בודנהיזם,
[justify]ניין, איך רעד נישט פון בודהיזים, נאר איך רעד פון בודנ'היזם, א שענערע ווארט פאר ביידענ'יזים.
בא השמש וזרח השמש, טראמפיזם איז [אונטערגעגאנגען] און בודנהיזם האט אויפגעשיינט.
אנדערש ווי טראמפיזם - א טערמין וואס מען נוצט אויף בלינדע טראמפ שטיצער -וואלט איך געצווייפלט צו נוצן אזא טערמין אויף שטיצער פון ביידן, פאר צוויי סיבות:
1) היזם איז א טערמין וואס מען נוצט אויף עקסטרים שטארקע שטיצער פון א מענטש - ביידן האט דאס נישט. 2) ביידן איז א מיטל נישט קיין טיטל.
אבער כדי צו ריאינווענטן טראמפיזם, מוז מען ארויסנעמען דעם [ביידן] מיטל און עס מאכן פאר א טיטול.
[center]* * *[/center]
דאנעלד טראמפ, די "אריכטעקט" פון באקעמפען פעיק-ניוס, האט ווי באקאנט אליין נישט די ווארומסטע רילעשנשיפ מיטן אמת. טראמפ, פון איין האנט שרייט פעיק ניוס, אבער מיט די אנדערע האנט האט ער געגעבן רייפע עפלעך פאר זיינע שונאים מיט ווערטער ווי "אלטערנעטיווע-פאקטן". פון איין זייט האט ער געברענגט אויפמערקזאמקייט צו די שרעקליכע דיסאינפארמאציע וואס הערשט אין די מידיא, אבער פון די אנדערע זייט האט ער זיך געבאדן אין קאנספיראציעס.
דאס האט נאטורליך געגעבן פלאץ פאר זיינע שונאים זיך צו באנוצען מיט זיין נאמען, אז ווען עמיצער דיפערט מיט א טראמפ שטיצער וועט ער אים אנרופן "טראמפיסט", ווי איינער זאגט, דו גייסט קאפ אין וואנט, דו גלייבסט אלעס וואס טראמפ זאגט דיך, אדער אלעס וואס דו ליינסט, ביסט א בהמה.
וואס איז אבער געשען איז, אז עס איז געווארן א סך מער שווערער צו דעבאטירן געשעהענישן אדער נאראטיוון צווישן מענטשן. אמאליגע צייטן פלעגט זיין, אז צוויי מענטשן האבן זיך אויסגע'טענה'ט, דער האט געשריגן נעשה, און דער צווייטער נשמע, און מ'האט געהאט א ציווילע שמועס.
יעצט אין די פאסט-טראמפ עפאכע, האבן די שונאים פון טראמפ אויפגעבויעט א טראמפ-קארטל. דאס הייסט אזוי, וויבאלד טראמפ חוש'ט ארום צווישן קעמפן פאלשקייט און אליין גלייבן קאנסיפיראציעס, דעריבער זענען אלע מענטשן וואס שטיצן אים אין די זעלבע שיך. עס קען נישט זיין אז עמיצער זאל שטיצן בלויז זיינע פאליסיס, נאר אלעס וואס יענער מענטש האלט איז שקר, ער איז א "טראמפיסט". אויב איינער זאגט איין זאך און דער צווייטער זאגט פארקערט, איז די גרינגסטער וועג פון יענעם פטור צו ווערן איז מיטן ארויסשלעפן די "טראמפיסט" קארטל.
און דאס איז ווען בודנהיזם איז געבוירן געווארן.
די אשכול גייט זיין געווידמעט צו אויסשמועסן בודנהיזם.
בלויז פאר די סיבה אז עמיצער שטיצט ביידן מיינט נישט אז זיין אינטערלאקוטער איז אויף די פאלשע זייט.
סא ווען עמיצער שלעפט ארויס די טראמפיסט קארטל, האבן מיך פאר אייך א נייע דעק אוו קארדס.
[center]* * *[/center]
אמעריקע גייט יעצט דורך זייער שווערע וואלן. און אזוי שווער ווי די וואלן איז אזוי שווער צוטיילט איז די פאלק. אפגעזען וועלכע זייט געווינט די וואלן, וועט די אנדערע זייט אלץ שרייען אז עס איז גע'גנב'ט געווארן.
