עס איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו
העמפּעל׳ס דילעמא אין די גדר צווישן פיזיקס און מעטאפיזיקס. דאס פרעגט אז אויב נעם איך אן
[רעדאקטיוו] פיזיקעליזם, דהיינו (אווערסימפליפייד) אז בעצם קען אלעס דעפינירט ווערן אין טערמינען פון סייענס און פיזיקס, דעמאלטס זענען דא צוויי וועגן ווי אזוי איך קען דאס באטראכטן, אבער ביידע וועגן האבן אין זיך אומאנגענעמליכקייטן:
1). אונז קענען מיר דאס דעפינירן אז די פיזיקעל מדע וואס אונז פארמאגן האידנא איז בערך גוט אויף צו פארשטיין די פענאמענא פון די וועלט; ווייטער ווי דעם איז שוין מעטאפיזיקס. דאס לאזט אבער אפען דעם פראבלעם אז אויף (למשל) מענטאליטעט, קאנשעסנעס וכו׳ האבן אונז נאך נישט קיין געהעריגע פיזיקעל טעאריע און פרעימווארק, וממילא איז דאס בגדרו של מעטאפיזיקס? אונז פארשטייען אז פאר 150 יאר צוריק וואלטן סייענטיסטן עפי״ז באטראכט למשל קוואנטום מעקאניקס און אירע געפינסען ווי מעטאפיזיקס.
2). אונז קענען מיר דאס דעפינירן אז וואס אונז מיינען דערמיט איז די התפתחות החכמה במדע אינעם עתיד ווען מען גייט צוקומען צו א קלארערן פארשטאנד אין יסוד הבריאה עפ״י סייענס, פיזיקס וכו׳. דאס איז אבער משונה׳דיג אומקלאר און עס אין אפעקט פארענטפערט גארנישט. ווי אויך פיהרט דאס סתם אזוי צו צו א סירקולער סארט ריִזענינג בגדר
[רעדאקטיוו] פיזיקעליזם: אלעס קען ווערן דעפינירט דורך פיזיקס/סייענס ווייל ״ריכטיגע״ פיזיקס/סייענס איז וואס קען ריכטיג דעפינירן אלעס.
דער פיזיקער דר. קאַרלאָ בּיִנאקער וויל דאס פארענטפערן אביסל קלארער [די צווייטע צד] אז די גדר איז דאס וואס דארף צו געדויערן אויסצורעכענען וכו׳ לענגער ווי גיל העולם איז שוין בגדר מעטאפיזיקס. ער איז מסביר אז דאס איז ברור אז פיזיקס איז מער ווי סתם אזוי נאר מעטער און פּארטיקלס. די ווייטסטע עס גייט איז צום געדאנק פון ״
אינפארמאציע״; עיין
לעיל ועיין
כאן. דאס האט דריי גבולים וואס זענען מקושר צו
רעלאטיוויטי,
[די צווייטע געזעץ פון] טערמאדינאמיקס, און
קוואנטום פיזיקס. זיי זענען:
1). ״
אינפארמאציע״ קען נישט געשיקט ווערן שנעלער ווי די שנעלקייט פון ליכטיגקייט.
2). ״
אינפארמאציע״ קען נישט געמעקט ווערן אן פראדיצירן היץ (עפ״י
בּאלטצמאן׳ס קאנסטענט).
3). עס איז דא א גבול צו ווי שנעל ״
אינפארמאציע״ קען ווערן פּראסעסט מיט א מאס ענערגיע וואס מ׳האט (עפ״י
פּלאנק׳ס קאנסטענט).
יעצט, ווי ערווענט אינעם צוגעצייכענטען תגובה הנ״ל באשכול הלז קען מען באטראכטן די יוּניווערס ווי א קאמפיוטער וואס פּראסעסט די אינפארמאציע. אבער די קאמפּיוּטיִנג פּאַוּער פון דעם, בגיל העולם פונעם בּיג בּענג ביז איר עווענטואלן טויט, איז פיניט ועפ״י די אויבנ-דערמאנטע דריי גבולים
(דאס איז דלא כדר. פרענק טיפּלער וואס האלט אז בסוף גיל העולם ממש קומט עס יא צו צו אן אינפיניט קאמפּיוּטינג פּאַוּער, ועיין כאן). איז דאס וואס קען נישט קאמפּיוּטעד ווערן דאדורך במשך זה הזמן אין די סארט שטערקסטע ״קאמפיוטער״ וואס איז שייך,
דאס איז בגדר מעטאפיזיקס. למשל, ג-ט וואס איז אינפיניט איז בגדר זה, ווי אויך איז השארת הנפש בגדר זה (עפ״י די ״
אינפארמאציע״ וואס ווערט פארלוירן לאחר המות). משא״כ בחירה חופשית דארף נישט עפי״ז צוקומען צו מעטאפיזיקס, ווייל אפילו עס איז גענצליך אָנפּרעדיקטעבּל פאלט עס נאך אלס אריין בגדר זה פון ״
אינפארמאציע״ פּראסעסינג וכעין מה שמצינו ב
קוואנטום מעקאניקס.