די סקעם פון סגולות און מופתים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

יעקב מענטש האט געשריבן:צום עצם נושא.

די קאמערשעל סגולות מארקעט איז קלאר indefensible, אבער פון די אנדערע זייט ווערט שוין די קאנצעפט פון גיב-געלט-ווער-געהאלפן דערמאנט אין חז"ל, האומר סלע זו לצדקה האומר סלע זו לצדקה בשביל שיחיה בני הרי זו צדיק גמור.


אויף צי געבען צדקה ע"מ שיחי' בני דארף מען געבען קלאר קודם געבן פאר אייגענע ברודער, אייגענע שכנים, אדער חברים אין ביהמ"ד וואס האבן נישט צו לעבן און חתונה מאכן. זיי היידזשעקן מצות צדקה אויף א ביליגע פעגערישע פארנעם דורך מיליאנען דאלארן מארקעטינג עד כדי כך אז די טייערע פראנט פעידזש פול קאלירד גלאסי עדס און פאון בוקס און אין וועכענטליכע אויסגאבעס זענען 50% פון קופת העיר מיט כולל חבת ירושלים אד"ג בשעת ווען אין די זעלבע צייט זענען זיי ווייניגער ווי 1% פון די ביזנעס וועלט.

און אז איינער האט נישט גענוג געלט צו געבן פאר זיין אייגענע משפחה און פריינט זאל ער כאטש ערליך באצאלען שכר לימוד און גראסערי באצייטנס און פארגעסען פון די אלע פגע רע'ס ווי כולל חצות, תהלים כולל, און קופת העיר ואביזרייהו.

די גאנצע געדאנק פון עניי ארץ הקודש וואס די צדיקים הקדושים ושרפי מעלה חיות ואופני הקודש מדורות הקודמים האבן זיך מוסר נפש געווען, געזאגט שטארקע הימילישע אויסדריקען, געשריבען טויזענטע בריוון (געזעצען יארן לאנג ביי דיני תורות אויף די רשות פון גבויות און חלוקות...) האט זיך נאר גענומען פון דעם ווייל די בני ארץ הקודש וואס זיי האבן אויסגעהאלטן זענען געווען עניי עירך פון זייער אייגענע געגנטער און שטעטלעך וואס אויף דעם איז דער ערשטער אחריות פון א יוד צו זען אז זיין ברודער האט ברויט.

יעצט נעמען מענטשען אפיר די גאנצע היסטאריע מיט אלע סגולות פון הר"ח פאלג'י חיד"א וכו' וכו' וכו' כדי ס'זאל זיין וואס מער ארגינעזאציעס מיט שיינע לשון קודש נעמען און געטרייע אנפירערס ועסקנים מיט שטעלעס. פארגעסטס פון דעם אלעם און געטס א דאך און ברויט פאר די אייגענע ברודער.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דר. פּיִטער עדעמסאן (צוזאמען מיט דר. טשיקעי דזשעפערס) זאגט דא [15:05-18:55] בנוגע די קוסמי קסמים פון אפריקאנע קולטור אז הגם עס (פארשטייט זיך) גייט (לגמרי) נישט נאך די מעטאדאלאגישע ריגאָר פון די סייענטיפישע מעטאדע און איז נישט ניתן להיפרך איז עס נאך אלס ל״ד ״איראציאנאל״. דאס איז ווייל, ראשית, אינעם סיסטעם אליין האבן זיי דאך א מהלך פון פועל ונפעל און א ראציאנאל פון וואס איז גורם וואס אא״וו; עס האט א מעטאדע אין די פאראמעטערן פון די סיסטעם אליין. זאת ועוד ווייל די אלע ראציאנאלן דערפון קומען מקושר צו קולטוראלע גלויבונגען וכו׳ וואס זענען מקובל ביי זיי.