מיר דארפן נישט צוריק גיין צו ווייט צו זען ווען א געוויסע פארטיי האט רעוואלטירט קעגן א וואל אויסגאנג. אין 2016 האט טראמפ געווינען די וואלן, און די דעמאקראטן האבן אונטערגענומען א די-דעי קריג קעגן טראמפ, זיי האבן ארויסגעשלעפט יעדן קארטל פון די בוך צו פארברענען דעם פרעזידענט, אנגעהויבן פון די "נישט מיין פרעזידענט" באוועגונג, אדער "נישט לעגיטימער פרעזידענט" ביז די קאלוזשען-אינוועסטיגעשן, און אימפיטשמענט.
נאך 4 יאר איז אמעריקע פריש געגאנגען צו די וואלן, פאסירט האט עס אבער אין די צייט פון א עפידעמיע. האבן די דעמאקראטן געטראפן א פריש טריק און ארויסגעשיקט מיליאנען בעלאטן פאר מענטשן און אויך פאר מענטשן וואס האבן דאס אפילו נישט געבעטן, און אזוי ארום באקומען אן אויבערהאנט אין די וואלן.
פארשטייט זיך אז עס גייט גארנישט העלפן דעם פרעזידענט, און בסוף הדבר גייט ער פארלאזן דעם ווייסן הויז אין עטליכע וואכן ארום.
די עפידעמיע און די עלעקשען האט אריינגעווארפן דאס לאנד אין א ביטערע צוטיילונג, אנגעהויבן פון שפעקעלעציעס אויב די דעמאקראטן האבן אויסגענוצט די עפידעמיע פאר פאליטיק, און אויך איבער וואס עס האט פאסירט ביי די וואלן, און וואס צו ערווארטן די קומענדע 4 יאר.
איך וועל איבערלאזן די שמועס דא, און אייך לאזן זיך טענה'נען מיט אייערע פריינד, אבער בעפאר מיר גייען, לאמיר אייך באקענען מיט בודנהיזם און געבן עטליכע ביישפילן:
> א בודנהיסט שפירט אז ער גייט יעצט לעבן אין א וועלט פון יוטאפיע.
> א בודנהיסט גלייבט אז ביידן, טראץ זיין הויכן עלטער, איז אין א פערפעקט געזונטן מענטעל צושטאנד צו פירן דאס מערסטע קאמפליצירע עקאנאמיע אין דער וועלט. אמת אז עס איז טאקע נאריש צו זאגן אז ביידן וועפט. אבער עס איז דא א וועג צו גיין פון "וועפען" ביז צו צייטנווייזע מוח-פריזן, אדער היקאפס וואס ווייזט שטארקע צייכענס פון אלטקייט אדער מעגליך דימענשיע (איך רעד נישט פון זיין שטאלפערונג)
> א בודנהיסט זעט נישט קיין שום צופאל פארוואס מען האט אנאנסירט א מעגליכער אפעקטיווער וואקסין מיט א 90% שאנס ראטע, פונקט נאך די וואלן.
> א בודנהיסט ווייסט טאקע אז עס איז כמעט אוממעגליך צו גנב'נען אן עלעקשען, אבער גלייבט נישט אז עס קען זיין אז טויזענטער בעלאטן זענען אנגעקומען אומגעווארטעט און אזוי ארום אויסגעשפילט די סיסטעם.
> א בודנהיסט גייט שרייען אז די מילדערע טאן אין די מידיא איבער קאוויד-19 איז וויבאלד די וויירוס איז שוין טאקע בעסער געווארן, און עס האט גארנישט צו טון אז די וואלן איז שוין פאריבער.
> א בודנהיסט טראכט אז אפילו אן די קוואל פון עבסענטי בעלאטן וואלט ביידן נאכאלס געווינען.
> א בודנהיסט ווערט אויפגערעגט אויף טראמפ'ס סופער-ספרעדער ראליס, אבער פארשטייט אז די ריזיגע פייערונגען פון ביידן'ס מענטשן אדער די ריזיגע פראטעסטן זענען בסדר.
> א בודנהיסט ווייסט אויך צו דערציילן אז די 25 מיליאן דאלער וואס מען האט געספענד אויף די רוסלאנד-קאלוזשען אינוועסטיגעשן האט זיך אויסגעצאלט, ווייל מען האט טאקע צום סוף געכאפט טראמפ קאלודן מיט רוסלאנד.
> א בודנהיסט האלט אז די פאולס אין די איצטיגע וואלן זענען געווען אקוראט.
> א בודנהיסט גלייבט יעדנס ווארט וואס ער ליינט אין די מעינסטרים מידיא, און גלייבט אז עס איז א האוקס צו זאגן אז די מידיא איז א מעגא-מוח וואשינג מאשין.
> א בודנהיסט רופט אן יעדער וואס טשאלאנדזש די מידיא קרעדיביליטי, א טראמפיסט.[/justify]
בודנהיזם
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דאס דערמאנט אביסל פון די אשכול.
אגב, אין אינדיאנע פילאזאפיע איז דא די אַדוואַינטאַ וועדאַנטאַ חדר וואס נעמט אן א נאַן-דוּאליטי [דאס אפטייטש פון ״אַדוואַינטאַ״]. דהיינו, אז אלעס איז אן אילוזיע און עס איז נישט באמת דא א רעאליטעט חוץ דעם איין איינעם מקור פון אלעם. אין בּוּדהיזם
איז דא א חדר וואס רופט זיך מאַדיאַמאַקאַ וואס איר דאקטרין נעמט אָן אן ענליכע פאזיציע.
נו, גייט דאך (א חדר בתוך) ״בּוּדהיזם״ ממש מנוגד צו ״ביידן״ [״ביידע״/דוּעליזם]...
אגב, אין אינדיאנע פילאזאפיע איז דא די אַדוואַינטאַ וועדאַנטאַ חדר וואס נעמט אן א נאַן-דוּאליטי [דאס אפטייטש פון ״אַדוואַינטאַ״]. דהיינו, אז אלעס איז אן אילוזיע און עס איז נישט באמת דא א רעאליטעט חוץ דעם איין איינעם מקור פון אלעם. אין בּוּדהיזם

נו, גייט דאך (א חדר בתוך) ״בּוּדהיזם״ ממש מנוגד צו ״ביידן״ [״ביידע״/דוּעליזם]...

- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
סתם אנצומערקן- נעוואדע איז די איינציגסטע סווינג סטעיט וואס שיקט ארויס אומגעבעטענע וואלן, און געבט צו א קארגע 6 עלעקטארעלס.
אוודאי זענען דא עקסטרעמע אויף ביידע זייטן, וואס זענען די נויז מאכערס, אבער רוב ביידן סעפורטערס וואס איך קען, מאכן דיסקלעימירס און האבן ארויס ווען עפעס איז פאלש.
אוודאי זענען דא עקסטרעמע אויף ביידע זייטן, וואס זענען די נויז מאכערס, אבער רוב ביידן סעפורטערס וואס איך קען, מאכן דיסקלעימירס און האבן ארויס ווען עפעס איז פאלש.
.I got voices in my head.
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
.> א בודענהיסט ווייסט טאקע אז עס איז כמעט אוממעגליך צו גנב'נען אן עלעקשען, אבער גלייבט נישט אז עס קען זיין אז טויזענטער בעלאטן זענען אנגעקומען אומגעווארטעט און אזוי ארום אויסגעשפילט די סיסטעם
עס זענען נישט צוריק געקומען מער בעלעטס ווי עס זענען ארויגעשיקט געווארן, און עס זענען דא שטאטן וואו מען קען רעגיסטרירן די טאג פונעם עלעקשאן. וואס איז געווען אומערווארטעט און פאר וועמען? ווי אויך, אויב שוין וואוטן פאר ביידן, פארוואס נישט אויך אריין לייגן א דעמאקראטישן סענאט?
.I got voices in my head.
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
העניך האט געשריבן:גיימיר נעמען דעם טעסט, צו זען וויפיל איך סקאָר אין בודענהיזם (כ'זאג עס גוט נאך?). זייער גוט, פאר דעם אליין סקארסטו צוויי פוינטס.פרייוויליג האט געשריבן:איך וועל איבערלאזן די שמועס דא, און אייך לאזן זיך טענה'נען מיט אייערע פריינד, אבער בעפאר מיר גייען, לאמיר אייך באקענען מיט בודענהיזם און געבן עטליכע ביישפילן:
> א בודענהיסט שפירט אז ער גייט יעצט לעבן אין א וועלט פון יוטאפיע.
✘ בכלל נישט. ביידען איז פון די שוואכסטע קאנדידאטן וואס דעמאקראטן האבן געקענט קלויבן. כ'האף אז ער וועט צוריקשטעלן אמעריקע אויף די נארמאלקייט רעלסן, נאך די פיר שטורעמישע טראמפ יארן. בפרט אויב מיטש מעקאנעל בלייבט מיט'ן סענאט, ערווארט איך נישט קיין גרויסע זאכן די קומענדיגע יארן.
טייל פון די בודניסטישע טאלקינג פוינטס: מיר גייען צוריק ברענגן נארמאלקייט קיין אמעריקע, די וועלט גייט אנהויבן צו רעספעקטירן אמעריקע, די מידיא גייט ווערן רעספעקטעט עגעין.
> א בודענהיסט גלייבט אז ביידן, טראץ זיין הויכן עלטער, איז אין א פערפעקט געזונטן מענטעל צושטאנד צו פירן דאס מערסטע קאמפליצירע עקאנאמיע אין דער וועלט. אמת אז עס איז טאקע נאריש צו זאגן אז ביידן וועפט. אבער עס איז דא א וועג צו גיין פון "וועפען" ביז צו צייטנווייזע מוח-פריזן, אדער היקאפס וואס ווייזט שטארקע צייכענס פון אלטקייט אדער מעגליך דימענשיע (איך רעד נישט פון זיין שטאלפערונג)
✘ ווי געזאגט איז ביידען נישט מיין בעסטער אויסוואל, און זיין עלטער איז איינער פון די סיבות. איך האב נישט קיין מיינונג צי ער האט גאר פריע סימנים פון דימענשיע, אבער ס'איז זיכער נישט אויף אן אופן אז ער זאל נישט קענען פירן די מדינה צוזאמען מיט א קאמפעטענטן קאבינעט.
מען האלט נאך ביי די פיילאט פון די טיוו-שאוי, ווי שפעטער אין די טיווי-שאוי אלס מער קאמפענטענט גייט ער ווערן. Lets just watch
> א בודענהיסט זעט נישט קיין שום צופאל פארוואס מען האט אנאנסירט א מעגליכער אפעקטיווער וואקסין מיט א 90% שאנס ראטע, פונקט נאך די וואלן.
✓ ריכטיג. איך זע נישט קיין צופאל דערין. אוודאי איז מעגליך אז די פירער פון דער פפייזער פירמע האבן פיינט טראמפ, אבער לכל היותר וואלט עס געווען א וואך צוויי פריער - און דעמאלט וואלט מען געזאגט אז ס'איז נישט קיין צופאל אז ס'איז תיכף פאר די וואלן, מעגליך ווייל זיי האבן געוואלט צופרידנשטעלן טראמפ. עכ"פ, קיין קלארע זאך אז ס'איז דא א כוונה קעגן טראמפ איז דא נישטא.
> א בודענהיסט ווייסט טאקע אז עס איז כמעט אוממעגליך צו גנב'נען אן עלעקשען, אבער גלייבט נישט אז עס קען זיין אז טויזענטער בעלאטן זענען אנגעקומען אומגעווארטעט און אזוי ארום אויסגעשפילט די סיסטעם.
כ'פארשטיי נישט גענוי די נקודה.
דער בודנהיסט זיכט נישט צו עקנאלעדזשן אז עס איז געווען פאלשע מעיל-אין בעלאטס, ווייל אויב יא וועט מען אים חושד זיין אז ער האלט אז די וואלן איז גע'גנב'ט געווארן, ער כאפט נישט אז עס קענען נאכאלס האבן געווען טויזענטער פאלשע בעלאטן, און די וואלן וואלט נאכאלס נישט גע'גנב'ט געווארן.
> א בודענהיסט גייט שרייען אז די מילדערע טאן אין די מידיא איבער קאוויד-19 איז וויבאלד די וויירוס איז שוין טאקע בעסער געווארן, און עס האט גארנישט צו טון אז די וואלן איז שוין פאריבער.
✘ די מידיא האט בכלל נישט קיין מילדערן טאן. עס זענען יעצט דא רעקארד קעיסעס פון קאוויד-19, און די מידיא ליארעמט אז עס קומען שווערע חדשים.
רעדט צו מיך מיין ברידער, מעמיר זיך ווידער זען איבער דעם.
> א בודענהיסט טראכט אז אפילו אן די קוואל פון עבסענטי בעלאטן וואלט ביידן נאכאלס געווינען.
✘ וואס מיינט "די קוואל פון עבסענטי בעלאטן"? די בעלאטס וואס זענען אריינגעשיקט געווארן דורך די פאסט? אוודאי וואלט ביידען נישט געווינען, ווי מ'האט קלאר געזען אז פאר מ'האט אנגעפאנגען ציילן די פאסט-בעלאטס האט טראמפ אנגעצויגן שטערקער.
איך רעד פון די עצם רעיון פון פרעצעדענטלאזע אנלימיטעט עבסענטי בעלאטס, א זאך וואס האט דעצידירט די וואלן. איך רעד נישט פון ציילן פאר דעם אדער נאכדעם. סא איך זאג צוויי זאכן, 1) איך רעד פון די זינלאזע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] צו שיקן מיליאנען בעלאטן ווייל עס איז דא אן עפידעמיע, און 2) לויט בודענהיסטן וואלט ביידן סייווי געוואונען.
> א בודענהיסט ווערט אויפגערעגט אויף טראמפ'ס סופער-ספרעדער ראליס, אבער פארשטייט אז די ריזיגע פייערונגען פון ביידן'ס מענטשן אדער די ריזיגע פראטעסטן זענען בסדר.
✘ ביידע זענען אבסאלוט ראנג. (אבער א טראמפיסט זעט נישט אז ביי ביידענ'ס מענטשן גייען ארום 90% מיט מאסקעס, און ביי טראמפ'ס ראליס גייען ארום 90% נישט מיט מאסקעס.)
> א בודענהיסט ווייסט אויך צו דערציילן אז די 25 מיליאן דאלער וואס מען האט געספענד אויף די רוסלאנד-קאלוזשען אינוועסטיגעשן האט זיך אויסגעצאלט, ווייל מען האט טאקע צום סוף געכאפט טראמפ קאלודן מיט רוסלאנד.
✘ איך האב נישט קיין דעה אויף דאס געלט, אבער וועגן קאלוזשען האט מען לפי ידיעתי נישט געטראפן קיין דירעקטע עווידענס. עס איז אבער יא געטראפן געווארן גאנץ שטארקע עווידענס אז טראמפ האט געוועלקאמט רוסלאנד'ס הילף, און ער האט אבסטראקטעד דזשאסטיס.
> א בודענהיסט האלט אז די פאולס אין די איצטיגע וואלן זענען געווען אקוראט.
✘ כ'קען נישט אזא איינער.
כאפ א שמועס מיט נעיט סילווער, און נעם מיך אריין צו די שמועסן ווי מען גייט אים נאכבאמבלען אז באמת איז עס יא ריכטיג געווען. אפגערעדט אויב איינער וואלט מפקפק געווען איבער די פאולס בעפאר די וואלן איז סתם אזוי אן אוטרייט טראמפיסט.
> א בודענהיסט טראכט אז די מעגא מידיא מוח-וואשינג מאשין, האט זיך ערשט אנגעהויבן אין די טראמפ-עפאכע.
כ'פארשטיי נישט.
פאראכטען.
> א בודענהיסט רופט אן יעדער וואס טשאלאנדזש די מידיא קרעדיביליטי, א טראמפיסט.
✓✘ די מידיא האט זיכער קרעדיביליטי פראבלעמען, אבער ווען איינער האלט אז די מידיא קען מען נישט גלייבן, אבער טוויטס פון דאנעלד טראמפ דזשוניער און רודי זשוליאני זענען יא קרעדיבל, וועל איך אים טאקע רופן א טראמפיסט. כ'וועל מיך סקארן א האלבן פוינט פאר דעם.
מיין סקאָר שיינט צו זיין 1.5/9 בודענהיסט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
פרייוויליג: אבער נאך אלע פשט'לעך און טענה'רייען און שקלא וטריא'ס איז כולי עלמא מודי אז ס'זענען פארגעקומען שווינדלערייען דורך די דעמאקראטן אויף א מאסיוון פארנעם...!
און לאמיר קוקן אויף די אנדערע זייט...70 מיליאן מענטשן האבן געוואוט פאר טראמפ. און די רעפובליקאנער האבן נישט געמאכט קיין ראיאטס און געווארפן שטיינער אויפ'ן פרעזידענט-עלעקט. אזוי ווי די דעמאקראטן/אנארכיסטן האבן געטון צו די מערסטע רעפובליקאנער פרעזידענטן.
ס'געדענקט זיך זייער גוט אז נאכדעם וואס פרעזידענט דזשארדזש דאבליו. בוש האט געוואונען א צווייטן טערמין האבן די דעמאקראט געשטיצטע אנארכיסטן געווארפן שטיינער און אנדערע שעדליכע אביעקטן אויף זיין לימא. אויפ'ן וועג צו די אינאוגורעישן...!
און לאמיר קוקן אויף די אנדערע זייט...70 מיליאן מענטשן האבן געוואוט פאר טראמפ. און די רעפובליקאנער האבן נישט געמאכט קיין ראיאטס און געווארפן שטיינער אויפ'ן פרעזידענט-עלעקט. אזוי ווי די דעמאקראטן/אנארכיסטן האבן געטון צו די מערסטע רעפובליקאנער פרעזידענטן.
ס'געדענקט זיך זייער גוט אז נאכדעם וואס פרעזידענט דזשארדזש דאבליו. בוש האט געוואונען א צווייטן טערמין האבן די דעמאקראט געשטיצטע אנארכיסטן געווארפן שטיינער און אנדערע שעדליכע אביעקטן אויף זיין לימא. אויפ'ן וועג צו די אינאוגורעישן...!
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:פרייוויליג: אבער נאך אלע פשט'לעך און טענה'רייען און שקלא וטריא'ס איז כולי עלמא מודי אז ס'זענען פארגעקומען שווינדלערייען דורך די דעמאקראטן אויף א מאסיוון פארנעם...!
און לאמיר קוקן אויף די אנדערע זייט...70 מיליאן מענטשן האבן געוואוט פאר טראמפ. און די רעפובליקאנער האבן נישט געמאכט קיין ראיאטס און געווארפן שטיינער אויפ'ן פרעזידענט-עלעקט. אזוי ווי די דעמאקראטן/אנארכיסטן האבן געטון צו די מערסטע רעפובליקאנער פרעזידענטן.
ס'געדענקט זיך זייער גוט אז נאכדעם וואס פרעזידענט דזשארדזש דאבליו. בוש האט געוואונען א צווייטן טערמין האבן די דעמאקראט געשטיצטע אנארכיסטן געווארפן שטיינער און אנדערע שעדליכע אביעקטן אויף זיין לימא. אויפ'ן וועג צו די אינאוגורעישן...!
לולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז די די סופרים ריכטער זענען נישט מער ווי פאליטישענס, און האבן ארויסגעווארפן די קלאגע וויסענדיג אז אויב אינטערטעינט מען סייוואספארא זאך וואס קען איבערדרייען די וואלן, דאן וועט זיין טאטאלע כאאס אינעם לאנד. די לינקע -וואס מאכן חרוב דאס לאנד- וואלטן אנגעזייט טויט, אינטאפאדעס, און וואנדעלייזט אלעס וואס די מענשטהייט האלט טייער.
די לינקע האבן דאך דעם פארשאלטענע בי על עם און אנטיפע מאוומענטס, און עס וואלט געקומען צו א מצב אז דער עולם וואלט געשריגן העק מיט טראמפ, ברענגט צוריק דעם אלטן ביידן, און לאזט אונז מנוחה.