שמעקעדיג האט געשריבן:ווען מען לערנט אדורך גמ' ופוסקים זעהט מען קלאר אז די תורה האט געוואלט ביידע זאלן הנאה האבן און מכבד זיין איינער דעם צווייטן.
איך ווייס נישט פון וועלכע היינטיגע משוגעת (רשעות) דו רעדסט (און אפשר איז טאקע בעסער אז איך ווייס נישט), ווי אויך האב איך נישט מגלה דעת געווען וואס איך האלט אין דעם ענין אז מ'זאל קענען דערויף זיך אויסדרוקן אז ס'איז פורים תורות, אבער מיט דעם שורה בין איך 100% מסכים.
וואס אנבאלאנגט די גמרא פון "אין אשה אלא ליופי", קוק אין כתובות דף נט: וואו די גמרא ברענגט א משנה "דלא כרבי חייא דאמר אין אשה אלא ליופי". (כאילו די מקורות זענען די אישו דא, אבער שוין.)
און אז מ'רעדט שוין פון נדרים כ. דאס קומט טאקע זייער שטארק אהער, יוחנן בן דנהבא קומט מאכן גאנצעטע הלכות אין די ענינים, דער מלאך האט איהם געזאגט אזוי "קומט עס", יענע מלאך האט איהם געזאגט אזוי איז "ריכטיג", א "נארמאלע" "געזונטע" רילעישנשיפ "קומט" אזוי, אזוי איז די "מציאות", א מלאך האט מיר עס אליינס געזאגט! זאגט די גמרא "אין הלכה כיוחנן בן דנהבא", ווען ס'קומט צו דברים שבלב איז נישט דא קיין אזוי "קומט עס", אזוי איז "ריכטיג" און "נארמאל". ריכטיג און נארמאל איז אז ביידע צדדים זאלן
אויסהערן (!what a concept) און פרובירן צו פארשטיין וואס די אנדערע צד זאגט, פרוביר (באמת) צו פארשטיין פון וואו די אנדערע צד קומט, און צווינג נישט ארויף דיינע הנחות קדומות אפילו דו האסט עס געהערט פון מלאכי השרת.
נאכאמאל, כ'האב נישט געזאגט קיין דעות, און איך פלאן ווייטער נישט צו געבן קיין דעות אין די ענינים, איך האלט נישט אז איך בין דער וואס זאל טיילן דעות אין אזעלכע האקעלע זאכן. די איינציגסטע עצה וואס איך קען געבן איז אויסהערן און פרובירן צו פארשטיין, אז מ'האט עס שוין פרובירט און ס'האט נישט געהאלפן זאל מען גיין צו איינער וואס האט א רעפיוטאציע צו העלפן מענטשן, אבער חס ושלום נישט גיין צו אזא איינער וואס בויט זיך אויף כלומפערשטע מקורות פון חז"ל און הלכה, זיי מאכן חרוב נשמות און שטיבער.
מ'קען שוין אריינפירן אין מאחורי...