פאליטיקאנט האט געשריבן:[tag]שמעקעדיג[/tag] ????
א דאנק פאר מיך מכבד זיין... עס איז א שווערע שאלה, אן קיין קלארע תירוץ מיט פארזיכערטע תוצאות. איך וועל פרובירן אביסל מסביר זיין דעם ענין וויפיל עס איז שייך (מלפני הפרגוד), און לאמיר האפן עס וועט קלארער מאכן די נושא.
ערשטנס, צום פארדרוס פון די אלע סעקסיסטן/פעמיניסטן דא, מוז איך מקדים זיין די דעת תורה אין דעם ענין, ווי עס ווערט מבואר אין חז"ל און אין פארשידענע ספרים אז עס איז דא א חיוב אויף די ווייב זיך צוצושטעלן פאר'ן מאן, עס איז א געוואלדיגע ענין און ברענגט אלע מיני השפעות און גוטע קינדער, ווי דער שו"ע זאגט אז אויב דער מאן זעהט אשתו מתקשטת לפניו ומשתדלתו וכו' איז מען זוכה צו גאר הייליגע קינדער.
ווי אויך ווייסן מיר אז איינע פון די סיבות פון חתונה האבן איז "שמצילו מן החטא", אודאי דארף דער מאן מצדו געבן די מצוה פון עונה פאר די ווייב, אבער די פרוי מצדה דארף וויסן אז זי קען אפהיטן דעם מאן און עס איז זייער חשוב אין הימל, און עס איז ידוע די מעשה אין גמ' מסכת תענית מיט אבא חלקי' מיט זיין רביצין וואס זענען געווען פון די חשובי הדור אזש די חכמים זענען זיי געקומען בעטן צו מתפלל זיין אויף רעגן, און זי איז געגאנגען מיט שיינע קליידער אנטקעגן איר מאן כדי ער זאל זיך זעטיגן מיט איר און נישט אדורכפאלן מיט אנדערע נסיונות. און דא רעדט מען פון שרפי מעלה!
(דאס זאג איך נאר פאר אונז צווישן די שורות, דו זאלסט דאס נישט זאגן פאר דיין ווייב, ווייל זי קען שפירן מאניפולירט און געקארנערט. לאז דאס קומען פון א טעראפיסט אדער א דריטער מענטש.)
יעצט לאמיר צוקומען צו פראקטישע עצות. ערשטנס דארף מען וויסן אז מען קען נישט טוישן קיין מענטשן בדרך כלל. עס איז אסאך מאל א ביטערע פיל אראפצושלינגען, אבער דער מציאות איז אז קיינער האט נישט אלעס און יעדער מוז מוותר זיין אויף געוויסע זאכן פון דעם צווייטן. פארשטייט זיך אז נישט אלעס קען מען מוותר זיין, אבער קודם דארף מען וויסן דעם קאנצעפט, קיינער האט נישט ליב ווען דער צווייטער וויל אים/איר טוישן אדער בעסער מאכן. אבער א געזונטער מענטש "וויל" געבן מדעת עצמו, אן דעם וואס יענער זאל דארפן מוטשען.
בעפאר מיר גייען שרייבן איבער די פרוי, דארף מען קודם אנאליזירן דעם מאן, צי ער איז טאקע א מאן כראוי וכיאות, צי טוט ער אלעס וואס א פרוי וויל פון א מאן (פארשטייט זיך עד שידו מגעת), צי גיבט ער איר גענוג ליבשאפט, אויפמערקזאמקייט, אינטערעסע אין איר וועלט, געטריישאפט, טראסט, הילף, רעספעקט, עמאשענעל און פיזיקל סופפארט, קוואליטי צייט, צי קערט ער און זארגט זיך פאר איר, וכו' וכו'. געווענליך ווען א ווייב ווערט באפרידיגט פון א מאן מיט אלע אירע צרכים, פאלן זאכן אין פלאץ, און זי ווערט עקסייטעד פאר אים און זוכט אים אויך צו פליעזן און מחי' זיין אין זיינע ענינים, זי וויל אים מאכן פרייליך, און זי שפירט נישט ווי א חפץ, אן אבזשעקט, וואס דער מאן נוצט אויס פאר זיינע עדווענטעדזשעס. אבער אויב דער מאן איז נישט אוועילעבל פאר איר, נאר זוכט צו אנטלויפן פון הויז בכל עת ועונה און איז מער ביזי מיט זיין טעלעפאן, ביזנעס אדער חברים, דאן הייבט זיך דא אן דער פראבלעם, ער מוז זיך זעלבסט מתקן זיין. מען קען נישט פארלאנגען פון א פרוי זאל טון פאר'ן מאן אויב מען איז נישט קיין "מאן".
טאמער זעהט דער מאן אז ער טוט מצדו אלעס וואס עס פאדערט, צו די בעסטע פון זיין יכולת (קיינער קען נישט אלעס און אלעמאל, און א פרוי פארשטייט דאס), דאן פאדערט זיך א דיאגנאז צו פארשטיין וואס שטערט די פרוי. צומאל קען מען מיט א היימישע שמועס עס אליינס אויספיגור'ן, און צומאל אויב איז עס א טיפערע סיבה, דארף מען גיין צו א פראפעסיאנאל וואס זאל קענען דערגיין צווישן די שורות אדער אדורכגיין די יונגע יארן צו פארשטיין וואס עס איז גורם איר ווידערווילן צו אזא פשוט'ע זאך, אז פרויען האבן בטבע זיך ליב אנצוטון שיין.
עס קענען זיין צענדליגע סיבות, וואס נישט אלעס קען מען דא אויסרעכענען. עס זענען פשוט דא פרויען וואס האבן נישט קיין געדולד זיך שיין צו מאכן, זיי זענען פויל אדער באקוועם. אבער פאר אזעלכע פרויען, האבן מיר שוין געשריבן, אויב איז באמת פאראן אין שטוב אהבה ואחוה, און איינער סעקריפייסד פאר'ן צווייטן, דארף דאס זיין גענוג איר צו מזרז זיין אז זי מוז אויך אוועקגעבן פון איר באקוועמליכקייט, לכה"פ פון צייט צו צייט, און צופרידנשטעלן איר מאן. ווייל א געזונטע פרוי האט ליב ווען דער מאן, וואס טריעט איר מיט רעספעקט און ליבשאפט, האט איר ליב און ווערט עקסייטעד פאר איר.
טאמער איז עס אבער נישט קיין געזונטע פרוי, און דאס וואלט זיך אנגעזעהן אויך ביי אנדערע ענינים אין לעבן אז זי זוכט נישט קיין נאנטשאפט און אינטימעסי מיט'ן מאן (די נאטור רופט זיך avoidant), דאן איז זיכער דא עפעס טיפער וואס שטערט איר, וואס וועט דארפן האבן הילף. עס זענען פאראן ביי נאטור קעלטערע נאטורן וואס זוכן נישט אזוי ווייט צו געפעלן פאר יענעם, פאראן אסאך מעגליכקייטן אז אין איר טשיילדהוד האט זי געהאט אישוס וואס האט גורם געווען איר יעצטיגע מצב, און דאס קען מען היילן. עס קען אויך זיין א סעלפישע נאטור פון איר זייט, וואס פאדערט עבודת המדות אדער צו היילן ווייטאגן פון די יונגע יארן, וואס איז גורם פארשידענע פערסאנאליטי דיסארדערס וואס מוז האבן הילף פון א פראפעסיאנאל.
עס איז קלאר אז די ערשטע טריט צו קלארקייט איז קאמיוניקאציע. נישט איר דרוקן, נישט דזשאדזשן, נאר סתם איר אויסהערן מיט א רואיגקייט וואס זי האט צו זאגן, און אקצעפטירן אירע ווערטער מיט פארשטענדעניש. אויב קענט איר זיך אדורכקומען צווישן זיך און קלארער ווערן אין דעם מצב, איז אודאי גוט; אויב נישט, פרוביר איר מסביר צו זיין דיין שוועריגקייט, זאג איר אז דו ווילסט איר נישט שווער מאכן, און פרעג איר אויב זי איז גרייט צו גיין א דריטן וואס קען אויסארבעטן א שטיקל מהלך וואס זאל צופרידנשטעלן ביידע פון ענק.
דאס איז אויפ'ן שפיץ גאפל, לאמיר וויסן אויב דאס העלפט דיר אדער אויב עפעס איז נאך נישט קלאר. אסאך הצלחה.