ג-י-וו-א-ל-ד ווי לויפט מען נאך גזירת מציצה בפה?!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 8:24 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4121 מאל

ג-י-וו-א-ל-ד ווי לויפט מען נאך גזירת מציצה בפה?!

שליחה דורך קופערניקוס »

אין לישקעס בדאץ האיידע האכאריידיס (אין העברעאישער אויסלייג לשכת בדץ העדה החרדית) איז מען זייער נבוך. שוין זינט מען האט אנגעהויבן רעדן איבער גיוס בני הישיבות האבן די חכמי האיידע מחליט געווען אז מען מוז מופן. די החלטה איז געווען אז אין די מינוט מען נעמט אפאר ראציגע אומבא'חן'טע באמעס וואס זיצן אויף די ברזלים און שרייען נאך יעדע נקבה וואס וואקט דורך, אין מיליטער אריין, ברענגט מען גרויסע פליגערס, און הופס, מען מופט מיט די ביסל בשמים ביקסלעך, אונטער-וועש, קול קורא'ס, קמיעות, טשעינדזש פון די לעצטע פאר קינדער חתונה-מאכן-קאמפיינס, שמירת עיניים ברילן, און שמות בעגס, און יהופס, מען פארט אוועק. מיט די רשעים וואס נעמען אוועק אונזערע קינדער קענען מיר נישט לעבן!
אבער וואוהין?
קאנאדא? פוי, מען מוז לערנען דארטן זעקס שעה א טאג לימודי חול! ראב שוע לעיב האט געמאכט א כעירעם, און יראשלאייעמער אידן האלטן דאס שוין מיט מסירות נפש אזויפיל יארן!
אייראפע? איז אזוי, אנטווערפן איז נישט בלויז א ציוניסטישע שטאט, נאר מען לערנט דארטן לימודי חול אין גרויסן!
פאריז? אוי, די פאריזער מאדעס? ניטא גענוג שפייאכץ אין מויל צו שפייען אויף די אלע מוידן!
לאנדאן? אלימפיקס? לימודי חול? און מען דארף דאך פארן ערגעץ שנארן, דארף מען דאך פארן קיין לאנדאן.
נו, אוודאי, געוויס, וויליאמסבורג. אה, מען שרייבט שאבעס, מען ספרעיט אויף די ווענט יהודי לא ציוני, און אין די בית כסא שטייט אנגעפירקלט שטיינמאן פוי און נישט ליינען קיין מאגאזינען עס פארברענט די נשמה.
אבער ג-גי-וו-וואל-דד!
מעטציצע בעפע?
עס אף נאו רעדט מען ערנסט איבער טעהראן.

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר