רעוויזיאניסטן, בונדיסטן, ציוניסטן.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
רעוויזיאניסטן, בונדיסטן, ציוניסטן.
[justify]א איבערבליק אויף די אידישע פארטייען אין דער אויסגעבענקטער אלטער היים.
אנגעהויבן האט זיך אלעס אין די שטאט קעשענעוו. די שטאט קעשענעוו איז א שטעטל וואס געפונט זיך אין די בעסאַראַביע גיבערניע. געווען איז עס א שיינער זונטאג טאג, דער זון האט געשיינט מיט איר פולער פראכט. די פויערן פון די ארומיגע דערפער זענען אריינגעקומען אין שטאט צו פייערן די קריסטליכער חגא פאסכא. גוט אנגעהעצט פון די גלחים און טויט שיכור פון די גלאנען בראפן וואס זיי האבן אריינגאסן אין מאגן, האבן זיי זיך געדרייט אין די גאסן פון שטאט אינגאנצן צווילדעוועט. פאר די אידישע איינוואוינער אין שטאט איז דאס געווען א אלגעמיינער זונטאג, כ''ב ניסן תרס''ג לפ''ק. די געמיטער זענען געווען היפש אנגעצויגן און עס איז געווען היפש ערווארטעט אז עפעס נישט גוט וועט פאסירן. די פאליטישע לאגע אין רוסלאנד איז דאן געווען זייער אנגעצויגן, און ווי שטענדיג האט דאס געהאט א שלעכטע אויסווירקונג אויף די אידישע געמיינדעס. די רוסישע רעגירונג האט געשטיצט פּאָגראָמען, זיי האבן געוואלט אז די באקריוועדעטע פויערן זאלן האבן אויף וועם אויסצוגעבן זייער ווייטאג קעגן צאר.
מיטאמאל, האבן זיך די ציושטע כאליגאנעס אנגעהויבן זיך צו ווארפן אויף די אידישע איינוואוינער און א שרעקליכער פּאָגראָם האט אויסגעבראכן. אידן זענען ברוטאליש צושלאגן און צובלוטיגט געווארן, אידישע געשעפטן זענען בארבאריש אויסגעפלינדערט און בארויבט געווארן, ספרים און ספרי תורות זענען געווארן בייזוויליג געשענדט געווארן, פארהייראטע פרויען און יונגע מיידליך זענען טראגיש פאַרגוואַלדיקט געווארן פאר די אויגן פון זייער מענער און אומגליקליכע טאטעס. ס'איז געווען א שרעקליכע צענע מיטצוהאלטן, די שרעקליכע געשרייערייען און יאמערייען פון די אומגליקליכע און אומבאהאלפענע אידן האבן געריסן יעדענס הארץ. גאנצע דריי טעג און דריי נעכט האט דאס שרעקליכער פּאָגראָם אנגעהאלטן, און די רוסישע רעגירונג איז נישט געווען אין ערגץ וואו צו געפונען. נאך מער פון דעם, דער אינערן מיניסטער, דער רשע וויאַטשעסלאַוו פּלעוואַ, האט באפוילן די פאליציי צו שטיין אין דער זייט, און ערלויבן פאר די פויערן אויסצוגעבן זייער גאנצע גרומצארן און רשעות אויף די אומבאהאלפענע אידישע איינוואוינער. און דער אַרטשבישאָפ האט ארום געריטן אויף זיין ריטערישע פערד און באגריסט די ציושטע מאסן מיט א צינישער שמייכל אויסגעגאסן אויף זיין געזיכט.
ווען דער פּאָגראָם האט זיך ענדליך גענדיגט, און די אידן האבן זיך אנגעהויבן עטוואס צוזאמצוקלויבן, האט זיך ערשט אנפלעקט דאס ריכטיגער חורבן. 49 אידן זענען אומגעקומען, 92 זענען ערנסט פאַרוואונדעט געוואָרן, 500 זענען לייכט פאַרוואונדעט געוואָרן און איבער 700 היימען און געשעפטן זענען וואנדאליזירט געווארן.
דער קעשענעווער פּאָגראָם האט געהאט גאר א שטארקער אפקלאנג איבער די גאנצע וועלט, עס איז אפילו געווען באריכטעט אין די ניו יארק טיימס. אנא סטרונסקי, א אידישע פרוי פון ניו יארק וואס האט ליידער געהייראט מיט א שייגץ וואס האט אריגאנאל געשטאמט פון קעשענעוו, איז אזוי שטארק איבערגענומען געווארן פון דעם שוידערליכער פּאָגראָם, אז זי האט באוואויגן איר מאן, א פראמינענטער סאציאליסטישער שרייבער און אקטיוויסט מיטן נאמען וויליאם ענגליש וואַללינג, צו גרונדען די ארגאניזאציע, ען.עי.עי. סי. פי. וואס זאל שוצן אויף די ציווילע רעכטן פון אומבאהאלפענע און באקריוועדעטע מענטשן. די דאזיגע ארגאנעזאציע האט געשפילט גאר א באדייטענעם ראלע צו פארזיכערן די רעכטן פון די שווארצע און פון אנדערע מינאָריטעט גרופּעס אין די פאראייניגטע שטאטן. און די דאזיגע וואוילטעטיגע ארגאנעזאציע איז געבוירן אלס א דירעקטער רעזולטאט פון די טראגישער קעשענעווער פּאָגראָם.