והשנית, הגם מ׳קען זאגן אז די פראבלעם איז אז די סיסטעם אליין איז איראציאנאל, מכח דעם ווייל עס קומט נישט נאך די יסודות וואס א [סייענטיפישע/מעטאדאלאגישע מאטעריאלע] טעאריע דארף צו פארמאגן כנ״ל, איז די פראבלעם נאר אז עס קומט עס נישט לגמרי נאך ווען מ׳איז זיך מעיין דערין עד הסוף [וואס איה״נ באדארף מען בעצם טאקע צו טוהן]. דהיינו, ווען זיי זאלן קיינמאל נישט זעהן אז עס ארבעט וואלטן זיי אויפגעהערט זיך צו פארלאזן דערויף. זיי זענען גענוג סקעפטיש אין דעם און פארלאנגען קאנפירמעישאן. נאר זיי פשוט פארלאזן זיך און געדענקען די (סענסעישאנעל) פעמים ווען עס איז יא געלונגען וכו׳ און טוהן דאס אקצעפטירן אלס א גענוג גוטע קרייטעריאן; זיי טוהן נישט (לגמרי) עקאַוּנטען פאר בייעסיס וכו׳ דערין און אריינטראכטן גענוג בעומק דערין וממילא איז עס נישט לגמרי ראציאנאל. אין אנדערע ווערטער, די פראבלעם איז נישט אז עס מאכט נישט קיין סענס, נאר אז עס איז פשוט נישט אמת [עכ״פ עפ״י קארעספּאנדענס].

אפשר קען מען זאגן די זעלבע זאך לגבי אונזער געמיינשאפט בנוגע דאס גלויבונג אין סגולות. הגם, די הצטדקות איז מער נוגע פאר די סייענטיפישע פּאראדיים איז געווען אזוי נפוץ. היינט אבער דארף מען אפשר זיין מער עוועיר צו דעם געדאנק פון וויסן אז די בייעסיס וכו׳ טוהן שטערן צו דערגיין די אמת, וממילא איז עס שוין יא מער זיך פארהוילן פון געהעריגע ריִזעניִנג, וממילא איראציאנאל. וע״ע באשכול זו.

בענין קוסמי קסמים איז סתם אזוי אינטרעסאנט צו קוקען אין מאמר ב׳ פון מלחמות ה׳ וואו ער גיבט דאס א פילאזאפישע מהלך.

***

רעדענדיג איבער פאראלעלן אין אפריקאנער פילאזאפיע צו חרדי׳שע סארטן אבערגלויבן איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו וואס דר. נקירוּ נזעגוווּ זאגט דא [26:15-30:21], אין די קאנטעקסט פון פעמיניסט אפריקאנא שטודיעס, אז ווען מ׳ווערט מער שטודירט און סאפיסטיקירט טוהט מען אפטמאל צוריק אראפקוקען מיט בושה און נעגאטיוויטי (פון א כמו-אביעקטיוון בליק) אויף די קולטור וואו מ׳איז אויפגעוואקסן און פון וואו מ׳קומט, און מ׳וויל דאס אין רעטראספעקט אויך כאטש מאדערניזירן; מ׳ווערט דאדורך אומבאוואוסנד צו די פילאזאפישע לעהרעס וכו׳ און חשיבות וואס די אריגינעלע קולטור האט. מ׳דארף אבער אין אכט נעמען אז מ׳דארף נישט אוועקווארפן און אוועקמאכן די קולטור וואו מ׳איז אויפגעוואקסן נאכדעם וואס מ׳איז קונה (וואס מ׳רופט) אלוועלטליכע חכמה (א כעין תוכו אכל וקליפתו זרק פון די קולטור אליין). דאס איז בפרט נוגע צו די חילוק צווישן די קאמיוּנעליזם פון די עלטערע/אריגינעלע קולטורן פון וואו מ׳קומט ווס. די מאדערענע אינדיווידועליסטיק קולטור.

דאס קען אויך אפשר נוגע זיין (פארשטייט זיך אז אָן די קאלאניעל ענגל) צו דאס פּאראדיים וואס מ׳דארף האבן/באקומען אויף אונזער חרדי׳שע קולטור נאכדעם וואס מ׳איז קונה אלוועלטליכע חכמה.

***

די געדאנק פונעם אשכול קען אויך ארויפגיין אויף די יעצטיגע קאנטראווערסיע איבער טורענהיים׳ס פּרעדיקשאנס.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט