צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

שמעקעדיג האט געשריבן:עס איז א היינטיגע משוגעת (און רשעות) צו געבן אלע רעכטן פאר די פרויען און זאלן די מענער אויסגיין פאר צער.


און ווען די פרויען האבן בכלל נישט קיין רעכטן און גייען אויס פאר צער גייט דיר בכלל נישט אן.

וואס בעטן דען די פרויען? גלייכע רעכטן, נישט מער.
עפעס וואס דו ווילסט נישט מען זאל פארלאנגען פון דיר, פארלאנג נישט פון יענעם.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

שמעקעדיג האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:איך בין מחולק אז אלע פרויען האבן זיך ליב צו באפיצן.
עס מוז נישט זיין מען האט געהאט עפעס א מין טראומע אין די יוגנט.
@געלט האט שוין קלאר געמאכט אז אויסער דעם וואס זיי קומען זיך נישט אויס איבער די קאליר ליפסטיק און ענליכע פראבלעמען, האבן זיי א גוטע שלום בית.
שיקן א דריטע פארטי איבערצוגעבן וועט עס נישט מאכן אויס מאניפולעריש, אדער ווייניגער סעקסיסט..

מעגסט מחולק זיין. עס טוישט נישט דעם מציאות.



די מציאות איז אז כאטש האלב פון מיין קלאס וואלט געווען זייער אומבאקוועם צו טראגן מער makeup אדער א לענגערע שייטל ווי זיי טראגן יעצט.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

שליחה דורך פאליטיקאנט »

איך זע נישט אויף וואס מ'קריגט זיך.

- די טבע פון א פרוי איז צו וועלן זיין שיין און זיך באפוצן (בדרך כלל).

- ביי אונז פרעדיגט מען אריין אין שולע וואס הייסט שיין.....
דאס אז האלב דיין קלאס וויל נישט מער, איז פשוט א תוצאה פון זייער חינוך, אבער איך גלייב אז רוב פרובירן עכ"פ זיך שיין צו מאכן 'ביז ווי מען מעג', און לייגן די מינימאלע מעיקאפ.

@געלט רעדט זיך אפ אז זיין ווייב זיכט ממש גארנישט, וואס דאס איז היפך הטבע.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שמעקעדיג האט געשריבן:ווען מען לערנט אדורך גמ' ופוסקים זעהט מען קלאר אז די תורה האט געוואלט ביידע זאלן הנאה האבן און מכבד זיין איינער דעם צווייטן.

איך ווייס נישט פון וועלכע היינטיגע משוגעת (רשעות) דו רעדסט (און אפשר איז טאקע בעסער אז איך ווייס נישט), ווי אויך האב איך נישט מגלה דעת געווען וואס איך האלט אין דעם ענין אז מ'זאל קענען דערויף זיך אויסדרוקן אז ס'איז פורים תורות, אבער מיט דעם שורה בין איך 100% מסכים.

וואס אנבאלאנגט די גמרא פון "אין אשה אלא ליופי", קוק אין כתובות דף נט: וואו די גמרא ברענגט א משנה "דלא כרבי חייא דאמר אין אשה אלא ליופי". (כאילו די מקורות זענען די אישו דא, אבער שוין.)

און אז מ'רעדט שוין פון נדרים כ. דאס קומט טאקע זייער שטארק אהער, יוחנן בן דנהבא קומט מאכן גאנצעטע הלכות אין די ענינים, דער מלאך האט איהם געזאגט אזוי "קומט עס", יענע מלאך האט איהם געזאגט אזוי איז "ריכטיג", א "נארמאלע" "געזונטע" רילעישנשיפ "קומט" אזוי, אזוי איז די "מציאות", א מלאך האט מיר עס אליינס געזאגט! זאגט די גמרא "אין הלכה כיוחנן בן דנהבא", ווען ס'קומט צו דברים שבלב איז נישט דא קיין אזוי "קומט עס", אזוי איז "ריכטיג" און "נארמאל". ריכטיג און נארמאל איז אז ביידע צדדים זאלן אויסהערן (!what a concept) און פרובירן צו פארשטיין וואס די אנדערע צד זאגט, פרוביר (באמת) צו פארשטיין פון וואו די אנדערע צד קומט, און צווינג נישט ארויף דיינע הנחות קדומות אפילו דו האסט עס געהערט פון מלאכי השרת.