אבער פאר די אידן אין מזרח אייראפע האט דער פּאָגראָם איבערגעלאזט א פול גרעסערער איינדרוק. די קעשענעווער פּאָגראָם האט באשיינפערליך פארמירט דאס אידישער פאלטיק ביז צום היינטיגן טאג. נאך דעם פּאָגראָם האבן אידישע פאליטישע פארטייען אנגעהויבן ארויסצושפראצן ווי שוואמען נאך א רעגן אויף א שטייגער ווי קיינמאל בעפאר. עס איז שטארק מערקווערדיג אז יעדע שטרעמונג באזונדער איז אינספירירט געווארן פונעם פּאָגראָם לויט זייערע אידאלאגיעס און אנטשויאונגען.
זאב זשאבאטינסקי איז געקומען צו פארן קיין קעשענעוו מיטן ציל אפצושרייבן א דעטאלירטער רעפארטאזש, איבער די שרעקליכער פּאָגראָם פאר די צייטונג אין וועלכע ער האט דאן רעגלמעסיג געשריבן. ער איז אזוי איבערגענומען געווארן פונעם פּאָגראָם, אזש ער האט אפגעשריבן דיזע פּאָעזיע:
אין יענער שטאָט האָב איך געזען אין דער בלאָטע,
איין שטיק צוריסן ספר תורה,
כ'האב אפגעשאקלט פארזיכטיג א אייביגער שיילונג,
דאס שטויב מיט וואס זי איז געווען ארומגעארעמט,
און דארט איז געשריבן: "בארץ נוכריה - אין אַ פרעמד לאַנד",
בלויז צוויי ווערטער דאס צאל פון עם הנצח,
אין די דאזיגע צוויי ווערטער איז פאַרבאָרגן,
די געשיכטע פון אַלע אומרוען און מארדן.
דער געדאנק פון "בארץ נוכריה" האט אים נישט צורוה געלאזט קיין רגע, ס'האט אים געזשומעט ווי א נודניגער פליג אין די נאז לעכער. ער האט געזען אין דעם "ארץ נוכריה" דאס ווארצל און דאס ווירקליכער אורזאך פאר אלע אידישע צרות. אין רעזולטאט האט ער שפעטער געגרונדעט די רעוויזיאניסטישע באוועגונג. די רעוויזיאניסטן האבן געגלייבט אז אידן האבן נישט קיין שום צוקונפט אין גלות, און זיי וועלן קיינמאל נישט זיין זיכער און באשוצט פון קיין נישט אידישע רעגירונגן. די אויסשליסליכסטע לעזונג איז בלויז אז די אידן זאלן פארלאזן דאס גלות און מאסנווייז ארויפגיין קיין ארץ ישראל. און אין ארץ ישראל זאל איינגעשטעלט ווערן א שטאנדהאפטיגע און א פרייע קאפיטאליסטישע רעגירונג. ווי אויך זאל דאס לאנד זיין גענצליך פריי פון אראבער. זיינע תלמידים ווי מנחם בעגין און אברהם שטערן זענען געשטאנען אונטער די ארגון (אצ''ל) א ראדיקאלע מיליטאנטישע פארקערפערשאפט, וואס האט געזייעט טויט און חורבן פאר די בריטישע מאנדאט און פאר די אראבער אייניג צוגלייך, אין יענע שטורעמישע יארן איידער די מדינה איז צושטאנד געקומען.
דאס גרעסטער קעגנשאפט פאר די רעוויזיאניסטן זענען געווען די בונדיסטן. די בונדיסטן זענען געווען הייסע סאציאליסטן, זיי האבן געגלייבט אז בלויז קאמוניזם איז די איינציגסטע לעזונג פאר אנטיסמיטיזעם, ווארים אז קלאס און רעליגיע ווערן אויפגעלעזט און יעדער איינער איז אייניג-גלייך, איז דאך נישט פארהאן קיין שום זאכליכער אורזאך צו אנטיסמיטיזעם. זיי זענען אויך געווען פייערדיגע אידישיסטן, זיי האבן זיך גאר שטארק צוגעהאלטן צו די מאמע שפראך אידיש, זיי האבן אויף קיין שום פאל נישט געוואלט אדאפטירן עברית אלס דער אפיציעלער שפראך פון אידישן פאלק. זיי האבן געהאלטן אז אידן זאלן אויסשליסליך פארבלייבן וואוינען אין אייראפע, און זיך וואס מער אריינגלידערן אינעם פאליטישן לעבן אין די לענדער וואו זיי וואוינען, אבער גלייכצייטונג פרעזערווירן דאס אידישער קולטור. זיי זענען געווען אויסגעשפראכן קעגן די רעוויזיאניסטן און אפילו קעגן די מעסיגע ציוניסטן.
די מעסיגע ציוניסטן האבן געהאלטן אז מען זאל ארויפגיין קיין ארץ ישראל, און אויפשטעלן דארטן א דעמאקראטישע-סאציאליסטיש לאנד, און די אראבער זאל אויך האבן זייער אייגן לאנד. זיי האבן נישט געהאלטן פון קיין ווילדע מיליטאנטישע שטיק קעגן די בריטישע מאנדאט, זיי האבן מער גענויגט צו דיפלאמאטיע און צו מעסיגקייט. זיי האבן אויפגעשטעלט די הגנה בלויז מיטן ציל צו מושטירן א מיליטער וואס זאל זיין פולקאם קאמפסגרייט ווען די אידישע מדינה ווערט באשטעטיגט.
האלטס גוט קאפ. די ציוניסטן זענען געווען אויסגעשפראכן סיי קעגן די רעוויזיאניסטן און סיי קעגן די בונדיסטן. בן גוריון האט אפילו נישט ערלויבט ארויפצוברענגן די ביינער פון זשאבאטינסקי פון פוילן קיין ארץ ישראל, זאגאר לוי אשכול האט דאס שפעטער ארויפגעברענגט .זשאבאטינסקי האט אפילו אמאל געכאפט גע'הרג'טע שלעק ביים זיך באטיילונגן אין א ציוניסטישע קאנגרעס. די לינקע בונדיסטן זענען געווען אויסגעשפראכן סיי קעגן די רעכטע רעוויזיאניסטן און סיי קעגן די מעסיגע ציוניסטן. זיי האבן אפילו באשולדיגט זשאבאטינסקי מיטן אנזייען אנטיסמיטיזעם אין אייראפע, צוליב דעם וואס ער האט פאראויסגעזאגט דעם האליקאסט, און ער האט אגרעסיוו פארלאנגט פאר א מאסן עליה קיין ארץ ישראל. און די רעוויזיאניסטן זענען געווען אויסגעשפראכן סיי קעגן די ציוניסטן און סיי קעגן די בונדיסטן...
דער שר בית הזוהר, המקובל גרשם שלום, פארציילט אין זיינע מעמוארן: אלס א יוגנטליכער אין בערלין, בין איך געווען בונד-געשטומט און מיין ברודער איז געווען א ציוניסט. און דער פאטער איז געווען א פייערדיגער דייטשער פאטריאט פארן קייסער ווילהעלמס. איין טאג איז ער מיד געווארן פון די אלע נאכאנאנדע העפטיגע פאליטישע געפעכטן צווישן מיר און מיין ברודער, אזש ער האט אונז ביידע אנגעכאפט ביים קארג און ארויסגעטראסקעט פון שטוב אויף שטענדיג.
ווי אזוי פרעגט אונזער רבי נפתלי אינדיג ע''ה זינגן אין די מקוה אין אלטן בית מדרש מיט זיין באסעווע שטימע? וכל המינים כרגע יאבדו... וכל אויביך מהרה יכרתו... ציוניסטן.. רעוויזיאניסטן.. בונדיסטן.. ימח שמם וזכרם....[/justify]

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קאך לעפל: איך ווילל נאר דא ארויסהייבן 2 נקודות.
די ערשטע. אז די אידן זענען אין יאר 1903. דעם יאר פון פאגראם אין קעשינוב געווען נאנט צו א העלפט אדער א ביסל מער ווי די העלפט פון די איינוואוינערס אין שטאט. און זיי זענען נישט געווען ארגאניזירט. ווייל זיי האבן זיך פארלאזט אויף די פארשאלטענע צארישע רעגירונג אז זיי וועללן באשיצן די אידן.
די צווייטע נקודה איז. אז נאכ'ן פאגראם האבן די אידישע איינוואוינערס ארגאניזירט אן אומ-פארטייאישע זעלבסט שוץ. וואס איז באשטאנען פון עטליכע פעסטע יונגעלייט. און דאס האט טאקע געראטעוועט די אידן ביי א שפעטערע געלעגנהייט ווען די פויערן האבן זיך צו ווילדעוועט און געוואלט מאכן א צווייטן פאגראם. און די אידן פון די זעלבסט שוץ האבן זיך אקעגנגעשטעלט און גוט אנגעריסן די גוי'אישע מערדערס...!
די ערשטע. אז די אידן זענען אין יאר 1903. דעם יאר פון פאגראם אין קעשינוב געווען נאנט צו א העלפט אדער א ביסל מער ווי די העלפט פון די איינוואוינערס אין שטאט. און זיי זענען נישט געווען ארגאניזירט. ווייל זיי האבן זיך פארלאזט אויף די פארשאלטענע צארישע רעגירונג אז זיי וועללן באשיצן די אידן.
די צווייטע נקודה איז. אז נאכ'ן פאגראם האבן די אידישע איינוואוינערס ארגאניזירט אן אומ-פארטייאישע זעלבסט שוץ. וואס איז באשטאנען פון עטליכע פעסטע יונגעלייט. און דאס האט טאקע געראטעוועט די אידן ביי א שפעטערע געלעגנהייט ווען די פויערן האבן זיך צו ווילדעוועט און געוואלט מאכן א צווייטן פאגראם. און די אידן פון די זעלבסט שוץ האבן זיך אקעגנגעשטעלט און גוט אנגעריסן די גוי'אישע מערדערס...!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
אט איז א פאעזיע וואס דער לעגענדארער דיכטער און און פּאָעט חיים נחמן ביאליק האט אפגעשריבן נאך דעם קעשענעוו פאגראם:
נאמען פון די פאעזיע איז על השחיטה:
שמיים, בקשו רחמים עלי!
אם יש בכם אל ולאל בכם נתיב -
ואני לא מצאתיו -
התפללו אתם עלי!
אני - ליבי מת ואין עוד תפילה בשפתי,
וכבר אזלת יד אף אין תקווה עוד -
עד מתי, עד אנה, עד מתי?
התליין! הא צואר - קום שחט!
ערפני ככלב, לך זרוע עם קרדום,
וכל הארץ לי גרדום -
ואנחנו - אנחנו המעט!
דמי מותר - הך קדקוד, ויזנק דם רצח,
דם יונק ושב על כותנתך -
ולא יימח לנצח, לנצח.
ואם יש צדק - יופע מייד!
אך אם אחרי הישמדי מתחת רקיע
הצדק יופיע -
ימוגר נא כיסאו לעד!
וברשע עולמים שמיים יימקו;
אף אתם לכו, זדים, בחמסכם זה
ובדימכם חייו והינקו.
וארור האומר: נקום!
נקמה כזאת, ניקמת דם ילד קטן
עוד לא ברא השטן -
וייקוב הדם את התהום!
וייקוב הדם עד תהומות מחשכים,
ואכל בחושך וחתר שם
כל מוסדות הארץ הנמקים.
נאמען פון די פאעזיע איז על השחיטה:
שמיים, בקשו רחמים עלי!
אם יש בכם אל ולאל בכם נתיב -
ואני לא מצאתיו -
התפללו אתם עלי!
אני - ליבי מת ואין עוד תפילה בשפתי,
וכבר אזלת יד אף אין תקווה עוד -
עד מתי, עד אנה, עד מתי?
התליין! הא צואר - קום שחט!
ערפני ככלב, לך זרוע עם קרדום,
וכל הארץ לי גרדום -
ואנחנו - אנחנו המעט!
דמי מותר - הך קדקוד, ויזנק דם רצח,
דם יונק ושב על כותנתך -
ולא יימח לנצח, לנצח.
ואם יש צדק - יופע מייד!
אך אם אחרי הישמדי מתחת רקיע
הצדק יופיע -
ימוגר נא כיסאו לעד!
וברשע עולמים שמיים יימקו;
אף אתם לכו, זדים, בחמסכם זה
ובדימכם חייו והינקו.
וארור האומר: נקום!
נקמה כזאת, ניקמת דם ילד קטן
עוד לא ברא השטן -
וייקוב הדם את התהום!
וייקוב הדם עד תהומות מחשכים,
ואכל בחושך וחתר שם
כל מוסדות הארץ הנמקים.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 755
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
- האט שוין געלייקט: 479 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל
קאך_לעפל האט געשריבן:[justify]דאס גרעסטער קעגנשאפט פאר די רעוויזיאניסטן זענען געווען די בונדיסטן. די בונדיסטן זענען געווען הייסע סאציאליסטן, זיי האבן געגלייבט אז בלויז קאמוניזם איז די איינציגסטע לעזונג פאר אנטיסמיטיזעם, ווארים אז קלאס און רעליגיע ווערן אויפגעלעזט און יעדער איינער איז אייניג-גלייך, איז דאך נישט פארהאן קיין שום זאכליכער אורזאך צו אנטיסמיטיזעם. זיי זענען אויך געווען פייערדיגע אידישיסטן, זיי האבן זיך גאר שטארק צוגעהאלטן צו די מאמע שפראך אידיש, זיי האבן אויף קיין שום פאל נישט געוואלט אדאפטירן עברית אלס דער אפיציעלער שפראך פון אידישן פאלק. זיי האבן געהאלטן אז אידן זאלן אויסשליסליך פארבלייבן וואוינען אין אייראפע, און זיך וואס מער אריינגלידערן אינעם פאליטישן לעבן אין די לענדער וואו זיי וואוינען, אבער גלייכצייטונג פרעזערווירן דאס אידישער קולטור. זיי זענען געווען אויסגעשפראכן קעגן די רעוויזיאניסטן און אפילו קעגן די מעסיגע ציוניסטן.[/justify]
פארוואס זאל נישט אידיש אדער דאס אידישע קולטור נישט הייבן קיין אנטיסעמיטיזם? אויב האבן זיי פארשטאנען אז ווי לאנג ס'וועט נישט זיין קיין גלייכקייט אין קלאסן און אין רעליגיעס דאן פארוואס זאל א קולטור \שפראך זיין אנדערש?
קאך_לעפל האט געשריבן:[justify]ווי אזוי פרעגט אונזער רבי נפתלי אינדיג ע''ה זינגן אין די מקוה אין אלטן בית מדרש מיט זיין באסעווע שטימע? וכל המינים כרגע יאבדו... וכל אויביך מהרה יכרתו... ציוניסטן.. רעוויזיאניסטן.. בונדיסטן.. ימח שמם וזכרם....[/justify]
אויף אלעמען האט ער געקענט שעלטן אחוץ דער עיקר,
ניטאמאל איז אים בייגעפאלן אז די וויסטע קצבים אין קעשיניעוו זענען גאר שולדיג (לפחות טיילווייז) און די עגמת נפש פון רבי'ן.....
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:קאך לעפל: איך ווילל נאר דא ארויסהייבן 2 נקודות.
די ערשטע. אז די אידן זענען אין יאר 1903. דעם יאר פון פאגראם אין קעשינוב געווען נאנט צו א העלפט אדער א ביסל מער ווי די העלפט פון די איינוואוינערס אין שטאט. און זיי זענען נישט געווען ארגאניזירט. ווייל זיי האבן זיך פארלאזט אויף די פארשאלטענע צארישע רעגירונג אז זיי וועללן באשיצן די אידן.
די צווייטע נקודה איז. אז נאכ'ן פאגראם האבן די אידישע איינוואוינערס ארגאניזירט אן אומ-פארטייאישע זעלבסט שוץ. וואס איז באשטאנען פון עטליכע פעסטע יונגעלייט. און דאס האט טאקע געראטעוועט די אידן ביי א שפעטערע געלעגנהייט ווען די פויערן האבן זיך צו ווילדעוועט און געוואלט מאכן א צווייטן פאגראם. און די אידן פון די זעלבסט שוץ האבן זיך אקעגנגעשטעלט און גוט אנגעריסן די גוי'אישע מערדערס...!
און וואס איז מיט מרידה באומות?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 755
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
- האט שוין געלייקט: 479 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל
אישתישבי האט געשריבן:און וואס איז מיט מרידה באומות?
דער האט א פוינט...
איך האב אויך געטראכט דערפון. אבער באלד נאכדעם טראכט איך אז ס'איז נאריש צו דן זיין די אלע.
בנוגע גרינדן א לאנד איז אויך יש לדון, וויבאלד די יו ען האט געשאנקן די מדינה פאר אידן איז דאס שוין נישט קיין מרידה באומות. אבער זיך אליין פארטיידיגן?
וואס איז דאס אנדערש ווי די חשמונאים? בר כוכבא? שומרים\שמירה?
איז די ווארשעווער אויפשטאנד אויך געווען א מרידה באומות? אויב יא אפשר פארקערט? אויב וואלטן זיי זיך נישט פארטיידיגט וואלט עס אריין אין כלל פון מאבד עצמו לדעת?
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
מנחם ציון האט געשריבן:[
איז די ווארשעווער אויפשטאנד אויך געווען א מרידה באומות? אויב יא אפשר פארקערט? אויב וואלטן זיי זיך נישט פארטיידיגט וואלט עס אריין אין כלל פון מאבד עצמו לדעת?
לויט'ן ויואל משה איז עס ביהרוג ואל יעבור, אבער ווי שוין ווי פריער געשמועסט איז דאס אלעס געווען פאר'ן ויואל משה'ס פסק.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
דער הויפט קאמאנדיר ביים ווארשער אויפשטאנד קאמאנדיר מרדכי אנילאוויטש, האט זיך אנגעקערט מיט די בונדיסטן. די בונדיסטן און די קאמוניסטן זענען געווען דאס מערהייט פון די אידישע באוואפענטע קרעפטן אין געטא. זיי האבן העראאיש געקעמפט קעגן די נאציס, אפילו מיט די בלויזע הענט. הערו למות נפשם בשביל...
די רעוויזיאניסטן זענען געווען די מינדהייט אין געטא. אבער זיי זענען געווען פיל מער מיליטעריש געשולט. ווען זיי ארבייטן ווען מיט די בונדיסטן וואלט ווען דער אויפשטאנד געהאט אן אנדער פנים, מער נאציס וואלטן ווען זיך געזען מיטן שווארצן טייוול פנים אל פנים.
אפילו ביים חורבן בית המקדש האבן די אידישע פארטייען און זייערע פירער שמעון בן גיורא און יוחנן פון גוש חלב געמאכט א יד אחת, און געקעמפט אינאיינעם האנד צו האנד קעגן די געמיינזאמע רוימישע פיינט. די רעזולטאטן פון די צוזאמארבייט זענען געווען פענאָמענאַל. שווערע טויזענטער רוימער זענען גע'הרג'עט געווארן דורך די בראווע אידישע קעמפער.
זאגאר ביים ווארשע געטא אויפשטאנד, איז דאס פארטייאישע פארביסענע פיינטשאפט צווישן די בונדיסטן און די רעוויזיאניסטן געווען אזוי גראנדיעז, אזש די רעוויזיאניסטן אין שפיץ פון זייער קאמאנדיר פייוול פרענקל, האבן זיך קאטאגאריש אנטזאגט צו קעמפן אינאיינעם מיט די בונדיסטן... אפילו ווען דאס האט געמיינט קעמפן פארן אייגענעם לעבן.
(פארשטייט זיך אז אין גור און אלכסאנדער האבן נישט געוויסט פון די אלע זאכן. טאקע אזוי? ווער ווייסט דען...)

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 755
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
- האט שוין געלייקט: 479 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מנחם ציון האט געשריבן:[
איז די ווארשעווער אויפשטאנד אויך געווען א מרידה באומות? אויב יא אפשר פארקערט? אויב וואלטן זיי זיך נישט פארטיידיגט וואלט עס אריין אין כלל פון מאבד עצמו לדעת?
לויט'ן ויואל משה איז עס ביהרוג ואל יעבור, אבער ווי שוין ווי פריער געשמועסט איז דאס אלעס געווען פאר'ן ויואל משה'ס פסק.
טאקע?!
דאן פארשטיי די אי התייחסות פון גדולי ישראל כלפי דעם ויואל משה
דאס איז א קלאסישע גזירה שאין הציבור יכולין לעמוד בה
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מנחם ציון האט געשריבן:[
איז די ווארשעווער אויפשטאנד אויך געווען א מרידה באומות? אויב יא אפשר פארקערט? אויב וואלטן זיי זיך נישט פארטיידיגט וואלט עס אריין אין כלל פון מאבד עצמו לדעת?
לויט'ן ויואל משה איז עס ביהרוג ואל יעבור, אבער ווי שוין ווי פריער געשמועסט איז דאס אלעס געווען פאר'ן ויואל משה'ס פסק.
רביה"ק זי"ע: לויט דעם איז שומרים אויך מרידה באומות. נאר דער תירוץ איז פשוט. (לפי שיטת ה'ויואל משה) דאס עצם נעמען זיך א מדינה איז א מרידה באומות. און אפילו שלאגן זיך מיט די אראבערס (ימ"ש) איז אויך אן עבירה. ווייל אויב מ'וואלט נישט גענומען קיין מדינה וואלטן די אראבערס נישט געפיהרט קיין מלחמה מיט די אידן...!
שוין...כ'האב געוואלט זאגן עפעס, אבער איך זאג נישט.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מנחם ציון האט געשריבן:אגב געדענקט איך אן ארטיקל אין די מעלות ווי ער טוט דורך די דעת פון גדולי ישראל אנבאלאנגט די ווארשעווער אויפשטאנד
איך האב דאס אנגעקוט אבסורד און נאריש און אפשר אביסל קאלטבלוטיג
מנחם ציון: די פאר יודענעס מיט זייער באגרעניצטן שכל וועלכע געבן ארויס די מעלות זענען נישט קוואליפיצירט צו זאגן א מיינונג איבער אזעלכע דברים העומדים ברומו של עולם ווי דער ווארשעווער געטא אויפשטאנד. וואס א טייל גדולי ישראל, ווי ר' מנחם זעמבא, האבן געגעבן א הסכמה דערצו...!
אנדערע ( ווי דער פיאסעצ'נער רבי) זענען געווען מוכן אומצוקומען על קידוש השם...!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
חיים נחמן ביאליק האט אין נבהרדוק קיינמאל אין זיין לעבן נישט געלערנט. ער האט געלערנט אין וואלאזשין ביים נצי''ב.
ער איז געגאנגן לערנען קיין וואלאזשין, נישט צוליב וואס חשקה נפשו בתורה... נאר ער האט ווירקליך געמיינט אז אין וואלאזשין לערנט מען גאר אויסער די הייליגע תורה, אויך די שבע חכמות און די שבעים לשונות. ער איז געווען גאר שטארק אנטוישט אז מ'זיצט דארט בלויז און מ'קוועשט די באנק מיטן שור שנגח את הפרה...
ער האט זיך דארט באקאנט געמאכט מיטן גרויסן רבי ברוך בער זי''ע.
ווען ער איז שוין געווען בארימט אלס א וועלטס-בארימטער פאעט, האט ער שטארק גלעכצט זיך צו טרעפן מיט זיין יוגענט-פריינד רבי ברוך בער, זאגאר רבי ברוך א קנאפע חשק געהאט זיך צו באגעגענען מיט אזא גראנדיעזער אפיקורת ווי ביאליק.
נאך לענגערע הפצרות האט רבי ברוך בער זיך געלאזט איבערעדן, און ער האט איינגעשטימט זיך צו טרעפן מיט אים, אבער בלויז מיט איין באדינונג. אז ביאליק רעדט נישט ארויס קיין ווארט פון מויל דורכאויס דאס גאנצע באגעגעניש. ביאליק האט מיט גרויס אומחשק איינגעשטומט. רבי ברוך איז געזעצן מיט אראפגעלאזטע אויגן, און אריין געזאגט פאר ביאליקן אין באבענס באבען אריין...
יא ער איז געווען אן שרעקליכער אפיקורות, אבער זיינע טאלאנטען אינעם פעלד פון שרייבערע און פאעזיע זענען נישט אוועק צו מאכן. אט איז וואס איינע פון די גרעסטע רוסישע קאטוילישע דיכטער האט זיך אויסגעדרוקט אויף אים:
פאר מיר איז ביאליק א גרויסער דיכטער, א זעלטענע פארקערפערשאפט און פארפולקאמט פון די גייסט פון זיין פאלק. ער איז גלייך צו ישעיהו, מיין באליבטסטע נביא, גלייך צו איוב וועלכער האט געריכט גאט. ווי אלע רוסן פארמאג איז נישט קיין גרויס באהאוונקייט אין יודישע ליטעראַטור, אבער ווי ווייט איך ווייס, דאכט זיך מיר אז דאס אידיש פאלק האט נישט פארמאגט צום ווייניגסטן אין ניינצנטן יאָרהונדערט - אזא שטארקער פּאָעט, אזא שיינקייט... אויף רוסיש פארלירט די פאעזיע פון ביאליק ווארשיינליך האלב פון זייער כוח, און די איינפלוס פון זייער בילד. נאר דאס וואס עס איז געגעבן געווארן צו אונז דורך איבערזעצונג, מאכט עס מעגליך צו פילן די שיינקייט פון ביאַליקס שטורעמישע פּאָעזיע....
די דריי ליטוואקעס, חיים נחמן ביאליק, שלום ראַבינאָוויטש (שלום אליכם) און שלום יעקב אַבראַמאָװיטש (מענדעלע מוכר ספרים) זענען געווען פיינע נייעס....

berlbalaguleh האט געשריבן:מנחם ציון האט געשריבן:אגב געדענקט איך אן ארטיקל אין די מעלות ווי ער טוט דורך די דעת פון גדולי ישראל אנבאלאנגט די ווארשעווער אויפשטאנד
איך האב דאס אנגעקוט אבסורד און נאריש און אפשר אביסל קאלטבלוטיג
מנחם ציון: די פאר יודענעס מיט זייער באגרעניצטן שכל וועלכע געבן ארויס די מעלות זענען נישט קוואליפיצירט צו זאגן א מיינונג איבער אזעלכע דברים העומדים ברומו של עולם ווי דער ווארשעווער געטא אויפשטאנד. וואס א טייל גדולי ישראל, ווי ר' מנחם זעמבא, האבן געגעבן א הסכמה דערצו...!
אנדערע ( ווי דער פיאסעצ'נער רבי) זענען געווען מוכן אומצוקומען על קידוש השם...!
דוכט זיך אז דער שרייבער איז גראדע געווען יואל יונגרייז
ר' מנחם זעמבא איז טאקע אויף די סאטמארע שווארצע ליסטע.. אבער ס'קען זיין אז דאס איז ווייל אלס גורער חסיד איז ער געווען א שטארקער אגוד'יסט
איך, מיט מיין דעת בעל הבית, זעה בכלל נישט קיין עוולה, הבא להרגך השכם להרגו, קיינער איז נישט מחויב זיך צו לאזן פירן צו די שחיטה
לפי דעם ויואל משה, אויב א בא במחתרת איז א גוי טאר מען אים אויך נישט הרג'נען ווייל מ'איז מוריד באומות?
ר' מיכאל בער האט אויך געזאגט פאר די סלאוואקישע אידן "גייטס נישט" ווען די נאציס האבן געוואלט דעפארטירן. איז ער אויך א מוריד באומות?
אויב יא, פארוואס האט ער כל ימיו געוויינט אויף די ציונים? ער וואלט דאך געדארפט וויינען אויף זיך אליין
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
[justify]די קעשענעווער פּאָגראָם, איז ווירקליך געווען דאס שטרוי וואס האט אונטערגעבראכן דאס ריקן פון קעמל, פאר די אידן אין אייראפע, הויפזעכליך פאר די אידן אין רוסלאנד. מאסן אידן האבן זיך גלאזט צו די האפן שטעט אין טורעסט, האמבורג, און אדעסע, וואו זיי האבן אויפגעשטיגן אויף די דאמף שיפן, און האבן געמאכט דעם לאנגן וועג איבערן אטלטנטישן אקאן צום גאט-געבענטשן לאנד פון קאלומבוס, און זיך באזעצט דא אין גלות אמעריקע.
די דאזיגע אידן פון די ערשטע גרויסע אימיגראציע פלייץ, האבן מיטגעברענגט מיט זיך די מארקסיסטישע גייסט וואס האט געבושעוועט אין זייער היים-לענדער אין אייראפע. די לינקע אנטשויאונגען פון דער בונד האט געפלוסן אין זייערע אדערן. דערפאר האבן זיי זיך געפונען דאס ארט אין די דעמאקראטישע פארטיי. די פארטיי האט גוט געוויסט אויסצונוצען די גינסטיגע געלגנהייט. זיי האבן ארויסגעשיקט זייערע אגענטן צו די ניו יארקע האפנס אפצווארטן די גרינע אימעגראנטן. די אגענטן האבן דערלאנגט לעבלען ברויט פאר די פרישע אימיגראנטן, אנזאגנדיג זיי דערביי צו שטימען בלויז פאר די דעמאקראטן.
