פראגעס צו העניך

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
[NAMELESS]

פראגעס צו העניך

שליחה דורך [NAMELESS] »

העניך טייערער!

ראשית כל קומט זיך דיר א געוואלדיגער דאנק פארן איבערפרישן קאווע שטיבל מיט אינטערסאנטע אשכולות און קלארע אינהאלטסרייכע געדאנקען. איך הייב אן מיט א קאמפלימענט ווייל עס קומט זיך דיר באמת.

די געשיכטע איז ווי פאלגענד:

איך וואונדער זיך זייער וואס עס האט אייך באוואויגן אנצוהייבן און צו באנייען די מערכה איבער די קאוויד רעגולאציעס פארלעצער, איך וועל עס מסביר זיין פון פארשידענע זייטן און אזוי וועסטו כאפן וואס עס וואונדערט מיר אזוי.

1) איך מיין אז דא אויף קאווע שטיבל זענען נישט דא קיינע ניקים וואס האבן איגנארירט דעם וויירוס, אויב עפעס פארקערט, די פרימיטיווע שטיבל פונעם יהדות החרדית האבן ווידעראמאל אויסגעשפיגן די קאווע וואס זיי האבן דא געטרינקען נאר וויבאלד זיי האבן געזען וויפיל אשכולות עס זענען אלס געשריבן געווארן איבערצואווייזן פארן ציבור די וויכטיגקייט פון זיך היטן דאס געזונט. דעריבער זעה איך נישט צוליב וואס איר האט דירעקט דא אויסגעקליבן דאס ארט אויף צו שרייען איבער דאס וויכטיגקייט פון ונשמרתם.

2) אויב האט איר טאקע אזוי מורא איצטערט פון א פרישע טויט כוואליע אין ניו יארק, דאן פארוואס האט איר זיך נישט אנגערופן אים אנהייב פון דעם ערשטע כוואליע, ווען מענטשן זענען טאקע נישט געווען אפגעהיטן, און ווען מענטשן זענען געגאנגען אין די גאסן און זיך ארומגעהאלזט ווי גארנישט וואלט נישט געשען. איך פרעג אייך די פראגע אלס איינער וואס האט זיך זעלבסט זייער אפגעהיטן און בין נאך עד היום הזה נישט געגאנגען מיטהאלטן קיין שמחות (עכ״פ זיכער נישט מאסקעלאז - טראץ וואס איך גלייב נישט אז דאס איז א מציל - און אזוי אויך נאכנישט געגעבן די האנט פאר קיינעם זינט פאראיאר פורים) און אלס איינער וואס גלייבט יא אין די חכמה פון די דאקטורים און אין סייענס.

3) עס איז נישט מעגליך צו פארלייקענען דעם פאקט אז א ריזיגער צאל אומגעקומענע זענען געווארן פארנאכלעסיגט אין די שפיטעלער, און אזוי אויך האבן די באהערדע גענוצט זייער מאכט איבער די קאמיוניטי אין ברוקלין און דעריבער ברויכט איר אליין פארשטיין אז זינט די אינפארמאציע איז שוין אפן פארן פובליקום קימערן זיך נישט די חסידים מיט די רעגולאציעס דען זיי קוקן דאס אן ווי נאך א פרואוו צו דרייען די נערוון.

4) פילע חסידישע אידן גלייבן באמת אין די קאנספיראציעס וועלכע יאווען זיך, צו אז ביל גייטס האט באשאפן דעם וויירוס צו קענען שטופן דעם וואקסין, צו אז די ׳לינקע׳ האבן עס געמאכט כדי טראמפ׳ע רבי זז״ג זאל פארלירן אין די וואלן, צו אז די מידיא האט דאס געמאכט א.א.וו. - דאס וואס חסידים ציען צו גלייבן אין קאנספיראציעס איז ווערד א באזונדערע אפהאנדלונג, אבער זינט זיי גלייבן דערין באמת וועט קיין שום דאטא און פאקטן זיי טוישן.

5) מיר האבן א באשעפער, עס איז אנגענומען אז שומר מצוה לא ידע דבר רע, אין אדם שומע לי ומפסיד, און אזוי ווייטער נאך פילע ערטער וואס מאכט קלאר פאר א רעכטדענקענדער ארטאדאקסישער איד אז א מנין וועט אים נישט אומברענגען, פארשטייט זיך אז די עקסטרעמיסטן נעמען דאס פאר זייער אייגענע באנוצונגען און שטערן ראציאנאלע מענטשן פון פולקאם גלייבן דערין, אבער איך אלס רעליגיעזער איד גלייב דערין מיטן גאנצן הארץ און דעריבער קלער איך נישט אז דאס איז א סיבה פון די וויירוס פארשפרייטונג.

6) דו אטאקירסט אין דיינע ארטיקלען אלע חרדי׳שע אידן, און דו לאזט אויס דעם פאקט אז די גאנצע וועלט איז שוין מיד פון דעם וויירוס און אירע נערוון קריכנדע רעגולאציעס וואס זענען נאכנישט גענצליך פארזיכערט אז דאס טוט אויף, דאס ווייזט אז איר ווילט נישט אנערקענען אז די גאנצע גענעראציע איז היינט ׳רעקלעס׳ און איז ענדערש אינטערסירט אין האבן א נארמאלן טאג ווי צו זיין זיכער מיטן געזונט.

7) אלע היימישע מאגאזינען זענען כסדר פארנומען אנצוזאגן דעם עולם זיך אויסצוהיטן, אזוי אויך זענען רוב נארמאלע רבנים דערביי און זיי טוען נישט קיין פעולות צו שטערן איינער וואס וועט זיך האלטן צו די רעגולאציעס.

אט די אויבנדערמאנטע זאכן זענען א טייל פון די גרויסע ליסטע וואס איר וואלט געדארפט נעמען אין באטראכט געפארן אטאקירן און שארף אריינשניידן אין דעם עולם, און נאכאמאל צו באטאנען, עס זענען זיכער די די וועלכע פייפן זיך אויס - אבער זיי מוזטו אויפזוכן אויפן אייערוועלט...

נאכאמאל א דאנק פאר דיינע הערליכע ווערק, דאס אז מען קריטיקירט ווייזט נאר אז עס איז געווען צום זאך.

פון ׳מאך זיכער׳ (ביים ווינקל פון קאווע שטיבל זיץ איך געווענליך...)
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: פראגעס צו העניך

שליחה דורך פאליטיקאנט »

מאך זיכער האט געשריבן:
5) מיר האבן א באשעפער, עס איז אנגענומען אז שומר מצוה לא ידע דבר רע, אין אדם שומע לי ומפסיד, און אזוי ווייטער נאך פילע ערטער וואס מאכט קלאר פאר א רעכטדענקענדער ארטאדאקסישער איד אז א מנין וועט אים נישט אומברענגען, פארשטייט זיך אז די עקסטרעמיסטן נעמען דאס פאר זייער אייגענע באנוצונגען און שטערן ראציאנאלע מענטשן פון פולקאם גלייבן דערין, אבער איך אלס רעליגיעזער איד גלייב דערין מיטן גאנצן הארץ און דעריבער קלער איך נישט אז דאס איז א סיבה פון די וויירוס פארשפרייטונג.


דאס איז זייער גוט ווען מ'ווייסט נישט אז עס איז דא א סכנה, אבער ווען עס איז דא א ספק סכנה איז זיכער אז ונשמרתם "מאוד" לנפשותיכם איז ערשט.

אין היסטאריע האבען שוין אידישע פוסקים געהאנדלט מיט וויירוסען, א שטייגער ווי ר' עקיבא אייגער, און קיינער האט נישט גע'פסקנ'ט שומר מצוה לא ידע דבר רע.
פיזיקס טוישט זיך געווענליך נישט פאר אמונה, און הלכה (ונשמרתם / וחיי בהם) דירעקטירט זיך צוצושטעלן צו פיזיקס.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

גראדע האט רבי עקיבא אייגער געלאזט דאווענען מיט מנין אין שול, נאר מיט א קלענערע עולם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תרמב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

מיין אידענע איז נעכטן געווען ביי א חתונה אין פעסעיק ניו דשערזי, די חתונה איז פארגעקומען גענוי ווי אין אלע חסידישע געגנטער.
אינדרויסן איז געשטאנען גרויסע צעטלעך און גערופן דעם עולם פאר מאסקעס, סאושעל דיסטענסינג, וכו'. אינעווייניג איז געווען כאילו לא הי'..

די אם החתן איז פון א מאדערנע קרייז, האט נישט גארנישט אין קאמאן מיט חסידים, און ניטאמאל מיט ישיב'ישע, איר זוהן (נישט די חתן) האט קאראנע יעצט, אין זי האט געמאכט א שווייג!....
איר זוהן איז געווען ביי די חתונה, זי האט אים געבעטן צו זיצן אפגעזינדערט, וזה הוא.

ביי די שבת אויפרוף האט זי געפראוועט ביי זיך אינדערהיים מיט א גרויסער עולם, דערציילט זי פאר מיין ווייב, אז זי האט אן "אפגעהיטענער שוואגער", יענער איז אנגעקומען צו די סעודה האט זי אים געזאגט אז איר קאראנע אנגעשטעקטע זוהן גייט זיצן ביי די סעודה אגאנצן צייט, דער שוואגער האט זיך אויסגעדרייט און אהיים געגאנגן. זי זאגט פאר מיין ווייב
....i wanted my son at the seudah rather than my brother in law
מיין ווייב איז דארט געווען מיט עטליכע מאדערנע פרויען וואס האבן פונקט ווי איר געוואוסט אז איר זוהן האט קאראנע אין קיינער האט קיין אישו נישט געהאט (איך בין נישט זיכער צו יעדער וואס איז דארט געווען האט געוואוסט, אבער א היבשער עולם האט געוואוסט. די אימידיעט פעמעלי פון ביידע צדדים זיכער)

מיין מסקנא: דאס איז נישט קיין חסידישער אישו, דאס איז א נייע מהלך וואס די באפעלקערונג האט גענומען זיך פשוט אין פראסט אנפייפן און טוהן וואס מען וויל.
עכ"פ לפחות א אידישע אישו נישט נאר חסידים
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

כ'האב מיך נישט דורכגערעדט מיט העניך און פארשידענע שאלות זענען נישט קלאר געשריבן און מ'ווייסט נישט וואו דו צילסט, אבער איך וועל פרובירן צו אדרעסירן דיינע שאלות כיד ה' הטובה אלי.

1) איך מיין אז דא אויף קאווע שטיבל זענען נישט דא קיינע ניקים וואס האבן איגנארירט דעם וויירוס, אויב עפעס פארקערט, די פרימיטיווע שטיבל פונעם יהדות החרדית האבן ווידעראמאל אויסגעשפיגן די קאווע וואס זיי האבן דא געטרינקען נאר וויבאלד זיי האבן געזען וויפיל אשכולות עס זענען אלס געשריבן געווארן איבערצואווייזן פארן ציבור די וויכטיגקייט פון זיך היטן דאס געזונט. דעריבער זעה איך נישט צוליב וואס איר האט דירעקט דא אויסגעקליבן דאס ארט אויף צו שרייען איבער דאס וויכטיגקייט פון ונשמרתם.


איך בין נישט קלאר אין דיין נקודה און אויב איך גרייז, ביטע פאררעכט מיך, אבער לכאורה מיינסטו צו זאגן אז די קאווע שטיבל מיטגלידער ווייסן ווי וויכטיג ס'איז זיך צו היטן די געזונט, ממילא איז דא נישט דער ריכטיגער פלאץ צו שרייבן די ארטיקלען. דער תירוץ איז זייער פשוט, 1. מאן יאמר אלע קאווע שטיבל מיטגלידער זענען גענוג נזהר. 2. אפילו די וואס זענען נזהר איז דאך דברי תורה צריכים חיזוק און מ'דארף זיך כסדר דערמאנען פון פריש, כידוע די ווערטער פון מסילת ישרים אז פשוט'ע זאכן דארף מען חזר'ן. 3. קאווע שטיבל ווערט געליינט נישט נאר דורך מיטגלידער נאר דורך פופצן הונדערט באזוכער אומגעפער טעגליך. 4. אפילו די וואס ליינען נישט קומט אבער אן די קול מחאה, זאכן ווערן איבערגעזאגט אין ביהמ"ד, ס'בויעט אויף א נאראטיוו, ווערט געקאפירט אויף וואטסעפפ אז די מעסעדזש קומט אן ווייט. 5. אפילו לו יצוייר אז ס'בלייבט אין שטיבל, איז דאך דאס אלעמאל די כוונה אז דא זאל אויסגעשמועסט ווערן זאכן וואס מ'קען נישט ליפטערן אין דער דבר יום ביומו. 6. פארזעסט די עיקר טענה פון העניך, וואס איז נישט אזוי ווייט נוגע דעם יחיד נאר פאר מענטשן וואס האבן א קאנטראל אויפ'ן רבים און מאכן סופער-ספרעדער אוונטן, איז אפילו יעדער אין שטיבל איז וואויל דארף מען נאך אלץ אדרעסירן דעם ברענענדיגן עלעפענט אינמיטן צימער.

2) אויב האט איר טאקע אזוי מורא איצטערט פון א פרישע טויט כוואליע אין ניו יארק, דאן פארוואס האט איר זיך נישט אנגערופן אים אנהייב פון דעם ערשטע כוואליע, ווען מענטשן זענען טאקע נישט געווען אפגעהיטן, און ווען מענטשן זענען געגאנגען אין די גאסן און זיך ארומגעהאלזט ווי גארנישט וואלט נישט געשען. איך פרעג אייך די פראגע אלס איינער וואס האט זיך זעלבסט זייער אפגעהיטן און בין נאך עד היום הזה נישט געגאנגען מיטהאלטן קיין שמחות (עכ״פ זיכער נישט מאסקעלאז - טראץ וואס איך גלייב נישט אז דאס איז א מציל - און אזוי אויך נאכנישט געגעבן די האנט פאר קיינעם זינט פאראיאר פורים) און אלס איינער וואס גלייבט יא אין די חכמה פון די דאקטורים און אין סייענס.

כ'ווייס נישט פארוואס דו פרעימסט העניכ'ס זארגן אין אן אווער סימפליסיטי פון א "פרישע טויט כוואליע אין ניו יארק" און דערנאך הויבסטו אן צו פרעגן פראגן. מאן יאמר אז דאס איז זיין סקעיר, אפשר האט ער נישט מורא פון א "כוואליע" נאר פון אייצלנע טויטע, אפשר האט ער בכלל נישט מורא אז מענטשן וועלן שטארבן נאר קראנק ווערן, והקשיא עדיין במקומו עומדת פארוואס מאכן סופער-ספרעדער אוונטן וואס ווערן נישט באשטעטיגט דורך קיין שום זיניגע מעדיצינישע עקספערט.
כ'פארשטיי נישט פארוואס דו בויעסט אויף א הנחה אז "פארוואס האט איר זיך נישט אנגערופן אנהויב פון דעם ערשטן כוואליע" מאן יאמר ער האט זיך נישט אנגערופן, אז מ'קוקט צוריק זיין רעקארד זעט מען אז העניך האט דעמאלט אויך בארירט די נושא. נניח אז ער האט דעמאלט נישט גערעדט ווייל ער איז געווען אויף וואקאציע, אדער געווען פויל, אדער געהאלטן אנדערע רעדן שוין, אדער אז ס'פעלט נישט אויס, אדער אז ס'טוט נישט אויף, וואס איז עס א טענה פארוואס יעצט רעדט ער און וויאזוי פארענטפערט עס די פראגע פארוואס מאכט מען גרויסע חתונות?
און בכלל אויב געדענק איך גוט, איז נישט געווען קיין גרויסע רבישע חתונות דורכאויס די ערשטע כוואליע, ממילא איז קושיא מעיקרא ליתא.

צוריק צו דער טענה אז מענטשן האבן זיך דעמאלט געהאלזט, ס'איז איין סארט עוולה פון א מענטש מאכט א פרטות'דיגע באשלוס וואס קען זיין א רייע פאקטארן דערין, אנגעהויבן אז ער האט שוין אנטי באדיס, פילט זיך גוט, איז גרייט צו נעמען די רעלאטיוו נידריגע ריסק, אדער אז ער טוט טאקע אן עוולה אבער א יחידות'דיגע, ביז ווען מ'הויבט אן רעדן איבער גרויסע חתונות, מה ענין שמיטה הקטן אצל הר סיני הגדול?

מענטשן וואס זענען נישט זהיר, וועט העניך געוויס טענה'ן זאלן טון אלעס וואס זיי קענען נישט צו האלזן. אבער נניח מ'אדרעסירט נישט קיין יחידים יעצט איז עדיין הקשיא במקומו עומדת פארוואס אין גאטס גיהנום מאכט מען גרויסע חתונות.

דאס וואס איר שרייבט אז איר היט זיך, וואויל איז אייער חלק אבער וואס פאר א ראלע דארף עס צו שפילן אין דעם שמועס? דאס וואס דו טענה'סט אז דו גייסט א מאסק אפילו דו האלטסט אז ס'העלפט נישט, קודם כל זייער שיין אז דו בייגסט דיין מיינונג צוליב חילול ה' און צוליב די מיינונג פון מעדיצינישע עקספערטן, אבער פארוואס טאקע האלטסטו אז מאסקעס העלפט נישט? אויב מעדיצינישע עקספערטן זאגן אז ס'העלפט, נישט הונדערט פראצענט אבער אויף א געוויסע פראצענט, אויף וואס באזירסטו אז ס'העלפט נישט? ס'העלפט גארנישט? ממש גארנישט? צען פראצענט אויך נישט? פון וואו נעמסטו בכלל די לייסענס אריינצורעדן אין א מעדיצינישע נושא באזירט אויף לופט? אויב מיינסטו צו זאגן אז ס'העלפט נישט הונדערט פראצענט, קיין איין מעדיצינישע טריטמענט העלפט נישט אויף הונדערט פראצענט.

3) עס איז נישט מעגליך צו פארלייקענען דעם פאקט אז א ריזיגער צאל אומגעקומענע זענען געווארן פארנאכלעסיגט אין די שפיטעלער, און אזוי אויך האבן די באהערדע גענוצט זייער מאכט איבער די קאמיוניטי אין ברוקלין און דעריבער ברויכט איר אליין פארשטיין אז זינט די אינפארמאציע איז שוין אפן פארן פובליקום קימערן זיך נישט די חסידים מיט די רעגולאציעס דען זיי קוקן דאס אן ווי נאך א פרואוו צו דרייען די נערוון.


דאס אז די שפיטעלער פארנאכלעסיגן זייערע פאציענטן איז נאר נאך א סיבה זיך נאך שטערקער זיך אכט געבן נישט אנצוקומען אין שפיטאל און באהיטן אונזערע אלטע און וואלנערבל, ווייל מ'קען זיך ליידער נישט פארלאזן אויפ'ן שפיטאל און א באזוך אין שפיטאל איז צומאל א טויט אורשיין. ממילא, דאס דארף נאר שטערקער מאכן די שאלה, פארוואס מאכט מען גרויסע חתונות און מ'טוט נישט אנדערע פשוטע זאכן צו פארמיידן דעם ווירוס?
"זינט די אינפארמאציע איז אפן פאר'ן פובליקים" מיין טייערער פריינט, נניח אז ס'איז אמת, די שטאט באהאנדלט אונז נישט גוט, און די שפיטעלער זענען א חורבן, פארוואס זאל די אינפארמאציע זיין א סיבה זיך נישט צו היטן דעם געזונט? אפשר זאלט איר אנהויבן רייכערן און שעדיגן אייערע לינגען ווייל די שטאט און די שפיטעלער טוען עוולות?


4) פילע חסידישע אידן גלייבן באמת אין די קאנספיראציעס וועלכע יאווען זיך, צו אז ביל גייטס האט באשאפן דעם וויירוס צו קענען שטופן דעם וואקסין, צו אז די ׳לינקע׳ האבן עס געמאכט כדי טראמפ׳ע רבי זז״ג זאל פארלירן אין די וואלן, צו אז די מידיא האט דאס געמאכט א.א.וו. - דאס וואס חסידים ציען צו גלייבן אין קאנספיראציעס איז ווערד א באזונדערע אפהאנדלונג, אבער זינט זיי גלייבן דערין באמת וועט קיין שום דאטא און פאקטן זיי טוישן.


דא זאגט איר צום ערשטן מאל א סיבה פארוואס מ'זאל מעגן מאכן א גרויסע חתונה, ווייל די גאנצע זאך איז א קאנספיראציע. ס'איז אמת ס'איז דא מענטשן וואס גלייבן אזוי אבער עס האפט זיך אז די רבי'ס און אנדערע מענטשן ביים פירערשאפט ווייסן אז קאוויד איז עכט און קאסט קרבנות, פאלט צוריק די שאלה פארוואס מאכן גרויסע חתונות? אויב איז דער ענטפער אז יעדער האלט אז ס'איז א קאנספיראציע, איז עס די ערשטע גוטע תירוץ אויף גרויסע חתונות, אבער פאדערט א באזונדערע און אפשר נאך א שטערקערע קלאג אז אונז זעמער א קאמיוניטי וואס איז פשוט נישט ביים זינען נאר א באנדע פלאכע ערד געמיינדע מיטגלידער וואס כ'ווייס נישט צי מ'מעג אזא שוטה מצרף זיין צו מנין.

5) מיר האבן א באשעפער, עס איז אנגענומען אז שומר מצוה לא ידע דבר רע, אין אדם שומע לי ומפסיד, און אזוי ווייטער נאך פילע ערטער וואס מאכט קלאר פאר א רעכטדענקענדער ארטאדאקסישער איד אז א מנין וועט אים נישט אומברענגען, פארשטייט זיך אז די עקסטרעמיסטן נעמען דאס פאר זייער אייגענע באנוצונגען און שטערן ראציאנאלע מענטשן פון פולקאם גלייבן דערין, אבער איך אלס רעליגיעזער איד גלייב דערין מיטן גאנצן הארץ און דעריבער קלער איך נישט אז דאס איז א סיבה פון די וויירוס פארשפרייטונג.


שומר מצוה לא ידע דבר רע איז נישט קיין סלאגאן וואס איז אפן פאר יעדן צו נוצן ווען אימער ער וויל. ווער עס איז נישט מחלל שבת ביים סכנה איז געפסקנט אין שלחן ערוך אז ער האט א דין ווי א רוצח. די מצוה פון שמירת הגוף לויט אלע ראשונים א דאורייתא. ווער עס היט זיך נישט פון א סכנה איז א רוצח אויף זיך זעלבסט, ווער עס היט נישט יענעם איז א רוצח אויף אנדערע.
נניח, אז די סכנה איז נישט ברור ביי א קליינע פארזאמלונג ווי מנין און אויב די מעדיצינישע קאנצענזוס איז אז מ'מעג זיך צוזאמקומען דעמאלט זאגט די הלכה אז מ'מעג מאכן א מנין. וואס האט דאס א שייכות מיט אונזער שמועס פון צוזאמזאמלען טויזנטער מענטשן אין א זאל שלא לצורך מצוה כלל.

6) דו אטאקירסט אין דיינע ארטיקלען אלע חרדי׳שע אידן, און דו לאזט אויס דעם פאקט אז די גאנצע וועלט איז שוין מיד פון דעם וויירוס און אירע נערוון קריכנדע רעגולאציעס וואס זענען נאכנישט גענצליך פארזיכערט אז דאס טוט אויף, דאס ווייזט אז איר ווילט נישט אנערקענען אז די גאנצע גענעראציע איז היינט ׳רעקלעס׳ און איז ענדערש אינטערסירט אין האבן א נארמאלן טאג ווי צו זיין זיכער מיטן געזונט.


גרויסע עוולות איז נישט די זעלבע ווי קליינע עוולות, א מענטש וואס פרובירט צו זיין זהיר ווי מער איז נישט דער זעלבער ווי א מענטש וואס פרובירט בכלל נישט צו זיין זהיר.
צווישן אלע זיבן ביליאן רעקלעס מענטשן אויף דער וועלט איז נישטא קיין איין אומה ולשון וואס טוט וואס מיר טוען, מאכן גרויסע חתונות אינדורס (אפילו טראמפ טוט עס נישט). והקשיא בוקעת ועולה עד לב השמים פארוואס?

7) אלע היימישע מאגאזינען זענען כסדר פארנומען אנצוזאגן דעם עולם זיך אויסצוהיטן, אזוי אויך זענען רוב נארמאלע רבנים דערביי און זיי טוען נישט קיין פעולות צו שטערן איינער וואס וועט זיך האלטן צו די רעגולאציעס.


כ'ווייס נישט פון וועלכע צייטונגען דו רעדטסט און וועלכע מאגאזינען און וואס זיי זאגן, וואס מ'האט געזאגט פינף חדשים צוריק איז נישט מעלה און מוריד אויף יעצט און לכאורה זאגן זיי קלאר נישט גענוג. בכל אופן פארדאמען זיי נישט די גרויסע חתונות נאר אויב עפעס פארקערט, באשרייבן עס ווי העלדישע דערגרייכונגען ווי דער בלאט האט געטון. רוב נארמאלע רבנים האבן גארנישט געזאגט אדער געטון איבער גרויסע חתונות נאר טוען זיך פערזענליך באטייליגן אויב זיי זענען געלאדנט און זיכער זענען זיי נישט מוחה. כל מי שיש בידו למחות ואינו מוחה נתפס באותו עוון. אלע רבנים זענען טייל פון דעם גרויסן חטא.

אט די אויבנדערמאנטע זאכן זענען א טייל פון די גרויסע ליסטע וואס איר וואלט געדארפט נעמען אין באטראכט געפארן אטאקירן און שארף אריינשניידן אין דעם עולם, און נאכאמאל צו באטאנען, עס זענען זיכער די די וועלכע פייפן זיך אויס - אבער זיי מוזטו אויפזוכן אויפן אייערוועלט...


נאכ'ן נעמען אין באטראכט די אלע זאכן וואס רובם זענען שלא ממין הטענה ווייס איך נישט וואס עס מאכט אויס און דער גרויסער און הויפט קריטיק אויף גרויסע חתונות עדיין במקומו עומדת און די קליינע קריטיק אויף דעם קליינעם מענטשעלע וואס האט באשלאסן נישט צו טון די מינדעסטע אין ריכטונג פון קאוויד איז ווידער במקומו עומדת.
נאכאמאל א דאנק פאר דיינע הערליכע ווערק, דאס אז מען קריטיקירט ווייזט נאר אז עס איז געווען צום זאך.



אדאנק פאר דיר פאר'ן נעמען די צייט מיטצוטיילן דיין מיינונג.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

פארוואס איז חתונות דער קאלפריט?

ממילא די גויים, זיי קוקען אהן א חתונה ווי א איבריגע זאך, אבער אונז אידן ווייסן דאך יא, אז מען מוז חתונה האבן, עס איז א גרעסערע נחיצות ווי דאווענען מיט מנין.

בשעת די מגיפה האט געבושעוועט זענען חתונות ווייטער אנגעגאנגען.

נאר וואס דען? מען וואלט געברויכט מאכן קליינע חתונות, און תנאים'ס וואלטען געדארפט פארקומען אין שטוב מיט בלויז משפחה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: פראגעס צו העניך

שליחה דורך פאליטיקאנט »

תרמב האט געשריבן:גראדע האט רבי עקיבא אייגער געלאזט דאווענען מיט מנין אין שול, נאר מיט א קלענערע עולם.
די פוינט איז נישט מנין, די נקודה איז אז ער האט זיך צוגעשטעלט צו די 'דעמאלטסדיגע' מעדיצינישע זיכערהייטס מאסנאמען און רעקאמענדאציעס, און ער האט אויך באפוילן די ארומיגע שטעטלעך צו טון אזוי.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: פראגעס צו העניך

שליחה דורך פאליטיקאנט »

רימון האט געשריבן:
7) אלע היימישע מאגאזינען זענען כסדר פארנומען אנצוזאגן דעם עולם זיך אויסצוהיטן, אזוי אויך זענען רוב נארמאלע רבנים דערביי און זיי טוען נישט קיין פעולות צו שטערן איינער וואס וועט זיך האלטן צו די רעגולאציעס.


כ'ווייס נישט פון וועלכע צייטונגען דו רעדטסט און וועלכע מאגאזינען און וואס זיי זאגן, וואס מ'האט געזאגט פינף חדשים צוריק איז נישט מעלה און מוריד אויף יעצט און לכאורה זאגן זיי קלאר נישט גענוג. בכל אופן פארדאמען זיי נישט די גרויסע חתונות נאר אויב עפעס פארקערט, באשרייבן עס ווי העלדישע דערגרייכונגען ווי דער בלאט האט געטון.


קען זיין מיט אלע צייטונגען מיינט ער די רעקלאמעס (אדווערטייזמענט) פון די סיטי.....



(רימון, איטס גרעיט טו העוו יו בעק!)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

רימון האט געשריבן:
6) דו אטאקירסט אין דיינע ארטיקלען אלע חרדי׳שע אידן, און דו לאזט אויס דעם פאקט אז די גאנצע וועלט איז שוין מיד פון דעם וויירוס און אירע נערוון קריכנדע רעגולאציעס וואס זענען נאכנישט גענצליך פארזיכערט אז דאס טוט אויף, דאס ווייזט אז איר ווילט נישט אנערקענען אז די גאנצע גענעראציע איז היינט ׳רעקלעס׳ און איז ענדערש אינטערסירט אין האבן א נארמאלן טאג ווי צו זיין זיכער מיטן געזונט.


גרויסע עוולות איז נישט די זעלבע ווי קליינע עוולות, א מענטש וואס פרובירט צו זיין זהיר ווי מער איז נישט דער זעלבער ווי א מענטש וואס פרובירט בכלל נישט צו זיין זהיר.
צווישן אלע זיבן ביליאן רעקלעס מענטשן אויף דער וועלט איז נישטא קיין איין אומה ולשון וואס טוט וואס מיר טוען, מאכן גרויסע חתונות אינדורס (אפילו טראמפ טוט עס נישט). והקשיא בוקעת ועולה עד לב השמים פארוואס?

איך וועל נאר אריינרעדן אין די איינע נקודה ווייל דאס איז די איינציגסטע טענה וואס איך האב פארשטאנען און געהאלטן איז א ריכטיגע טענה.
דיין תשובה וואס איז באלד איז גארנישט גיענטפערט, קיין איין אומה ולשון מאכט נישט אזעלכע חתונות אפי' אין פרידנס צייטן, קענסט א גוי וואס האט חתונה געמאכט אין די ארמארי אמאל?
זיין פוינט און די פוינט איז, אז יעדע אומה ולשון פאר זיינע זאכן פייפט כאילו לא היה (פארשטייט זיך נישט יעדע, אודאי איז דא מענטשען וואס היטן זיך, מיר רעדן וועגן די אלע זיבן ביליאן רעקלעס כלשונך הטוב) 2500 אין הופפער איז נישט קיין שום חילוק פון 250 אין א באר וואס איז א צענטעל די סייז און עס איז דא גענוג צוזאמקומענס פון מער ווי דעם, די פוינט איז די עולם איז פעד אפ דריי חדשים איז גיוועהן פונקט גענוג יעדע פייפט און אונז אויך, אונז לעבן א גאנץ לעבן מער צוזאמען, דריי מאל א טאג אין ביהמ"ד שמחות שיעורים סיום'ס וכו' זעהט עס ביי אונז אויס מער אבער מער ווייניגער יעדע רעקלעס גייט אהן כרגיל און אונז אידן לויט אונזער רגיל, און איך זעה נישט קיין שום סיבה אויף נישט.
אודאי איך רעספעקט יעדע וואס וואטשט זיך און איך בין אפי' מעודד מענטשן וואס וואטשן זיך זיי זאלן זיך נישט שעמען איך זאג זיי עס איז גארנישט ראנג נישט צו געבן די האנט פאר אנדערע מענטשן אפי' יענע שטרעקט אויס דארפסט זיך בכלל נישט שעמען וכו'.
אבער ווער עס וויל זיך נישט וואטשן איז גארנישט אנדערש פון די אנדערע זיבן ביליאן, מיר האבן פשוט אנדערע סטענדערטס.
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

אישתישבי האט געשריבן:פארוואס איז חתונות דער קאלפריט?

ממילא די גויים, זיי קוקען אהן א חתונה ווי א איבריגע זאך, אבער אונז אידן ווייסן דאך יא, אז מען מוז חתונה האבן, עס איז א גרעסערע נחיצות ווי דאווענען מיט מנין.

בשעת די מגיפה האט געבושעוועט זענען חתונות ווייטער אנגעגאנגען.

נאר וואס דען? מען וואלט געברויכט מאכן קליינע חתונות, און תנאים'ס וואלטען געדארפט פארקומען אין שטוב מיט בלויז משפחה.

תנאים'ס? חתונות? וואס האט דאס מיט אידישקייט?
יואלי ראטה'ס חברה שטעלן אויף גוי'אישע שטובער ווייל זיי מאכן קליינע חתונות און איגנארירן תנאים'ס?
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

שליחה דורך צפור בודד »

מאך זיכער האט געשריבן:...
1) איך מיין אז דא אויף קאווע שטיבל זענען נישט דא קיינע ניקים וואס האבן איגנארירט דעם וויירוס, אויב עפעס פארקערט, די פרימיטיווע שטיבל פונעם יהדות החרדית האבן ווידעראמאל אויסגעשפיגן די קאווע וואס זיי האבן דא געטרינקען נאר וויבאלד זיי האבן געזען וויפיל אשכולות עס זענען אלס געשריבן געווארן איבערצואווייזן פארן ציבור די וויכטיגקייט פון זיך היטן דאס געזונט. דעריבער זעה איך נישט צוליב וואס איר האט דירעקט דא אויסגעקליבן דאס ארט אויף צו שרייען איבער דאס וויכטיגקייט פון ונשמרתם.

2) אויב האט איר טאקע אזוי מורא איצטערט פון א פרישע טויט כוואליע אין ניו יארק, דאן פארוואס האט איר זיך נישט אנגערופן אים אנהייב פון דעם ערשטע כוואליע, ווען מענטשן זענען טאקע נישט געווען אפגעהיטן, און ווען מענטשן זענען געגאנגען אין די גאסן און זיך ארומגעהאלזט ווי גארנישט וואלט נישט געשען. איך פרעג אייך די פראגע אלס איינער וואס האט זיך זעלבסט זייער אפגעהיטן און בין נאך עד היום הזה נישט געגאנגען מיטהאלטן קיין שמחות (עכ״פ זיכער נישט מאסקעלאז - טראץ וואס איך גלייב נישט אז דאס איז א מציל - און אזוי אויך נאכנישט געגעבן די האנט פאר קיינעם זינט פאראיאר פורים) און אלס איינער וואס גלייבט יא אין די חכמה פון די דאקטורים און אין סייענס.

3) עס איז נישט מעגליך צו פארלייקענען דעם פאקט אז א ריזיגער צאל אומגעקומענע זענען געווארן פארנאכלעסיגט אין די שפיטעלער, און אזוי אויך האבן די באהערדע גענוצט זייער מאכט איבער די קאמיוניטי אין ברוקלין און דעריבער ברויכט איר אליין פארשטיין אז זינט די אינפארמאציע איז שוין אפן פארן פובליקום קימערן זיך נישט די חסידים מיט די רעגולאציעס דען זיי קוקן דאס אן ווי נאך א פרואוו צו דרייען די נערוון.

4) פילע חסידישע אידן גלייבן באמת אין די קאנספיראציעס וועלכע יאווען זיך, צו אז ביל גייטס האט באשאפן דעם וויירוס צו קענען שטופן דעם וואקסין, צו אז די ׳לינקע׳ האבן עס געמאכט כדי טראמפ׳ע רבי זז״ג זאל פארלירן אין די וואלן, צו אז די מידיא האט דאס געמאכט א.א.וו. - דאס וואס חסידים ציען צו גלייבן אין קאנספיראציעס איז ווערד א באזונדערע אפהאנדלונג, אבער זינט זיי גלייבן דערין באמת וועט קיין שום דאטא און פאקטן זיי טוישן.

5) מיר האבן א באשעפער, עס איז אנגענומען אז שומר מצוה לא ידע דבר רע, אין אדם שומע לי ומפסיד, און אזוי ווייטער נאך פילע ערטער וואס מאכט קלאר פאר א רעכטדענקענדער ארטאדאקסישער איד אז א מנין וועט אים נישט אומברענגען, פארשטייט זיך אז די עקסטרעמיסטן נעמען דאס פאר זייער אייגענע באנוצונגען און שטערן ראציאנאלע מענטשן פון פולקאם גלייבן דערין, אבער איך אלס רעליגיעזער איד גלייב דערין מיטן גאנצן הארץ און דעריבער קלער איך נישט אז דאס איז א סיבה פון די וויירוס פארשפרייטונג.

6) דו אטאקירסט אין דיינע ארטיקלען אלע חרדי׳שע אידן, און דו לאזט אויס דעם פאקט אז די גאנצע וועלט איז שוין מיד פון דעם וויירוס און אירע נערוון קריכנדע רעגולאציעס וואס זענען נאכנישט גענצליך פארזיכערט אז דאס טוט אויף, דאס ווייזט אז איר ווילט נישט אנערקענען אז די גאנצע גענעראציע איז היינט ׳רעקלעס׳ און איז ענדערש אינטערסירט אין האבן א נארמאלן טאג ווי צו זיין זיכער מיטן געזונט.

7) אלע היימישע מאגאזינען זענען כסדר פארנומען אנצוזאגן דעם עולם זיך אויסצוהיטן, אזוי אויך זענען רוב נארמאלע רבנים דערביי און זיי טוען נישט קיין פעולות צו שטערן איינער וואס וועט זיך האלטן צו די רעגולאציעס.
...

די "פראגעס" פון דעם פותח האשכול זענען א מוסטער פון שואל שלא כענין ומשיב שלא כהלכה.

1. איך זע נישט דא קיין סימן שאלה און ס'איז נישט קלאר וואס איר פרעגט. אויב איז די שאלה "צוליב וואס איר האט דירעקט דא אויסגעקליבן דאס ארט אויף צו שרייען איבער דאס וויכטיגקייט פון ונשמרתם"? איז די תשובה ווייל דא איז א פארום וואס מען רעדט זיך דורך אויף אידיש מיט ווייניג צענזירירונג. וואו ווילט איר ער זאל שרייבן? ניו יארק טיימס? עמי? משפחה?

2. וואס פרעגט איר? פארוואס האט ער דעמאלט נישט געשריגן? ווער זאגט אז נישט? און אז נישט ער, האבן אנדערע יא געשריגן און קוקט צוריק אויף די אשכולות וועט איר זען. און לאמיר זאגן ער שרייבט איצט צום ערשטן מאל, איז פארדעם איז נישט גילטיג וואס ער זאגט? (דרך אגב, איז דער עולם יא געווען מער אפגעהיטן ביי דער ערשטער כוואליע.)

3. נאכאמאל, וואס איז אייערע פראגע? עס איז שטארק מעגליך צו פארלייקענען און ברענגט אהער פארלעסליכער דאטא און נישט עורבא פרח פון מקווה און וואטסאפ גרופעס. אויסער דעם, שפיטעלער האבן א מאס וויפל פאציענטן זיי קענען באהאנדלען און אז דער עולם איז פארנאכלעסיגט און ס'ווערט צופיל מענטשן ברעכט דער סיסטעם אונטער. פרעגט ווער איז שולדיג אז ס'איז געווען אזויפיל קראנקע. אפילו לו יהי כדבריך, וואס האט איינס מיטן צווייטן? גיי רעד אין א דאקטאר פארום וועגן שפיטעלער און דא רעדט מען וועגן חסידישער התנהגות.

4. דאס איז נישט א פראגע צו העניך און, פארקערט גאר, ס'איז אים שטארק מחזק. העניך האט געזאגט אז ער זוכט א לימוד זכות און איר זאגט אז מיט אזוינע פערד איז א שאד די צייט זיך צו טענה'ן.

5. זייט מיר מוחל אבער דאס איז שטותים והבלים. א מענטש טאר זיך נישט אריינלייגן אין א סכנה ואין סומכין על הנס. "א רעכטדענקער ארטאדאקסישער איד" פאלגט נארמאלע אנווייזונגען. חוץ מזה, ווער רעדט איצט פון מנינים? העניך האט גערעדט פון אנגעשטאפטע חתונות און אלע אנדערע אומ'אחריות'דיגע אויפפירעכץ וואס איז ביי אונז נישט נאר א היתר נאר א מצוה "זיי" צו ווייזן, כאטש קיינער איז נישט זיכער ווער דער זיי איז.

6. די וועלט איז טאקע מיד און אעפ"כ ווייז מיר נאך געמיינדעס ווי חסיד'ישע אידן וואס פייפן זיך אן אויף דער גאנצער וועלט. העניך האט נישט גערעדט פון "אלע" חרדי'שע אידן נאר ביי אונז איז לייכט דא א רוב און עס איז אויך געשטיצט פון גאר אסאך מנהיגים. עס איז רעכט דאס אויסצורופן און צו קריטיקירן.

7. איר ווייסט אוודאי אז ס'איז אחד בפה ואחד בלב. די היימיש מאגאזינען ווייסן אלע וואס גייט פאר און זיי זאגן אפאר ווערטער לפנים, פונקט ווי די צעטלעך וואס זאגן אויף ענגליש אז די געשעפט איז געשלאסן און אויף אידיש צו נוצן די הינטערשטער אריינגאנג. אנשטאט צו זאגן דעם עולם וואס פאר א חילול השם אונז מאכן און ווי ס'קאסט לעבנס מאכן זיי פון אונז קרבנות און וויינען אנטיסעמיטיזם. זאגט מיר ווער די "נארמאלע רבנים" זענען. ביי דער ערשטער כוואליע האט מען אביסל געהערט פון זיי. אבער איצט זענען זיי כמעט אלע שטום. אויך ברגע וואס רביס ווי דער בעלזער און סאטמארער מאכן ריזיגע חתונות, ווייסן שוין די מורה הוראות און רבנים אז טאמער וועלן זיי זאגן א ווארט איז אחת דתם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום צפור בודד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

שאלות 2 ביז 7 פארענטפערן נומבער איינס.
.I got voices in my head.
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך real fake news »

סקען זיין אז סאיז אמת אז אין ערגעץ היט מען זיך נישט פונקט ווי ביי אונז,
אבער ביי אונז איז די מציאות אז מלאזט נישט קיינעם זיך היטן, אן עלטערע אדער נישט געזונטע מענטש איז כמעט נישט מעגליך צו האבן די אפשען פון בלייבן אינדערהיים.
אויס די גיבסט נישט די האנט מאכט מען שפאט פון דיר, אויב די גייסט נישט צו קיין שמחות וועט די מחותן זיין באליידיגט ווי געהעריג.
מגעט נישט קיין אפשען פאר קיינעם צו טראכטן אדער טוהן אנדערש פאר זיך.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

העניך האט געשריבן:Wow
א גרויסן יישר כוח [tag]רימון[/tag] און [tag]צפור בודד[/tag].

גם אני מצטרף.

נאכנישט אלסדינג קלאר אבער אויפן וועג.
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

[tag]צפור בודד[/tag] האסט געליינט מיין תגובה, פארשידענע זאכן זעען אויס שני נביאים מתנבאים בסגנון אחד.
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

שליחה דורך צפור בודד »

רימון האט געשריבן:[tag]צפור בודד[/tag] האסט געליינט מיין תגובה, פארשידענע זאכן זעען אויס שני נביאים מתנבאים בסגנון אחד.

די פראגעס האבן מיך אזוי פארדראסן אז קפץ ונשבע, אן צו לייענען וואס פריער, ואתכם הסליחה. איצט האב איך שוין געליינט און אביסל איז טאקע איבערגע'חזר'ט.
חמלה גדולה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 19, 2017 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 3964 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך חמלה גדולה »

מנחם ציון האט געשריבן: ....i wanted my son at the seudah rather than my brother in law

Cute sentiment from a mass murderer
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

לאמיר זעהן אויב יענער איז קודם א מערדער און דערנאך צו זי איז א מאסן מערדער

ווי איך פארשטיי האט זי געזאגט פאר יעדעם וואס איז געקומען צו די סעודה אז איר זוהן איז פאזיטיוו והבוחר יבחר
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

real fake news האט געשריבן:סקען זיין אז סאיז אמת אז אין ערגעץ היט מען זיך נישט פונקט ווי ביי אונז,
אבער ביי אונז איז די מציאות אז מלאזט נישט קיינעם זיך היטן, אן עלטערע אדער נישט געזונטע מענטש איז כמעט נישט מעגליך צו האבן די אפשען פון בלייבן אינדערהיים.
אויס די גיבסט נישט די האנט מאכט מען שפאט פון דיר, אויב די גייסט נישט צו קיין שמחות וועט די מחותן זיין באליידיגט ווי געהעריג.
מגעט נישט קיין אפשען פאר קיינעם צו טראכטן אדער טוהן אנדערש פאר זיך.

איך ווייס נישט אין וועלכן וועלט איר לעבט. דאס איז שקר. איך קען עלטערע אידן וואס היטן זיך נאך, און יעדער איז זיי מחשיב.
באניצער אוואטאר
yn.NY
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 3:10 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל

שליחה דורך yn.NY »

מפיל קינד האט געשריבן:
real fake news האט געשריבן:סקען זיין אז סאיז אמת אז אין ערגעץ היט מען זיך נישט פונקט ווי ביי אונז,
אבער ביי אונז איז די מציאות אז מלאזט נישט קיינעם זיך היטן, אן עלטערע אדער נישט געזונטע מענטש איז כמעט נישט מעגליך צו האבן די אפשען פון בלייבן אינדערהיים.
אויס די גיבסט נישט די האנט מאכט מען שפאט פון דיר, אויב די גייסט נישט צו קיין שמחות וועט די מחותן זיין באליידיגט ווי געהעריג.
מגעט נישט קיין אפשען פאר קיינעם צו טראכטן אדער טוהן אנדערש פאר זיך.

איך ווייס נישט אין וועלכן וועלט איר לעבט. דאס איז שקר. איך קען עלטערע אידן וואס היטן זיך נאך, און יעדער איז זיי מחשיב.

מיינס א שכן האט הארץ פראבלעמן, ווי נאר די צווייטע כוואליע האט זיך אנגעהויבן עטליכע וואכן צוריק, זיצט ער איינגעשפארט און ארבעט פונדערהיים. שכנים און קרובים העלפן ארויס מיט וואס מ'דארף נאר.
אוודאי איז דא מעשיות פארקערט אויך
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

צפור בודד האט געשריבן:
רימון האט געשריבן:[tag]צפור בודד[/tag] האסט געליינט מיין תגובה, פארשידענע זאכן זעען אויס שני נביאים מתנבאים בסגנון אחד.

די פראגעס האבן מיך אזוי פארדראסן אז קפץ ונשבע, אן צו לייענען וואס פריער, ואתכם הסליחה. איצט האב איך שוין געליינט און אביסל איז טאקע איבערגע'חזר'ט.

נישטא וואס עס זאל אייך פארדריסן.

די פראגעס זענען געווען נאאיוו, אבער פון אן ארט וואס האט געוואלט וויסן, נעמט עס נישט צום הארצן...
פארשפארט