נאכאמאל, כ'האב נישט געזאגט קיין דעות, און איך פלאן ווייטער נישט צו געבן קיין דעות אין די ענינים, איך האלט נישט אז איך בין דער וואס זאל טיילן דעות אין אזעלכע האקעלע זאכן. די איינציגסטע עצה וואס איך קען געבן איז אויסהערן און פרובירן צו פארשטיין, אז מ'האט עס שוין פרובירט און ס'האט נישט געהאלפן זאל מען גיין צו איינער וואס האט א רעפיוטאציע צו העלפן מענטשן, אבער חס ושלום נישט גיין צו אזא איינער וואס בויט זיך אויף כלומפערשטע מקורות פון חז"ל און הלכה, זיי מאכן חרוב נשמות און שטיבער.

מ'קען שוין אריינפירן אין מאחורי...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זייער שיין. איך מיין אז אונז זענען בכלל נישט מחולק.

איך האב קלאר געשריבן אז מען טאר נישט, און מען קען נישט, ארויפצווינגען.

דער מציאות איז, אז טאמער איז דא ליבשאפט און עמאשענעל קאנעקשאן (און א געזונטע פערסאנעליטי), דאן "ווילן" ביידע זייטן צופרידנשטעלן דעם צווייטן, מען איז גרייט ארויסצוגיין פון וועג יענעם צו פליעזן. נישט ווייל "יענער וויל", נאר ווייל "איך וויל".

איך האב נאר מקדים געווען די גמ' כדי צו געבן א שטיקל פערספעקטיוו פון חז"ל, אבער לאמיר עס לאזן אין א זייט פאר יעצט, און לאמיר נאר רעדן פון די ווערטער נאכדעם, ווי איך האב געשריבן אז ביידע זאלן זיין געטריי פאר די צווייטע זייט, און דאס האט גארנישט מיט די חתן רעבע טוירעס בלע"ז.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בת קול האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:עס איז א היינטיגע משוגעת (און רשעות) צו געבן אלע רעכטן פאר די פרויען און זאלן די מענער אויסגיין פאר צער.


און ווען די פרויען האבן בכלל נישט קיין רעכטן און גייען אויס פאר צער גייט דיר בכלל נישט אן.

וואס בעטן דען די פרויען? גלייכע רעכטן, נישט מער.
עפעס וואס דו ווילסט נישט מען זאל פארלאנגען פון דיר, פארלאנג נישט פון יענעם.

געוואלד, פארוואס לייגסטו אריין ווערטער אין מיין מויל וואס איך האב נישט געזאגט און נישט געטראכט? עס גייט מיר בכלל נישט אן אז פרויען האבן צער?

קודם כל, דא רעדט מען בכלל נישט פון טוישן לבוש, דאס איז גענצליך אן אנדערע מדובר. דא איז מען דן איבער זיך שיין צו מאכן פאר'ן מאן מפעם לפעם. דאס איז זייער נארמאל פון א מאן צו פארלאנגען.

איך האב געשריבן א גאנצע ליסטע פון זאכן וואס דער מאן זאל געבן פאר די ווייב, און קיינער האט נישט געהאט קיין טענות דערויף... וואס עפעס דארף דער מאן זיך איבערשטרענגען און זיין געטריי צו זיין ווייב? אפשר איז עס אים שווער? איך מיין אז יעדער פארשטייט אז מען האט חתונה איז עס א טו-וועי סטריט, און ביידע טוען פאר'ן צווייטן און פרובירן צופרידנשטעלן דעם צווייטן, כאטש וואס צומאל איז עס אביסל אומבאקוועם.