אין דער אידישער איסט סייד האט זיך דאן פארמירט דעם “נייעם איד”, דער סאציאלער, דער אוניווערסאלער קולטור-מענטש, דער ליבעראלער און פראגרעסיווער דעמאקראט, וועלכער האט פארגעשטעלט מיט זיך דאס שענסטע און בעסטע פון דער אידישער און דער וועלט-הומאניסטישער עטיק.
פאר די חסידישע און רעליגיעזע אידנטום דא אין ניו יארק, האט דאס קלאס און ראסע פאלטיק נישט פארנומען קיין ערענסטער ארט. אונז האבן געהאט אונזער אייגענע פאלטיק און שטרייטן, וואס מיר האבן געפירט פון די טיפע מקווה קעלערן מיט בארפעסע פוס. אבער מיטאמאל האבן אנגעהויבן צו פאסירן געשענישן וועלכע האבן שארף אונטערגעשטראכן אז קלאס-פאלטיק שפילט יא א באדייטענעם ראלע אין אונזערע טאג טעגליכער געזעלשאפטליכע לעבן.
א דאנק פרעזידענט כאסעין אבאמא זענען די דעמקראטן ארויס געקראכן פון זאק, און זיי זענען געווארן עפענטליכע סאציאליסטן. די רעגירונג אין ניו יארק האט זיך אנגעהויבן אריינצומישן אין רעליגעזע אנגעלעגנהייטן. גענוי ווי די פארצייטישע גריכן האבן געטאן אין יהודה פאר מער ווי צוויי טויזענט יאר צוריק! נאר די גריכן האבן עס געטאן מיטן בלויזן ציל פון להשכיחם תורתיך, און די סאציאליסטן ווילן מאכן להשכיחם תורתיך אין נאמען פון סייענס און ערציאונג. זיי זענען אויסן אויסצורייסן ברית מילה, זיי ווילן פארשליסן די תלמוד תורות און בתי מדרשים אין נאמען פון סייענס, זיי ווילן אונז איינטיילן אונזער קעריקיאַלאַם וואס צו לערנען מיט די קינדער, זיי זענען אויסן אז מיר זאלן לערנען מיט אונזערע קינדער איבער זייערע ווערסיע פון עטישקייט, קלאס און ראסיזם, און נאך.
דער אייבישטער מיט זיין גרויס גענאדע האט אונז געשיקט פרעזידענט טראמפ, אונז אויפצוקלערן איבער דאס גרויליקייט פון סאציאליזם און מארקסיזם, און איבער די שיינקייט פון אינדיווידואלע פרייהייט. דער רעגירונג געוועלטיגט נישט אויף אונז, און ס'איז גאר אומקאנסטעטוציאל פאר די רעגירונג זיך אריינצומישן אין אגגעלעגנהייטן פון אירע בירגער. נאך מער פון דעם, די אויסשליסליכסטע פליכט פון די רעגירונג איז בלויז צו באשוצן דאס פרייהייט וואס ג-ט האט געשאנקן פאר די מענטשהייט.
דאס ברויזט שרעקליך אויף די פארשאלטענע סאציאליסטישע טיראנען פון ניו יארק און קארליפארניע. זיי האסן פרעזידענט טראמפ און טראמפיזם מיט א בייזער פיינטשאפט און האס וואס האט נישט זיינס גלייכן. טראמפיזם באדראהט זייער טיראניע. זיי גלייבן אז מאנכע זענען באשאפן געווארן צו געוועלטיגן, און מאנכע זענען באשפן געווארן צו ווערן באצווינגן!
די אקאדעמישע עליטע וועלכע גלויבן אז אמעריקע איז א ראסיסטיש לאנד, און אז די רעגירונג דארף קאטראלירן די איינקונפט פון אירע בירגער און עס אוועקרויבן און עס פארטיילן לויט זייערע ליבעראלע אנטשויאונגען. זיי דארפן זיין די דאזיגע וואס זענען ביי די מאכט!
און די דאזיגע וואס גלויבן אין פינאציאלע און אינדיווידואלע פרייהייט, און זענען געטריי צו גאט, און גלויבן הייליג אין דעם ועל חרבך תחיה, זיי דארפן זיין די אונטערדרוקטע, און טיראניש באהערשט ווערן דורך די עליטע, ווארים זיי זענען דאך גרויליגע באשעפענישן, ווי זיי דרוקן זיך שטענדיג אויס אן די מינדעסטע שאנדע!
ווען די חסידים און רעליגיעזע אידן האבן זיך באקאנט געמאכט מיט די נאבעלע ווירדן וואס טראמפיזם שטעלט מיט זיך פאר. האבן זיי מאסנווייז אנגעהויבן זיך אפצוקערן פון די סאציאליסטישע עבודה זרה און זיך אנגעשלאסן אין די טראפ באוועגונג, די באוועגונג פון פרייהייט. דאס לעכצן פאר פרייהייט און אפשיי צו מארקסיזם, ווערט גאר שטערקער פון טאג צו טאג. מען ווייסט נישט אויב טראמפ וועט ווירקליך באווייזן צו באקעמפן די סאציאליסטן, זאגאר דאס איז זיכער טראמפיזם איז דא, און עס גייט נישט ערגץ![/justify]