליצות פון תפילה וואס איז אויך נתחבר געווארן בימי החשמונאים
זייער אינטערעסאנט וואס דו זאגסט. כ'האב שוין לאנג א חשד אויף געוויסע תפילות אז ס'נישט פארפאסט געווארן דורך עזרא הסופר וחבריו (אנשי כנסת הגדולה צו ווער), קענסט אפשר צוצייכענען עפעס מראי מקומות איבער דעם?
עס איז דא א חיבור ספעסיפיק פאר די נושא פון פראפעסאר אבי הורביץ מיטן נאמען 'שקיעי חכמה בספר תהלים: עיוני לשון וסגנון' (מאגנס)
אזוי אויך איז דא כמה מאמרים פון מאיר וייס, שפעטער צוזאמענגענומען און א ספר 'אמונות ודעות במזמורי תהילים' (ביאליק)
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקליכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 378
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
- האט שוין געלייקט: 262 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל
דא האט איר נאך אביסל וועגן ספר תהלים בימי החשמונאים. אזוי אויך דער גאנצער ספר איז גאר אינטערעסאנט איבער די תקופה.
https://t.me/c/1491881551/251
לכבוד חנוכה
https://t.me/c/1491881551/251
לכבוד חנוכה
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אין דעם ענין פון חכמת פילאזאפיע און די חילוק אין צוגאנג דערביי צווישן קריסטן און מוסלעמענער און אידן. פון דר. ליִאוֺ סטראַוּס. (אגב, ער האט אויך געהאט געשריבן אז ״עס איז נישט דא א חקירה אין די היסטאריע פון פילאזאפיע וואס איז נישט זעלבסט אליין פילאזאפיע ממש״. ענליך צו וואס העגעל האט געזאגט אז ״פילאזאפיע איז די היסטאריע פון פילאזאפיע״.)