די גאנצע לעבן איז אומבאקוועם. האבן קינדער און זיי אויפציען איז גרינג? וואשן דישעס און וואשן וועש איז גרינג? ארבעטן פאר פרנסה בזיעת אפך איז גרינג? יעדער פארשטייט אז מען טוט וואס איז וויכטיג און ריכטיג, און יעדע גוטע זאך האט א פרייז. אויב לעבט מען א סעלפישע לעבן און מען קוקט נאר וואס עס איז גוט פאר זיך און מען טראכט נישט פון יענעם, קומט מען אין ערגעץ נישט אן. נאכדעם וואונדערט מען זיך פארוואס מענער זוכן אנדערע גליקן.

אלזא, וואס מיינסטו מיט גלייכע רעכטן? וועלכע רעכט שפירסטו האט דער מאן מער ווי די ווייב?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פאר ווער ס'איז אינטערעסירט, א שיעור פון ר' שמעון גרין.

https://www.torahanytime.com/#/lectures?a=118616
וירח ה' את ריח הניחוח
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

שמעקעדיג האט געשריבן: אשתו מתקשטת לפניו ומשתדלתו וכו'
...זי איז געגאנגען מיט שיינע קליידער אנטקעגן איר מאן.


וואס האט דאס א שייכות וויאזוי צוגיין אנגעטוהן אין גאס?
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

טוישן makeup היייסט טוישן לבוש
איינער וואס וויל דאס איז אים נישט גענוג פון מאל צי מאל, און איז אויסדריקלעך נישט אקעי צו פארלאנגען, ווייל פארלאנגען איז קיינמאל נישט אקעי.

דיינע ביישפילן זענען פון געבן vs אויפגעבן פון זיך. וואשן וועש, דישעס, ברענגען פרנסה זענען פשוטע פליכטן פון אן ערוואקסענע. עס האט בכלל נישט מיט marriage, און דאס איז נישט א ביישפיל פון אויפגעבן. ווען מען טיילט איין די אויסגאבן פון א הויז ווירטשאפט איז דאס פשוטע coparenting.
אונזער marriages זענען נישט קיין נארמאלע love marriages וואו מען האט זיך קודם ליב און אוטאמאטיש וויל מען אלעס אוועק געבן פון זיך.
און אין די אלגעמיינע וועלט אויב די ווירדן שטימען נישט, פארט מען זיך קיינמאל צאם. אויב עס געשענט צומאל יא, פארלאנגט מען נישט יענער זאל זיך טוישן, מען האט ליב די פארטנער פונקט ווי זיי זענען.

פארשטייסט נישט וואס מיינט אויפגעבן פון זיך, נישט האבן א זיך, ווייל מען געבט אלעמאל אויף פאר יענעם.
א marriage קען נישט ווערן בעסער אויב מען האט בכלל נישט קיין זיך.

דיינע סעקסיסט קאממענטס נעם איך פון דיר, אז א פרוי דארף נאכגעבן פארן מאן.
(דיין gender stereotype אז פרויען זיך זיך אלץ מער צו באפיצן רעדט פאר זיך אליינס.)
איך הער קיינעם נישט דא רעדן פון מענער וואס דארפן נאכגעבן פון זיך.

למעשה אויף דעם וועבזייטל רעדט מען דא צו מענער און מען קען נישט יענעם טוישן, איז טויש עפעס פון זיך.
דייין גאנצע ענטפער איז וויאזוי די פרוי זאל זיך טוישן.

טוישן יענעם קומט נישט פון ליבשאפט, און מען קען האבן ליבשאפט אן טוישן יענעם. אמתע אהבה איז נישט תלוי בדבר.

גלייכע רעכטן מיינט, נישט פארלאנגען אויב דו ווילסט נישט מען זאל פון דיר פארלאנגען. נישט צווינגען מיט שיינע תורות אויב דו ווילסט נישט מען זאל דיר צווינגען. נישט טוישן יענעם, אויב דו ווילסט נישט מען זאל דיר טוישן, לאזן פרויען האבן א sense of self, און אן איידענטיטי פאר זיך, וואס די מענער ביי אונז זענען אזוי געוואוינט צו, אז זיי פארשטייען ניטאמאל וואס די concept פון נישט זיין א מענטש פאר זיך מיינט.

און סתם פאר די רעקארד, Natural makeup איז אין סטייל יעצט, גיי קוק וואס קים קארדעשיאן טראגט די לעצטע יאר צייט.
Less is more. קען זיין אז זיין ווייב איז גאר די פעשיניסטע.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שמעקעדיג האט געשריבן:איך האב קלאר געשריבן אז מען טאר נישט, און מען קען נישט, ארויפצווינגען.

ווען א מענטש זאגט דיר קלאר און דייטליך "דאס איז וואס איך וויל" און דו זאגסט איר אז ס'קען נישט זיין אז זי וויל דאס טאקע, "דו זאגסט עס נאר ווייל דו ביזט פויל, טראומעטייזד, וכו', אבער באמת באמת ווילסטו אנדערש", דאס רוף איך "ארויפצווינגען" דיין מיינונג. און דאס גייט אויך אריין אין די אישו פון "גלייכע רעכטן", דער מאן האט רעכט אויסצודרוקן זיין ווילן אבער ווען די פרוי זאגט וואס זי וויל טראסט מען איר נישט אז זי ווייסט טאקע וואס זי וויל, דו מיינסט אז דו ווייסט בעסער פון איר וואס זי וויל, כאילו זי איז א קליין קינד וואס ווייסט נישט וואס זי וויל. דו הערסט ניטאמאל אויס וואס זי זאגט דיר, נאך פאר זי עפנט איר מויל ווייסטו שוין וואס זי טראכט, דו הערסט איר נאר אויס אויסצורעכענען דיין ענטפער. האלאו! א מענטש רעדט צו דיר! הער אויס וואס זי האט צו זאגן, אפשר פארט האט זי א פוינט? פארוואס גלייבסטו איר נישט אויפ'ן ווארט? פארוואס האלטסטו זיך קלוגער? פארוואס מיינסטו אז דו פארשטייסט בעסער? פון וואו ווייסטו אז די סיבה פארוואס זי פוצט זיך נישט איז ווייל ס'דא עפעס אן אינטערליגענדע אישו דא? פארוואס מוז זיין אז זי איז טראומעטייזד, אפשר ביזטו טראומעטייזד?

און דאס איז די חורבן פון די "דעת תורה" עצה געבער, מ'מאכט אזוי משוגע ביז די פרוי פאנגט אליינס אן צו גלייבן אז עפעס איז נישט בסדר מיט איר און דאן איז זי שוין טאקע טראומעטייזד... אויב ס'דא איין עצה וואס איך קען געבן, האטס רחמנות אויף ענקערע נשמות און אנטלויפטס פון די "דעת תורה" זאגער ווי פון פייער! ענדערש גיי צו א גוי וואס וועט דיר פארקויפן יאשקע תורות, אזוי וועסטו כאטש וואוסן אפצושאצן זיינע ווערטער פאר וואס ס'איז ווערד און נישט נתפעל ווערן פון די "אזוי שטייט" ריעזענינג.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אדער לערנסטו נישט גוט אפ מיינע ווערטער אדער לייגסטו אריין פשטים וואס כ'האב בכלל נישט געטראכט.

לאמיר פרובירן קלארער אויסצושמועסן. קודם צוויי פאקטן:

פאקט 1. "כמעט" יעדע געזונטע פרוי האט ליב (ביז א געוויסע מאס) זיך שיין צו מאכן.

פאקט 2. א פרוי וואס האט די ריכטיגע אהבה צום מאן וויל אים פליזן.

לויט די ערשטע פאקט, וואלט די פרוי געדארפט מדעת עצמה זיך שיין מאכן פאר'ן מאן (אפי' ער פארלאנגט עס נישט). אויב וויל זי נישט, קען זיין 2 סיבות, איינס אז עפעס פעלט איר און הילף קען זיין א ישועה. (פארשטייט זיך אז אויב וואלט זי געווען א סינגל, אדער דער מאן וואלט נישט געקעהרט דערויף, פעלט בכלל נישט אויס קיין הילף). די צווייטע זאך קען זיין אז דער מאן שטעלט זיך נישט צו פון זיין זייט צו פליזן די ווייב, מען לעבט ווי 2 באזונדערע מענטשן, ממילא קעהרט זי נישט.

לאמיר איבער'חזר'ן – געווענליך א פרוי וויל פון אייגענעם דעת זיך אנטון שיין. אפילו אויב האט זי נישט קיין חשק, וועט זי געווענליך לכה"פ וועלן זיין א 'עושה רצון בעלה' צוליב דעם וואס איר מאן איז געטריי צו איר און עס איז דא אן עמאשענעל קאנעקשאן וואס מיינט אז מען וויל צופרידנשטעלן דעם פארטנער. אויב דאס איז אויך נישט דא, מיינט אז איינע פון די 2 זאכן פעלט – אדער האט זי א אייגענע אינטערליגענדע אישו (רוף עס נאטור אז דו ווילסט) אז זי איז נישט אינטרעסירט זיך צו אנטון שיין (עס איז דא אסאך אזעלכע פרויען, און איך קען אפאר אזעלכע) אבער זי וואלט פארט געקענט באשטיין עס צו טון פאר א געטרייע מאן; אדער פעלט אהבה אין די עצם מערידזש און די פרוי וויל נישט זיין א טוי, א אבזשעקט. ווייל טאמער איז דא אמת'ע ליבשאפט, מיינט דאס אז מען איז גרייט ארויסצוגיין פון די קאמפארט זאון און צופרידנשטעלן דעם פארטנער.

בין איך גענוג קלאר?

ווילסטו זאגן, אז עס זענען פאראן פרויען וואס זענען נישט אינטרעסירט זיך צו אנטון שיין פאר'ן מאן אפילו דער מאן גיבט זיך אוועק פאר איר בלב ונפש? דארף זי ערשט גיין פאר הילף, ווייל דאס איז זייער סעלפיש.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]אן אינטערעסאנטע שמועס דא. די אינטערעסאנטקייט איז אז ווען מען ליינט שמעקעדיג'ס תגובה לייגט זיך עס אויפן שכל. דערנאך ווען מען ליינט די ענטפערס פון בת קול און רביה"ק לייגט זיך עס אויך אויפן שכל. ווער איז גערעכט?

לענ"ד זענען ב"ק און רביה"ק מערסטענס גערעכט פון אן אידיאלאגישע שטאנדפונקט. אבער שמעקעדיג קומט פון די פראקטישע זייט. פראקטיש זעהט מיר אויס אז זיין מהלך וועט די בעסטע ווירקען פאר ביידע. אפילו אויב די ווייב איז גערעכט דא און די מאן מוז זיך צושטעלן צו דעם, וועט זי קיין בעסערע לעבן נישט האבן צוליב דעם. כנעלנ"ד, והאמת והשלום אהבו.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

שמעקעדיג האט געשריבן:אדער לערנסטו נישט גוט אפ מיינע ווערטער אדער לייגסטו אריין פשטים וואס כ'האב בכלל נישט געטראכט.

לאמיר פרובירן קלארער אויסצושמועסן. קודם צוויי פאקטן:

פאקט 1. "כמעט" יעדע געזונטע פרוי האט ליב (ביז א געוויסע מאס) זיך שיין צו מאכן.

פאקט 2. א פרוי וואס האט די ריכטיגע אהבה צום מאן וויל אים פליזן.

לויט די ערשטע פאקט, וואלט די פרוי געדארפט מדעת עצמה זיך שיין מאכן פאר'ן מאן (אפי' ער פארלאנגט עס נישט). אויב וויל זי נישט, קען זיין 2 סיבות, איינס אז עפעס פעלט איר און הילף קען זיין א ישועה. (פארשטייט זיך אז אויב וואלט זי געווען א סינגל, אדער דער מאן וואלט נישט געקעהרט דערויף, פעלט בכלל נישט אויס קיין הילף). די צווייטע זאך קען זיין אז דער מאן שטעלט זיך נישט צו פון זיין זייט צו פליזן די ווייב, מען לעבט ווי 2 באזונדערע מענטשן, ממילא קעהרט זי נישט.

לאמיר איבער'חזר'ן – געווענליך א פרוי וויל פון אייגענעם דעת זיך אנטון שיין. אפילו אויב האט זי נישט קיין חשק, וועט זי געווענליך לכה"פ וועלן זיין א 'עושה רצון בעלה' צוליב דעם וואס איר מאן איז געטריי צו איר און עס איז דא אן עמאשענעל קאנעקשאן וואס מיינט אז מען וויל צופרידנשטעלן דעם פארטנער. אויב דאס איז אויך נישט דא, מיינט אז איינע פון די 2 זאכן פעלט – אדער האט זי א אייגענע אינטערליגענדע אישו (רוף עס נאטור אז דו ווילסט) אז זי איז נישט אינטרעסירט זיך צו אנטון שיין (עס איז דא אסאך אזעלכע פרויען, און איך קען אפאר אזעלכע) אבער זי וואלט פארט געקענט באשטיין עס צו טון פאר א געטרייע מאן; אדער פעלט אהבה אין די עצם מערידזש און די פרוי וויל נישט זיין א טוי, א אבזשעקט. ווייל טאמער איז דא אמת'ע ליבשאפט, מיינט דאס אז מען איז גרייט ארויסצוגיין פון די קאמפארט זאון און צופרידנשטעלן דעם פארטנער.

בין איך גענוג קלאר?

ווילסטו זאגן, אז עס זענען פאראן פרויען וואס זענען נישט אינטרעסירט זיך צו אנטון שיין פאר'ן מאן אפילו דער מאן גיבט זיך אוועק פאר איר בלב ונפש? דארף זי ערשט גיין פאר הילף, ווייל דאס איז זייער סעלפיש.



דיין סטעריאטייפ איבער וואס א פרוי האט ליב, איז פשוט דאס. א סטעריאטייפ.
דאס איז וואס דו בעיסט דיין גאנצע אפיניען אויף.
עס זענען דא א ריזן ציפער פון פרויען וואס זענען נישט אריינגעטוהן אין vanity, און גארנישט איז wrong מיט זיי.
איך האב גארנישט מער צוצולייגן צום שמועס.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שמעקעדיג האט געשריבן:ווילסטו זאגן, אז עס זענען פאראן פרויען וואס זענען נישט אינטרעסירט זיך צו אנטון שיין פאר'ן מאן אפילו דער מאן גיבט זיך אוועק פאר איר בלב ונפש? דארף זי ערשט גיין פאר הילף, ווייל דאס איז זייער סעלפיש.

איך זאג עס? הרב געלט זאגט דאך אז זיין ווייב זאגט דאס, און אז זי זאגט עס גלייב איך איר אז ס'איז אזוי און איך גיי נישט אריינקלערן צו אפשר זאגט זי אזוי נאר ווייל זי איז פויל אדער טראומעטייזד. הרב געלט זאגט דאך קלאר אז אלעס אויסער דעם שיינט און לייכט, פארוואס זאל איך טראכטן אז פונקט דא ליגט עפעס א טיפערע אישו, ווייל כ'האב קיינמאל בעפאר נישט געהערט פון אזא זאך? הער איך עס יעצט צום ערשטן מאל! there's a first time for everything

אקעי, סאו יעצט ווערט די פראבלעם אז זי איז סעלפיש גאר, דארף מען יעצט מסביר זיין אז יעדע מענטש האט זאכן וואס ער וואלט נישט געטוהן פאר קיין געלט אין דער וועלט. איך טראכט צו מיר, לאמיר זאגן אז איינער גיבט מיר א מילליאן דאללער אז פון היינט און ווייטער זאל איך נאר אנטוהן graphic טישירטס, איך גלייב נישט אז איך וואלט עס געטוהן, איך קען מיך נישט זעהן זיך ארומדרייען אזוי אין גאס, איך פיל מיך ווי א שווארצע חיה אזוי, ס'איז פשוט נישט מיך. איך בין זיכער אז דו האסט אויך זאכן וואס דו וואלסט נישט געטוהן אפילו פאר איינער וואס גיבט זיך איבער פאר דיר בלב ונפש, טוהן געוויסע זאכן איז איין זאך, אויפגעבן אויף די אייגענע אידענטיטעט איז גאר עפעס אנדערש. איך זעה נישט פארוואס דו זאגסט אז ס'ווייזט אויף סעלפישנעס, לויט ווי איך קוק עס אן ווייזט עס אויף א הויכע סעלף עסטיעם און א שטארקע סענס אוו איידענטיטי, פרעג מיך אפ. (און אוודאי וועט יעצט קומען די לאקשן "דעת תורא" אז א "געזונטע" פרוי "קומט נישט" מיט אזא שטארקע סענס אוו איידענטיטי אזויווי ס'שטייט אין גמרא בלא בלא בלא עפ"ל)

הוגה האט געשריבן:לענ"ד זענען ב"ק און רביה"ק מערסטענס גערעכט פון אן אידיאלאגישע שטאנדפונקט. אבער שמעקעדיג קומט פון די פראקטישע זייט. פראקטיש זעהט מיר אויס אז זיין מהלך וועט די בעסטע ווירקען פאר ביידע. אפילו אויב די ווייב איז גערעכט דא און די מאן מוז זיך צושטעלן צו דעם, וועט זי קיין בעסערע לעבן נישט האבן צוליב דעם. כנעלנ"ד, והאמת והשלום אהבו.


דאס איז שוין אן אלטע אישו וואס איך האב מיט די מענטשן וואס רעדן אינעם נאמען פון "פראקטישקייט", פארוואס מוז די אידעאלאגישע שטאנדפונקט אלץ זיין א סתירה מיט'ן "פראקטישן" שטאנדפונקט? פארוואס קען מען נישט פונקט אזוי זאגן פארקערט, "אפילו אויב דער מאן איז גערעכט דא און די ווייב מוז זיך צושטעלן צו דעם, וועט ער קען בעסערע לעבן נישט האבן צוליב דעם וכו'"? אין אנדערע ווערטער, האק זיך אריין אין קאפ אז ס'פעלט דיר נישט אויס, מאך שלום מיט'ן מצב, און מיט די צייט וועסטו איינזעהן אז ס'איז גארנישט אזוי וויכטיג ווי דו האסט געמיינט, און מיט דעם וועט מען יוצא זיין סיי די אידעאלאגיע און סיי די פראקטישקייט.(באמת האלט איך טאקע אזוי ואכמל"ה כנ"ל)
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דאס איז שוין אן אלטע אישו וואס איך האב מיט די מענטשן וואס רעדן אינעם נאמען פון "פראקטישקייט", פארוואס מוז די אידעאלאגישע שטאנדפונקט אלץ זיין א סתירה מיט'ן "פראקטישן" שטאנדפונקט? פארוואס קען מען נישט פונקט אזוי זאגן פארקערט, "אפילו אויב דער מאן איז גערעכט דא און די ווייב מוז זיך צושטעלן צו דעם, וועט ער קען בעסערע לעבן נישט האבן צוליב דעם וכו'"? אין אנדערע ווערטער, האק זיך אריין אין קאפ אז ס'פעלט דיר נישט אויס, מאך שלום מיט'ן מצב, און מיט די צייט וועסטו איינזעהן אז ס'איז גארנישט אזוי וויכטיג ווי דו האסט געמיינט, און מיט דעם וועט מען יוצא זיין סיי די אידעאלאגיע און סיי די פראקטישקייט.(באמת האלט איך טאקע אזוי ואכמל"ה כנ"ל)


ביסט גערעכט, אין א פאל ווי די מאן קען עס עקסעפטן באמת דארף מען אים אזוי זאגן. אבער אמת'דיג גערעדט, למעשה, האלטסט טאקע אין רוב פעלער וועט עס באמת פועל'ן? איך קען עס נישט פראווען אבער איך גלייב אז נישט. און טאקע אויב א פרוי איז זיכער אז זי קען נישט באמת שלום מאכן מיט די מצב, זאל זי טאקע נישט נאכגעבן. אבער וועסט מודה זיין אז אין א סאך פעלער קענען זיי יא. איז לוינט זיך נישט אפילו צו פרובירן ארבייטען דערויף, אפילו פאר אביסל?


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

דאס איז שוין א שאלה פאר א רילעישנשיפ עקספערט (נישט א דעת תורה שלום בית עקספערט ח"ו), אויב דאס איז די שאלה דא קענסטו איגנארירן אלעס וואס איך האב אנגעפירקלט ביז אהער.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

רביה"ק והטהור, קענסט מיר מסביר זיין אין דיין לאנגע תגובה, ווי קומט אריין די ווארט "אויפגעבן די אייגענע אידענטיטעט"?

בת קול פרובירט אויך צו זאגן דאס זעלביגע, מיט אנדערע ווערטער. עס קריכט מיר נישט אין קאפ אריין! זיך שענער אנטון פאר'ן מאן (נישט בקביעות, אבער מפעם לפעם) הייסט אויפגעבן אידענטיטעט? פארוואס, גאט אין הימל?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אפשר די גוי'אישע מקורות זענען בעסער? :P
בייגעלייגטע פיילס
connection 0.jpg
connection 1.jpg
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

דערפאר האב איך געזאגט אז די שליסל איז אויסהערן און פרובירן צו פארשטיין, נישט מיך, די פרוי וואס זאגט עס. איך קען דיר נישט מסביר זיין פארוואס רעבעצין געלט האט אן אישו דערמיט, איך בין אבער זיכער אז זי אליינס קען זיך יא מסביר זיין ווען מ'זאל נאר אויסהערן וואס זי האט צו זאגן אן איר פארדרייען א קאפ מיט מאמרי חז"ל און "אזוי קומט עס". און ס'לאו דוקא אז נאכ'ן אויסהערן וועט דיר עס יא אריינקריכן אין קאפ, געפילן איז נישט א זאך וואס מ'דארף פארשטיין מיט'ן קאפ, וואו ס'דארף יא אריינקריכן איז אין הארץ, הער איר אויס אזוי לאנג ביז דו פאנגסט אויך אן צו פילן וואס זי פילט, דערנאך הערשט קען מען טראכטן פון עצות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

קיינע פון דיינע מקורות רעדן נישט איבער אויפגעבן פון זיך.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נאכאמאל, ווער רעדט פון אויפגעבן פון זיך?
הרב געלט וויל זיין ווייב זאל זיך אביסל שענער מאכן פאר אים. לייגן אנדערע קאליר מעיקאפ. פון וועלכע אויפגעבן רעדט מען דא? עם איי מיסינג סאמטינג?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

רבינו הק', דו זאגסט ממש די זעלבע ווערטער ווי איך... איך האב אויך געזאגט אז מען זאל "איר" אויסהערן, און איר אקצעפטירן, און איר "נישט" זאגן קיין תורות מיט חז"ל, ממש גענוי בסגנון אחד...

איך האב נאר געזאגט חוץ מזה אפאר זאכן מער, קודם האב איך געברענגט אפאר מקורות פון חז"ל, וואס דו רופסט אן דעת תורא דעת חתן רעבע און חס ושלום.... אקעי, לאמיר דאס לייגן אין די זייט פאר יעצט. נאכדעם האב איך געשריבן אז אויב נאכ'ן זיך אדורכשמועסן קומט מען אין ערגעץ נישט אן, קען זיין אפאר סיבות דערפאר, און איך האב אויסגערעכנט עטליכע מעגליכע סיבות, און אויסגעפירט אז מען זאל זיך ווענדן צו א פראפעסיאנאל.

וואו זענען מיר מחולק?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך מיין אז די נקודת המחלוקת צווישן אונז איז צו אחרי ככלות הכל איז מעגליך במציאות אז אזא סארט אויפפירונג זאל קומען פון געזונטע געפילן, צו ניין, ס'מוז זיין אז ערגעץ וואו איז דא עפעס א קרומקייט אדער צומישעניש וואס מ'קען פאררעכטן און אלעס וועט פאלן אין פלאץ. איך האלט ווי די ערשטע וועג, אויב האלטסטו אויך אזוי שטייען מיר טאקע אויף איין פעידש.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארשפארט